פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

וועלקאם בעק.

האמיר ארויסגעטשעקט פאר אפאר טעג און נתעלה געווארן צום פאזיציע פון כ"ק אדמו"ר, געפארן אויף מנוחת הנפש קיין נארט מיאמי בעיר המעטירה פלארידע.

איך ווייס אז ביים געווענליכן וואקאציאנירער איז דאס עצם "פארן" נישט קיין ביג דיעל, מ'פארט אהין, פארטיג.

ביי מיר איז עס אבער געווען א דראמאטישע זאך, זינט ס'דאס ערשטע מאל וואס איך פאר אויף א וואקאציע, און דאס ערשטע מאל וואס איך פאר מיט א טראנספארטאציע מיטל גרעסער ווי א מאנרא באס (טעכניש בין איך שוין געפארן אויף א נסיעה פאר די חתונה אבער דאן האב איך ניטאמאל געוואוסט מיט וועלכע עירליין מ'גייט, ס'געווען א משפחה נסיעה וואו איך האב גארנישט קעיר גענומען חוץ האלטן מיין רענצל איז א שאכטל נודל-סופ [וואס מהאט אהיימגעברענגט גאנצערהייט]), און די גאנצע זאך איז מיר געווען פרעמד.

איך האב שוין דא ערווענט ערגעצוואו דאס אז א געוויסע גרופע וואו איך פארברענג מיט ידידים איז פולקאם געהיידזשעקט געווארן דורך מיר מיט'ן אפאראציע "פלארופצי", צו אוועקשטעלן דעם פלארידע פאר פופצי ווי עס געהער צו זיין.

מ'האט אנגעהויבן פון די טיקעטס, ס'געווען הויך ליצנות דארט, איך האב נישט געוואוסט צי איך דארף האבן א פאספארט, צי מ'דארף האבן א פיזישע טיקעט ארויפצוגיין אויפ'ן פליגער, און וויאזוי מ'נעמט מיט גרויסע פעקלעך, בעיסיקלי דער גאנצער נושא פון א פליגער איז מיר געווען פרעמד.

דער ציבור האט געטריבן נאסע קאטאוועס פון מיר... איינער האט מיר געזאגט אז ער האט מיר א טיקעט אויף א פליגער וואס מאכט 3 סטאפס און די דריטע איז אין פלארידע, א צווייטער האט געזאגט אז אינעם טיקעט פרייז איז נישט אריינגערעכנט דער טיפ וואס מ'מוז געבן פאר'ן פילאט, א דריטער זאגט מיר סלוינט זיך צו נעמען א פענסטער זיץ ווייל מ'קען עפענען דעם פענסטער און שעפן פרישע לופט, א פערטער האט געזאגט אז א וואלמארט פלאס מעמבער באקומט אן ערשטן קלאס זיץ, איינער האט מיר פרובירט צו ערקלערן דעם נושא פון פוינטס אז יעדע מאל מ'פליט באקומט מען פוינטס און נאך טויזנט פוינטס גייט מען אריין אין א גורל, און אזוי איז געפארן וויצן בשעת ווען איך באבל אוועק...

למעשה, נאך אלע וויצן, דארף איך זאגן אז מיין וואקאציע איז צו פארדאנקען יענע חברים, מיין טיקעט, קאר רענטאל, ווילא, אלעס איז מסודר געווארן מיט זייער הילף. בס"ד.

למעשה, ענדליך ענדליך, טרעפן מיר זיך אינעם וועסטשעסטער לופטפעלד. איבריג צו זאגן אז דארט האב איך אויך נישט געוואוסט גענוי וואס מ'טוט, אבער יא, למעשה האב איך זיך געטראפן אויפ'ן פליגער.

איך בין שוין טאקע געפלויגן אלס חתן, אבער דאך האב איך נישט געדענקט אז די פענסטערס אויפ'ן פליגער זענען אזוי פיצי, ס'מיר געווען א חידוש, און ווען דער פליגער האט זיך גענומען קוויטשענען איידער'ן זיך הייבן האב איך זיך געמאכט ווי איך האב נישט מורא...

אנקומענדיג אין פלארידע זעמיר ארויסגעקומען פון לופטפעלד און איך בין אנטוישט געווארן, הייס, נאס, און שטיקיג, איז געווען. אבער ב"ה שפעטער איז בעסער געווארן און פון דארט און ווייטער זענען געווען ספעציעל שיינע וועטערס די גאנצע צייט וואס מ'האמיר געוויילט דארט, אזש ס'האט זיך געגלוסט צו אויפעסן די לופט.

א שאטל פירט אונז צום קאר רענטל, און דארט טרעף איך זיך ווידער אין פלאנטער, ער אפפערט א גאנצע רייע מיט זאכן וואס איז סעמי וויכטיג, וויכטיג, אדער קריטיש וויכטיג, צו נעמען און באצאלן נאך "קליינטשיגע" אפצאלונגען, ביז ווען איך האב זיך הויך צעלאכט און אים געפרעגט צי ער כאפט אז איך האלט שוין ביי דאפלט פון די אריגינעלע פרייז, דער יוקל פארקלאפט די הענט און זאגט מיר "נע, דאס זענען אלעס קלייניגקייטן, קוק נישט אויף די טאטעל...". שוטה.

שטיי איך דארט ביים דעסק און איך רייס אריין צו מיינע טרעוול אגענטן הנ"ל און איך פרעג וואס צו טון, למעשה האמיר גארנישט גענומען חוץ אינשורענס וואס דער אינגערמאן האט מיר געסטראשעט אז אויב וויל איך נישט ווערן ארעסטירט און אנזעצן מיין וואקאציע מוז איך עס האבן. איי, כהאב געמאכט עפעס אינשורענס ווייסעכוואס אויף מיין עימעקס קארטל וואס מיינע ידידים האבן מיר געזאגט אז דאס קאווערט אלעס און מ'דארף נישט נעמען אינשורענס? גיי פליי א רעטעך. אזוי איז עס.

מסכים, מיט מיין שיינע נייע ווייסע גלאנציגע קארעלע רייט איך ארויס פונעם געביידע, גראד אריין אינעם רוישיגן פארקער. ס'האט נישט גענומען מער ווי א האלבע מינוט איך זאל זען די וויכטיגקייט פון אינשורענס... געפעלט א האר איך זאל צוסמעשן עפעס א טייערן אויטא... מיינע אויגן האבן נאך געשווינדלט, און איך טרעף איך אויף א פלארידאנע 4 ליניעס הייוועי.

איך מוז עס געבן פאר'ן געערטן גאווערנאר דעסענטיס פון פלארידע, הערליכע ראודס, אלעס אזוי שיין און פאנאראמיש. איך ווייס נישט פארוואס, דער זעלבער ראוד וואס אין פלארידע זע איך אין די זייטן שיינע פלאנצונגען אדער כאטש א ריינעם טראטואר, איז אין ניו יארק אדער א ראסטיגער צוים אדער א קרעין מיט גרויסן אראנדזשע בלאקערס וואס שטעלן דעם בילד כאילו מ'האלט דארט פעסט אינמיטן קאנסטרוקציע שוין פאר ווייסעכוויפיל יאר.

אינמיטן וועג זע איך אזא גרויסע סעלף סטארעדזש געביידע... חחח... גיי פארשטיי פארוואס איינער זאל סטארעדזשן זיינע חפצים אינעם ווייטן פלארידע... ער פארט אהער יעדע מאל ער וויל ארויסנעמען זיינע סוכה ברעטער? נו שוין. נישט יעדער האט שכל.

הערליכע טייטל-ביימער ביי די זייטן פון די שטראזן. איינער צייגט מיר אז די טייטלביימער האבן אויבן, פאר די בלעטער, אזא גראבע שיכט וואס נעמט ארום דעם בוים. ער זאגט אז דארט וואקסט די בארימטע "פאלם טייטס". מעגליך.

עניוועי, מיין גאנצע וואקאציע מיט פרטים און דקדוקים גלייב איך איז נישט אינטערסאנט. העמיר צוגיין צום הויכפונקט, דאס איז דער בית המדרש "קהל חסידים" און נארט מיאמי, וואו מיר האבן אפגעראכטן די געהויבענע תפלות.

בית המדרש "קהל חסידים" - צפון מיאמי עיר החסידות פלארידע יצ"ו

ויהי ערב ויהי בוקר, מגייט דאווענען שחרית אינעם לאקאלן שוהל'כל.

אנקומענדיג אהין טרעף איך אזא פארקינג לאט וואס כהאב נאך יעצט נישט געפיגערט וויאזוי ס'ארבעט, מפארקט אפיציעל דאפלט, און דער אינעווייניגסטע קאר קען זאגן ויהי נועם צו קענען ארויספארן. באט עניוועי.

די גאנצע פארקער איז אויף האלד, מאטי שטיינמעץ שטייט מיט איין פוס אין זיין קאר, און אפאר אינגעלייט מוזן צוקומען אים באגריסן און כאפן בילדער. אקעי, איך ווארט. צעלעב איז צעלעב.

דאס ביהמ"ד איז אזא קליינע געביידעלע, מיט א ברייטן אריינגאנג. אה, אנטשולדיגט, מ'קען נישט נוצן דעם טיר. גוט, איך גיי אריין פונעם הויפט אריינגאנג, די פייער עסקעיפ רעמפ.

א שיינע מקוה'לע צוגעשטעלט, עפעס א מאסיוון קאמפיין קומט פאר אין מקוה, צעטלעך הענגען אין לאנגע רייעס איינס נאכ'ן אנדערן דערמאנענדיג מיר פון די היציגע וואל סעזאנען ביינונז אינדערהיים. למעשה איז עס גארנישט ספעציעל, נישט נעמען קיין 2 האנטוכער. אקעי.

נאכ'ן מקוה בין איך געבליבן שטיין א געפלעפטער אינעם קליינטשיגן פארצימער. נישט ווייל עפעס האט מיר דארט געכאפט, נאר ווייל דארט האב איך ענדליך געטראפן אביסל עיר קאנדישאן... און דא הייבט זיך אן דער פראגראם...

איך קום אריין טרעף איך א לאנגן טיש מיט נארהאפטיגע פרישטאג צוגעגרייט. נארהאפטיג האב איך געשריבן? איך ווייס נישט וועמענ'ס נאר איז אזוי האפטיג, אבער איך וואונדער זיך שוין לאנג פארוואס ווען א נישט-אונגארישער מאכט אן אייער-שפייז וועט עס אלעמאל אויסקוקן ווי א גרינע געמויזעכטס מיט אפגע'פגר'טע מורישקעס דערין, און פארוואס אויף די וועלט שטעלט מען צו פאר פרישטאג אזעלכע פאטעטאס מיט א מיליאן ספייסעס וואס בלויז דער גערוך דערפון ציפט אין די געדערים. עפעס אן איזראעלי יאנגסטער שטייט דארט ביים טיר און כאפט אריין אפאר שטיקער פאטעטא און שרייט צו זיין חבר "הע! מאוד טעים!" איך קען נישט דעם שפראך, אבער איך גלייב אז טעים מיינט עפס אזאנס ווי "פאני".

אויפ'ן טיש ליגט א טעלער מיט בערך 4 אהאלב סלייסעס טאמעטא, יעדער נעמט איין פיצי שטיקל און מ'דערקוויקט זיך. די גאר פארגעשריטענע זע איך אפילו נעמען דעם אויסגע'טאמעטא'טן רעפטל אין א טישו פאפיר. איך פארשטיי באמת נישט וויאזוי די מענטשן עסן אזוי, אבער איך זע אז דער ציבור דערקוויקט זיך ערנסט.

למעשה זע איך דער פרישטאג איז צוגעשטעלט לעילו נשמת עפעס א נאמען ווי צפנת פענח בת מתושלח, סא איך זע אז ס'געהער טאקע נישט צו אונז אונגארישע...

ענדליך ווערט שוין עפעס היימישער, דער אנדרייער דארט, א אידל מיט א רויטן בארד און נאך רויטערן געזיכט, קוקט אויס ווי דער משמש אדער וואס, קומט ארויס מיט א פלעשל ברוינפן! אה, ענדליך עפעס היימישן.

מיטאמאל הער איך אבער ווי ער מאכט הויך א חשבון אז אין באר קאסט איין שאט צוואנציג דאלער, איך ווייס נישט פון וואו זיי אלע ווייסן, אבער ס'געווארן א גרויסן געטומל דארט, און די אנוועזנדע שרייען אז א קליינע ברוינפן קאפ קאסט ביליגער, למעשה שטעלט ער אראפ אז ער געבט פאר "10 בּאָקס" א ברוינפן גלעזל... ס'ווערט מיר געהעריג גוט... אפאר חברה דארט צאלן איין, און איך האלט זיך איין פון שרייען אז ביי אונז אין ביהמ"ד וועט מען אים צוצאלן זיך צו זעצן צום תיקון טישל.

די געשטאלטן דארט אינעם ביהמ"ד זענען היבש געמישט, פארהאן די לעפקאוויטש סארט אידן מיט די פארמאכטע דרייפערטל רעקלעך און שטאפענע הוטן וואס זעצן זיך לערנען ארטסקרול, מער די רבי'שע וואס קומען אריין מיט די כאלאט-בעקיטשעס, אדער סתם רענדאם אינגעלייט וואס אינדרהיים גייען זיי אן אלטן אפגעריבענעם ביבער הוטל און דא קומען זיי אריין מיט א טישורט און קראקס אן זאקן, ווייל גיי פליי א רעטעך ער איז אויף וואקאציע, און באזונדער איז דא א געמיש פון פרעמדע קרייזן.

מאכנדיג א קאווע הער איך עפעס א אינגערמאן לאכן און פארציילן פאר עפעס א מער פרומערער איד וואס האט אים באגריסט אז אמאל פלעגט מען נישט קוקן אויף אים, ער איז געווען דער אויסווארף, אבער היינט געבט מען אים כבוד.

איך שטעל צוזאם אז דער איז א שטיקל דראפ-אוט וואס האט היינט אסאך געלט אדער וואס.

שפעטער אבער שטעלט זיך דער בילד ארויס אנדערש. דער אינגערמאן שיינט גראדע צו זיין א פרומער, דרייט אן מנינים און דאוונט הויך אויפן קול יעדעס ווארט. אבער דער קלימאקס איז געווען ווען איינער איז צוגעקומען צו אים נאך געלט פאר א איזראעלישן ארגאניזאציע.

דא האב איך קלאר געזען אז אין אים טוליעט א סאטמארן פלאם... ער נעמט זיך יענעם באוואשן אז מ'טאר נישט שטיצן די זאכן, ס'איז התגרות באומות, און זיי זענען זיך אליינס שולדיג אין אלע צרות...

יענער פרובירט צו פארענטפערן אז למעשה ליידן זיי, אבער ער טענה'ט אז זיי ליידן ווייל זיי האבן זיך אליינס געלייגט אין פיסק פון לייב, און מורד געווען אינעם אויבערשטן, און ער פאכעט אים מיט א קרן הצלה פושקע זאגנדיג "דא לייג איך מיין שטיצע פאר אידן פון ארץ ישראל! טויזנטערס לייג איך דא אריין!". אשרי לו.

אין ביהמ"ד איז געווארן א טומל... איינער פון די אנדערע זייט שרייט "לאז אים אפ! ווילסט נישט געבן, געב נישט! אבער זיי אים נישט מבזה!", א צווייטער שרייט צום ערשטן שרייער "זיך אריינמישן אין א מחלוקה איז דאס ארגסטע! ס'מאכט נאר ערגער! זיי שטיל!", ביז אינמיטן ערשיינט פון אונטער דער ערד עפעס אן עלטערערע איד מיט א דאשיק, קוקט אויס ווי ער געדענקט נאך אליפורני אין די געזונטע יארן, און נעמט זיך טאנצן א פייערדיגן "ליהודים" ביים באלעמער אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ביהמ"ד אין א געלעכטער...

דער בעל תפלה ביים עמוד וויינט אז ער וויל זאגן קדיש, אבער דאס ביהמ"ד גייט חרוסת... מיין קאווע גיסט זיך כמעט אויס פון געלעכטער... מ'טענה'ט זיך אויף קעסל און כלים, און עפעס א צווייטער גבאי צדקה פרובירט צו מאכן אן אייגנארטיגן שלום אפמאך, אריינשטעלנדיג זיך צווישן די צוויי און זאגנדיג פאר דעם אינגערמאן זאל אים געבן אנשטאט פאר יענעם ושלום על ישראל...

באזונדער איז אינטערסאנט צו באמערקן די עלטערע אידן וואס וויילן דארט פאר אפאר וואכן, די חברה שפירן באמת ווי ביי זיך אין ביהמ"ד... די חברה פירן זיך אינג און ענערגיש, דער רוקט דעם באלעמער, דער צווייטער רוקט צוריק, דער נעמט צאם ספרים, א פערטער ווארפט גענוצטע קאפס אין גארבעדזש, די חברה לעבן דארט א מחי'.

אויפ'ן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט מיר א ציטער באנומען, איך טרעף דארט א איד וואס קוקט אויס פון א גאר פרעמדן קרייז, אבער איך דערקען אים... ער קומט צו צו מיר און הייבט אן אויסגיסן זיין שווערע פעקל, און איך פרעג אים צי ער הייסט כך וכך און ער ענטפערט יא. איך האב זיך אידענטיפיצירט פאר אים, און ער האט שנעל געכאפט ווער איך בין.

דאס איז א חבר מיינער פון ישיבה קטנה. א שווערע יוגנט האט ער נעבעך געהאט, און איך פלעג טעגליך רעדן מיט אים לאנגע שמועסן און פרובירט צו מחזק זיין. ביז איין טאג האבן די אומשטענדן געפירט אז ער האט געדארפט גיין לערנען ערגעץ אנדערש. איך האב אלעמאל געהאפט אז ס'כאטש געבליבן עפעס א שם ושארית פון אים, ער איז געווען א פארוואגלטע נשמה אן קיין גואל הדם און געשטאנען פאר זייער שווערע נסיונות.

דא טרעף איך אים. ער פארציילט אז ער האט חתונה געהאט, ס'האט זיך אבער נישט געהאלטן לאנג. ער האט זיך צעטיילט שוין נאכן האבן א קינד, און יעצט שטייט ער אויס צרות פון זיין פריערדיגע ווייב. ער צאלט שווערע געלטער טשיילד סופארט, אבער זעט כמעט נישט זיין קינד. ער זיצט אין ריזיגע חובות און פרובירט זיך שטעלן אויף די פיס.

מיין הארץ איז ממש צעגאנגען פאר אים, און אים געגעבן א שיינע נדבה. זאל אים דער אויבערשטער אויפרעכטן.

אינדרויסן הער איך ווי דער משמש געבט א שטיקל באריכט פאר עמיצן וואס זיין ארבעט דא נעמט אלס אריין. איך מוז זאגן, ער ארבעט עכט שווער. דער איד שטעלט צו מאלצייטן יעדן טאג פאר צענדליגע אידן - טאקע נישט "מיין" טעיסט, אבער פארט זענען זיי זיך מחי'... - און ער קאנטראלירט אלעס דא, פון העלפן צוזאמשטעלן מנינים ביז העלפן אינגעלייט וואס דינגען טייערע קארס און דארפן הילף צו אריינלייגן אן אדרעס אינעם פשוט'ן דזשי פי עס... אזא כל בו.

אינדרויסן זע איך א אינגערמאן וועמען איך קען פון קרית יואל אנקומען אין ביהמ"ד מיט א קאר אן א דאך, און עפעס אזא ישי ריבו זינגט אויף הויכע טענער... האלא, ער איז אין פלארידע... וואסענייעס...

און אצינד א דיסקלעימער: דער ארטיקל האב איך אנגעהויבן שרייבן א שיינע פאר וואכן צוריק, און געבליבן שטעקן אינמיטן... יעצט האב איך עס געטראפן און ארויסגעלייגט, אבער ליידער געדענק איך שוין נישט אסאך דעטאלן וואס כהאב געהאט במחשבה צו שרייבן... סא שטעל איך זיך דא אפ מיט א האסטיגן שארט-סטאפ...

הצלחה מיט שמחה.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

טענקס פופצי.
גוט אראפ געלייגט
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

😎😎😎

וואו שאפט מען אזוינע ברילן?...
אפשר פאר א @פופציגער קעמען רעדן?...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זונטאג!
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

איך טו אן מיינע פּלאָס ברילן צו כאפן א בליק פון דערנאנאט אויף דעי פסח'דיגע פעשקייט פון די פופצי אוועטער. איז עס ער?. נעה, ניטאמאל רעגנט היינט!..

לאמער גיין ליינען.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

דארט וואקסט די פאלם טייטס...

אויש ביסטו גוט!! טענקסט פיפצו פאר טשעקינג אין.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4349
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

🤣🤣🤣🤣🤣

מעגסט נוצן דעי ברילן אפטער....
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

עפעס אזא ישי ריבו זינגט.....
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4928
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

וועלקאם בעק.
טענקס פאר קאמינג אין.
ווי וואנט טו סי יו אפטער!
און צום ארטיקל,. עס לאזט דערמאנען ווען אויף אידישע וועלט איז נאך געווען וואס צו ליינען.
קיעפ THעם קאמינג.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

שוין זייער לאנג נישט געליינט קיין פופציגער ארטיקל, ענדליך האמער עפעס האפענונג אז אינפלאציע לעזט זיך שוין אויף, זינט פופציגערס ווערן צוריק טייער....

צום ארטיקל, הערליך קלאר און געשמאק. צום שרייבער, וועלקאם בעק, ווי מיססד יו. צום ליינער, לייק און קאמפלימענטיר, אולי יחוס. צום בעל תפילה, הער אויף צו וויינען. צום שכן פון אויבן, הער אויף צו מאכן געדרודער דארט. צום לעפטאפ, שיק שוין. צום האקער, הער אויף צו האקן.
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

בלייב געזונט האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 8:30 pm
🤣🤣🤣🤣🤣

מעגסט נוצן דעי ברילן אפטער....
ער ניצט עס גראדע גאנץ אפט, אבער נישט יעדער האט די ברילן עס צו זעהן...
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

זייער הנאה געהאט פונם ארטיקל, חוץ די רייכע שפראך האב עס מיך צוריק געברענגט און איך האב געפילט ווי איך בין ממש דארט אין קהל חסידים נארט מיאמי. זייער גוט אראפ געלייגט דעם הלוך ילך דארטן. אויב קענסטו אויך אראפ לייגען א קריאת התורה מיט די עליות. און אויב ביסטו געווען דארט אויף א שבת, די הייליגע מערכה פון דעם ״סאטמאר׳ן״ יונגערמאן פאר שיטת ר״ת, וואלט ווערט געווען אלע געלטער.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

א גוטן האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:59 pm

העי, דו ביסט דארט געווען דעמאלס?.. פון וואו ווייסטו פון יענעמ'ס מערכה מיט רבינו תם?
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

זייער הנאה געהאט @פופציגער , אונז זעמיר ממש יעצט דארט געווען (די ביסט געווען יענער מיט די לאנגע ארענדזשע בארד?), אוי לייגסטו עס גוט אראפ!!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

וואס קאסט אזוי א ווילא?
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:02 pm
זייער הנאה געהאט @פופציגער, אונז זעמיר ממש יעצט דארט געווען (די ביסט געווען יענער מיט די לאנגע ארענדזשע בארד?), אוי לייגסטו עס גוט אראפ!!
אראנדזש ווייס איך נישט, אבער לאנג מעגליך.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:01 pm
א גוטן האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:59 pm
זייער הנאה געהאט פונם ארטיקל, חוץ די רייכע שפראך האב עס מיך צוריק געברענגט און איך האב געפילט ווי איך בין ממש דארט אין קהל חסידים נארט מיאמי. זייער גוט אראפ געלייגט דעם הלוך ילך דארטן. אויב קענסטו אויך אראפ לייגען א קריאת התורה מיט די עליות. און אויב ביסטו געווען דארט אויף א שבת, די הייליגע מערכה פון דעם ״סאטמאר׳ן״ יונגערמאן פאר שיטת ר״ת, וואלט ווערט געווען אלע געלטער.
העי, דו ביסט דארט געווען דעמאלס?.. פון וואו ווייסטו פון יענעמ'ס מערכה מיט רבינו תם?
איך בין שוין דארט געווען עטליכע מאל. לעצטע מאל בין איך געווען דארט כמעט א יאר צוריק, און איך זעה אז אלעס גייט אן דארט תמידין כסדרן. סתם נייגעריג צו דער ליטווישע בחורל מיטן אויסגעוואקסענעם בלויען רעקל איז נאך אלץ דער בעל תפילה קבוע.

ב.ד.וו. דער סאטמארער יונגערמאן פון וועם מיר רעדן איז א זון פון הרה״ח ר׳ בנציון משה רז״ב נ״י פון וויליאמסבורג. באמת קומט זיך אים מיט זיין ברידער א גרויסן ייש״כ פארן אנפירן די זאך דארט.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

אלע שלאפענדע ארום מיר האבן זיך אויפגעוועקט ווען איך האב אויסגעפונען ווי פאלם טייטס וואקסט!!!!

שוין לאנג נישט געהאט אזאנס... טענקס פופצי
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:05 pm
משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:02 pm
זייער הנאה געהאט @פופציגער, אונז זעמיר ממש יעצט דארט געווען (די ביסט געווען יענער מיט די לאנגע ארענדזשע בארד?), אוי לייגסטו עס גוט אראפ!!
אראנדזש ווייס איך נישט, אבער לאנג מעגליך.
כא!
כא!
כא!
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

וועלקאם בעק. שוילאנגיש געלאכט יעדע צוויי ווערטער אין אן ארטיקל.

#חדש פופצינו כימי קדמוני...
ואני בעודי
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:33 am

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואני בעודי »

א גוטן האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:17 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:01 pm
א גוטן האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:59 pm
זייער הנאה געהאט פונם ארטיקל, חוץ די רייכע שפראך האב עס מיך צוריק געברענגט און איך האב געפילט ווי איך בין ממש דארט אין קהל חסידים נארט מיאמי. זייער גוט אראפ געלייגט דעם הלוך ילך דארטן. אויב קענסטו אויך אראפ לייגען א קריאת התורה מיט די עליות. און אויב ביסטו געווען דארט אויף א שבת, די הייליגע מערכה פון דעם ״סאטמאר׳ן״ יונגערמאן פאר שיטת ר״ת, וואלט ווערט געווען אלע געלטער.
העי, דו ביסט דארט געווען דעמאלס?.. פון וואו ווייסטו פון יענעמ'ס מערכה מיט רבינו תם?
איך בין שוין דארט געווען עטליכע מאל. לעצטע מאל בין איך געווען דארט כמעט א יאר צוריק, און איך זעה אז אלעס גייט אן דארט תמידין כסדרן. סתם נייגעריג צו דער ליטווישע בחורל מיטן אויסגעוואקסענעם בלויען רעקל איז נאך אלץ דער בעל תפילה קבוע.

ב.ד.וו. דער סאטמארער יונגערמאן פון וועם מיר רעדן איז א זון פון הרה״ח ר׳ בנציון משה רז״ב נ״י פון וויליאמסבורג. באמת קומט זיך אים מיט זיין ברידער א גרויסן ייש״כ פארן אנפירן די זאך דארט.
ליטווישער בחורל?

דאס איז דאך ר' בנציון משה'ס זון

דאווענט שוין נישט ווייל גענדיגט די ימי אבילות
אוי ואני בעודי אהללה אהללה בוראי
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 8:02 pm
זונטאג!
דאס וואס איז געקומען מאנטאג האט עס נאך איבערגעשטיגן...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:13 am
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 8:02 pm
זונטאג!
דאס וואס איז געקומען מאנטאג האט עס נאך איבערגעשטיגן...
יא יא, האמער עס אפן אין אנעקסטערן טעב. לכשירחיב, ווייסטאך.
soda water
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 24, 2021 11:39 am

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך soda water »

א גרויסן יישר כח @פופציגער!!!
רבותי קומטס אריין לייקן אויף כח,דאס איז דער רעצעפט פאר נאך ארטיקלען..
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: פופציגער'ס ברילן: וואקאציע אין נארט מיאמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

א גרויסן שקויעח הר"ר @פופציגער שליט"א
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”