ה' אייר - יום המר והנמהר

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8660
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

די גרינדונג פון ציונות:

אין יאר תרנ"ו איז אויפגעשטאנען א גע'שמד'טער רשע, מיטן נאמען הערצל ימ"ש, זיין טאטע איז געווען א גוי און זיין מאמע האט געשטאמט פון אידן, וואס האט זיך גענומען איין ציל, אויס'שמד'ן דאס גאנצע כל ישראל רח"ל, ער האט געוואלט, אז דאס אידישע פאלק זאל זיין אייניג ווי אלע פעלקער, מ'זאל וואוינען אין אן אייגן אידיש לאנד און רעדן די אידישע שפראך, אבער נישט האלטן קיין תורה ומצות רח"ל.

די סיבה דערפון איז געווען, ווייל דער רשע - נישט וויסענדיג אז ער שטאמט פון אידן - האט יארן לאנג שטודירט אין אן אינווערזיטעט, ווען ער האט שוין געדארפט באקומען א דיפלאמע (אן אויסצייכענונג) פאר זיינע שטודיעס, האט אים דער לערער געזאגט אז ער קען דאס נישט באקומען ווייל ער איז א איד.

דאס האט אים זייער פארדראסן, ער איז דאך נישט קיין איד, ער האלט נישט קיין איין מצוה פון די תורה, ער האט אפילו נישט גע'מל'עט זיינע קינדער, וואס איז ער שולדיג אז זיין מאמע איז געבוירן א איד, האט ער באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל אראפצונעמען פון זיך דעם פלעק איד, דורכ'ן אויס'שמד'ן רח"ל אלע אידן, אז ס'זאל מער נישט זיין קיין חילוק צווישן א איד און א גוי רח"ל, אזוי וועלן די אידן מער נישט ליידן.

צוליב דעם האבן זיי באקומען דעם נאמען "ציונים", וואס ווייזט אויף "ציון" דאס איז ארץ ישראל.

מזרחי:

דער רשע האט אבער געזען אז ער וועט נישט קענען מיטשלעפן מיט זיך אלע אידן נאר אויב די רבנים וועלן אויך האלטן מיט אים, ווייל אויב די רבנים וועלן קעמפן קעגן אים וועט ער ביז א קורצע צייט בלייבן אויסגעשפילט, האט ער אנגעהויבן איבערצורעדן און משפיע זיין אויף די רבנים זיינע שיטות, ביז ס'איז אים געלונגען צו גרינדן א נייע פארטיי מיטן נאמען "מזרחי", זייער ציל איז געווען דער זעלבער ווי ציונות, ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל און גרינדן נייע ישובים, נאר עס איז געמאכט געווארן אונטער א תורה'דיגן שלייער פון "אהבת ציון" אדער "חיבת ירושלים".

אין די מזרחי'סטישע פארטיי זענען געווען אסאך רבנים וואס זענען ארומגעפארן איבער שטעט און דערפער, האלטן דרשות און צורעדן די אידן עולה צו זיין קיין ארץ ישראל און אויפבויען ישובים כדי מקיים צו זיין מצות ישוב ארץ ישראל. אין שפיץ פון די אלע, האבן זיי צו באקומען א רב, מיט'ן נאמען, הרב קוק ימ"ש, וואס ער האט געהאט אנגעטאן א ווייסע בעקיטשע און א ספאדיק, ער פלעגט זאגן שלש סעודות תורה מיט בכיות נוראות, ער האט אויך מחבר געווען פיל ספרים אויף קבלה, וואס מיט דעם האט ער צוגעצויגן צו די ציונים אסאך ערליכע אידן.
נאך די אלע דרשות וואס מ'האט אויפגעקלערט די גרויסע מצוה פון ארויפגיין קיין ציון, האבן זיך אסאך מענטשן איינגעשריבן צו גיין קיין ארץ ישראל, די איינגעשריבענע האבן באקומען א טיקעט צו קענען פארן מיט די שיפן, וואס וועלן פָארן פון די הויפט שטאט וויען, על פי רוב האבן זיך איינגעשריבן נאר ליידיגע יונגן און פושעי ישראלים.

כדי צו קענען אויפהאלטן דעם גאנצן אפאראט פון די אלע טראנספארטן שיפן און די ישובים אין ארץ ישראל, האט זיך פארלאנגט אוצרות מיט געלט, האבן די ציונים געמאכט פושקעס מיטן נאמען, קרן קיימת לישראל, וואס מ'האט געלייגט אין אסאך אידישע הייזער, און עס זענען געווען דערויף אויפשריפטן אז מיט די שטיצע בויעט מען ישובים אין הייליגן לאנד, און די תמימות'דיגע אידן האבן אריינגעלייגט אין די פושקעס גרויסע געלטער, אזוי האבן די ציונים צוזאמענגענומען געוואלדיגע סכומים אנצוגיין מיט זייער ארבעט ארויפצושיקן וואס מער אידן קיין ארץ ישראל און בויען שטעט און ישובים.

די ערליכע רבנים זענען ארויס אין א שארפע מלחמה, סיי קעגן הערצל ימ"ש מיט זיינע נאכשלעפער וואס זענען געווען אפענע רשעים, און סיי קעגן קוק ימ"ש און זיינע נאכשלעפער וואס זענען געווען באהאלטענע רשעים (צדיקים האבן געזאגט א ווערטל ולא תתורו, מען טאר נישט נאכשפיאנען, אחרי לבבכם נאך הערצל (הארץ), ואחרי עיניכם" און נאך קוק ימ"ש, (מיט די אויגן קוקט מען).

אויך איז ארויסגעקומען הארבע איסורים צו האב אזא פושקע אין א אידישע שטוב, און צו האבן די מינדעסטע שייכות מיט זיי, די צדיקים האבן גע'טענה'ט אז אפילו עס זעט אויס צו זיין א טובה פאר'ן כלל ישראל, איז דאס אבער א חורבן נורא, ווייל פון מינים ואפיקורסים קען נישט ארויסקומען קיין שום טובה פארן כלל ישראל, אזוי ווייט, אז ווען מ'האט געפרעגט ביי צדיקים וועגן א שידוך מיט א צווייטן איד, איז די ערשטע שאלה געווען, אויב יענער האט א קרן קיימת פושקע אין זיין שטוב.

אנטעסעמעטיזים:

אין יאר תרצ"ג איז אויפגעשטאנען אין דייטשלאנד א רשע מרושע (טייל האבן געזאגט אז ער איז נישט געווען קיין מענטש נאר א שד, והא ראיה, אז ער איז כסדר געגאנגען מיט שטיוועל, און מ'האט קיינמאל נישט געזען זיינע פיס), וואס האט געפלאנט צו ווערן דער פירער פון גאנץ אייראפע, און האט אויפגעבויעט א מעכטיג שטארקע מיליטער, וואס האט כמעט נישט געהאט זיינס גלייכן. איינס פון זיינע עיקר צילן איז געווען פטור צו ווערן ח"ו פון אלע אידן פון אייראפע, ער האט געפלאנט ארויסצוטרייבן אלע אידן פון דארט און זיי פארשיקן צו א פארשטיפטן אינזל, אדער צו אנדערע לענדער.

אין יענע צייט האבן אלע לענדער געציטערט פאר דעם רשע און פאר זיין געוואלדיגן מיליטערישן כח, אזוי ווייט אז אפילו די שטערקסטע לענדער ווי ענגלאנד און רוסלאנד, האבן געזוכט שלום צו מאכן מיט אים, מורא האבענדיג אז ער זאל נישט מלחמה האלטן מיט זיי. ווער עס האט זיך יא ארויסגעשטעלט קעגן אים אין די עפענטליכקייט, איז געווען די ציוניסטישע פירער ימ"ש, וואס האבן זיך ליידער געשטעלט אלץ פארטרעטער פון די אידן, זיי האבן געוואלט אז די אידן זאלן נאר גיין קיין ארץ ישראל, דעריבער האבן זיי מיט גרויס רשעות אנגערייצט די שנאת הגוים ביי אלע לענדער, אז די אידן זאלן בשום אופן נישט קענען דארט בלייבן, און קיין שום לאנד - אפילו אמעריקע - זאל זיי נישט וועלן ארייננעמען, כדי זיי זאלן מוזן גיין קיין ארץ ישראל.

נאך מער האבן די ציוניסטישע פירער געטאן, זיי האבן אויסגערופן אין אמעריקע א באוקאט קעגן דייטשלאנד, דאס מיינט, אז מ'זאל נישט שטיצן די דייטשע רעגירונג און נישט קויפן זייערע פראדוקטן, דאס איז געווען א געוואלדיגע התגרות באומות, אין די צייט ווען אלע פעלקער האבן געלעבט בשלום מיט דייטשלאנד, און דער רשע ווען ער האט געהערט פון דעם, האט ער אויפגעפלאקערט פאר כעס, ער האט זיך גענומען שפרינגען און ווארפן אויף דער ערד און בייסן דעם קארפעט, (ווען ער איז געווארן אין כעס האט ער זיך נישט געקענט קאנטראלירן און האט זיך אויפגעפירט ווי א צעווילדעוועטע חיה), און האט געשוואוירן אז ער וועט נקמה נעמען אין אלע אידן רח"ל. די ציונים - כאטש זיי האבן געזען די גרויסע די גרויסע סכנה - האבן זיי נישט צוריקגעצויגן, אדרבה זיי האבן זיך נאכמער גערייצט און געשריבן אין די צייטונגען, אז מיר אידן שרעקן זיך נישט פון די דייטשן, מיר האבן נישט מורא, מיר וועלן מלחמה האלטן מיט זיי, מיר וועלן ווייזן וואס מיר קענען, כאטש זיי האבן נאך דעמאלט נישט געהאט קיין שום מיליטער, אזוי ארום איז פון טאג צו טאג גרעסער געווארן די שנאה צו די אידן, ביז דער רשע האט באשלאסן תיכף צו צוטרעטן צו זיינע פלענער צו פארטרייבן אלע אידן פון אייראפע.

די אראבישע מדינות האבן געמאכט אן אפמאך מיט דייטשלאנד, אז זיי זאלן נישט שיקן די אידן קיין פאלאסטינע (ארץ ישראל), דעריבער האט דייטשלאנד געשיקט שלוחים צו אלע אנדערע לענדער און צו די אידישע פארטרעטער, אז אויב מ'וועט צאלן אויסלייז געלט פאר יעדן קאפ, וועלן די אידן קענען ארויסגיין וואוינען צו די ווייטע לענדער. אבער די ציונים וואס זענען געזעסן ביי די קאסע פון די צדקה געלט און האבן זיך ארויסגעשטעלט אלץ פארטרעטער פון כלל ישראל, האבן נישט געוואלט אז די אידן זאלן גיין אין אנדערע לענדער, זיי האבן געוואלט אויף בויען זייער מדינה הטמאה אין ארץ ישראל, דעריבער האבן זיי קלאר געזאגט פאר די שלוחים פון דייטשלאנד, צו זאגן פארן היטלער ימ"ש אין נאמען פון די אידן, ווי פאלגענד. מיר ווילן נאר אויסלייזן די אידן אויב זיי גייען קיין ארץ ישראל, אויב נישט וועט יעדער בלייבן אין אייראפע ביז נאך דער מלחמה ווען דייטשלאנד וועט שוין זיין באזיגט, דעמאלט וועט מען ארויפגיין קיין ארץ ישראל, און אפילו אויב ס'וועט פארגאסן ווערן אידיש בלוט רח"ל, איז עס ווערד כדי צו האבן אן אייגן לאנד.

דעמאלט האט היטלער ימ"ש פרובירט די לעצטע מעגליכקייט אז אמעריקע אדער אנדערע פרייע לענדער זאלן יא ארייננעמען אלע אידן, און עס זענען פארגעקומען עטליכע גרויסע אסיפות פון פארשטייער פון אלע לענדער וואו אהין צו פארשיקן די אידן, אבער דורך די שתדלנות פון די ציונים האבן זיך אלע לענדער אנטזאגט פון אריינצונעמען די אידן פון אייראפע.
אין יאר תש"ב, ווען דער רשע האט געזען אז קיין שום לאנד וויל נישט ארייננעמען די אידן, האט ער פארשטאנען אז קיין שום לאנד וועט זיך נישט דערשרעקן צו הערן אז מען ברענגט אום אזויפיל טויזנטער אידן טעגליך און קיינער וועט אים נישט שטערן, האט ער באשלאסן אויפצובויען די גאז אויווענעס אין אוישוויטץ, דעמאלט האט זיך אנגעהויבן די ביטערע גזירה פון המן הרשע להשמיד להרוג ולאבד רח"ל, וואו עס זענען אומגעקומען רוב רובם פון כלל ישראל.

די עליה קיין ארץ ישראל:

אט די שנאת הגוים וואס די ציונים האבן פאראורזאכט די אלע יארן (פאר תש"ב ווען מ'האט נאך געקענט ארויסגיין), האט גורם געווען אז זייער אסאך אידן האבן צוליב די צרות געשיקט זייערע קינדער, רוב זענען געווען בחורים, עולה צו זיין קיין ארץ ישראל. דארט אין ארץ ישראל, איז געווען פיל ערגער, די ציונים האבן אויסגעריסן דאס לעצטע ביסל אידישקייט פון די אידן, זיי האבן דארטן געבויעט די ישובים, וואס זיי האבן גערופן קיבוצים, וואו מען האט מחלל שבת געווען, געגעסן נבילות וטריפות, אפגעשניטן בארד און פיאות (פון די וואס האבן נאך געהאט ביז דעמאלט), זיי פלעגן אויסשפרייטן אויף דער ערד יריעות פון ספרי תורה און אויף דעם פאשענען חזירים רח"ל, אלעס כדי צו דערצערענען דעם בורא כל עולמים און אויסרייסן דאס מינדעסטע געפיל צו אידישקייט.

די אידן אין חוץ לארץ האבן נישט געוואוסט פון די אלע זאכן, דארט איז מען נאר געווען אינפארמירט איבער די פרומעקייטן פון הרב קוק, למשל, אז ער האט געלייגט אן אבן הפנה צו א נייעם קיבוץ, און אז ער איז געווען אנגעטאן מיט א ווייסע בעקיטשע, און האט געוויינט זאגענדיג אז דא וועלן ווערן געהאדעוועט אידישע דורות, און נאך. מיט יארן שפעטער ווען אין אייראפע איז שוין געווען אינמיטן די שווערע מלחמה, האבן זיי צוזאמען גענומען טויזנטער קינדער אין מאסן, געראטעוועטע פון די לענדער
וואו מ'האט אונטערדריקט די אידן, און מען האט זיי אריינגעשטעלט אין די קיבוצים, און זיי געצווינגן צו חילול שבת, עסן נבילות וטריפות, און אנדערע עבירות רח"ל, ביז אלע זענען נעבעך געווארן אינגאנצן אוועקגעריסן פון אידישקייט רח"ל.

הקמת המדינה:

נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען די ציונים ימ"ש זענען שוין געווען גענוג שטארק, און די אידן פון די אנדערע לענדער האבן שוין כמעט נישט עקזיסטירט רח"ל, האבן זיי אנגעהויבן פירן מלחמות מיט די ענגלענדער וואס האבן דארט געוועלטיגט, טאג טעגליך זענען געפירט געווארן מלחמות, גרויסע און קליינע, ביז ס'איז געקומען דער ביטערער טאג - ה' אייר תש"ח - ווען עס איז דערגרייכט געווארן דער ציל פונעם מייסד הציונות הערצל ימ"ש, אויסצורייסן די אמונה אין השי"ת און אין ביאת המשיח, דורכן אויפשטעלן אן אייגענע אידישע מדינה, וואס איר עצם עקזיסטענץ איז א מרידה אין השי"ת (עיין בספר על הגאולה ועל התמורה, הקדמה דף י').

דעמאלט ווען די ציונים האבן שוין געהאט א גרויסן כח פון אן אייגענע מדינה, האבן זיי אויף א גרעסערן פארנעם ארויפגעברענגט טויזנטער אידישע משפחות פון תימן, מאראקא, און נאך לענדער, און זיי אויסגע'נער'ט מיט'ן אויפשרייבן אויף די פליגלן פון די עראפלאנען דעם פסוק ואשא אתכם על כנפי נשרים, און זיי האבן מסביר געווען אז די פליגערס זענען טאקע די אדלערס וואס השי"ת האט געשיקט אויסצולייזן די אידן, (די אידן פון יענע לענדער האבן נאך ביז דאן קיינמאל נישט געזען קיין עראפלאן), אזוי זענען די תמימות'דיגע אידן געלאפן מיינענדיג אז דאס איז טאקע שוין די גאולה שלימה, אבער אנקומענדיג קיין ארץ ישראל האט מען צוגעכאפט די קינדער און זיי אפגע'שמד'ט אויף א מערדערליכן אופן מיטן גרעסטן מאס רציחה קעגן דעם ווילן פון די עלטערן, אזוי ארום האבן זיי זיך געמאכט א גרויסן מיליטער און אנגעפולט א מדינה מיט רשעים מזרע ישראל רח"ל.

חוקי המדינה:

נאכדעם וואס די מדינה הצויונת איז געגרינדעד געווארן רח"ל, האט מען געשריבן א מגילת היסוד (ווען מען גרינדעט א לאנד שרייבט מען א קאנטראקט, אין וועלכן עס ווערט ארויסגעברענגט די פונדאמענטן און די צילן פון דעם לאנד, און אלע מיטגלידער פון די רעגירונג שרייבן דאס אונטער), אבער ס'איז נישט דערמאנט געווארן דערין דעם נאמען פון השי"ת, אפילו ביי אמעריקע - וואס איז א גוי'איש לאנד - ווערט דארט יא דערמאנט א תפלה צום באשעפער פון די וועלט אז דאס לאנד זאל מצליח זיין, אבער אין די מדינה וואס איז געגרינדעט געווארן דורך אידן ווערט נישט דערמאנט השי"ת'ס נאמען, און די מזרחי מיט די אגודה פירער האבן אויך אונטערגעשריבן דערויף. (עיין בויואל משה מאמר שלש שבועות אות ק', ועיין עו"ש מאות צ' עד אות צ"ט בענין החוק לקיים ולהחזיק כל הע"ז וכל האמונות של עכו"ם, שזה נגד התוה"ק).
ווען די ציונים האבן אנגעהויבן צו מאכן זייערע געזעצן, האט יעדער געזען אז דאס צילט אויסצורייסן דאס אידישקייט פון אידישע קינדער, ווי דער בריסקער רב זצ"ל האט געזאגט: זיי האבן נישט אויסגע'שמד'ט די אידן כדי צו דערגרייכן א מדינה, נאר כדי צו קענען אויסצו'שמד'ן אלע אידן רח"ל האבן זיי געמאכט א מדינה.

מלחה לה' בעמלק:

ליידער זענען דעמאלט די רעשטליך געבליבענע ערליכע אידן געווען צובראכן פיזיש און גייסטיש נאך די גרויסע צווייטע וועלט מלחמה, ווען רוב כלל ישראל איז אומגעקומען מיט מיתות משונות השם ישמרנו, און די וועלט איז געבליבן וויסט, די מוחות זענען געווען צומישט, און רוב אידן האבן זיך געפריידט מיט די מדינה און געמיינט אז דאס איז אן אתחלתא דגאולה (אן אנהויב פון די גאולה שלימה), וועגן דעם האט מען טאקע אין רוב פלעצער געזאגט הלל, און געמאכט גרויסע סעודות אין דעם טאג ה' אייר, און עס איז נישט געווען ווער עס זאל זאגן א ווארט דערקעגן.

דעמאלט האט זיך דער רבי זי"ע ארויסגעשטעלט ווי א גבור ואיש מלחמה, און געווארענט אז מען זאל חלילה נישט ווערן נאכגעשלעפט מיט די ציונים, מ'זאל נישט נעמען פון זייערע געלטער כדי מען זאל נישט פארכאפט ווערן אונטער זייער השפעה, ווייל דאס איז מינות ואפיקורסת, וואס עס האט א כח וואס ציט.

אין יאר תש"כ, האט דער רבי זי"ע ספעציעל מחבר געווען זיין הייליג ספר ויואל משה, וואו עס ווערט קלאר מבואר די אלע ענינים, ס'ווערט אפגעוואנדן די טענות פון אלע ציונים, ווי אויך פון די מזרחי, אגודת ישראל, און אלע אנדערע פארטייען, וואס האבן ליידער נישט געקענט עומד בנסיון זיין און צוליב געלט און כבוד האבן זיי זיך באפריינדעט צו די רשעים. שפעטער אין יאר תשכ"ז האט דער רבי זי"ע ארויסגעגעבן דעם צווייטן ספר על הגאולה ועל התמורה, וואו עס ווערט קלאר ערקלערט אז די מדינה איז קעגן השי"ת און קעגן די תורה, און אלע זייערע פראפאגאנדעס אז זיי האבן ניסים און דאס גלייכן, איז נישט מער ווי אנגעבלאזענע ליגענט, היינט צו טאג, זעט שוין יעדער איין, סיי אידן און סיי להבדיל די אומות העולם, אז די מדינה איז א חורבן פארן כלל ישראל, אויסער ליידער די פרומע וועלכע באקומען פון זיי גרויסע געלט שטיצע.

דער ספר הקדוש "ויואל משה"

די ספר האבן טויזענטער אידן זיך געעפענט די אויגן און פארשטאנען די הארבקייט פון האבן א שייכות מיט די ציונים, זיצן אין כנסת המינים, גיין צו די טמא'נע בחירות, רעדן די טמא'נע שפראך, און נאך.

מאמר שלש שבועות, איז געשטעלט אויף די גמרא אין מסכת כתובות (דף קי"א.) אז השי"ת האט באשוואוירן די אידן מיט דריי שבועות:
א) שלא יעלו בחומה, אז אידן זאלן נישט ארויפגיין קיין ארץ ישראל אינאיינעם מיט א שטארקע האנט, אפילו אויף אן אופן וואס די מלוכה ערלויבט, און ס'איז נישט דא קיין מרידה באומות.
ב) שלא ימרדו באומות העולם, די אידן זאלן נישט ווידערשפעניגן אין די גוים, וואס מען איז ביי זיי אין גלות.
ג) שלא ידחקו את הקץ, זיי זאלן נישט דערנענטערן די צייט פון די גאולה מיט אייגענע פעולות, אפילו דורכ'ן אינזינען האבן שמות הקדושים אדער מיט א שטארקע תפלה וואס צווינגט די גאולה.

הקב"ה האט געזאגט צו די אידן, אויב וועט איר איינהאלטן די דריי שבועות איז גוט, און אויב נישט, בין איך מפקיר אייער פלייש אזוי ווי די פלייש פון הערשן און אינדן. אין מאמר ישוב ארץ ישראל, איז דער רבי מבאר און ווענדט אפ, די אלע וואס האלטן אז עס איז דא היינטיגע צייטן א מצוה צו גיין וואוינען קיין ארץ ישראל אונטער די ציונים, און ער שרייבט דרייצן כללים ווען ס'גייט אן די מצווה פון ישוב ארץ ישראל.
מאמר לשון הקודש, איז א לענגערע תשובה וואס דער רבי האט געשריבן, ווי ער איז מבאר דאס הארבקייט צו רעדן זייער טמא'נע שפראך, ווי אויך איז דער רבי מאריך אין דעם מאמר מיט אסאך יסודות'דיגע ענינים.

דער מהר"ל מפראג זצ"ל שרייבט, אידישע קינדער ווייסן, אז ווי לאנג זיי זענען אין גלות וויל נישט השי"ת אז זיי זאלן פירן מלחמות, אויב זיי וועלן יא פירן מלחמות וועלן זיי ח"ו אומקומען, ווי דער פסוק זאגט אל תעלו כי אין ה' בקרבכם ולא תנגפו לפני אויביכם, גייט נישט מלחמה האלטן ווייל השי"ת איז נישט מיט אייך, און איר וועט ח"ו דערמארדעט ווערן פאר די פיינט, וועגן דעם האבן די אידן זיך ענדערש צושפרייט איבער די פיר עקן פון די וועלט, כדי אלע פעלקער זאלן זען אז די אידן ווילן נישט מלחמה האלטן מיט זיי. אפילו עס איז דא צווישן די אידן שטארקע מלחמה פירער, דאך וועלן זיי נישט פירן קיין מלחמה, אפילו צוליב די ליבשאפט צו ארץ ישראל, ביז השי"ת אליינס וועט אונז שיקן משיח צדקינו. (באר הגולה פכ"א, עי' חת"ס תורת משה פר' שופטים, ובאריכות באגרת תימן להרמב"ם)

דאס איז נעבעך מקויים געווארן אין די לעצטערע יארן, זינט עס איז אויפגעקומען דער רעיון הציונות, וואס האט געלויטעט אז כלל ישראל זאל האבן א לאנד, א שפראך מיט א מיליטער ווי אלע פעלקער, און מ'מוז נישט האלטן די תורה ח"ו, אין דער זעלבער צייט איז אויפגעקומען דער רשע מרושע היטלער ימ"ש אין דייטשלאנד, וואס האט ערקלערט קריג קעגן יעדן מענטש וואס שטאמט פון אידן אפילו ער האלט שוין חלילה נישט די תורה.

ווען די אידן וואלטן זיך אונטערגעבויגן און נישט ווידער געשפעניגט אין דעם רשע, וואלט די גזירה נישט געווען ערגער פון אלע גזירות אויף כלל ישראל אין אלע דורות, אבער וויבאלד די ציונים ימ"ש האבן זיך גערייצט מיט דעם רשע און פירן מיט אים מלחמה, און האבן אפגע'חוזק'ט פון די ערליכע אידן וואס זענען זיך מכניע און נעמען אן באהבה די גזירות, אויך האבן זיי דאן ארויפגעפירט הונדערטער טויזנטער אידן קיין ארץ ישראל כדי צו גרינדן א לאנד, און פירן מלחמה מיט די דארטיגע גויים, דאס אלעס האט גורם געווען צו די בלוטיגע מלחמה, וואס האט אומגעברענגט איבער זעקס מיליאן אידן ה"י, און דאס האלט אויך צוריק די גאולה שלימה.
דער רבי זי"ע פלעגט שטענדיג זאגן, עס איז זיכער אז ווען נישט די ציונים, וואלט שוין דער גואל צדק לאנג דא געווען, (עיין ויואל משה, הקדמה דף ח' ע"ב, מאמר ב' סימן קמ"ה). עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער גרויסער רשע היטלער ימ"ש וואס האט אומגעברענגט זעקס מיליאן אידן הי"ד, האט געשריבן אין זיין בוך, אז ער וויל ח"ו אומברענגען אלע אידן זיי זאלן זיין הפקר ווי "הערשן און אינדן", טאקע דער זעלבער לשון וואס ס'שטייט אין פסוק.

א בעל בטחון אויף יענעמס חשבון

ווען איינער פון די ציוניסטישע שלוחים וואס זענען ארומגעגאנגען פון שטאט צו שטאט מסביר זיין זייער אפיקורס'ישע שיטה איז געקומען קיין סיגעט, האט דער הייליגער עצי חיים, מרן רבינו חיים צבי טייטלבוים זי"ע, אנגעזאגט אז מ'זאל אים נישט לאזן האלטן קיין דרשה, דער ראש הקהל וואס איז געווען א מאדערענער איד, האט אים יא געלאזט רעדן, האט דער עצי חיים אים געמאכט אויס ראש הקהל.
עס ווערט דערציילט, אז יענעם פרייטאג צו נאכטס ביים פירות טיש פון הייליגן עצי חיים זי"ע איז דער אפיקורס געקומען, און מסביר געווען פאר'ן עצי חיים אז ס'וועט ארויסקומען א גרויסע טובה פאר'ן כלל, אויב אלע אידן וועלן זיך באזעצן אין ארץ ישראל, האט דער הייליגער עצי חיים געזאגט, איך פארשטיי נישט ווי אזוי איר וואגט זיך ארויפצושיקן די אידן וואוינען קיין ארץ ישראל, ארום און ארום ארץ ישראל וואוינען דאך די אראבער וואס זענען באוואוסטע רוצחים, אז איר וועט אייך רייצן מיט זיי וועלן זיין איין נאכט חלילה אומברענגען אלע אידן פון דארט, איר זיצט זיך רואיג אין לאנדאן (דער שליח האט געוואוינט אין לאנדאן) און איר שיקט אנדערע אין א מקום סכנה. האט דער שליח געענטפערט וועלנדיג זיך ווייזן אלץ א בעל בטחון, עס איז דא א גרויסער באשעפער וואס ער וועט אונז היטן, האט זיך דער הייליגער עצי חיים געשריגן, איר גלייבט דאך נישט אין באשעפער, מיט דעם האט זיך דער שמועס געענדיגט.

נישט געוואלט אריינקומען צום טיש

הגה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זצ"ל האט געהאט א מנהג, אז יעדן פרייטאג צונאכט פאר'ן טיש, איז דער גבאי אריין צו אים איבערגעבן וועלכע רבנים עס זענען געקומען צום טיש, דער בעלזער רב האט איינגעטיילט וואו יעדער רב זאל זיצן, ווער דער ערשטער און ווער דער צווייטער, און אזוי ווייטער, נאכדעם איז ער אריינגעקומען. איינמאל האט דער גבאי אויסגערעכנט צווישן די נעמען אויך איין רב וואס האט געהאט שייכות מיט די מזרחי, ווען דער בעלזער רב האט דאס געהערט האט ער געזאגט, איך קום נישט אריין צום טיש ווילאנג ער גייט נישט ארויס פון בית המדרש.

דער גבאי איז געגאנגען און איבערגעגעבן די ווערטער פונעם בעלזער רב, אבער דער מזרחי'סטישער רב האט זיך געבעטן אז מ'זאל אים נישט פארשעמען ברבים, ער וועט שוין שפעטער ארויסגיין. ווען דער גבאי איז צוריקגעקומען צום בעלזער רב זיך איינ'טענה'ן ער זאל אים נישט פארשעמען ברבים, האט דער בעלזער רב שארף געענטפערט, ווילאנג ער איז דארט גיי איך נישט אריין צום טיש, דער רב האט נישט געהאט קיין ברירה און האט געמוזט ארויסגיין, נאכדעם איז בעלזער רב אריינגעקומען צום טיש.

די גזירה וועט בטל ווערן

אין דעם ביטערן טאג - ה' אייר - וואס די מדינה איז געגרינדעט געווארן, האט דער וועלטבארימטער גרויסער בריסקער רב (הגאון רבי יצחק זאב סאלאווייטשיק) זצ"ל געשיקט א שליח צום וועלטבארימטער גרויסער חזון איש (הגאון רבי אברהם ישעי' קרעליץ) זצ"ל, זאגענדיג, עס איז א חורבן, די ציונים האבן מיט געוואלד זיך געמאכט געוועלטיגן אויף ארץ ישראל. האט דער חזון איש געענטפערט, אז די גמרא זאגט, גזירה עבידא דבטלא, די גזירה וועט בטל ווערן, און זייער מלוכה וועט ווערן אויס. האט דער בריסקער רב צוריקגעשיקט זאגן, יא, יא, אויב אלע אידן וועלן שפירן און וויסן אז דאס איז א גזירה וועט די גזירה בטל ווערן, איך האב אבער מורא אז די אידן וועלן מיינען אז דאס איז א ישועה און זיי וועלן זיך פרייען דערמיט, דעמאלט האב איך מורא אז די מלכות הרשעה וועט זיך ציען ביז משיח וועט קומען השם ישמרנו.

השי"ת זאל העלפן, אז מיר זאלן שוין בקרוב אויסגעלייזט ווערן פונעם ביטערן גלות, און דער מלכות המינות זאל שוין בטל ווערן, ווי באקאנט פלעגט דער רבי זי"ע כסדר זאגן, אז ס'איז זיכער אז דער מלכות המינות וועט בטל ווערן פאר משיח וועט קומען, מיר בעטן פון השי"ת, אז ס'זאל נישט שאטן פאר די ערליכע אידן, און מיר זאלן בקרוב קעגן גיין דעם גואל צדק במהרה בימנו אמן.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8660
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

באקאנטמאכונג: איך האב עס נישט געשריבן...
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

Thank you האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:37 pm
באקאנטמאכונג: איך האב עס נישט געשריבן...
אז תתענג?
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8660
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

פליישיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:33 pm
Thank you האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:37 pm
באקאנטמאכונג: איך האב עס נישט געשריבן...
אז תתענג?
באקומען פון א מלמד א ווארד פייל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

די ערשטע שטיקל פעלט וואס די שייכות זיי האבן בכלל מיט ציון.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

שכוח, זייער אינפארמאטיוו און אביעקטיוו.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

Thank you האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:36 pm
אבער ס'איז נישט דערמאנט געווארן דערין דעם נאמען פון השי"ת, אפילו ביי אמעריקע - וואס איז א גוי'איש לאנד - ווערט דארט יא דערמאנט א תפלה צום באשעפער פון די וועלט אז דאס לאנד זאל מצליח זיין, אבער אין די מדינה וואס איז געגרינדעט געווארן דורך אידן ווערט נישט דערמאנט השי"ת'ס נאמען, און די מזרחי מיט די אגודה פירער האבן אויך אונטערגעשריבן דערויף.
גראדע געווען איין מזרחי רב, וואס איז געווען פון די חותמים, און האט דייקא יא געוואלט מ'זאל דערמאנען די שם ה',
אזוי ווי זיי האבן אים נישט נאכגעגעבן האט ער אליינס צוגעשריבן פאר זיין חתימה בעזרת ה'
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

א שאד אז אזא שיינע ארטיקל איז אנגעפילט מיט אומריכטיגע פאקטן, עס וואלט געווען אסאך שענער און בעסער ווען דער שרייבער האלט זיך די זעלבע שטארק צו די ליניע פון מציאות ווי צו די ליניע פון איינע השקפה.
1) די טאטע פון תאודור הרצל האט געהייסן יעקב הערצל און איז געווען א איד וואס איז געגאנגען אין שוהל און נישט א גוי.
2) זיין מאמע האט נישט ׳געשטאמט׳ פון אידן, זי איז געווען א איד.
3) טראצדעם וואס הערצל האט פאר שטיק צייט געהאלטן אז אלע אידן דארפן זיך שמד׳ן רח"ל, האט ער זיך קיינמאל נישט גע׳שמד׳ט וויבאלד ער האט געהאלטן אז דאס וועט צוברעכן זיין טאטע׳ס הארץ.
4) די מזרח פארטיי איז געגרינדעט געווארן דורך ריינס אין יאר 1902, צוויי יאר פאר הערצל איז געשטארבן, ער האט דאס נישט אויפגעשטעלט.
5) דער לעגענדע אז היטלער ימ"ש איז געווען א שד און דערפאר האט מען קיינמאל געזען זיין פוס איז גוט פאר קליינע קינדער, ער איז טאקע געווען דער גרעסטער רוצח פון די אידישע פאלק אבער עס איז דא בילדער פון איהם אנע שטיוול און פון זיינע פוס.

איך האב נישט קען נערוון צו ליינען ווייטער.

נאכאמאל, איך האלט די זעלבע ווי דער שרייבער פון דער ארטיקל, אבער עס איז נישט קיין מצווה צו פארדרייען פאקטן אז עס זאל שטימען מיט א אגענדע, עס איז דא גענוג אויף די ציונים וואס איז אמת מ׳דארף נישט אויפמאכן.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן

אליעזר ווייס האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:46 pm
Thank you האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 1:36 pm
אבער ס'איז נישט דערמאנט געווארן דערין דעם נאמען פון השי"ת, אפילו ביי אמעריקע - וואס איז א גוי'איש לאנד - ווערט דארט יא דערמאנט א תפלה צום באשעפער פון די וועלט אז דאס לאנד זאל מצליח זיין, אבער אין די מדינה וואס איז געגרינדעט געווארן דורך אידן ווערט נישט דערמאנט השי"ת'ס נאמען, און די מזרחי מיט די אגודה פירער האבן אויך אונטערגעשריבן דערויף.
גראדע געווען איין מזרחי רב, וואס איז געווען פון די חותמים, און האט דייקא יא געוואלט מ'זאל דערמאנען די שם ה',
אזוי ווי זיי האבן אים נישט נאכגעגעבן האט ער אליינס צוגעשריבן פאר זיין חתימה בעזרת ה'
פישמן מימון.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

זייער שיין און קלאר אראפגעלייגט.

מיר באדערט אז דא שטייט נאר די חלק פון 'שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו'. אבער די חלק פון 'והקב"ה מצילנו מידם' ווערט בכלל נישט ארויסגעברענגט.

אה"נ מען קען נאך נישט אינגאנצען חוגג זיין דער 'מצילנו' חלק ווען די שלטון הכופרים איז נאך אין פילן שוואונג, און ליידער זענען נאך נישט אלע חרדי'שע אידן זיך אינגאנצען מתבדל פון די רשעים, און די בראך איז גרויס [בפרט וואס מען זעהט אין דער תקופה - דער אייבישער זאל שומר ומציל זיין]. אבער אפילו תשעה באב ווען מען האלט אינמיטן קלאגן אויף די חורבן בית המקדש טוט מען נישט פארגעסן אז אה"נ אינז זענען געגאנגען אין גלות און מען האט אוועק גענומען די שענסטע אין די בעסטע פון אונז - אבער די אייבישטער פארלאזט נישט זיין אידישע פאלק והחרדים לדבריו, און פון חצות מען הייבט שוין אן אביסל זיך צו מתנחם זיין, אפילו בתוך תשעה באב ווען מען קלאגט נאך אויף די חורבן.

הוא הדין לגבי מדינת ישראל השוכן על אדמתה של ארץ ישראל, אפילו די ציונים האבן גע'ארבעט אויף אלע פראנטן צו אפמעקן די אייבישטער'ס נאמען, און עס זאל נישט בלייבן קיין איין איד אין ארץ ישראל וואס זיין היטן תורה ומצות, אפילו אזוי זעהט מען די צוזאגט וואס די אייבישטער האט אינז צוגעזאגט 'וְאַף גַּם זֹאת בִּהְיוֹתָם בְּאֶרֶץ אֹיְבֵיהֶם לֹא מְאַסְתִּים וְלֹא גְעַלְתִּים לְכַלֹּתָם לְהָפֵר בְּרִיתִי אִתָּם'.

אין ארץ ישראל איז דא היינט - על אפם וחמתם פון די ציונים - איבער איין מליון דריי הונטערט טויזנט (!) אידן וואס היטן תורה ומצות און פירן זיך אזוי ווי זייערע זיידע'ס און באבע'ס האבן זיך געפירט, היטן יעדער הלכה אין שולחן ערוך, און זענען קובע עתים לתורה, און האבן מורא פון אן עבירה, און גרייטן זיך מיט א התלהבות צו טוהן א מצוה.

איבער הונדערט טויזנט (!) אינגערלייט פילן אן די הונדערטע היכלי הכולל אין ארץ ישראל און זענען זיך מייגע על התורה, ואין להם בעולמם אל ד' אמות של הלכה בלבד.

איבער אכציג טויזנט (!) בחורי ישיבות זיצן אין לערנען אין די הונדערטע ישיבות קטנות וגדולות - און זייער טאטע און מאמע שטרעבן זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע הייליגע אינגערלייט.

אוודאי דארפן מיר וויינען און קלאגן אויף די הונדערטע טויזנט נפשות וואס די ציונים האבן אויסגערוסען פון כלל ישראל, און אוודאי דארף מען וויינען אויף די געפערליכע מרידה במלכות שמים וואס איז דא, אינז זענען טאקע אלע מתפלל אז די שלטון הרשעה זאל טאקע בטל ווערן ווי שנעלער, און די חרדים וואס זענען זיך ליידער נאך נישט מתבדל אינגאנצען פון די מדינה, זאל זיך פאר זיי עפענען די אויגן.

אבער עס דארף ווערן ארויסגעברעגנט אז די אייבישטער האט נישט פארלאזט זיין אידישע פאלק, די ערליכע אידענטום אין ארץ ישראל וואקסט און בליעט ב"ה, וכל כלי יוצר עליך לא יצלח, און אינז אלע זענען מתפלל אז זאל שוין בקרוב קומען די גאנצע ישועה מיט די ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

חוץ פון דעם האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:12 pm

נאר איין נקודה, דער הייליגער סאטמאר רב זצ״ל האט זייער געוויינט און געקלאגט אויך אויף די הונדערעטער טויזענטער יודן וואס זענען שומרי תורה ומצוות אבער דינען ליידער דעם ע״ז הציונות וואס איז כפירה ומינות בה׳ ובתורתו הק׳
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

viewtopic.php?t=68840
לקונן ולשנן.png
לקונן ולשנן.png (309.98 KiB) געזען 1515 מאל
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

דרשת הגה''צ דומ"ץ ור''מ סאטמאר מאנטריאל זצ''ל ביום המר והנמהר ה' אייר ווי די דיין זצ''ל האט אינמיטען די דרשה אוועקגעפאלען מחמת צער און ווייטאג
יום המר והנמהר ה' אייר תשע''ח
(הפסיק באמצע מחמת כאב לב)

Unidentified
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

זייער א רייכע ארטיקעל
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

לאשתמודעתא האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:01 pm
א שאד אז אזא שיינע ארטיקל איז אנגעפילט מיט אומריכטיגע פאקטן, עס וואלט געווען אסאך שענער און בעסער ווען דער שרייבער האלט זיך די זעלבע שטארק צו די ליניע פון מציאות ווי צו די ליניע פון איינע השקפה.
1) די טאטע פון תאודור הרצל האט געהייסן יעקב הערצל און איז געווען א איד וואס איז געגאנגען אין שוהל און נישט א גוי.
2) זיין מאמע האט נישט ׳געשטאמט׳ פון אידן, זי איז געווען א איד.
3) טראצדעם וואס הערצל האט פאר שטיק צייט געהאלטן אז אלע אידן דארפן זיך שמד׳ן רח"ל, האט ער זיך קיינמאל נישט גע׳שמד׳ט וויבאלד ער האט געהאלטן אז דאס וועט צוברעכן זיין טאטע׳ס הארץ.
4) די מזרח פארטיי איז געגרינדעט געווארן דורך ריינס אין יאר 1902, צוויי יאר פאר הערצל איז געשטארבן, ער האט דאס נישט אויפגעשטעלט.
5) דער לעגענדע אז היטלער ימ"ש איז געווען א שד און דערפאר האט מען קיינמאל געזען זיין פוס איז גוט פאר קליינע קינדער, ער איז טאקע געווען דער גרעסטער רוצח פון די אידישע פאלק אבער עס איז דא בילדער פון איהם אנע שטיוול און פון זיינע פוס.

איך האב נישט קען נערוון צו ליינען ווייטער.

נאכאמאל, איך האלט די זעלבע ווי דער שרייבער פון דער ארטיקל, אבער עס איז נישט קיין מצווה צו פארדרייען פאקטן אז עס זאל שטימען מיט א אגענדע, עס איז דא גענוג אויף די ציונים וואס איז אמת מ׳דארף נישט אויפמאכן.
און ספר והאמת עד לעצמו ברענגט ער פון א צייטונג יאר תשט"ז ווי איינער האט פארציילט אז ריינעס האט אים געזאגט בסוד אז די געדאנק פון די מזרחי איז געקומען פון הרצל ימ"ש
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

אורח הכבוד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:24 pm
דרשת הגה''צ דומ"ץ ור''מ סאטמאר מאנטריאל זצ''ל ביום המר והנמהר ה' אייר ווי די דיין זצ''ל האט אינמיטען די דרשה אוועקגעפאלען מחמת צער און ווייטאג
יום המר והנמהר ה' אייר תשע''ח
(הפסיק באמצע מחמת כאב לב)
א חידוש נפלא פונעם דיין זצ"ל: די פרייע זענען שוין היינט נישט קיין ציונים! (מינוט: 15:20) נאר די אגודה זיי זענען די עכטע ציונים...
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

קונטרסים איבער ה' אייר והמסתייעף מיוחד פאר קינדער (און אויך פאר ערוואקסענע...)

זיידי פאארוואס טרויערסטו אזוי שטארק ה' אייר?

דער פראגראם אין חברון

געראטעוועט דעם חינוך הטהור

ותחזינה עינינו
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

מענין לענין, וואס טייטשט די ווארט "נמהר"?
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

לאשתמודעתא האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:01 pm
א שאד אז אזא שיינע ארטיקל איז אנגעפילט מיט אומריכטיגע פאקטן, עס וואלט געווען אסאך שענער און בעסער ווען דער שרייבער האלט זיך די זעלבע שטארק צו די ליניע פון מציאות ווי צו די ליניע פון איינע השקפה.
1) די טאטע פון תאודור הרצל האט געהייסן יעקב הערצל און איז געווען א איד וואס איז געגאנגען אין שוהל און נישט א גוי.
2) זיין מאמע האט נישט ׳געשטאמט׳ פון אידן, זי איז געווען א איד.
3) טראצדעם וואס הערצל האט פאר שטיק צייט געהאלטן אז אלע אידן דארפן זיך שמד׳ן רח"ל, האט ער זיך קיינמאל נישט גע׳שמד׳ט וויבאלד ער האט געהאלטן אז דאס וועט צוברעכן זיין טאטע׳ס הארץ.
4) די מזרח פארטיי איז געגרינדעט געווארן דורך ריינס אין יאר 1902, צוויי יאר פאר הערצל איז געשטארבן, ער האט דאס נישט אויפגעשטעלט.
5) דער לעגענדע אז היטלער ימ"ש איז געווען א שד און דערפאר האט מען קיינמאל געזען זיין פוס איז גוט פאר קליינע קינדער, ער איז טאקע געווען דער גרעסטער רוצח פון די אידישע פאלק אבער עס איז דא בילדער פון איהם אנע שטיוול און פון זיינע פוס.

איך האב נישט קען נערוון צו ליינען ווייטער.

נאכאמאל, איך האלט די זעלבע ווי דער שרייבער פון דער ארטיקל, אבער עס איז נישט קיין מצווה צו פארדרייען פאקטן אז עס זאל שטימען מיט א אגענדע, עס איז דא גענוג אויף די ציונים וואס איז אמת מ׳דארף נישט אויפמאכן.
עגרי, היבש קינדיש געשריבן...

אנטיסעמיטיזם האט נישט נאר געפלאגט הערצל ימ"ש, עס האט געפלאגט די אידן פון רוסלאנד און פוילן און אזוי אויך דייטשלאנד, אידן פון אלע שכבות העם האבן פרובירט אויף אלע פראנטן צו ענדיגן מיט די אנטעסעמיטיזם, די משכילים הארורים ימ"ש האבן פאנטאזירט אז דורך זיך צוגליייכן צום גוי וועט מען אונז נישט פיינט האבן, אבער דאס איז געוויס געווען א גרויסן טעות, ווידער זענען געווען די חובבי ציון די קאלאניסטן, וואס האבן געוואלט ארויפפירן די אידן קיין ארץ ישראל לפליטה גדולה, אנדערע כלל טוער האבן פארשיקט אידן קיין אמעריקע, ארגענטינע און אנדערע פלעצער, מיט די כוונה צו לינדערן די ליידן פון די אידן אונטער די פאגראמען, די בולשעוויקן ודומיהן.
אוודאי זענען געווען מחבלי כרמים וואס האבן געזוכט אסימילאציע און פריקת עול רח"ל, וואס למעשה האט מען זיך נישט געקענט פאראייניגן בדעה אחת (אויף די פעולות, איך רעד נישט פון השקפה), און עס איז ארויסגעקומען וואס איז ארויסגעקומען.
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 1:13 pm
מענין לענין, וואס טייטשט די ווארט "נמהר"?
א שטיקל נועם אלימלך
Screenshot 2024-05-14 140322.png
Screenshot 2024-05-14 140322.png (26.79 KiB) געזען 369 מאל
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2445
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 2:05 pm
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 1:13 pm
מענין לענין, וואס טייטשט די ווארט "נמהר"?
א שטיקל נועם אלימלך
Screenshot 2024-05-14 140322.png
עס איז א פסוק אין חבקוק א פסוק ו', 'הגוי המר והנמהר'
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
לאנגע לאקשן
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 12:27 pm

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע לאקשן »

הייליגע טאטע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:10 pm
לאשתמודעתא האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:01 pm
א שאד אז אזא שיינע ארטיקל איז אנגעפילט מיט אומריכטיגע פאקטן, עס וואלט געווען אסאך שענער און בעסער ווען דער שרייבער האלט זיך די זעלבע שטארק צו די ליניע פון מציאות ווי צו די ליניע פון איינע השקפה.
1) די טאטע פון תאודור הרצל האט געהייסן יעקב הערצל און איז געווען א איד וואס איז געגאנגען אין שוהל און נישט א גוי.
2) זיין מאמע האט נישט ׳געשטאמט׳ פון אידן, זי איז געווען א איד.
3) טראצדעם וואס הערצל האט פאר שטיק צייט געהאלטן אז אלע אידן דארפן זיך שמד׳ן רח"ל, האט ער זיך קיינמאל נישט גע׳שמד׳ט וויבאלד ער האט געהאלטן אז דאס וועט צוברעכן זיין טאטע׳ס הארץ.
4) די מזרח פארטיי איז געגרינדעט געווארן דורך ריינס אין יאר 1902, צוויי יאר פאר הערצל איז געשטארבן, ער האט דאס נישט אויפגעשטעלט.
5) דער לעגענדע אז היטלער ימ"ש איז געווען א שד און דערפאר האט מען קיינמאל געזען זיין פוס איז גוט פאר קליינע קינדער, ער איז טאקע געווען דער גרעסטער רוצח פון די אידישע פאלק אבער עס איז דא בילדער פון איהם אנע שטיוול און פון זיינע פוס.

איך האב נישט קען נערוון צו ליינען ווייטער.

נאכאמאל, איך האלט די זעלבע ווי דער שרייבער פון דער ארטיקל, אבער עס איז נישט קיין מצווה צו פארדרייען פאקטן אז עס זאל שטימען מיט א אגענדע, עס איז דא גענוג אויף די ציונים וואס איז אמת מ׳דארף נישט אויפמאכן.
און ספר והאמת עד לעצמו ברענגט ער פון א צייטונג יאר תשט"ז ווי איינער האט פארציילט אז ריינעס האט אים געזאגט בסוד אז די געדאנק פון די מזרחי איז געקומען פון הרצל ימ"ש
קען זיין אמת אבער א צייטונג איז נישט אזוי באגלייבט, אפילו עס שטימט מיט א נאראטיוו
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: ה' אייר - יום המר והנמהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

הרה"ג ר' יחזקאל ראפאפורט שליט"א
אצל מעמד לקונן ולשנן ה' אייר בביהמ"ד אוהל רחל ירושלים עיה"ק

הרה"ג ר' שמואל יעקב מייזעלס שליט"א
דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי לייב ק"י ה' אייר תשפ"ד

הרה"ג ר' הלל ראזענבערג שליט"א
ה' אייר תשפ"ד בביהמ"ד הגדול ק"י
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”