געוויינט ביי די 23, געלאכט ביי די 24
פארוואס?
קודם כל ווייל איך בין שוין 26, און דער עולם מיינט אז איך בין נאך 25, און צווייטנס, ווייל מי שמך ל'פיש? ווער האט דיר געגעבן רשות אפצו'פסק'ן א אידישן פארפאלק צו פארבלייבן דורות'לאז בלויז ווייל די היינטיגע טעכנאלאגיע ערלויבט עס נישט? זאג נאר, סאטעך עמיצער געפרעגט?
דער גאנצער עולם שטייט און וויינט. דרכי אייוועלט אבילות. דער עולם קרעכצט און מ'ווייזט סאלידאריטעט (שוין לאנג נישט גענוצט די ווארט!) מיט'ן יונגערמאן וואס האט נאכנישט זוכה געווען אראפצוברענגען א נשמה אויף דער וועלט. און איך טראכט צו מיר, ריעלי ניגע? די וועלט האט זיך געענדיגט ווייל דער דאקטאר האט נישט קיין מהלך "לויט די היינטיגע טעכנאלאגיע"? דו ווייסט ווי שנעל טעכנאלאגיע טוישט זיך? שיגענער!
פינף יאר צוריק ווען מ'האט געוואלט שיקן א מעסעדזש האט מען געדארפט "טייפן", יא, "מיט די אייגענע צען פינגער". אויף א הארטע קיבאורד. פינף יאר צוריק ווען מ'האט געזאגט "אקעי גוגעל", האט מען דיך אנגעקוקט ווי א משוגענער. פינף יאר צוריק, ווען דו האסט זאגט "קאל טאטי", האט דער טעלעפאן געקאלט "מאטי". פינף יאר צוריק האט דער עולם געטשילט אויף "בי-בי-עם", און אויך נאר ווייל יופאק איז אונטערגעגאנגען.
דו ווייסט וואס מ'קען אלץ אויפטון אין פינף יאר? דו געדענקסט נאך ווען ס'איז נישט געווען קיין קריפטאו קארענסי? געדענקסט נאך ווען א סמארטפאון איז געווען קלענער ווי א האנט? געדענקסט נאך ווען צו קענען טייפן אידיש אויפ'ן בלעקבערי האט מען געדארפט דאונלאודען א ספעציעלן עפפ? געדענקסט נאך ווען צו אפדעיטען סיי וועלכע פאון האט מען געדארפט דאונלאודען א פייל און קאנעקטן דעם פאון צום קאמפיוטער און דורכפירן א מאסיווע אפדעיט אפעראציע?
געדענקסט ווי לאנג ס'האט געדויערט פאר אן עמעזאן פעקעדזש אנצוקומען? געדענקסט ווען מ'האט געדארפט אויסליידיגן דעם טעלעפאן פון בילדער ווייל ס'איז נישט געווען קיין פלאץ? געדענקסט ווען די גרעסטע עס-די קארטל איז געווען 32 גיגעבייט?
טעכנאלאגיע פארט שנעלער ווי מ'קען אפילו טראכטן. די טעכנעלאגיע פון פארגאנגענע חודש איז שוין אלט! ווינדאוס 10 איז קוים ארויסגעקומען און באלד ענדיגט זיך שוין די סופארט דערפאר!
ממילא דו אומפארשעמטער דאקטאר/פראפעסאר, ליסען טו מי, ענד ליסען קערפולי: לו יצוייר אז דו ביזט גערעכט, "היינט" שבעה עשר בתמוז תשפ"א איז נאכנישט דא קיין וועג בדרך הטבע צו העלפן דעם פארפאלק, לאמיר רעדן נעקסטע וואך! איך געב דיר מיין ביפער נאמבער, און ביפ מיך אריין נעקסטע וואך!
און איך זאג נאכאמאל. קען זיין אז ביי די 23 וויינט מען, אבער ביי די 24 ווען מען לאכן! אוי וועט מען לאכן!
אגב, הער דאקטאר, אדער סיי ווער עס לייענט. אויב האסטו אפאר עקסטערע דאלאר, קענסטו אריינווארפן לשמי ולזכרי:
https://www.charidy.com/ivelt/MOSHKA