די זוך האט געפונען 8843 רעזולטאטן

דורך דריידל
מאנטאג יוני 03, 2024 12:34 am
פארום: אויטאס און אלעס ארום
אשכול: הילף איבער טיקעטס
תגובות: 4248
געזען: 366132

Re: הילף איבער טיקעטס

א פארקינג טיקעט פאר א קאר וואס די ליעס ענדיגט זיך נעקסטע וואך, און די נייע קאר גייט קומען מיט נייע פלעיטס. דארף מען עס צאלן אדער קען מען איגנארירן?
דורך דריידל
זונטאג יוני 02, 2024 12:49 am
פארום: היכל הנגינה
אשכול: ישראל ווערדיגער נייע אלבום #4 אברכה
תגובות: 89
געזען: 17499

Re: ישראל ווערדיגער נייע אלבום #4 אברכה

עס איז דא א קליפ ווי הגאון ר' שאול אלתר איז זיך משתתף ביים שבע ברכות פון לבני המחותנים ר' ישראל ורדיגר הי''ו והרה"ח ר' ישראל קמיונקא הי''ו פארגאנגענעם וואך. אויב איינער קען ברענגען אין דרייוו וועט דער עולם הנאה האבן. (אני הק' ווייסט נישט וויאזוי מען טוט דאס) https://www.ivelt.com/forum/viewtop...
דורך דריידל
פרייטאג מאי 31, 2024 11:30 am
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: משפטי טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס
תגובות: 2253
געזען: 113925

Re: משפטי טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

איך ווייס נישט אויב ס'איז דא דער פלאץ איבערצולאזן דעם דאזיגן זאץ יעצט וואס שוין אפגעשניטן די געריכט חבל ארויסקומען מיט דאנק רייד פאר @הכל הבל וואס פון דער ברוכים הבאים אויפן ערשטן בלאט ביז יעצט א גאנצע צייט ווי א באצאלטער באריכטעט כל פרט בעת אונז אייוועלטער האבן אזא הנאה געהאט @הבל ס'קרעדיט איז דיי...
דורך דריידל
פרייטאג מאי 31, 2024 10:38 am
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: געהארגעט ליידער א אומשולדיג קינד!!!
תגובות: 72
געזען: 6338

Re: געהארגעט ליידער א אומשולדיג קינד!!!

מילדי העברים האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 10:16 am
עטץ האטס נישט קיין איינונג וואס איך האב היינט געחלומט
איך ווייס יא.

יא, וואס?

איך וויל דיר נישט זאגן
דורך דריידל
פרייטאג מאי 31, 2024 8:37 am
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל
תגובות: 12
געזען: 963

Re: מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל

צו א שיינע ארטיקל צו לאזן עס פארשטויבט ווערן.

ארויף!
דורך דריידל
דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:42 pm
פארום: פאליטישע נייעס
אשכול: ניו יארק טראמפ פראצעס - *שולדיג* - בלויז נייעס
תגובות: 2442
געזען: 434092

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס - בלויז נייעס

רבי מיילעך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 3:11 pm
עס איז מיר גיט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:56 pm
דארף טראמפ דארט זיין ביז די דזוריס געבן זייער באשלוס?

וואס טוט ער יעצט דארט א גאנצע צייט?
https://drive.google.com/file/d/1fIfA1r ... sp=sharing
דאס איז פון נעכטן מיטן גאלדענעם שניפסל, כמבואר לעיל
דורך דריידל
דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:22 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: געהארגעט ליידער א אומשולדיג קינד!!!
תגובות: 72
געזען: 6338

Re: געהארגעט ליידער א אומשולדיג קינד!!!

וועגן די דרייווער וואס שטעלט זיך נישט אפ ווען די לייטס פון באס בלינקן, קען איך בלויז זאגן "לא תרצח". אבער פאר די קינדער דארף מען אריינבאכענען כסדר אז מ'טאר נישט לויפן ביים קראסן. דאס דארף מען הערן פון די טאטע, מאמע, מלמד, מנהל, ענגליש טיטשער, פרינסיפעל, קאונסלער, העד קאונסלער און ווער אימע...
דורך דריידל
דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:27 am
פארום: פאליטישע נייעס
אשכול: ניו יארק טראמפ פראצעס - *שולדיג* - בלויז נייעס
תגובות: 2442
געזען: 434092

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס - בלויז נייעס

שעטנז האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:44 am
אויב מעג איך פרעגן.... אויב טאר מען נישט אפכאפן וואס טוט זיך אין געריכט הויז ווי אזוי ווייסט @הכל הבל דאס אלעס (אפשר איז ער דארט?... גילוי...)
אפשר איז ער דער פון די זשורי וואס נעמט נאטיצן
דורך דריידל
דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:05 am
פארום: היימישע נייעס
אשכול: מסע הגאון ר' שאול אלתר שליט"א - ארה"ב אייר תשפ"ד
תגובות: 138
געזען: 14306

Re: מסע הגאון ר' שאול אלתר שליט"א - ארה"ב אייר תשפ"ד

איך פארשטיי נישט 1פארוואס גייט מען צי א קלענערע פלאץ וואס איז געשען מיט די טענט, 2 פארוואס איז נישט דא קיין באטע פרייטאג צי נאכט, די טענט פלעגט זיין געפאקט, אין די באטע איז געווען א מוראדיג צייט פאר בארא פארק אידן זיך אויס צי לופטן, ס'געשטאנען אויבן אז די ראש ישיבה וויל נישט מאכן א גרויסע טראסק מיט...
דורך דריידל
דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:43 am
פארום: פאליטישע נייעס
אשכול: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם ***בלויז נייעס***
תגובות: 5018
געזען: 454981

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם ***בלויז נייעס***

איז עס סעיף צו זאגען אז די פאול וואס מען דארף עכט קוקען איז די וואס נעמען אריין טירט פארטי קאנדידאטען? נישט ממש נאציאנאלע אנקעטעס זיכער נישט, ווייל דו ווייסט נישט אין וויפיל סטעיטס דער הייזעריגער ווארעם אויפגעגעסענער מוח גייט אנקומען אויפן בעלאט אפילו אויף א סטעיט לעוועל איז אויך שווער אנצונעמען די...
דורך דריידל
מיטוואך מאי 29, 2024 12:06 pm
פארום: פאליטישע נייעס
אשכול: ניו יארק טראמפ פראצעס - *שולדיג* - בלויז נייעס
תגובות: 2442
געזען: 434092

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס - בלויז נייעס

עצי היער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:01 pm
טראמפ'ס שאנסן פאר א גולטי ווערדיקט לויט פאלימארקעט
Polymarket.png
דאס איז אזויפיל ווערד ווי אן אייוועלט אנקעטע.

די חילוק איז נאר אז אייוועלט ליינער זענען כאטש אינפארמירט מיט די דעטאלן דורך אונזער באליבטער @הכל הבל
דורך דריידל
מיטוואך מאי 29, 2024 11:59 am
פארום: פאליטישע נייעס
אשכול: ניו יארק טראמפ פראצעס - *שולדיג* - בלויז נייעס
תגובות: 2442
געזען: 434092

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס - בלויז נייעס

ריכטער זאגט אז סקען זיין שילדיג אויף איינער פון דריי זאכן און די דזשורי דארף זוך נישט פאראייניגן אויף איינס פון זיי נאר יעדער קען זאגן אן אנדערע און מגייט זיי מצרף זיין מ’מוז זיך נישט פאראייניגען אויף יעדע קאונט? ממוז זוך נישט פאראייניגן וואס די פעלאני איז דאס איז די מערסטע אומדערהערטע זאך וואס די ...
דורך דריידל
מיטוואך מאי 29, 2024 11:20 am
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: משפטי טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס
תגובות: 2253
געזען: 113925

Re: משפטי טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

ריכטער ערלויבט נישט צו געפונען טראמפ שולדיג באזירט בלויז אויף עדות קאהען סיידען עס ווערט קאראבארירט דורך אנדערע עדות/באווייזן פארוואס? ווייל ער האט מודה געווען אין האבן ליגענט געזאגט אין די פארגאנגענהייט? ווייל ער האט מיטגעארבעט און געהאלפן טראמפ דורכפירן די אנגעבליכע פארלעצונג און, אין אדם משים עצ...
דורך דריידל
מיטוואך מאי 29, 2024 11:13 am
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: משפטי טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס
תגובות: 2253
געזען: 113925

Re: משפטי טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

ריכטער ערלויבט נישט צו געפונען טראמפ שולדיג באזירט בלויז אויף עדות קאהען סיידען עס ווערט קאראבארירט דורך אנדערע עדות/באווייזן פארוואס? ווייל ער האט מודה געווען אין האבן ליגענט געזאגט אין די פארגאנגענהייט? ניין. ווייל מען האט אים געכאפט זאגן ליגנט דא ביי דעם קעיס. געווענליך ארבעט עס אז סטרייקט אראפ ...
דורך דריידל
מיטוואך מאי 29, 2024 10:43 am
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: משפטי טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס
תגובות: 2253
געזען: 113925

Re: משפטי טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 10:39 am
ריכטער ערלויבט נישט צו געפונען טראמפ שולדיג באזירט בלויז אויף עדות קאהען סיידען עס ווערט קאראבארירט דורך אנדערע עדות/באווייזן
פארוואס? ווייל ער האט מודה געווען אין האבן ליגענט געזאגט אין די פארגאנגענהייט?
דורך דריידל
מיטוואך מאי 29, 2024 9:08 am
פארום: פאליטישע נייעס
אשכול: ניו יארק טראמפ פראצעס - *שולדיג* - בלויז נייעס
תגובות: 2442
געזען: 434092

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס - בלויז נייעס

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:14 am
און................. א לעכטיגן פרימארגן אייך אלע!



ז-ע-נ-ט א-י-ר ג-ר-י-י-ט??????????????????????????????????????????????????????????????????
דעפעניטלי!
מ'שטיימיר מיט אנגעשפיצטע אויערן/אויגן.

זאג נאר, האסטי אנגעגרייט צוויי נוסחאות צו מעלדן די ברעקינג ש'בברעקינג נייעס לטב או למוטב?
דורך דריידל
דינסטאג מאי 28, 2024 1:09 pm
פארום: פאליטישע נייעס
אשכול: ניו יארק טראמפ פראצעס - *שולדיג* - בלויז נייעס
תגובות: 2442
געזען: 434092

Re: ניו יארק טראמפ פראצעס - בלויז נייעס

צווישן אנדערע האט בלענטש באצייכענט מייקל קאהן אלץ די גרעסטע ליגנער פון אלע צייטן, און געזאגט צו די זשורי אז זיי קענען נישט בויען זייער באשלוס אויף זיינע לגיונות.
דורך דריידל
דינסטאג מאי 28, 2024 9:43 am
פארום: היימישע נייעס
אשכול: נייעס און קרישקעלעך פון קראון הייטס
תגובות: 134
געזען: 18398

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קראון הייטס

אן איין-פאמיליע הויז איז ארויסגעשטעלט געווארן צום פארקויפן פאר'ן אסטראנאמישן סכום פון $6,000,000. די הויז איז געבויעט אויף א קארנער לאט ביי פרעזידענט און ברוקלין, און פארמאגט איבער 5,000 ס"פ, פלאס א בעיסמענט און גאראזש. https://www.zillow.com/homedetails/1337-President-St-Brooklyn-NY-11213/3509...
דורך דריידל
מאנטאג מאי 27, 2024 10:58 pm
פארום: ביזנעס
אשכול: וועלכע געגענט איז גוט פאר ריעל עסטעיט אינוועסטמענט?
תגובות: 40
געזען: 3376

Re: וועלכע גוי'שע געגענט איז גוט פאר ריעל עסטעיט אינוועסטמענט?

איך ציטער טאמער אזא אשכול ווערט פארשפרייט אין די אלגעמיינע גאס, וואספארא נעגאטיווע דעקונג דאס וועט באקומען. גיבטס א גוגל Jewish landlords וועט איר זעהן ווי פארהאסט אונז זעמיר, און מ'בא'טיטל'ט אונז אלץ סלאמלאורדס וואס זענען דא בלויז אויסצורייסן געלט פון גוי'אישע טענענטס. אזא קעפל גיבט צו אויל צום פיי...
דורך דריידל
מאנטאג מאי 27, 2024 5:58 pm
פארום: הלכה למעשה
אשכול: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!
תגובות: 149
געזען: 11416

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

איינער האט אמאל גענומען מיין לולב האלטער, מסתמא דער זעלבער וואס נעמט אייביג מיין שירעם. ווייסט איינער וואו מ'קען קויפן א לעדערנע/האריגע לולב האלטער וואס האט גרויסע ווערטער דערויף "לא תגנובו - מ'טאר נישט גנב'ענען"? מיט אביסל מארקעטינג און ריכטיגע עדווערטייזמענט קען ער מעגליך פארקויפן זיין ...
דורך דריידל
מאנטאג מאי 27, 2024 4:30 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי
תגובות: 168
געזען: 9362

Re: עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי

פארשטייסט טאקע נישט די חוליק? יא ס'דא חילוק. א בעסערע דוגמא איז פארן אויף א פליגער, וואס איז אין א געוויסע זין ערגער. כגלייב נישט אז איין היימישע איד איז געשטאנען צאמגעדרוקט מיט גויטעס, מאיז געשטאנען און די זייטן, און אויב האט מען באמערקט אז די פלאץ ווי משטייט ווערט מאוס האט מען זיך אוועקגעריקט. יא...
דורך דריידל
מאנטאג מאי 27, 2024 3:22 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: ווי אזוי שטעלט מען אפ די רוצחישע הענט פון די ציוניסטישע פאליציי?
תגובות: 126
געזען: 4849

Re: ווי אזוי שטעלט מען אפ די רוצחישע הענט פון די ציוניסטישע פאליציי?

retiredprofessor האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 3:05 pm
Just stop the tremendous ביטול תורה. It's ממש out of all the גבולים.
The Gamora says: כל זמן שהקול קול יעקב, אין הידים ידי עשיו.
פארדריי נישט די אשכול, ביטע. קענסט דיסקוסירן ערגעץ אנדערש טאמער די ביטול תורה איז בארעכטיגט.
דורך דריידל
מאנטאג מאי 27, 2024 3:00 pm
פארום: הלכה למעשה
אשכול: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!
תגובות: 149
געזען: 11416

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

געווען א שיעור איבער די מעשה אין בעלזער בית מדרש אין בארא פארק עטליכע וואכן צוריק.

מ'קען עס הערן אויף קול הלשון
718-906-6400
3
3
9
1627
דורך דריידל
מאנטאג מאי 27, 2024 2:53 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: ווי אזוי שטעלט מען אפ די רוצחישע הענט פון די ציוניסטישע פאליציי?
תגובות: 126
געזען: 4849

Re: ווי אזוי שטעלט מען אפ די רוצחישע הענט פון די ציוניסטישע פאליציי?

מקובל אלוקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:42 pm
גיין צו די un?
לאבי'ען אין וואשינגטאן?
פירען א מערכה אויף סאושעל מידיא?
עפענען א קעיס אין די האג...?

איינער מיט עפעס א גוטע איידיע???
פרעג כאמאס, זיי פראבירן שוין צענדליגע יארן מיט בעקינג פון ביליאנען, אבער אן ערפאלג.

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש