ברוב רחמי השי"ת!! שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק פארמיטן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19903
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

ברוב רחמי השי"ת!! שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק פארמיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ברוך שעשה ועושה ניסים לאבותנו ולנו בימים ההם ובזמן הזה!...

הגם שאין דרכי בפתיחת אשכולות איז אבער ההכרח לא יגונה... עס איז א שטיקל בושה און תביעה אז ס'נאך נישטא כאטשיג איין אשכול אויסצודריקן אינזערע טיפע געפילן פון שבח והודאה להשי"ת על כל הטוב אשר גמלני בפרט על הנסים והנפלאות הגלויים אשר עשה עמני דעם ערב יום טוב אין ירושלים עיר הקודש, ווען השם יתברך שמו האט ברוב רחמיו וחסדיו געזאגט פארן מלאך המשחית הרף און אפגעשטעלט צוויי רוצחים מבני ישמעאל פון אויספירן זייערע בייזוויליגע פלענער צו הרג'ענען אידישע קינדער רח"ל.

התבונני נא, ח"ו אויב זאל ווען די אפענע ניסים נישט געווען און די רוצחים ימ"ש וואלטן חלילה וחס מלהזכיר אויסגעפירט זייערע שרעקליכע פלענער היל"ת, וויפיל אשכולות און בלעטער מיט תגובות וואלטן זיך פארמערט אן אויפהער? וויפיל וואלט מען געווען פארנימען צו רעדן דערפון און קייען און קייען די נייעס מיט אנגסט און ווייטאג? יעצט אז השי"ת האט זיך דערבארעמט אויף אינז און בדרך נס גלוי אינז אפגעשוינט פון פארלירן און באקלאגן אזויפיל אומשילדיגע היימישע אידישע נפשות.. ווי זענען אינז נעלם געווארן? ווי איז אינזער הכרת הטוב? עס וואלט דאך געדארפט זיין די געשפרעך פון טאג פאר וואכן לאנג, עכ"פ נישט וויינגער ווי אויב חלילה זאל ווען פאסירן דאס פארקערטע..

חלי אנחנו ולא מרגשי, ליידער א פארשעמנדע מציאות... איז אבער אינזער פליכט דאס צו איבערקומען און זיך שטארקן אין די מדה פון הכרת הטוב בפרט ווען עס איז נוגע כלפי הקב"ה.

די גרעסטע כח וואס מיר באזיצן צו ממשיך זיין חסדים און ישועות מאתו יתברך איז דורך אנערקענען און לויבן אויף די שטענדיגע ניסים ונפלאות וואס ער טוט מיט אינז, בפרט ווען עס קומט אינטער אזא אור בתוך החושך, אזא גילוי נפלא בעומק ההסתרה שבתוך ההסתרה ווי עס שרייט ארויס דער אף גם זאת בהיותם בארץ אוביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם! וויפיל דארפן אינז לויבן און דאנקן, וויפיל דארפן מיר זיך מתבונן זיין אין אינזער גרויסן פאטער וואס מיר האבן, אינזער טאטע וואס היט אויף אינז אפילו אין די גרעסטע חשכות. לאמיר אלע אוועקגעבן אפאר מינוט און זיך מתבונן זיין ביני לבין עצמנו איבער דעם גרויסן באשעפער וואס האט אינז אזוי ליעב און טוט מיט אינז ניסים ונפלאות. לאמיר רעדן איינער צים צווייטן און ארויסהייבן די גרויסע חסדי השי"ת שעשה עמנו.

וכימי צאתנו מארץ מצרים אראנו נפלאות זאלן מיר זוכה זיין נאך דעם חודש אשר ישועות בו מקיפות צים בניסן עתידין ליגאל מתוך שמחה ושלמות, ונזכה לראות בישועתן של ישראל בב"א
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: שוידערליכךע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אמן.
דער אויבערשטער האט נישט געמאכט חזקיהו משיח ווייל ער האט נישט געזאגט שירה על הנס.
איז הודאה אויף די ניסים דער אויבערשטער מאכט ברענגט אונז נענטער צו דער גאולה שלמה
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

אקעי לאמיר אנהייבן צו שנירן אן אשכול

איז געווען א געיט אדער נישט...

וויצן אין א זייט געלייגט. א הייליגע תגובה גאר גאר א ריכטיגע נקודה. דאס איז אומגאגרייפבאר ווי אזא אפענע נס אין מיטן העלן טאג אויף ערב פון אז רוב ניסים הפלאת בפסח . א נס גלוי וואס איז זאגאר אויפגעכאפט אויף ווידיאו.

מען זעהט דא בחוש ובגלוי, אז ווען אזא געשעעניש שפילט זיך אפ איז דא א פונקטליכע השגחה און א יד השם ווען דער באשעפער וויל וועט די רעוואלווער שיסן און ווען נישט נישט. אזוי ווי ווען אזא פאסירונג לאזט זיך אויס אין א טראגעדיע ר''ל פארשטייט יעדער אז עס איז א פאטש פון הימל, אזוי איז דא איז געווען א קלארע גלעט פון הימל.

ווען טראגעדיעס פאסירן זענען מיר געוואוינט צו בעטן, באשעפער ווייז אונז דיינע חסדים אן קיין הסתרת פנים, זיי אונז מעורר מתוך חסדים און נישט דורך דינים. אט דאס האט יעצט פאסירט !

באשעפער איך דאנק דיר פאר די קריסטאל קלארע הארת פנים
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו.

פאר די וואס ליינען נישט קיין נייעס... קען איינער בקיצור שרייבן וואס האט - נישט - פאסירט? ישר כח
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24945
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איין זאך קען איך זאגן אז צוליב דער ערב פסח אנצויגנהייט... פארנומען האט מען עכט נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן וכו' דאנקען... איך למשל האב נישט געפענט דער קאמפיוטער ערב פסח ...

איין זאך יא פסח ביים סדר האב דערציילט דער ניסים פאר מיינע קינדער.. אין געזאגט אז מען קען לויבן אין דאנקן פארן באשעפער פאר דעם אויך...

עכ"פ יה"ר אז מען זאל שטענדיג קענען לויבן אין דאנקען אויף זיינע גרויסע חסדים נגלויים ונסתרים אכי"ר
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

עירמאנט'ער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 9:02 pm
הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו.

פאר די וואס ליינען נישט קיין נייעס... קען איינער בקיצור שרייבן וואס האט - נישט - פאסירט? ישר כח
פון דא און ווייטער

viewtopic.php?p=5054170#p5054170

דא איז א ווידעא
ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:36 am
אוועטאר
אגם המלך
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 11:59 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אגם המלך »

עירמאנט'ער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 9:02 pm
הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו.

פאר די וואס ליינען נישט קיין נייעס... קען איינער בקיצור שרייבן וואס האט - נישט - פאסירט? ישר כח
צוויי אראבער האבן אריין געפארן און א גרופ פון 3 בוחרים וואס האבן פאברענגט אויף די סיידוואק, דערנאך האבן זיי ארויס געקומען פון זייער קאר מיט א לאנגע ביקס און פראבירט שיסן אויף די בוחרים ר"ל, און די ביקס האט געדזעמט (פארפרוירן) און זיי האבן זיך אויסבאהאלטן אין איינע פון די היימישע געשעפטן אין שטאט.
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

אין בעל הנס מכיר בניסו.
אוֹדְךָ עַל כִּי נוֹרָאוֹת נִפְלֵיתִי נִפְלָאִים מַעֲשֶׂיךָ וְנַפְשִׁי יֹדַעַת מְאֹד.

יישר כח פארן מעורר זיין.
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

@מומחה יוחס האט שוין פארענטפערט - די אנגעצויגענע ערב פסח טאג האט פארווישט אסאך תגובות.

אבער די הכרת הטוב און הודאה להשי''ת האבן מערערע אידן ארויס געברענגט ביי נשמת כל חי סיי ביי די סדרים און סיי ביי תפילות החג.

אשכולות אויף אייוועלט זענען מער ווייניגער געאייגענט פאר נייעס אנאליזן און לענגערע שמועסן.

דאנקען דעם אייבערשטען - פאר דעם האבן מיר א תהלים און א מחזור/סידור.

אבער ההכרח לא יגונה @סטאוו יא פיטא האט א שטיקעלע פוינט און עס איז א שיינע געדאנק צו מייחד זיין אן אשכול מיוחד פאר די נס.
אבער סטאוו, איר זאלט זיך נישט רעגן אויף מיר אז איך גיי פארפלייצן אייוועלט מיט נשימה אשכולות ''על כל נשימה ונשימה תהלל י-ה'' - מיר זענען מסובב מיט ניסי ה'בכל צעד ושעל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
מדה טובה
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:16 am

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדה טובה »

גאר א שטארקע אשכול דאס.
יישר כוח פארן פותח פארן מעורר זיין.

ואילו פינו מלא שירה וכו' אין אנחנו מספיקין להודות לך ד' או''א וגו'
אזזזוי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 24, 2023 11:26 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזזזוי »

יאפ! א שטארקע נקודה ארויסגעברענגט.
יעדע מינוט געשענט ניסים, סאיז אבער גאר אנדערש ווען מזעהט עס אפענערהייט!!
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

גאר גערעכטע און וויכטיגע אשכול.

נסים גלוים לעני השמש! מ'קען לויבן און לויבן אויף דעם און נישט אויפהערן.

כ"ק דער באבובער רב האט עס דערמאנט ביים סעודת אסתר, ארויסברענגענדיג די גרויסע אפענע חסדים וואס דער באשעפער האט אונז געוויזן מיט דעם גרויס'ן נס.
דער רב האט עס דערציילט בשם א נאנטע קרוב וואס וואוינט אויף יענע גאס און מיטגעהאלטן די מצב.
אויך האט דער רב דערמאנט אז ממש אויף יענע גאס ווערט געפלאנט די גרויסע נייע באבובער שול אינעם הארץ פונעם אמעריקאנער געגענט.
היה אומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:39 am

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היה אומר »

וואסע פשט אז דרעזנער האט נאכנישט קיינער פון די 4 בחורים
אויף די בתוך רבים אהללנו מצוה דרייוו
ביי סאך קלענערע ניסים מאכט ער א איבערקערניש
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

היה אומר האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:10 am
וואסע פשט אז דרעזנער האט נאכנישט קיינער פון די 4 בחורים
אויף די בתוך רבים אהללנו מצוה דרייוו
ביי סאך קלענערע ניסים מאכט ער א איבערקערניש
דרעזנער ארבעט נישט חול המועד
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

5859636445168386581_121.jpg
5859636445168386581_121.jpg (220.23 KiB) געזען 5125 מאל
אוועטאר
twin towers
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 22, 2023 7:54 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך twin towers »

Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מומחה יוחס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 9:22 pm
איין זאך קען איך זאגן אז צוליב דער ערב פסח אנצויגנהייט... פארנומען האט מען עכט נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן וכו' דאנקען... איך למשל האב נישט געפענט דער קאמפיוטער ערב פסח ...

איין זאך יא פסח ביים סדר האב דערציילט דער ניסים פאר מיינע קינדער.. אין געזאגט אז מען קען לויבן אין דאנקן פארן באשעפער פאר דעם אויך...

עכ"פ יה"ר אז מען זאל שטענדיג קענען לויבן אין דאנקען אויף זיינע גרויסע חסדים נגלויים ונסתרים אכי"ר
איך האב געטראכט דערפון ביים סדר און געלויבט דעם אייבערשטען אין הארץ אבער נישט געוואלט רעדן דערפון צוליב נישט צו דערשרעקן די מסובין
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3428
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

ניסים אין ירושלים - הב' יודא ארי' פיש - צדקה תציל ממוות - די שיסער האט יא גע'ארבעט
קרעדיט: פרדס שלמה
הרב ישעי' גוטפארב - על המצב בא''י
LIVE from Yerushalayim!! - R' Avrohom Wiesenfeld
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35603
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מצוה בעידנא דעסיק בי' מגנא ומצלי
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

היה אומר האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:10 am
וואסע פשט אז דרעזנער האט נאכנישט קיינער פון די 4 בחורים
אויף די בתוך רבים אהללנו מצוה דרייוו
ביי סאך קלענערע ניסים מאכט ער א איבערקערניש
אינטערוויו: "יְמִין ד' רוֹמֵמָה", קאנפרענס אינטערוויו צווישן די 4 בעלי הנס, וועלכע זענען מיט נסים ונפלאות געראטעוועט געווארן ביים בלוט דורשטיגע טעראר אטאקע פארלאפענעם ערב פסח, "אָז רֹב נִסִּים הִפְלֵאתָ בַּלַּיְלָה": כנגד ארבעה בנים: יוסף הערשנבוים / משה הערשנבוים / מענדל פיש / יודא פיש / מיטן טאטן
https://www.yiddish24.com/interviews/12/105157
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

איינער האט אפשר די ווידיאו פון די אינטערוויו?

אינטערוויו: אוֹהֲבֵי ה' הַמְחַכִּים בְּבִנְיַן אֲרִיאֵל", פרישע זיכערהייט-קאמרעס דעקן אויף אז די בלוט דורשטיגע טעראריסטן אין רוממה, האבן גאר פראבירט קודם אריינדרינגען אינעם דערנעבעדיגן ביהמ"ד בנין אריאל לינז, "אִישׁ עַל מַחֲנֵהוּ וְאִישׁ עַל דִּגְלוֹ": קאנפרענס אינטערוויו מיט הרב חיים הערש ווידער, זון פונעם רב און א מתפלל ביהמ"ד
https://www.yiddish24.com/interviews/12/105156
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 9:23 pm
עירמאנט'ער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 9:02 pm
הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו.

פאר די וואס ליינען נישט קיין נייעס... קען איינער בקיצור שרייבן וואס האט - נישט - פאסירט? ישר כח
פון דא און ווייטער

viewtopic.php?p=5054170#p5054170

דא איז א ווידעא
ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:36 am
אומגלויבליך! אילו לא ראיתי לא האמנתי!
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק - פארמיטן ברוב רחמי השי"ת!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

ארבעטסגעבער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:53 am
איינער האט אפשר די ווידיאו פון די אינטערוויו?

אינטערוויו: אוֹהֲבֵי ה' הַמְחַכִּים בְּבִנְיַן אֲרִיאֵל", פרישע זיכערהייט-קאמרעסדעקן אויף אז די בלוט דורשטיגע טעראריסטן אין רוממה, האבן גאר פראבירט קודם אריינדרינגען אינעם דערנעבעדיגן ביהמ"ד בנין אריאל לינז, "אִישׁ עַל מַחֲנֵהוּ וְאִישׁ עַל דִּגְלוֹ": קאנפרענס אינטערוויו מיט הרב חיים הערש ווידער, זון פונעם רב און א מתפלל ביהמ"ד
https://www.yiddish24.com/interviews/12/105156
ווי קען מען זען די פרישע זיכערהייט קעמרעס פוטעדזש?
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3428
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ברוב רחמי השי"ת!! שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק פארמיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:10 am

נ.פ.ש.ה.

אומגלויבליך! אילו לא ראיתי לא האמנתי!
https://drive.google.com/file/d/17hype0 ... fkmSV/view
https://drive.google.com/file/d/1m-W8kz ... jO4D_/view
אפשר כדי נישט צו קוקן די ערשטע
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ברוב רחמי השי"ת!! שוידערליכע טעראר אטאקע אין צענטער פון ירושלים עיה"ק פארמיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

געהערט א גוט ווארט: אונז לערנען אויס אונזערע קינדער וכו׳ אז אויב דער באשעפער וויל שיסט א בעזים אבער מער גערעכט וואלט געווען זיי צו לערנען אז אויב דער באשעפער וויל שיסט א ביקס…
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”