מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א מעשה שהיה דעם פארגאנגענעם וואך.. מיט מינדערוויכטיגע פרטים געטוישט לצורך הענין.


איין שיינעם טאג זיץ איך מיר אזוי נאכן דאווענען פארטיפט אין א ספר.. קומט צו צו מיר א איד וואס דאוונט אין מיין ביהמ"ד טעגליך.. זאגט נאר ר' אורי.. כ'דארף וויכטיג ערגעץ אנקומען און כ'האב נישט קיין קאר.. כ'קען אפשר בארגן דיין וואגן פאר אפאר מינוט.. נו טראכט איך מיר אזוי.. כ'ברויך דאך נישט דעם קאר אויפ'ן רגע.. א טובה פאר אן איד.. פארוואס נישט.. כ'דערלאנג איהם די שליסלען און כ'גיי מיר צוריק צום סוגיא..


אריבער געגאנגען אזא שעה צייט.. אפגעענדיגט דעם נושא.. פארמאכט דעם ספר.. כ'גיב מיר א כאפ.. איימענוט.. דער חברה'מאן איז נאכנישט צוריק געקומען.. און כ'האב אפילו נישט זיין נאמבער ווי איהם צו גרייכן.. און כ'ווייס נישט ווי ער וואוינט.. שוין האמער געדארפט צו גיין.. ב"ה אז ס'איז מיר געלונגען צו כאפן א היטש מיט א צווייטן.. וואס קענעך טוהן.. האפנטליך העל איך איהם טרעפן מארגן ביי שחרית.. און כ'וועל צוריק באקומען דעם מאשין..


צומארגנס נאך שחרית.. כ'גיי מיר אזוי ארויס פון שוהל.. אהה והילד הננו.. כ'זעה מיין קארעלע שטיין דארט.. און דער חכם זיצט אינגעווייניג ליינט א צייטונג צו א גליון.. כ'גיי מיר צו.. כ'גיב א קלאפ אויפ'ן פענצטער.. ראולט אראפ.. ער קוקט מיר אן מיט בלעכענע אויגן.. וואס קען איך שוין וועלן פון איהם?.. כ'גיב איהם א פרעג.. רבי איד איר האט אפשר געבארגט מיין קאר..


אהה.. ער גיבט זיך א כאפ.. קען טאקע זיין.. ס'איז דעי קאר וואס איך האב געבארגט פון דיר?.. קען טאקע זיין.. און ער האט מקיים געווען והשיב בשלימות..







.....



כ'ברויך צולייגן אז איינע פון די מינדערוויכטיג געטוישטע פרטים איז אז ס'איז געווען מיין פענע וואס כ'נוץ בקביעות און כ'בין געבליבן סטאק אנדעם.. נישט קיין קאר וואס כ'באזיץ נישט.. אבער מיר ווייסן דין פרוטה כדין מאה.. און בארגן יענעמ'ס א חפץ אן קיין אחריות איז אן אוממענטשליכקייט נישט קיין חילוק ווי גרויס דאס איז..


און די מעשה איז שוין חוץ פון קרוב צו א מנין קארס (כ'מיין צו זאגן פענע'ס).. וואס זענען אינגאנצן פארשוואונדן געווארן.. ווען יענער האט עס פשוט איבערגעלאזט ערגעץ צו ווייטער פארבארגט.. און אפילו נישט געדענקט אז ער האט געבארגט עפעס פון איינעם..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

ער האט געוואלט האבן א גע'בענטש'טע פענע פון אייך... ניטאמאל בייגעפאלן אז איר זענט נישט צוגעוואוינט דערצו..
הלכות מוקצה-הלכה 21


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.


א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

אוראייניקל האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 9:27 am
א מעשה שהיה דעם פארגאנגענעם וואך.. מיט מינדערוויכטיגע פרטים געטוישט לצורך הענין.


איין שיינעם טאג זיץ איך מיר אזוי נאכן דאווענען פארטיפט אין א ספר.. קומט צו צו מיר א איד וואס דאוונט אין מיין ביהמ"ד טעגליך.. זאגט נאר ר' אורי.. כ'דארף וויכטיג ערגעץ אנקומען און כ'האב נישט קיין קאר.. כ'קען אפשר בארגן דיין וואגן פאר אפאר מינוט.. נו טראכט איך מיר אזוי.. כ'ברויך דאך נישט דעם קאר אויפ'ן רגע.. א טובה פאר אן איד.. פארוואס נישט.. כ'דערלאנג איהם די שליסלען און כ'גיי מיר צוריק צום סוגיא..


אריבער געגאנגען אזא שעה צייט.. אפגעענדיגט דעם נושא.. פארמאכט דעם ספר.. כ'גיב מיר א כאפ.. איימענוט.. דער חברה'מאן איז נאכנישט צוריק געקומען.. און כ'האב אפילו נישט זיין נאמבער ווי איהם צו גרייכן.. און כ'ווייס נישט ווי ער וואוינט.. שוין האמער געדארפט צו גיין.. ב"ה אז ס'איז מיר געלונגען צו כאפן א היטש מיט א צווייטן.. וואס קענעך טוהן.. האפנטליך העל איך איהם טרעפן מארגן ביי שחרית.. און כ'וועל צוריק באקומען דעם מאשין..


צומארגנס נאך שחרית.. כ'גיי מיר אזוי ארויס פון שוהל.. אהה והילד הננו.. כ'זעה מיין קארעלע שטיין דארט.. און דער חכם זיצט אינגעווייניג ליינט א צייטונג צו א גליון.. כ'גיי מיר צו.. כ'גיב א קלאפ אויפ'ן פענצטער.. ראולט אראפ.. ער קוקט מיר אן מיט בלעכענע אויגן.. וואס קען איך שוין וועלן פון איהם?.. כ'גיב איהם א פרעג.. רבי איד איר האט אפשר געבארגט מיין קאר..


אהה.. ער גיבט זיך א כאפ.. קען טאקע זיין.. ס'איז דעי קאר וואס איך האב געבארגט פון דיר?.. קען טאקע זיין.. און ער האט מקיים געווען והשיב בשלימות..







.....



כ'ברויך צולייגן אז איינע פון די מינדערוויכטיג געטוישטע פרטים איז אז ס'איז געווען מיין פענע וואס כ'נוץ בקביעות און כ'בין געבליבן סטאק אנדעם.. נישט קיין קאר וואס כ'באזיץ נישט.. אבער מיר ווייסן דין פרוטה כדין מאה.. און בארגן יענעמ'ס א חפץ אן קיין אחריות איז אן אוממענטשליכקייט נישט קיין חילוק ווי גרויס דאס איז..


און די מעשה איז שוין חוץ פון קרוב צו א מנין קארס (כ'מיין צו זאגן פענע'ס).. וואס זענען אינגאנצן פארשוואונדן געווארן.. ווען יענער האט עס פשוט איבערגעלאזט ערגעץ צו ווייטער פארבארגט.. און אפילו נישט געדענקט אז ער האט געבארגט עפעס פון איינעם..
ליינענדיג די מעשה האב איך מיך א גאנצע צייט גיטרייסט אז ס'עטליסט נישט קיין פען אבער ביים נמשל האב איך פארפעלט א הארץ קלאפ איך שטוין פון דיין אמונה פשוטה אין קוראזש צו קענען אנגיין נאכן פארלירן נאנט צו 10 פענעס אין אונז ווארטן צו הערן מיט שפאנונג דיין רעסעפי אין אמונה אין דיין מעסעדש צו כלל ישראל!!!!!!
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

געוואלדיג!
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

געהאט אזא מעשה פאריגע וואך, און איך האב זיך פארגענומען אז נעקסטע מאל איך פארבארג אזא קאר, פארלאנג איך א סעלפאון פאר א משכון. (ניין, איך דארף נישט דיין געלט...איך דארף מיין פען..)
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

פיין פיין
אגב א פען איז דען ווערט א שווה פרוטה
ריברענדיג.....
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

האסט נישט מורא פון גילוי?

כ'ווייס פון בערך 3 מענטשן וואס דרייען זיך נאך היינט מיט פענעס...
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

צו מלמד זכות זיין, מסתם איז יענער א נקי-כפים מעמבער, סאו ער גע'קאווערט פון גניבה.



ביים סטייפלער ז"ל איז גליגן א פענן וואס איינער האט אמאל איבערגעלאזט - עד שיבוא אליהו.
Dove
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 12:57 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dove »

ביי אונז פירט מען זיך צו פארבארגען דער פען אן דער דעקל. ס' איז א סגולה בדוק ומנסה אז ס' זאל צוריק קומען
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אמת'ע נושא - ערנסטע פראבלעם
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
טעראוויטש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 14, 2024 1:05 am

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעראוויטש »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:52 pm
האסט נישט מורא פון גילוי?

כ'ווייס פון בערך 3 מענטשן וואס דרייען זיך נאך היינט מיט פענעס...
איך ווייס נישט פון דריי מענטשן אבער איך האב דריי פענעס צו יעדע צייט משום מעשיות שהיה
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

א שאד @אוראייניקל איז די שרייבער פון די ארטיקל, ווען נישט דעם וואלט ער שוין געטראפן א פסוק אין שמואל ב׳ וואס רעדט איבער פענ״ס און קאר׳ן…
לעצט פארראכטן דורך משה יצחקי אום זונטאג מאי 12, 2024 7:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:52 pm
האסט נישט מורא פון גילוי?

כ'ווייס פון בערך 3 מענטשן וואס דרייען זיך נאך היינט מיט פענעס...
און נאר איינער פון זיי איז אזא בקי בתורה ווי ר' אוראייניקל...!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אין די תקופות וואס איך דארף א פען וויכטיג אין טאש האב איך צוויי, איינס צו פארבארגן.
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

?אפשרטאקע האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:45 pm
געהאט אזא מעשה פאריגע וואך, און איך האב זיך פארגענומען אז נעקסטע מאל איך פארבארג אזא קאר, פארלאנג איך א סעלפאון פאר א משכון. (ניין, איך דארף נישט דיין געלט...איך דארף מיין פען..)
אזאנע זאכן בעהט איך א קרעדיט קארד
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

נעגלוואסער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:17 am


אזאנע זאכן בעהט איך א קרעדיט קארד
און מארגן נאכט העסטע זיך טרעפן מיט יענעמס קרעדיט קארד אין טאש... א סעלפאון דארף יענער צוריק ביז 30 סעקונדעס..
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

?אפשרטאקע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 12:41 pm
נעגלוואסער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:17 am


אזאנע זאכן בעהט איך א קרעדיט קארד
און מארגן נאכט העסטע זיך טרעפן מיט יענעמס קרעדיט קארד אין טאש... א סעלפאון דארף יענער צוריק ביז 30 סעקונדעס..
יאו איך וויל זיך טרעפן מיט דיך אין דיך פליז פארבארגן א פען פאר דיין קרעדיט קארד
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

אוראייניקל האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 9:27 am
א מעשה שהיה דעם פארגאנגענעם וואך.. מיט מינדערוויכטיגע פרטים געטוישט לצורך הענין.


איין שיינעם טאג זיץ איך מיר אזוי נאכן דאווענען פארטיפט אין א ספר.. קומט צו צו מיר א איד וואס דאוונט אין מיין ביהמ"ד טעגליך.. זאגט נאר ר' אורי.. כ'דארף וויכטיג ערגעץ אנקומען און כ'האב נישט קיין קאר.. כ'קען אפשר בארגן דיין וואגן פאר אפאר מינוט.. נו טראכט איך מיר אזוי.. כ'ברויך דאך נישט דעם קאר אויפ'ן רגע.. א טובה פאר אן איד.. פארוואס נישט.. כ'דערלאנג איהם די שליסלען און כ'גיי מיר צוריק צום סוגיא..


אריבער געגאנגען אזא שעה צייט.. אפגעענדיגט דעם נושא.. פארמאכט דעם ספר.. כ'גיב מיר א כאפ.. איימענוט.. דער חברה'מאן איז נאכנישט צוריק געקומען.. און כ'האב אפילו נישט זיין נאמבער ווי איהם צו גרייכן.. און כ'ווייס נישט ווי ער וואוינט.. שוין האמער געדארפט צו גיין.. ב"ה אז ס'איז מיר געלונגען צו כאפן א היטש מיט א צווייטן.. וואס קענעך טוהן.. האפנטליך העל איך איהם טרעפן מארגן ביי שחרית.. און כ'וועל צוריק באקומען דעם מאשין..


צומארגנס נאך שחרית.. כ'גיי מיר אזוי ארויס פון שוהל.. אהה והילד הננו.. כ'זעה מיין קארעלע שטיין דארט.. און דער חכם זיצט אינגעווייניג ליינט א צייטונג צו א גליון.. כ'גיי מיר צו.. כ'גיב א קלאפ אויפ'ן פענצטער.. ראולט אראפ.. ער קוקט מיר אן מיט בלעכענע אויגן.. וואס קען איך שוין וועלן פון איהם?.. כ'גיב איהם א פרעג.. רבי איד איר האט אפשר געבארגט מיין קאר..


אהה.. ער גיבט זיך א כאפ.. קען טאקע זיין.. ס'איז דעי קאר וואס איך האב געבארגט פון דיר?.. קען טאקע זיין.. און ער האט מקיים געווען והשיב בשלימות..







.....



כ'ברויך צולייגן אז איינע פון די מינדערוויכטיג געטוישטע פרטים איז אז ס'איז געווען מיין פענע וואס כ'נוץ בקביעות און כ'בין געבליבן סטאק אנדעם.. נישט קיין קאר וואס כ'באזיץ נישט.. אבער מיר ווייסן דין פרוטה כדין מאה.. און בארגן יענעמ'ס א חפץ אן קיין אחריות איז אן אוממענטשליכקייט נישט קיין חילוק ווי גרויס דאס איז..


און די מעשה איז שוין חוץ פון קרוב צו א מנין קארס (כ'מיין צו זאגן פענע'ס).. וואס זענען אינגאנצן פארשוואונדן געווארן.. ווען יענער האט עס פשוט איבערגעלאזט ערגעץ צו ווייטער פארבארגט.. און אפילו נישט געדענקט אז ער האט געבארגט עפעס פון איינעם..
יא שוין געהאט די מעשה זייער זייער זייער אסאך מאל, און וויפל מאל איך זאג מיך צו מער פארבארג איך נישט קיין פענס האב נאך אלץ נישט עומד בניסיון געווען און ווען יענער פרעגט האסט אפשר א פען? נא פאר איין סעקנד נא פליז איך דארף שרייבן פאר איין מינוט זייער א וויכטיגע זאך און איך טראכט או קעי איין מינוט און נעקסטע מאל איך דארף דעם פען קומט ארויף נאכאמאל די עגמת נפש
שוין אפי' געהאט א תקופה וואס איך האב זיך ארומגעדרייט איבעראל מיט א בארגן פען און שנעל געסטאפט ווייל פארשטייט די בארגן פען איז אויך קיינמאל צוריקגעקומען
לעצטנס [חנוכה] האב איך באקומען פון א נאנטער א שיינע פען וואס קאסט אזא 20$ און איך האב עס געהאלטן טייער, עס געווען געשמאק צו שרייבן מיט דעם נישט אריבער א לאנגע צייט ביי א שבע ברכות אינמיטן ווינטער האט א קרוב פון אויסלאנד מיך געמוטשעט נא נאר פאר איין מינוט איך האב איהם אנגעווארנט כמה פעמים אז איך דארף עס צוריק זעהן
מער האב פון דעם פען נישט געהערט און נישט געזען ..................
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

Dove האט געשריבן: מוצ"ש מאי 11, 2024 8:34 pm
ביי אונז פירט מען זיך צו פארבארגען דער פען אן דער דעקל. ס' איז א סגולה בדוק ומנסה אז ס' זאל צוריק קומען
הני מילי בדאיכי אבל בדליכא..............
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

נאר אזאנע פראבלעמען….
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
באנק מיט א טיש
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 12:23 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנק מיט א טיש »

די זעלבע מעשה איז מיטן גארטל....
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10044
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

גוט..
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:52 pm
האסט נישט מורא פון גילוי?

כ'ווייס פון בערך 3 מענטשן וואס דרייען זיך נאך היינט מיט פענעס...
דו ביסט איינער פון דעי דריי?
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: מעשה שהיה: דין פרוטה כדין מאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

א פיינע געדאנק צוריק צו בייקמען דייין קאר איך כמיין פען געב אים די פען אן די דעקל בדוק ומנוסה די פען קימוט פין זיך אליין
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”