מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

חלק א'

עס האט מיר אביסעל געבאדערט ווי אידן קרעכצן דא אז זיי הונגערן פסח, עס האט מיר פשוט וויי געטין צו זען אזאנס דא אויפן וועלטעל אז די לעכטיגע יום טוב פסח האבן נישט אידן הנאה פון דעם לכם, גראדע נישט נאר פון היינט, נאר נאך אלס קליין אינגעל ווי איך פלעג הערן אנדערע אינגעלעך אין חדר זאגן אז זיי הונגערן פסח, אלזא דאס איז מיין מיליאן דאלאר שאלה וואס איך פארשטיי נישט עד היום הזה,
פסח איז נישט דא געשמאקער פון דעם, די עסן איז ריין, זויבער, אן קיין גארבעדזש, מען עסט צו די זעט , הלוואי א גאנץ יאר געווינטשן,

גראדע עס מיר אונז נישט קיין פיש,און ב"ה מען עסט לכבוד יום טוב צו די זעט, ווער איז די אונז? איך, מיין טאטע'ס משפחה , מיין טאטעס טאטע האט יא געגעסן פיש, פארשטייט זיך קארפ פיש, אבער מיין מאמעס טאטע איז פיש געווען יהרוג ועל יעבור , וועגן ער געדענקט אין דער אלטער היים ווי מען האט זיי געפיטערט חמץ, איז למעשה עס מיר אונז נישט קיין פיש עד היום, אני כשעלעצמי וואלט געגעסן פיש, אבער סאיז א חלק פון די טרעדישען ווי מען רופט עס , סאיז די לעכטיגקייט פינעם הייליגען יום טוב פסח אז די 8 טעג איז אנדערש, איך זע עס נישט אלס מסורה, חומרה אדער עפעס אנדערש, פשוט דאס איז א חלק פון דעם אמאל , אנדערש ווי א גאנץ יאר , און סאיז געשמאק אז 8 טעג פסח עסט מען אנדערש פאר א טשעינזש , עס געשעט נישט גארנישט, קארפ פיש אפילו די גוטע ווינטער קארפ, איז נישט עפעס וואס ציט מיר, און קארפ געפילטע אויך נישט.

די געשמאקע פאלטשע פיש , עכ"פ וואס מיר מאכן , וואס איז ווייעך און צו די זיסע זייט מיט פרישע שמוציגע מייערן ,איז גארנישט אנדערש ווי געפילטע פיש, אז די ווייסט ווען נישט,...אבער סאיז אסאך בעסער, דאס שרייב איך פאר די אידן וואס גייען זאגן אז זיי "עקלען זיך" , בכלל עקלען איז פאר קינדער נישט פאר עדאלטס, בקיצור אז גוטע פאלטשע פיש איז געשמאק, כאב שוין טועם געווען נישט גוטע, און אויך די וואס מאכן עס געזאלצען און הארט, איך קען דערהערן אז איינער גלייכט עס נישט.

למעשה לאמיר צונעמען די סעודת היום פון די 8 טאג פונעם היילייגען לעכטיגן יום טוב פסח ביי אונז מיט די רעצעפטען פון די זיידעס און באבעס ,
●ליל הסדר הייבט מען מיט מצה, אונז קויף מיר פון עטליכע סאטמאר'ע מצה בעקערייען, עקסטער דין, נשרפים, האל וויט, ספעלט, שברים, אויך א חלק וואס מען קען דיסקאסען איבער וועלכע מתה איז בעסער וכיוצא בו;
זאלץ טאקע בליל הסדר עסט מען נישט, אבער די מצה מיט כשר לפסח זאלץ איז אויך עפעס נישט אוועקצומאכן וואס האט א עקסטערע געשמאק, בכלל היות די פאלטשע פיש איז פלייש ווערט מען מער פול דערפון מער ווי פיש.

ווייטער הייבט מען אן מיט פאלטשע פיש ווי פריער דערמאנט, דערנאך די
●טשיקן זופ דארף א עקסטער שמועס פאר זיך; אז די אינגע דור זאל וויסן , נישט צו זיין קלוג און קויפן די געהעריגע , נאר דייקא קויפן די עכטע שמוציגע גרינצייג , דאס איז א עקסטערע מתנה פון באשעפער , נאטירלעך פון פעלד , דאס קרעפטיגקייט אינעם טשיקן זופ איז קיין פארגלייך מיט געהעריגע ירקות; איבערהויפט די מייערן , מען קען דאס נישט ביישרייבן מיט ווערטער, אזש אז ערב די צווייטע טעג פסח די לעצטע מינוט קויף מיר איין דאס איבריגע פון געשעפט צו האבן פאר די נעקסטע פאר חדשים, יא דאס איז אזוי פריש אז עס האלט אפאר חדשים, דערנאך קויף מיר זוממער אין א פארם אין אפסטעיט פריש פון פעלד, די קרעפטיגקייט פון די אלע סארט שמוציגע גרינצייג מיט די פרישע טשיקן, געווענליך איז פסח די פלייש און אלעס זייער פריש, פשוט מען פארקויפט אזויפיל סחורה אז עס רעדט ווערטער,
●די לאקשן איז שוין נאר א טשערי אן די טאפ, און אונז מאך מיר די לאקשן פאר די זופ וועל דאן , דאס הייסע קריספי מיט א שטיקעל קראסט פאר ווער עס פארשטייט.

דערנאך קומט די פלייש טעלער וואס מען קען שוין נישט צופיל עסן , אבער לכבוד יום טוב ברויך מען דאך,
●פארשטייט זיך אז מען עסט בשר בהמה , אונז פיר מיר זיך כמעט נישט צו עסן קיין טשיקן במשך יום טוב, נישט אלס חומרה, נאר פשוט וועגן סאיז גוט... דאס האב איך געהערט פון הרב אלימלך שווארץ פון קרית יואל ווען אונז האב מיר געגעסן דארט שבת יארן צוריק, די טעם פום עסן טאמעיטא דיפ.
די פלייש געווענליך איז א סלייס פרענטש ראוסט , לדעתי איז עס די בעסטע ראוסט פון בהמה פלייש, איז מאכן א שנעלע סך הכל וואסערע אינגערעדיענטס מען קען נוצן פאר פלייש,
●פליישן וואס מיר נוצן
French roast°
Flanken/short ribs°
Veal chops°
Lamb chops°
Chuck eye°
Tongue°
Sweetbreads°
Chicken liver°
rib steak°
baby back ribs°
lamb riblets°

●אינגרעדיענטס פאר פלייש צו קאכן אדער באקן,
°צוויבעל פרישע אדער געדינסטע
°וויין טריקענע רויטע
°פרישע סלייסעס ארענזשעס/גרעיפ פרוכט אדער פריש געקוועטשטע זשאוס
°אביסעל זשינזשער/אונגבער, געשולטע קעכערס נוצן דאס א גאנץ יאר, אבער ממש א משהו, צו סאך איז צו שטארק
°זאלץ כשר לפסח איז א עקסטערע געשמאק,
°פרישע מייערן אבער די שמוציגע דייקא,
°אביסעל קאווע אויסגעמישט מיט וואסער פאר א ראב
°מען קען פרובירן צוריבענע מרור, אז די האסט איבריגע לייגן אויפן פלייש
°צוריבענע עפל אויף די פלייש

צוריק צום ליל הסדר טעלער איז א שטיקעל בהמה פלייש געווענליך פרענטש ראוסט (מיין זיידע פלעגט מקפיד זיין דייקא נישט צו עסן בהמה, אבער דאס האב מיר געטוישט) מיט פרישע לאטקעס געמאכט בו ביום, אונז פריר מיר נישט רוב פון די עסן , עכ"פ לאטקעס קומט פריש פאר די בעסטע רעזולטאטען! עס קומט מיר נישט אויס צו עסן קיין פאטעיטא קוגל ביי מיר אינדערהיים גאנץ יום טוב ,נאר קריספי פאטעיטא לאטקעס ביי די נאכט יום טוב סעודות, און פאר טועמיה פארשטייט זיך,
●פאטעיטא לאטקעס
ווי געשמועסט פרישע פאטעיטא לאטקעס איז א עקסטער אור פשוטו כמשמעו פאר די לעכטיגע יום טוב פסח , צומאל מאך מיר עס מיט שמאלץ פעטענס, אבער סאיז העווי, סאיז נישט אייביג כדאי,
פאר די אלע וואס ווינדערן זיך וויאזוי מען קען מאכן פריש לאטקעס ערב יום טוב און יום טוב, איז פשוט איינע פון די הויפט עצות טאמער ווילט איר זיך אריינלאזן אין קאך , איז פשוט צו האבן די געניטע געצייג, אין אונזער פאל האב מיר פארשאפט 2 גוטע גרויסע פענדלעך מיט דעקלעך, וואס קלעבט נישט צו, מיט גוטע איבערדרייערס געצייג, אונז מאך מיר א הויעכן פלאם, צווישען ביידע טעפ האב מיר 16 לאטקעס אויף אמאל , בקיצור אין א האלבע שעה , דריי פערטעל האב מיר בערך 75 לאטקעס, און מען קען טין אנדערע זאכן בשעת מעשה ווען עס פרעגלט זיך,
א עקסטערע וויכטיגע זאך אז מען ווי פארשטייט זיך א געשמאקע קריספי לאטקע,איז אויסלייגן די לאטקעס נאכן פרעגלען, אויף א ווייער רעק מיט לעכער, אז די אויל זאל אראפרינען, אז עס זיצט איינער אויפן צווייטען ווערט עס צוריק ווייעך, אז איר ווילט בלייבן מיטן קריספ איז דאס די עצה.
°לאטקע רעסעפי איז זייער גרינג , מען לייגט די זעלבע צאל אייער פאר פאטעיטאס , ווי למשל 6 פאטעיטאס און 6 אייער מיט אויל אדער שמאלץ און זאלץ און אריין אין פענדעל, דאס מאכט בערך 30 לאטקעס ..

°דערנאך די לאטקעס קומט מיט קאלטע פרישע חריין , געמאכט מיט די בעריקעס/צוויקעל/beets פון די בארשט , וואס איז וועל מיר באלד רעדן, א לאטקע מיט היימישע חריין קען מען פשוט זאגן וואס פארשטייט א גוי, געמאכט מיט מרור און לימענע,און צוקער, בכלל היות מיר עסן נישן קיין פיש, איז חריין מיט פלייש גייט באנאזאם ביי יעדע סעודה אן א אויסנאם חק ולא יעבור, פרובירט עס אויס און לאזט וויסן,

°פארשטייט זיך ווי קען מען פארגעסן פון די פרישע אייז קאלטע עפל אדער בארן קאמפאט , וואס דאס איז די אויבן אן עכט פונעם יום טוב, דאס אריינרוקן און אפשווענקען דעם מאגן איז לעילא ולעילא,
●קאמפאט פון עפל און בארן ,
°פשוט אויפגעקאכט ריזיגע טעפ מיט עפל , פארשטייט זיך אן צוקער, אז מען קאכט עס גענוג לאנג , ווערט עס נאטירלעך זיס

ווען אונז הייב מיר אן קאכן , שייל מיר אונז אפ א גאנצע באקס אדער צוויי עפל, צושניידט עס אויף שטיקלעך, א חלק גייט פאר קאמפאט,
apple cider●
א חלק מאכט מען אביסעל apple cider, עס איז זייער גרינג צו מאכן, די אלע וואס האבן די באקאנטע braun food processor , קומט אזא שטיקעל צו מאכן זשוס פאר ארענזשעס/ גרעיפפרוכט צו קוועטשען וכדומה, און דערנאך איז דא א שטיקעל, וואס מסתם אסאך ווייסן נישט וואס דאס איז , וואס איז א זשוסער פאר עפל און מייערן וכדומה, עס נוצט אסאך עפל, אבער סאיז פונקט וואס מען קויפט אין געשעפט, נאר פרישער, מאך מיר א פלעשעל אדער צוויי אז עס זאל זיין לכבוד יום טוב פרישע עפל סיידער,
●דערנאך מאכן מיר עפל קוגעל אין בעקעלעך וואס אונז פריר מיר , בעסיקלי שטיקלעך עפל , צומאל מיט אביסעל ניס פון אויבן, אביסעל מאך מיר אין רעמקינס אזאנע פארצילאנע קליינע מאפין האלטערס פאר די סעודת לכבוד יום טוב, דערנאך איז פערטיג מיט עפל,

●לאמיר רעדן פון היימישע טרינקען לכבוד יום טוב ביי די סעודת,
°עפל סיידער ווי פריער דערמאנט
°פרישע ארענזש זשוס, אונז מאך מיר עס בעיקר א געמיש פון דריי פערטעל ארענדזש זשוס , דערנאך א בערך א פערטעל גרעיפ פרוכט, סאיז א עקסטערע געשמאק, פרובירט עס אויס, מען אויך לייגן אביסעל פרישע לימענע זאפט,
די פראצודער פון עס מאכן איז אזוי, קודם כל קען מען מיט דעם האלטן פארנומען די קינדער פאר א שעה צוויי , מיט א באקס ארענזשעס און א באקס גרעיפ פרוכט האט איר בערך 8 פלעשער , וואס קען אנציען בערך דעם יום טוב, אז נישט מאכט מען נאך, אונז פריר מיר עס נישט, אבער מען קען, עס באקומט א אנדערע טעם,
קודם כל מען קלעבט ארום פלעסטיק טישטעכער , עס מאכט א גרויסע שמוץ , דאבעל הענטשוך אז עס זאל זיך נישט צורייסן, און אויך אז די הענט זאל נישט ווערן ארענזש און אויפגעגעסן פון די עסיד, מען הייבט אן מען שווענקט אפ אלע ארענזשעס אין די סינק באנאזאם; דערנאך שנייט מען אלעס אין האלב אין שיסלעך, און מען הייבט אן די עבודה, אונז נוץ מיר די פוד פראסעער , די Bosch פוד פראסעער האט א פיינע שטארקע מאטאר, מען פילט אן אלע פלעשער דריי פערטעל , און אונז ניץ מיר א זייער , דורך צו זייען די זשוס אז עס זאל זיין לויטער אן שטיקלעך, אזוי ווי וואס מען טרינקט א גאנץ יאר און אויך האלט זיך עס פרישער, עס איז דא וואס גלייכן דייקא מיט שטיקלעך, על וטעם וריח אין להתווכח, דערנאך חוזר חלילה מיט די גרעיפ פרוכט און היידא און א שעה קען מען האבן 7 אדער 8 פלעשער צום געזונט.

ווייטער סעלעדס צו צו עסן מיט די מעין קאורס
●סעלעדס
°חריין ווי אויבן דערמאנט
Cucumber salad°
פרישע געשניטענע קיוקאמבערס מיט צוויבעל און לימענע, זאלץ און צוקער; געמאכט מיט די פוד פראססער ממש אין אפאר מינוט.
Potato salad°
געמאכט פון געקאכטע פאטעיטאס, מיט מייערן שרעדעד , מיט היימישע מאיעניז וואס נעמט ממש אפאר מינוט צו מאכן, מיט שטיקלעך קיוקומבערס אז מען וויל דערינען
Cole slaw°
געמאכט פון שרעדעד קאלאאבי מיט מייערן, היימישע מאינעיז מיט לימענע און צוקער, ממש מען שפירט נישט קיין חילוק פון קרויט,
°beet salad
שטיקלעך צוויקעל מיט ציבעלע מיט לימענע און צוקער
°pineapple carrot salad
פאר עפעס דיפרענט שטיקלעך פיינעפעל מיט שרעדעט קערעטס, מיט לימענע
°מענגא לעטוס סעלעד,
עפעס מער מאדערן, שטיקלעך מאנגא, שטיקלעך בלעטער לעטוס וואס מען נוצט פאר מרור, אוואקאדא שטיקלעך , רויטע צוויבעל לבנה שטיקלעך, א שפריץ מייענעיז מיט לימענע , מען קען לייגען אביסעל פאמעגרענעט , מיט מאנדלען

אז די עולם ווי הנאה האבן וועל מיר אי"ה אראפשרייבן דעם גאנצע יום טוב מעניו מיט רעצעפטען און בילדער אפשר אויך
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

איך זעה דא שמאלץ רינען פון אייערע ליפן.
רעדן פון עסן און פרעסן.

איך זעה נישט דא קיין שום רעצעפט, וואס איך זאל ווען קענען אנקומען צו דאס וואס איהר שרייבט אז איהר ווילט, אז מ'זאל נישט זאגן אז עס איז נשט דא וואס צו עסן.

אפילו וועלכע פענדל איהר ניצט, האט איהר נישט פארציילט וועלכע סארט עס איז, אדער ווי מ'קויפט עס.
ווי אזוי קען איך עס נאכמאכן ביי מיר אין שטוב, אויב ווייס איך נישט וואז צו קויפן?

וואס נאך איך זעה, אז איהר זענט נישט אזוי מקפיד אויף אייערע עלטערן'ס חומרות.
איך יא.

א שיינע פאר זאכן וואס איהר שרייבט, עסן מיר נישט.
איז אפילו אייערע עסן, קענען מיר אויך נישט עסן.
כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:55 am

איז אזוי , וועלכע חומרא למשל בין איך נישט מקפיד פון מיינע עלטערן?
דערנאך וועלכע זאך למשל עסט איר נישט?
דאס פרעסן האב איך געזען ב"ה ביי מיינע זיידעס ע"ה פון די אלטע היים, און דאס איז די זיסקייט פון מיין יום טוב פסח פון עסן לכבוד יום טוב צו די זעט, און דאס איז מיינע זיסטע זכרונות פון יום טוב פון אלס קינד , פון העלפן אריינברענגען דעם יום טוב אין קיך מיטן זיידען,
די נעגעטיוועטי האב מיר ב"ה נישט געזען , איך הייב אן פארשטיין פארוואס סאיז דא וואס קרעכצן, פשוט פסח איז געווען אלס קינד ווי א טראומא
רעצעפטן וועלן נאכפאלגען טאמער סאיז דא א פארלאנג, אבער קודם געגעבן מראה מקומות וואס מען קען אלס מאכן , טאמער קענט איר זיך אויס אביסעל אין קאך , איז נישט שווער מדייק צו זיין וויפעל און וואס, די זאכן קען מען קויפן אין די היימישע געשעפטן , מען דארף פשוט וויסן וואס צו בעטן און פארוואס מען ברויך עס, די עלטערע ארבייטערס וועלן אייך גערן העלפן צו צייגן די tools פארן קיך וואס סאיז גוט פארוואס

איך וויל קלאר מאכן אז מיר קומט אן שווער זיך צו וואשען אויף מצה חול המועד אדער אפילו יום טוב , וועגן פלייש פילט אן איבער גענוג, מיין הויפט עסן איז די פלייש און איבערגעפילט צו די זעט לכבוד יום טוב; טאמער איר עסט נישט קיין פלייש , דאן איז א שטיקעל פראבלעם טאקע
לעצט פארראכטן דורך כשרן פסח אום זונטאג אפריל 14, 2024 4:11 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

וואויל געשריבן

א לינק צו דיינע שמוציגע מייערן פליז
כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

רינגל האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:08 am
וואויל געשריבן

א לינק צו דיינע שמוציגע מייערן פליז
יעדע היימישע גראסערי/סופערמארקעט/פרוכט געשעפט אין די חסידישע געגענטער פארקויפן שמוציגע גרינצייג, אפילו בינגא אויך, איז דאס וואס איר מיינט?
כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

חלק ב'
פאר מען פארגעסט ביי די טאג סעודות טרינקען מיר בארשט צו די פלייש,
●קאלטע בארשט צו די פלייש
אונזער בארשט איז אנדערש ווי רוב , מיין זיידע פלעגט נעמען פריש אויפגעקאכטע בארשט מיט א צוויבעל דערינען , דערנאך איינמאל אפגעקילט עס איבערשלאגן, דאס הייסט אויפגעקראכט רויע אייער און אריינגעמישט מיט די בארשט מיט צוקער און לימענע, עס ווערט ווי אזא קרעפטיגע דרינק , אנדערע עסן הייסע בארשט מיט פאטעיטאס אנשטאט זופ , אנדערע מאכן איבערגעשטאנענע זויערע בארשט,

בקיצור דא שליסן מיר די ליל הסדר סעודה אזש אז סאיז קוים דא פלאץ פאר די אפיקומן...

ווייטער לאמיר גיין ווייטער מיט די טאג סעודות,
נאך קידוש פארן זיך וואשען , עסן מיר הייסע כרעמזלעך, און אויך היימישע קעיק
●הייסע כרעמזלעך
סאיז די זעלבע ווי לאטקעס , נאר געמאכט מיט געקאכטע פאטעיטאס , און אנשטאט זאלץ , מאכן מיר עס זיס מיט אביסעל צוקער, איז אזוי קאכט מען אויף ערב יום טוב א ריזיגען טאפ פאטעיטאס געשניטן אין 4, פאר כרפס, פאר די כרעמזלעך און אויך הערטס אויס וואס,
●געפרעגעלטע געקאכטע פאטעיטאס , דאס איז א טרעדישאן פונעם זיידן, אז מען פרעגעלט אזוי געקאכטע פאטעיטאס ווילאנג עס ווערט קריספי, סאיז מעין עולם הבא מיט חריין פארשטייט זיך , און דאס איז א פסח סטעיפעל פאר צו שפייז פאר די פלייש , אויסער אנדערע סייד דישעס,

כמעשהו בראשונה מיט פאלטשע פיש, דערנאך די פלייש, אונז עס מיר נישט קיין זופ צופרי , וועגן פשוט עס איז נישט דא פלאץ פאר מער ,
די מעין דיש וועט ביישטיין געווענליך די ערשטע טאג איבערגעצויגענע Veal chops, אדער אמאל נישט איבערגעצויגן, ווענט זיך אין די מצב , עס ווערט איבערגעצויגן מיט פאטעיטא סטארטש, אדער סתם געקאכט אן גארנישט,
באמת גוטע פלייש ווי Veal chops און lamb chops האט א גוטן טעם אנדערש ווי בהמה, אז באמת פעלט נישט גארנישט אויס דערצו, אפילו פלייש ווי פלאנקען אדער שארט ריבס פעלט באמת אויך נישט אויס גארנישט,.

צושפייזען לכבוד יום טוב , באמת ווערט מען זאט פון די פלייש בעצם , אבער שוין זאל זיין לכבוד יום טוב,
●סייד דישעס
°געפרעגעלטע געקאכטע פאטעיטאס ווי אויבן דערמאנט
°מעשט פאטעיטאס מיט געדינסטע צוויבעלע
°מעשט סוויט פאטעיטא מיט געדינסטע צוויבעלע אדער אן
°עפל פיי מאפינס אדער קוגל
°סוויט פאטעיטא פיי מיט פאטעיטא סטארטש מיט געמאלענע פיקענס פון אויבן
° סוויט פאטעיטא מיט סקוואש קוגל איינס אויפן אנדערן
°דאולעס פאטעיטע קנישעס אין מאפין פענס
°ראוסטעד געבאקען , געשניטן אזוי ווי פרענטש פרייס אין די לענג,מייערן, צוויקעל, סקוואש, מען קען צולייגן פאטעיטא מיט סוויט פאטעיטא, עס איז מער א געזונטע צו שפייז געבאקען אין אויווען מיט אביסעל זאלץ און אויל/שמאלץ ביז עס ווערט אביסעל קריספי

דערנאך קען מען מאכן כל ערליי בלינצעס, אונז וועל מיר עס על פי רוב עסן חול המועד אלס סייד דיש אדער פארשפייז, מען קען נעמען די פערטיגע בלינצע מיט די פילינג און עס פרעגלען אין אויל , ווילאנג עס ווערט קריספי ווי א קריספי עגג ראלל,
●בלינצעס
°אנגעפילט מיט פאטעיטאס מיט געדינסטע צוויבעלע
°אנגעפילט מיט סוויט פאטעיטא
°אנגעפילט מיט chopped liver
°אנגעפילט מיט שטיקלעך געקאכטע עפל מיט געמאלענע ניס און צוקער צו די זיסע זייט
°אנגעפילט מיט די איבערבלייבענישן פון די טשיקען זופ, צומאלן די טשיקן מיט די גרינצייג צוזאמען , עס איז גראדע גאר גוט
°אנגעפילט מיט pulled beef היינטיגע סטייל
מען קען אויך ארויפגיסן א סאוס דערויף ווי למשל קאכן לאנג עפל מיט צוקער וואס ווערט ווי א עפל זשעם
לעצט פארראכטן דורך כשרן פסח אום זונטאג אפריל 14, 2024 4:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

די שרייבסט פיין
מאכסט מיך הינגעריג
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:04 am
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:55 am
איך זעה דא שמאלץ רינען פון אייערע ליפן.
רעדן פון עסן און פרעסן.

איך זעה נישט דא קיין שום רעצעפט, וואס איך זאל ווען קענען אנקומען צו דאס וואס איהר שרייבט אז איהר ווילט, אז מ'זאל נישט זאגן אז עס איז נשט דא וואס צו עסן.

אפילו וועלכע פענדל איהר ניצט, האט איהר נישט פארציילט וועלכע סארט עס איז, אדער ווי מ'קויפט עס.
ווי אזוי קען איך עס נאכמאכן ביי מיר אין שטוב, אויב ווייס איך נישט וואז צו קויפן?

וואס נאך איך זעה, אז איהר זענט נישט אזוי מקפיד אויף אייערע עלטערן'ס חומרות.
איך יא.

א שיינע פאר זאכן וואס איהר שרייבט, עסן מיר נישט.
איז אפילו אייערע עסן, קענען מיר אויך נישט עסן.
איז אזוי , וועלכע חומרא למשל בין איך נישט מקפיד פון מיינע עלטערן?
דערנאך וועלכע זאך למשל עסט איר נישט?
דאס פרעסן האב איך געזען ב"ה ביי מיינע זיידעס ע"ה פון די אלטע היים, און דאס איז די זיסקייט פון מיין יום טוב פסח פון עסן לכבוד יום טוב צו די זעט, און דאס איז מיינע זיסטע זכרונות פון יום טוב פון אלס קינד , פון העלפן אריינברענגען דעם יום טוב אין קיך מיטן זיידען,
די נעגעטיוועטי האב מיר ב"ה נישט געזען , איך הייב אן פארשטיין פארוואס סאיז דא וואס קרעכצן, פשוט פסח איז געווען אלס קינד ווי א טראומא
רעצעפטן וועלן נאכפאלגען טאמער סאיז דא א פארלאנג, אבער קודם געגעבן מראה מקומות וואס מען קען אלס מאכן , טאמער קענט איר זיך אויס אביסעל אין קאך , איז נישט שווער מדייק צו זיין וויפעל און וואס, די זאכן קען מען קויפן אין די היימישע געשעפטן , מען דארף פשוט וויסן וואס צו בעטן און פארוואס מען ברויך עס, די עלטערע ארבייטערס וועלן אייך גערן העלפן צו צייגן די tools פארן קיך וואס סאיז גוט פארוואס

איך וויל קלאר מאכן אז מיר קומט אן שווער זיך צו וואשען אויף מצה חול המועד אדער אפילו יום טוב , וועגן פלייש פילט אן איבער גענוג, מיין הויפט עסן איז די פלייש און איבערגעפילט צו די זעט לכבוד יום טוב; טאמער איר עסט נישט קיין פלייש , דאן איז א שטיקעל פראבלעם טאקע
וועלכע חומרא...
כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:07 am
(מיין זיידע פלעגט מקפיד זיין דייקא נישט צו עסן בהמה, אבער דאס האב מיר געטוישט)
וואס איך עס נישט?
עטליכע זאכן.

אויב קען איך מיר אויס אין קאך, דארף איך נישט אייערע אנווייזינגען.
דער איינציגער סיבה איך בין אריינגעקומען אין דיין אשכול, איז געווען, טאקע דערפאר ווייל מיינע קינדער שפירן טאקע עס איז נישטא וואס צו עסן.
בין איך געקומען זעהן וואס איך קען פאברעציערן.

זעה איך אז ווען איך וואלט ווען געוואוסט, וואלט איך געקענט קויפן עפעס א פענדל, מיט עפעס א געהיימע שטיקל פונעם בראון צו מאכן עפל דזשוס.
און פלייש קען זיין געשמאק, און אויב עס איך וואס מיין טאטע עסט נישט, קען איך אויך האבן נאך זאכן.

ווען איהר שרייבט ווען פאר אנשים פשוטים כמוני, וואס און ווי אזוי, וואלט איך געקענט מהנה זיין מיינע קינדער.

א יישר כוח פון פאראויס.
כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:35 am

איך שרייב אז ביים ליל הסדר האט ער מקפיד געווען, למעשה מיין טאטע עסט יא, און נאכן פרעגן שטעלט זיך ארויס סאיז נישט דא קיין חומרא פון נישט עסן בהמה פלייש ביים סדר, איך פיר מיך ווי מיין טאטע למעשה , וועגן דעם וועל איך עסן פיש אויך, וועגן מיין טאטע האט יא געגעסן וועגן זיין טאטע האט יא געגעסן!
שטומט?

[/quote]

איר ווילט מיט טיילן וואס איר עסט נישט וואס כאב אויסגערעכענט? אדער סאיז א הערעמאטישע סוד ?
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:38 am

איך הער.
מיין טאטע און זיידע האבן דייקא נישט געגעסן פלייש בליל פסח.
ממילא טוה איך אויך אזוי.

בקיצור, אלעס שטומט.

ברענג רעצעפטן מיט קלאהרע אנווייזונגען.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

@כשרן פסח טענקס! סרינט מיר די שפייעכץ...
כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:35 am
כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:04 am
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:55 am
איך זעה דא שמאלץ רינען פון אייערע ליפן.
רעדן פון עסן און פרעסן.

וועלכע חומרא...
כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:07 am
(מיין זיידע פלעגט מקפיד זיין דייקא נישט צו עסן בהמה, אבער דאס האב מיר געטוישט)

ווען איהר שרייבט ווען פאר אנשים פשוטים כמוני, וואס און ווי אזוי, וואלט איך געקענט מהנה זיין מיינע קינדער.

א יישר כוח פון פאראויס.
וועלכע זאך ווילט איר וויסן מער מדיוק? איך וועל בלי נדר עס פרובירן צו שרייבן,
איך מיין כאב זייער קלאר געשריבן וויאזוי צו מאכן ארענזש זשוס, עפעל סיידער, (נישט עפל זשוס) לאטקעס און נאך , גייט אריין אין אייער לאקאלע געשעפט און בעט פאר א פענדעל פאר לאטקעס נישט צו צוקלעבן צום טאפ און אזוי אויך יעדע זאך וואס איר קויפט פרעגט פונקטליך וואס איר דארפט פארוואס
כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:41 am
כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:38 am
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:35 am
כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:04 am
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:55 am
איך זעה דא שמאלץ רינען פון אייערע ליפן.
רעדן פון עסן און פרעסן.

איך זעה נישט דא קיין שום רעצעפט, וואס איך זאל ווען קענען אנקומען צו דאס וואס איהר שרייבט אז איהר ווילט, אז מ'זאל נישט זאגן אז עס איז נשט דא וואס צו עסן.

אפילו וועלכע פענדל איהר ניצט, האט איהר נישט פארציילט וועלכע סארט עס איז, אדער ווי מ'קויפט עס.
ווי אזוי קען איך עס נאכמאכן ביי מיר אין שטוב, אויב ווייס איך נישט וואז צו קויפן?

וואס נאך איך זעה, אז איהר זענט נישט אזוי מקפיד אויף אייערע עלטערן'ס חומרות.
איך יא.

א שיינע פאר זאכן וואס איהר שרייבט, עסן מיר נישט.
איז אפילו אייערע עסן, קענען מיר אויך נישט עסן.
איז אזוי , וועלכע חומרא למשל בין איך נישט מקפיד פון מיינע עלטערן?
דערנאך וועלכע זאך למשל עסט איר נישט?
דאס פרעסן האב איך געזען ב"ה ביי מיינע זיידעס ע"ה פון די אלטע היים, און דאס איז די זיסקייט פון מיין יום טוב פסח פון עסן לכבוד יום טוב צו די זעט, און דאס איז מיינע זיסטע זכרונות פון יום טוב פון אלס קינד , פון העלפן אריינברענגען דעם יום טוב אין קיך מיטן זיידען,
די נעגעטיוועטי האב מיר ב"ה נישט געזען , איך הייב אן פארשטיין פארוואס סאיז דא וואס קרעכצן, פשוט פסח איז געווען אלס קינד ווי א טראומא
רעצעפטן וועלן נאכפאלגען טאמער סאיז דא א פארלאנג, אבער קודם געגעבן מראה מקומות וואס מען קען אלס מאכן , טאמער קענט איר זיך אויס אביסעל אין קאך , איז נישט שווער מדייק צו זיין וויפעל און וואס, די זאכן קען מען קויפן אין די היימישע געשעפטן , מען דארף פשוט וויסן וואס צו בעטן און פארוואס מען ברויך עס, די עלטערע ארבייטערס וועלן אייך גערן העלפן צו צייגן די tools פארן קיך וואס סאיז גוט פארוואס

איך וויל קלאר מאכן אז מיר קומט אן שווער זיך צו וואשען אויף מצה חול המועד אדער אפילו יום טוב , וועגן פלייש פילט אן איבער גענוג, מיין הויפט עסן איז די פלייש און איבערגעפילט צו די זעט לכבוד יום טוב; טאמער איר עסט נישט קיין פלייש , דאן איז א שטיקעל פראבלעם טאקע
וועלכע חומרא...
כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:07 am
(מיין זיידע פלעגט מקפיד זיין דייקא נישט צו עסן בהמה, אבער דאס האב מיר געטוישט)
וואס איך עס נישט?
עטליכע זאכן.

אויב קען איך מיר אויס אין קאך, דארף איך נישט אייערע אנווייזינגען.
דער איינציגער סיבה איך בין אריינגעקומען אין דיין אשכול, איז געווען, טאקע דערפאר ווייל מיינע קינדער שפירן טאקע עס איז נישטא וואס צו עסן.
בין איך געקומען זעהן וואס איך קען פאברעציערן.

זעה איך אז ווען איך וואלט ווען געוואוסט, וואלט איך געקענט קויפן עפעס א פענדל, מיט עפעס א געהיימע שטיקל פונעם בראון צו מאכן עפל דזשוס.
און פלייש קען זיין געשמאק, און אויב עס איך וואס מיין טאטע עסט נישט, קען איך אויך האבן נאך זאכן.

ווען איהר שרייבט ווען פאר אנשים פשוטים כמוני, וואס און ווי אזוי, וואלט איך געקענט מהנה זיין מיינע קינדער.

א יישר כוח פון פאראויס.
איך שרייב אז ביים ליל הסדר האט ער מקפיד געווען, למעשה מיין טאטע עסט יא, און נאכן פרעגן שטעלט זיך ארויס סאיז נישט דא קיין חומרא פון נישט עסן בהמה פלייש ביים סדר, איך פיר מיך ווי מיין טאטע למעשה , וועגן דעם וועל איך עסן פיש אויך, וועגן מיין טאטע האט יא געגעסן וועגן זיין טאטע האט יא געגעסן!
שטומט?
איך הער.
מיין טאטע און זיידע האבן דייקא נישט געגעסן פלייש בליל פסח.
ממילא טוה איך אויך אזוי.

בקיצור, אלעס שטומט.

ברענג רעצעפטן מיט קלאהרע אנווייזונגען.
מיין טאטע זאל זיין געזונט עסט יא , וועגן זיין טאטע האט אויך געגעסן בהמה פלייש בליל הסדר,

פארוואס ביזטו סטאק געווארן מיט דעם? אז די זיכסט נעגעטיוועטי פון ארבעל ארויס , דאן וועסטו בלייבן דעפרעסט פסח , און חס ושלום דאס איבערגעבן פארן נעקסטע דור השם ירחם, פסח איז באמת די שיינקייט פון אידישקייט , עס איז נישט דא נאך אזא לעכטיגע יום טוב וואס שפיגעלט אפ די לעכטיגקייט פון א איד , סאיז די ריכטיגע צייט אריינצובלאזן וואס מיינט א לעכטיגע יום טוב פאר די קינדער און אין שטוב
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מ'עסט דאך נישט "צלי" פסח נאכט, לויט אונזער מנהג כמבואר בשו"ע סי' תע"ו, און אויך נישט "צלי קדר" ווי דער מג"א שרייבט דארט.
איז, וויאזוי עסטו דיין בהמה פלייש בליל הסדר, געקאכט?
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 10:09 am

אוודאי געקאכט, צלי מיינט געגרילד לכאורה , סיי געקאכט אדער געבאקן דארף לכאורה נישט זיין קיין פראבלעם, און בשר עוף מעג אויך נישט זיין צלי , האט נישט גארנישט מיט בשר בהמה

כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:12 pm

געבאקן איז לכאורה "צלי"!

און געקאכט איז גארנישט אזא מציאה!!

פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

שרייבסט פיין, אונז ברויכן רעצעפטן,
און אויך טיפס ענד טריקס אז מיין ווייב זאל זען אז איך ווייס וואס מ'דארף טוהן, און נישט סתם מאכן א מעסס אין די פסח'דיגע קיטשען..
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:24 pm
כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:12 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 10:09 am
מ'עסט דאך נישט "צלי" פסח נאכט, לויט אונזער מנהג כמבואר בשו"ע סי' תע"ו, און אויך נישט "צלי קדר" ווי דער מג"א שרייבט דארט.
איז, וויאזוי עסטו דיין בהמה פלייש בליל הסדר, געקאכט?
אוודאי געקאכט, צלי מיינט געגרילד לכאורה , סיי געקאכט אדער געבאקן דארף לכאורה נישט זיין קיין פראבלעם, און בשר עוף מעג אויך נישט זיין צלי , האט נישט גארנישט מיט בשר בהמה
געבאקן איז לכאורה "צלי"!

און געקאכט איז גארנישט אזא מציאה!!
וואס איז מיט געבאקענע טשיקן?
געקאכט קען זיין פונקט ווי געבאקען אדער בעסער אז מען ווייסט וויאזוי, אז מען ווייסט נישט, איז געבאקען אויך נישט גוט , דו"ק ותשכח
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

כשרן פסח האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:47 pm

איך מיין אז מ'עסט נישט קיין געבאקענע עוף ליל פסח!
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:58 pm

די מיינסט אדער ווייסט? סאיז א גרויסע חילוק, פרעג דיין ווייב וואס זי מאכט...

אבער אין אונזער פאל רעדן מיר פון עסן בשר בהמה, וואס דאס איז לכאורה סתם א טעות, שטייט נישט אין ערגעץ נישט אז נישט, צלי האט פונקט אזוי א פראבלעם טשיקען אדער בהמה, אין מיין קאכן עקספיריענס איז צלי נישט געבאקן,
צלי איז אזוי ווי די זרוע איז געבראטען אויפן פייער אדער געגריללד, א געגרילטע סטעיק אדער עני בהמה פלייש איז א פראבלעם,
געקאכטע אדער געבאקענע בהמה האט ביי מיר די זעלבע אויסגאנג אגב און ביי יעדע עקספיריענסד קעכער און אויך ביי דיין ווייב
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מ'עסט נישט קיין געבאקענע טשיקן!
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2510
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

לכאורה אלעס וואס מ'מאכט אן וואסער איז לכה"פ צלי קדר.

ייש"כ @כשרן פסח , אינטרעסאנט צו ליינען אויך פאר איינער וואס מישט זיך נישט אין קוך.
יעצט מיט אזא ארסענאל פון אינפאו אפשר יא...

אגב, יו"ט איז נישט נאר עסן, אבער ס'פאסט נישט עס צו רופן פרעסן.
כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

להודות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:50 pm
לכאורה אלעס וואס מ'מאכט אן וואסער איז לכה"פ צלי קדר.

ייש"כ @כשרן פסח, אינטרעסאנט צו ליינען אויך פאר איינער וואס מישט זיך נישט אין קוך.
יעצט מיט אזא ארסענאל פון אינפאו אפשר יא...

אגב, יו"ט איז נישט נאר עסן, אבער ס'פאסט נישט עס צו רופן פרעסן.
אן וואסער דייקא וואסער ? אדער ווי למשל וויין, טשיקען זופ, ארענזש זשוס וואס איז די דין?
דאכט זיך אז קיינער קאכט/באקט נישט קיין טריקענע פלייש אן קיין לחלוחית
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: מיין פסח רעצעפט און טאג בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

שכח @כשרן פסח כ'האלט נאך אינמיטן ליינען און ס'איז געוואלדיג!!!

איך נוץ אויך די שמיציגע מייערן, אבער איך זעה נישט קיין שום חילוק פון דעם און די לויזע מייערן אגאנץ יאר (כ'מיין צו זאגן נישט די בעגס) איז וואס איז די מעלה אז ס'איז שמיציג? אז מ'עקל זיך דערפון און אז אין גראסערי זיכט מען וואו אפצורייבן די שמיציגע הענט?
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”