שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

בס"ד

שרייבן.

די ווארט קען האבן אפאר דערהערן. ס'קען מיינען שרייבן אין פשוט'ן זין פון ווארט. שרייבן... נעמען א פעדער אין די האנט און שרייבן. שרייבן אן אות. א ווארט. א ליניע. דאס איז די פלאטשיקע באדייט.

די אנדערע באדייט איז אבער פיל מער און שענער. שרייבן... פיל מער פון גיסן טינט אויף א ליידיגע בלאט. ס'איז ארט. ס'איז צוזאמשטעלן פילע געשריבענע קלעצער-אותיות וואס זאל שאפן א הערליכע ארטיקל, בריוו אדער פארציילונג.

ס'איז מער פון די ערשטע באדייט, נישט נאר ווייל ס'איז מער אין קוואנטיטום. מער טינט. מער אלפעבעטן. ניין! די שרייבער לייגט זיך אריין אינעם שרייבעריי און זעהט מיטצושלעפן מיט זיך אלע ליינער אין די וועלט פון דמיון, געפיל, דראמא אדער סיי וועלכע חוש ס'דארף ווערן געניצט אינעם ארטיקל.

איינער, אבער, מיט די נישט ריכטיגע כלים און אינוועסטירונג, קען טאקע שרייבן א גאנצע ארטיקל מיט הונדערעטע אדער גאר טויזנטע ווערטער, און מיט דעם אלעם שרייבט ער נאר ווי דער אויבנדערמאנטע ערשטע 'שרייבן' באדייט. טריקן. סתם געגאסענע טינט. א געמויזעכס פון אותיות פורחות.

איך בין גארנישט מחדש, אבער מ'דארף זיך אייביג אריינבאקן איידער'ן שרייבן, ווי און וואס מ'קען אלס דערגרייכן מיט'ן שרייבן מיט'ן אויבנדערמאנטע באדייט. מ'דארף נאר אינוועסטירן.

איך וועל פראבירן מיט'ן אייבערשטער'ס הילף און די קומענדיגע תקופה, אביסעלע צו אויסארבעטן די כללים וואס וועלן פארשענערן און אריינבלאזן לעבן אין אייערע ארטיקלען.

נישט אז איך בין די בעסטע שרייבער, דערפאר נעם איך די לייצעס. ממש נישט. איך זעה נאר אז פילע שרייבערס וואס זענען פיל בעסער פון מיר, גליטשן ארויס פון זייערע גאלדענע פינגער זייער פון-הימל געשאנקענע געלונגנקייט. זיי קענען ווען זיין וועלט שרייבערס, זיי האבן דאך אזויפיל תוכן און אינטערעסאנטע חומר. א שאד אז ס'זאל בלייבן פארשמירט און פארוואסערט אינטער א א בארג פון נאכגעלאזטקייט און צומישעניש וואס הערשט אין זייערע ארטיקלען.

איך קען רעדן וועגן מיר, איך האב שוין כמה וכמה פעמים איבערגעלאזט אן אשכול, זאל עס האבן די מערסט ציענדע קעפל, אלס וויבאלד ס'איז נישט געווען געשריבן 'געשריבן'. ס'איז פלעין געווען 'געשריבן'...

גענוג געוויינט... לאמיר אנהייבן.

ערשטע טייל: אפאר וויכטיגע פונקטן וואס איז קריטיש אויף צו קענען שרייבן.

ווערטער אויסלייג (spelling).

(פאר רוב ליינער און שרייבער איז דאס טייל נישט נוגע. אויב שפירסטו אז דו ביסט אקעי מיט אויסלייג, גיי צום קומענדיגע טייל. אויב דו ביסט נישט זיכער, זיי נישט קיין נאר, געב אוועק נאך אפאר מינוט זיך צו פארבעסערן אין שרייבעריי.)

לאך מיר נישט אויס... ס'איז דא גוטע שרייבער אויף אונזער וועלטל וואס האבן נישט קיין דריסת הרגל אין ווערטער אויסלייג. איך פאדער נישט צו קענען יעדע צושטופטע אידישע ווארט. נאך מער, ס'איז דא ווערטער וואס מ'קען שרייבן אפאר וועגן, ברויך איך נישט מ'זאל שרייבן די 'ריכטיגע' וועג.

די עיקר איז אז מ'זאל וויסן וואס דו ווילסט שרייבן. רוב איינוואוינער אויף אייוועלט וויסן מער ווייניגער די בעיסיק כללים פון ווערטער אויסלייג. ווען אזא איינער זעהט א ווארט אומריכטיג אויסגעלייגט, ווערט ער גלייך צומישט און ס'שטעלט אפ פון די פלאו פון ליינען.

די מערסט גאנגבארע משל:

יעדער ווייסט די חילוק פון 'און' מיט 'אין':

'און' מיינט: קוק אריין אין סידור "און" שטיי אויף איין פלאץ. אין ענגליש זאגט מען עס: ‘and’.
'אין', ווידער, מיינט: קוק אריין "אין" סידור און שטיי אויף איין פלאץ. אין ענגליש זאגט מען עס: ‘in’.

ס'קוקט טאקע אויס ווי א מיינאר חילוק אבער ס'קען גוט צומישן א ליינער וואס וויל זיך אריינלייגן אין די ארטיקל, אבער דארף א גאנצע צייט זיין ביזי טראכטן צו די 'אין' מיינט 'אין' אדער 'און'.

נאך א משל:

די חילוק פון 'דו' מיט 'די':

'דו' מיינט: קום אהער דארטן! יא, "דו", מיט די רויטע העמד. אין ענגליש זאגט מען עס: ‘you’.
'די', ווידער, מיינט: קום אהער דארטן! יא, דו, מיט "די" רויטע העמד. אין ענגליש זאגט מען עס: ‘the’.

די צוויי משלים האבן א דאפלטע דערהער ווייל ביידע אויסלייגן האבן א באדייט וואס צומישט זייער שטארק. אבער בעצם, יעדע ווארט וואס ווערט געשריבן אנדערש איז נאך א שטיינדל אויפ'ן ראוד וואס מאכט די בייק זיך שאקלען נאכאמאל.

יעצט, די טאטע כללים פון שרייבן זענען היפש גרינג, אויב מ'חזר'ט זיך איין:

די ערשטע כלל, ליינען און צולייגן קאפ צו פראפעסיאנעלע ארטיקלען, זעהן וויאזוי די ווערטער ווערן געשריבן און אויסגעלייגט. ס'קען פיל צוגעבן צום אינטער-באוואוסטזיין, אז ווען דו ווילסט שרייבן א ווארט וועט אטאמאטיש ארויפשפרונגען די ריכטיגע אויסלייג ביי דיר אין קאפ.

די צווייטע כלל איז פשוט פאר ווער ס'האט זיך צוגעוואוינט אין די יונגע יארן, און נישט געמאכט קיין טראבל ביים לערנען. אבער אפילו ווער נישט, קיינמאל איז נישט צו שפעט.

יעדע נקודה (קמץ, פתח וכו') אין לשון הקודש האט אנשטאטס דעם אן אות אין אידיש וואס זאגט צו ליינען דעם ווארט אויף דעם אדער יענעם אופן.
קמץ און פתח: אנשטאטס דעם קמץ אדער פתח, לייג אריין אן אלף. למשל, 'וואס' אדער 'קאר'.

צירי: אנשטאטס דעם צירי, לייג אריין צוויי יידי"ן. למשל, 'פיין'.

סגול: אנשטאטס דעם סגול, לייג אריין אן עין. למשל, 'ווער'.

חולם: אנשטאטס דעם חולם, לייג אריין א ואו יוד. למשל, 'אויוון'.

חיריק: אנשטאטס דעם @חיריק, לייג אריין א יוד. למשל, 'ווי'.

אויב די ווארט האט שוין א ואו און דו ווילסט לייגן א חולם/ואו יוד, לייג אריין אן אלף אינדערמיט. למשל, 'וואויל' און נישט 'ווויל'.

דאס איז עס פאר היינט. אויב האסטו הנאה געהאט, אדער ווילסטו מ'זאל ממשיך זיין, ביטע לייקן. תגובות בעלא"ו. איך וויל וויסן צו ס'איז דא פאר וועמען צו ממשיך זיין.
לעצט פארראכטן דורך כאפ א אטעם אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18988
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

זייער אינטערעסאנט.

איך קען ניצן אזא קורס...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5136
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

נייס!

איך האלט מיר איין מיט אייזערנע קייטן פון אהער פינגן אפאר מנינים ניקס…
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
אברך כולל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 11:52 am

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך כולל »

סובסקרייבט!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה זייער קלאהר
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

👍🏻
זיכער זיי ממשיך איך זיך שוין לאנג אזא אשכול
לעצט פארראכטן דורך קענסט מיר נישט אום מיטוואך מאי 15, 2024 12:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ריברענדיג.....
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם!

די חילוק פון 'די' און 'דו' האב איך יעצט אויסגעפונען...
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

זייער קלאר און געשמאק צו לייענען. מיר ווארטן אויפן המשך.
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

👍🏿
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

אה שכח!!!

כאפ א אטעם האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:01 am

חיריק: אנשטאטס דעם @חיריק, לייג אריין א יוד. .
@חיריק איז טאקע נישט קיין איד?
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

כח און מח האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:49 am
כאפ א אטעם האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:01 am

חיריק: אנשטאטס דעם @חיריק, לייג אריין א יוד. .
@חיריק איז טאקע נישט קיין איד?
לאמער זען, אפשר וועלעך מיר עפעס לערנען דא.. איך האב נאך אסאך זיך צו לערנען אין ספעלינק און אין גרעמיר..

@כאפ א אטעם ייש"כ פאר דעי פרי קורס.. ווארטמער מיט שפאנונג פאר חלק ב'.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:05 am
נייס!

איך האלט מיר איין מיט אייזערנע קייטן פון אהער פינגן אפאר מנינים ניקס…
האלט זיך נישט איין. נאה להם ונאה לעולם.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

@וואוילער ניק
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

חיריק האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:10 am
כח און מח האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:49 am
כאפ א אטעם האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:01 am

חיריק: אנשטאטס דעם @חיריק, לייג אריין א יוד. .
@חיריק איז טאקע נישט קיין איד?
לאמער זען, אפשר וועלעך מיר עפעס לערנען דא.. איך האב נאך אסאך זיך צו לערנען אין ספעלינק און אין גרעמיר..

@כאפ א אטעם ייש"כ פאר דעי פרי קורס.. ווארטמער מיט שפאנונג פאר חלק ב'.
@חיריק??? וואס זיכסטו דא? זייט ווען ווילסטו ווערן א שרייבער???.... כ'האב נישט געוואוסט אז דו ליגסט אין דעם.

עניוועי, איך ווייס שוין נישט צו דו מיינסט עס ערנסט, אז דו ווילסט זיך פארבעסערן אין "ספעלינק און אין גרעמיר", אבער סייווי איז דא נישט די פלאץ.

מיין עיקר פאקוס איז נישט אויף אויסלערנען אידיש (אויסלייג און גרעמער וכו'), פאר דעם איז דא פילע אנדערע אשכולות.

איך וויל בעיקר געבן סאם טיפס און הדרכה כללית וויאזוי צו שרייבן פאראגראפן, ארטיקלען אא"וו, אז ס'זאל זיין בעסער געשריבן.

כ'האב נאר גע'טענה'עט אז קענען אויסלייגן ווערטער איז ממש א קריטיש וויכטיגע טייל, און קען קאליע מאכן א שיינעם ארטיקל.
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

סובסקרייבט. (מ'קען עס אויך שרייבן מיט א @חיריק ? און וואס איז דער דין ווען חיריק איז אל על?).
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

בס"ד
המשך:
קודם כל א גרויסן דאנק פאר אלע לייקס און ווארימע תגובות.

צום ערשט, לאמיר אויסקלארן מיינע מאטיוון. אזוי ווי כ'האב שוין אנגעמערקט פאר איינע פון די ניקס, איז מיין ארבעט דא נישט צו אויסלערנען אידיש, אויסלייגן ווערטער און גרעמער (למשל, ווען זאגט מען 'די', ווען זאגט מען 'דער', און ווען זאגט מען 'דאס'...), דאס וועל איך איבערלאזן פאר אנדערע וואס קענען עס פיל בעסער ווי מיר. אייוועלט איז פיל מיט שיינע אשכולות וועגן אידישע שפראך און כללים פון אידיש.

מיין עיקר ציל, וואס איך האלט אז אויף דעם דארפן געוויסע ניקס א שטיקל אויפוואכונג, איז די אופן וויאזוי צו שרייבן א שטיקל, פאראגראף אדער ארטיקל, און זאל האבן די ריכטיגע אנערקענונג פון די ליינער. ס'זאל זיין בא'טעם'ט צו ליינען, און מערסטנס, מ'זאל פארשטיין וואס די שרייבער וויל דא זאגן, אן דארפן אריינקוקן אין רש"י אדער תוספות, און זיך ברעכן קאפ.

פארשטייט זיך אז קענען אויסלייגן ווערטער איז די מינימום וואס א שרייבער דארף זיך אויסלערנען איידער'ן אנהייבן שרייבן. ס'הערט זיך פשוט פאר רוב ניקס, אבער ליידער קען מען זעהן לאנגע ארטיקלען, גוטע אויסדריקן און שטארקע פוינטס, אבער משום מה ציעט עס נישט קיין ליינער.

נאך א ביישפיל קען זיין, א פשוט'ע תגובה אין אן אשכול. א האלבע שורה קען געשריבן ווערן, און ס'ווערט אנגענומען אומריכטיג ביי אנדערע, אלס ווייל מ'האט נישט אינוועסטירט נאך א צעהן סעקונדעס אין די אופן פון שרייבן די תגובה. מעשים שבכל יום און ס'איז ממש א שאד.

יעצט לאמיר איבער'חזר'ן: די וויכטיגסטע כלל איז צו אויסלייגן די ווערטער ריכטיג.

צווייטע טייל:

א) קלאר מאכן אין קאפ וואס דו ווילסט ס'זאל שטיין דא.

הערט זיך ווי א נערווירנדע פסיכאלאגישע כלל... מסדר זיין מחשבות. אבער ס'נישט אזוי. ס'איז א פראקטישע כלל וואס ווערט אנגענומען אלס קריטיש וויכטיג צו קענען ארויסשרייבן די בעסטע מעגליך, וואס דו ווילסט ארויסברענגען.

ווען דו האסט א געדאנק אין קאפ וואס דו ווילסט שרייבן און בא-ארבעטן, איז עס נאך זייער רוי און אויסגעצויגן. אויב דו גייסט גלייך אנהייבן שרייבן אן האבן מער א קלארערע בליק פארדעם איבער וואס פונקטליך ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן, וועט מען עס אנזעהן אויפ'ן פארטיגן ארטיקל! מ'קען באמערקן אז ביים אנפאנג פונעם שטיקל האט דער שרייבער נאך נישט געוואוסט וואס ער גייט שרייבן צום ענדע.

פארשטייט זיך אז מ'דארף נישט האבן די אקטועל ווערטער אין קאפ, ווארט ביי ווארט. ניין!

1) קודם אויסשארפן די גאנצע געדאנק ביז'ן סוף.

זיך נישט פארלאזן אז ס'וועט נאכקומען 'הארות' פון הימל מיט די צייט.

2) דערנאך, ביי יעדע פאראגראף, ווייס פונקליך וואס ס'וועט געשריבן ווערן דא.

גיי עס איבער אין קאפ שנעלערהייט.

ווייס וואס דו ווילסט צולייגן צו די פריערדיגע פאראגראף.

ב) נישט זיך אפשטעלן אינמיטן א שטיקל.

די שיינקייט פון א גוטן ארטיקל איז, אז די שרייבער האט פשוט איבערגעשריבן די כוואליעס פון זיין מוח, איבערגעטייטשט מחשבות צו שווארצע טינט אויף א פאפיר.

דאס געשעהט נאר אויב די דמיונות און געפילן ווערן גלייך איבערשריבן. אויב אינמיט'ן א פאראגראף ווערט דער שרייבער פארהאקטאון אפגעשטעלט, קען זיך די פלוס פארמאכן, און פון דעמאלט און ווייטער שטייט שוין קאלטע ווערטער, אן קיין נשמה.

מ'זעהט עס שטענדיג ביי ארטיקלען דא אויף אייוועלט. ביים אנפאנג פונעם ארטיקל פארט א באן, מ'שפירט געפיל, עקסייטמענט און דראמא אדער הומאר, ווידער ערגעץ ווי אינדערמיט, שפירט מען שוין גארנישט. א קאלטקייט.

די געדאנק איז, אז ווען די מחשבות פליסן, לאז עס איבערגיסן אויף דיין פאפיר אדער טייפרייטער.

א) האק נישט איבער אינמיטן.

יעדע פאראגראף אדער שורה'לע זאל געשריבן ווערן אין איין צי.

ב) פאררעכט נישט קיין אויסלייג גרייזן (ספעלינג מיסטעיקס).

ווארט ביז דו ענדיגסט שרייבן די גאנצע שטיקל, דערנאך קוק איבער פאר גרייזן.

זייט געזונט. צום ווידערזעהן. געדענקן צו לייקן און קאמעטירן.
לעצט פארראכטן דורך כאפ א אטעם אום מיטוואך מאי 15, 2024 11:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאמטיג
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 14, 2024 5:28 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמטיג »

זייער קלאר #טענקס
וואט פאר סענדער ער וועט דיר העלפן שטענדיג

וואט נישט פאר שמאי ער איז א גרויסע חיה!
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

געוואלדיג! קריטיש וויכטיגע אשכול דאס, לאמיר האפן ס'וועט האבן די ריכטיגע השפעה.
עכט היימיש האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:37 pm
עס איז אונז בעסער אינטער די ליבעראלע ניו יארק'ע גוים, ווי אינטער די "רעכטע" איזראעליס. ימש"ו.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

גוטע געדאנק, גוטע פלאן, און גוטע מהלך.
איך וואונדער מיר נאר אויב דער עולם איז טאקע אזוי עם הארצות'דיג אין די כללים??
הפנים אויב מ'מעג צולייגן געוויסע זאכן וואס איך זעה און ליין כסדר אין געוויסע ארטיקלען וכדו':
1 - די נושא וואו מ'דארף לייגן אן "ע" פאר אן ענדע "ן", און ווי נישט, בכגון אז מ'שרייבט "טאנצן הויעך" און נישט "טאנצען הויעך", אבער לעומת זה שרייבט מען "נעמען די פילן" און נישט "נעמן די פילען", ועוד ועוד, וואס ביי דעם הערשט ביי געוויסע שרייבער'ס אן אומגעהויערע אומוויסנשאפט, וואס כ'לאז פארן פוה"א.
2 - וואו שרייבט מען "ווי", און וואו שרייבט מען "ווי", און 'סזעלבע מיט "צי" און "צו".
3 - דער\דאס\דעם.
4 - מיר\מיך, אדער דיר\דיך.
5 - ווי אויך ווי מ'שרייבט א "י", און וואו מ'שרייבט א "ו", נאך מער אן "או", למשל "געוואונטשן" ווערסעס "שפילן", (כ'האף אז מ'כאפט וואס כ'מיין ארויסצוברענגען).
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
כאפ א אטעם
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:57 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפ א אטעם »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 6:24 pm
איך וואונדער מיר נאר אויב דער עולם איז טאקע אזוי עם הארצות'דיג אין די כללים??
ליידער יא.

נישט יעדער, אבער ס'איז דעפיניטלי דא שרייבער'ס וואס קענען ניצן א גוטן קורס אין שרייבן.
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

זייער אינטערסאנט, שכויח
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

כאפ א אטעם האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:06 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 6:24 pm
איך וואונדער מיר נאר אויב דער עולם איז טאקע אזוי עם הארצות'דיג אין די כללים??
ליידער יא.

נישט יעדער, אבער ס'איז דעפיניטלי דא שרייבער'ס וואס קענען ניצן א גוטן קורס אין שרייבן.
אויב אזוי הייב איך הענט!
(איך בין דער דארט מיט די אויפגעהויבענע הענט! נן, דריי דיך נישט ארום, ס'איז שייך גילוי!)
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אויך מיין איך אז אסאך פארזעהן צו לייגן א פינטל סיף פונעם פאראגראף, וואס שטארצט היפש ארויס, און שטערט דעם ליינער.
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: שרייבן אויף אייוועלט - וויכטיגע פונקטן צו פארבעסערן דאס שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:29 pm
אויך מיין איך אז אסאך פארזעהן צו לייגן א פינטל סיף פונעם פאראגראף, וואס שטארצט היפש ארויס, און שטערט דעם ליינער.
זעה דא...
לעצט פארראכטן דורך יוסעלע השלישי אום מיטוואך מאי 15, 2024 11:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”