מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נון בית
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 11, 2022 9:31 pm
לאקאציע:אונטן פונעם צעטיל

מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נון בית »

די יו"ט מאגאזין שוואונג שענקט געמישטע מחשבות, אויב באטראכט מען עס מיט א נאנט און גרינטליך בליק.

פון איין זייט פריידט דאס הארץ זעענדיג די אידישע ליטעראטור אינדוסטריע שיינען און בליען ווי קיינמאל בעפאר. זאגסטו ווען פאר פופצן יאר צוריק אז עס וועט איין טאג ערשיינען פינף טויזענט בלעטער מיט די רייכסטע און קריעיטוויסטע שטאף, וואלט מען אייך געלייכט אין פנים. ס'וואלט זיך קיינער נישט פארגעשטעלט אז פאר אזא קליינע געמיינדע זאל אזויפיל סחורה ארויסגערוקט ווערן. דאס איז באמת באגריסנד, און איז שוין אייגנטליך באגריסט געווארן לאנג צוריק. די רעדאקטארן, שרייבער, גראפיקער, דיסטריביוטער, און אלע ארום, לייגן אריין ים'ען מיט כוחות דערינען. פון וואו ווייסעך דאס? ווייל כ'קוק אויף די רעזולטאטן. קויפט מען ווען אפילו נאר איינס פון די דריי הויפט מאגאזינען, קען מען אנפאנגען ביי קדש, און נישט ענדיגן פאר מוצאי אחרון אויסרייניגען דאס גאנצע אינהאלט. אין איין ווארט: באגריסנד!

ס'איז אבער פארהאן א צווייטע זייט דערצו. זייער א גרויליגע, זייער א זינלאזע, און זייער א קינדישע.

די תגובות אין די יו"ט מאגאזינען אשכולות זענען אן אפשיין פון די שכל'לאזע פארמעסט טאנץ אין וואס די אלע אויבנדערמאנטע רעדאקטארן, שרייבער, גראפיקער, דיסטריביוטער, און אלע ארום נעמען אנטייל.

ווען G&G און GB האבן זיך צומאל ארומגעריסן און קאנקורירט אויף א צומאל נידריגע שטאפל, איז עס טאקע געווען פארשעמנד, טאקע געווען נישט אידישליך, און טאקע קאקא-קאלע און פעפסי'דיג. אבער וואס איז למעשה געווען די ענד גאול פון די קאמף? די ציל איז נישט געווען כבוד, אפשר דאס אויך. די ציל איז נישט געווען נקמה, אפשר דאס אויך. די ציל איז נישט געווען כיתה א' סטיל "איך בין גרעסער! אונאו איך בין גרעסער..." אפשר דאס אויך. די ענד גאול איז געווען איין זאך, און דאס איז געלט. ביידע האבן געוואלט ציען ווי מער קאסטומער, און ביידע האבן געוואלט אז זיי זאלן זיין די אנגענומענע ברענד וועלכע "האט עס", כדי: צו מאכן געלט.

ווען ס'קומט אבער צו די קאנקורענץ צווישן די מאגאזינען, איז עס איין זאך: זייער זייער קינדעריש. זייער מיט א גאר גרויסע "ז".

מיינע טייערע פריינט, א מערהייט מענטשן קויפן סייווי ביידע מאגאזינען (די וואס נעמען אריין מאמענט אין שטוב, אלע דריי) וואס איז די נערישקייט פון זיצן א גאנץ ווינטער מיט א שווערע אטעם אז אפשר גייט מיין קאמפעטישען אריינקומען מיט א גרעסערע חידוש? וואס איז די נערישקייט פון שפירן אז מ'איז ארויס די געווינער ווייל מ'האט דיקערע פעידזשעס און מער בלעטער?

טייערע עורך המאגאזין, דו רעדסטעך פאר איין רגע איין אז דיין קליענטעל גייט פארלוירן גיין אויב האסטו נאר איין ביכל אין די צייט וואס די קאמפעאטישען האט צוויי? דו רעדסטעך פאר איין רגע איין אז די גייסט פארלירן קאסטומער'ס אויב דו האסט נישט געהאט קיין מעידזשער נסיעה און דיין קאמפעטישען יא?

די גאנצע געווינס פון דיין ביכל איז נאר אויב דו קענסט ארויפשטעלן בעסערע ברענד נעימס, און מער רייסעריש-אויסקוקנדע פראיעקטן, צו קענען פארלייכטערן דיין אטעם אז די עולם אויף אייוועלט זאגט אז דיין בוק איז די בעסטע דעי יו"ט? אר יו סיריעס? דיין גאנצע עפארט איז צו קענען איבערשטייגן דיין קאמפעטישען? ביסט זייער א קליין קינד.

אויף וועלכע וועג מ'זאל עס ווילן דרייען, האבן שריפט, שטיבל, און מאמענט א גענצליך אנדערע ליינער באזע. די מאמענט קליענטעל גלייכט די מאמענט פאר סיי וועלכע סיבה (ס'דא אסאך, און ס'איז זייער קלאר) און זיי וועלן פון דארט נישט אוועקנויגן, אפגעזען וואס דו שטעלסט ארויס אויף יו"ט.

די שריפט האט ווייטער זיין קליענטעל וועלכע פארמאגט א סובסקריפשען, אדער איז שוין אנגעשטעלט אראפצוריקן איינס פון די פאליצעס יעדע וואך אין גראסערי. זיי גייען נישט אנהייבן קויפן שטיבל אדער מאמענט ווייל יו"ט האבן זיי געהאט א חידוש. פינטל. עינט העפענינג.

ווידער שטיבל איז די זעלבע זאך. ער קויפט עס ווייל דאס קויפט ער, און פרשת אחרי געדענקט ער שוין פון קיין מאמענט אדער שריפט מער. די נעקסטע מאל ער וועט זיי זען וועט זיין ביים שווער אויף קימפעט.

איי וועסטע מיר וועלן זאגן אז למעשה קויפט יעדער אלע דריי אויף יו"ט, און דעמאלטס איז טאקע א גוטע צייט צו איינקויפן פרישע קליענטן, דורכ'ן עפלייען צו די מענטשן וועלכע קויפן לאו דוקא שטיבל איבער שריפט, נאר אזוי האט זיך אויסגעשטעלט און שוין אזוי געבליבן. און דאן ווען ער קוקט אריין ביי דיר אין ביכל זעט ער אז דו זאגסט וואויל, און באשליסט דיר אויספרובירן עטליכע וואכן.

פיין, איז לייג אריין כוחות אין דיין תוכן. מאך זיכער צו האבן די ריכטיגע שרייבער. מאך זיכער אז דיינס אן ארטיקל זאל זיין אן ארטיקל. מאך זיכער אז ווען מען פרעגט איינעם נאך יו"ט פון וועלכע ארטיקל ער האט הנאה באקומען, זאל ער קענען ציווייזן איינע פון דיינע זאכן.

ניין. אנטשאט דעם גייט מען אנפאנגען גיין אין סורקל'ס אויב מאמענט האט שוין אמאל געהאט סקולען, און אויב משפחה האט שוין געהאט רוסלאנד. סיריעסלי? די סקולען ארטיקל פון שריפט איז איין טראפ מער אדער ווייניגער אינטערעסאנט אויב ס'איז שוין געווען אזאנס אין מאמענט אכט יובל'יך צוריק? ארי ווייזער'ס רוסלאנד נסיעה איז א בלאט פלעק ווייניגער מאסיוו ווייל אריה ארליך האט שוין געהאט אקוראט דאס מיט א יאר אהאלב צוריק? שטיבל'ס וואשינגטאן פראיעקט איז א צענט ווייניגער אינפארמירנד ווייל מענדי אונגאר איז שוין אמאל געווען אין וואשינגטאן מיט אלי' יואל?

וואספארא סארט נערישע תגובות זעט מען דא אגאנצע טאג, אז 'דער האט שוין געהאט דאס, און יענץ איז שוין געווען דארט...'??? סי-ען-ען מעג שוין נישט אינטערוויוען טראמפ ווייל פאקס האט עס שוין נעכטן געטון? א ען-בי-סי דאקומענטאציע ווערט אנגעקוקט א לעק ווייניגער ווייל סי-בי-עס האט שוין אמאל געהאט ענדליכס?

אבסורד!

כ'ווייס נישט אויב מען כאפט וואס דא קומט פאר. ס'זיצן דא דריי מאגאזינען, אויף א געמיינדע פון דריי און אהאלב מענטשן, און רייסן זיך ביי די קעפ... מאדנע ביז גאר. מ'זעהט דאס צווישן די ענגלישע משפחה און די עמי? קיינמאל. און דארט וואלט די קאמפעטישען אסאך מער אויסגעמאכט, דען זיי האבן אבאנטש מאל מער פלייש אויף וועם זיך אנצולענען...

פאני.

מ'זיצט מיט אלע צען פינגער אויסגעשפרייט, און מ'כאאאפט.... מ'גאפלט אריין אין די מארקעט, טוצעך א כאפעראציע... WOW דו האסט געכאפט עפשטיין, און איך האב געכאפט קופטייל...יעדער זאל קלאטשן.



ס'איז א ברייט אנגענומענע קאנסעפציע אז מ'האט שוין געענדיגט אינטערוויען יעדעם איינעם וואס מ'קען אינטערוויען, און מ'האט שוין געענדיגט פריעקטירן יעדע סארט פראיעקט. מיין פריינט איר זענט זילטש קריעיטיוו. זעראו. ס'איז פארהאן א מיליאן מאל מער מענטשן וואס מ'קען אינטערוויוען, און א מיליאן מאל מער פראיעקטן וואס מ'קען מאכן, אנשטאט זיצן און וויינען אז מ'האט שוין אלעס אויסגענוצט, און מ'האט נאר א פיצי מארקעט פון וואס צו רעדן, און און און און...

אקעי, כ'האב נישט קיין אנונג וואו כ'בין דא אנגעקומען, כ'גיי כאפן א ציגערעטל. הצלחה!
לעצט פארראכטן דורך נון בית אום דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

רעדאקטארן, שרייבער, גראפיקער, דיסטריביוטער נעמען נישט אנטייל אין קיין שכל'לאזע, נארישע, שמאלקעפיגע, זינלאזע און קינדישע פייט. די תגובות איבער מאגאזין קאנקורענץ קומען פון יחידים דא און דארט, ווי אויך פון די וואס האלטן זיך פאר פענס פון איינע פון די מאגאזינען. ס'איז א זינלאזע בלבול.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18984
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

שיין און ריכטיג געשריבן!

איך האב שוין געקויפט, און טאקע אלע פינף, וואך בליק מאמענט עמי און משפחה.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

איך ווייס נישט און קען נישט די מציאות ביי די מאגאזינען, איך קויף זיי נישט בדרך כלל, אויף יו״ט אסאך מאל יא איינס, (אבוועסלי איבער מיר שלאגט מען זיך..) אבער א קלארע שפראך און געשליפענע פעדער האסטע איינס אין די וועלט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

דו האסט גאר א פיינעם פעדער! אבער איך ווייס באמת נישט וואס דיר באדערט, סך הכל זעה איך דא א געזינטע מארקעט ווי עס איז דא קאמפעטישן וואס איז אייגענטליך זייער א גוטע זאך איבערהויפט פארן קאסטאמער.

'שטיבל', 'שריפט', 'מאמענט' האבן באמת דעליווערד מאסיוו!!! איך גלייב נישט אז די תגובות פון וואס די רעדסט קומען פון די מאגאזינען שטאב, מיר קוקט עס מער אויס בין הזמנים'דיג..

אז די פארנעמסט נישט די רעטאריק ביטע גיי נישט אריין דארטן.
לעצט פארראכטן דורך מגדים אום דאנערשטאג אפריל 18, 2024 10:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בלויע רעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע רעקל »

און קורצן, קען זיין סאיז בעיביש, אבער סוף כל סוף איז קאמפעטישן גוט פאר די לייענער!
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

זייער שיין
אויף וועלכע וועג מ'זאל עס ווילן דרייען, האבן שריפט, שטיבל, און מאמענט א גענצליך אנדערע ליינער באזע.
יא איך ווייס נישט פארוואס אבער למשל איך גיי זייער שטארק פאר איינס, (איך ווייס אליינס נישט פארוואס)
די גאנצע געווינס פון דיין ביכל איז נאר אויב דו קענסט ארויפשטעלן בעסערע ברענד נעימס, און מער רייסעריש-אויסקוקנדע פראיעקטן,
און טאקע די אלע קאווערס האב איך זייער נישט ליב עס מאכט מיר דיזי, וועסט קיינמאל נישט זען א Ami or Mishpacha מיט די קאווערס,
דער וואס קויפט קויפט, און דער וואס נישט נישט, (געווענלעך) לייג איין אדער צוויי גוטע זאכן וואאס קען ציען מענטשן,

*אבער איך וועל קיינמאל נישט אראפ רייסן אנדערע און אויך פארקערט, אסאך מאל שוין געזאגט גוטע ווערטער אויף אנדערע,
און יא איך קויפ שוין נישט אין מיטן יאר קיין מאגאזינען ווייל די פרייזן זענען ארויף, אבער יו"ט קויף איך אלע דריי מאמענט וואך בליק.
לעצט פארראכטן דורך כ'בין א פשוט'ער איד אום דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
viewtopic.php?t=67745
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

פארוואס זאגסטו אז די ענד גאול איז נישט געלט? א מאגאזין וואס קומט אריין שוואך אין א יו"ט סעזאן ווען זיינע קאנקורענטן זענען אסאך בעסער, גייט ער אראפ א שטאפל אין די ליסטע פון ווער איז די בעסטע מאגאזין.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דו זאגסט גיט אבער נאר וועגן דעי קאמפיטישאן איז דא וואס צו ליינען מיין פריינט

Unfortunately
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

פון ווי נעמסטו די הנחה אז מענטשן קויפן סייווי אלע?

איך קויף איין מאגאזין, איך קוק וועלכע קוקט אויס די בעסטע /אינטערעסאנטסטע די יום טוב און דאס קויף איך.

אוודאי זענען זיי דא פאר געלט, דו פרעגסט אזעלכע גוטע קשיות אז די תירוץ שרייט פון זיך אליינס.
לעצט פארראכטן דורך בן כלבא שבוע אום דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך שיין איין קליינע הערה
קינדעריש ספעלט מען אן א "ז"
ריברענדיג.....
כעלעמערחכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 pm
לאקאציע:כעלעם

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעמערחכם »

נון בית האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:11 am
די יו"ט מאגאזין שוואונג שענקט געמישטע מחשבות, אויב באטראכט מען עס מיט א נאנט און גרינטליך בליק.

פון איין זייט פריידט דאס הארץ זעענדיג די אידישע ליטעראטור אינדוסטריע שיינען און בליען ווי קיינמאל בעפאר. זאגסטו ווען פאר פופצן יאר צוריק אז עס וועט איין טאג ערשיינען פינף טויזענט בלעטער מיט די רייכסטע און קריעיטוויסטע שטאף, וואלט מען אייך געלייכט אין פנים. ס'וואלט זיך קיינער נישט פארגעשטעלט אז פאר אזא קליינע געמיינדע זאל אזויפיל סחורה ארויסגערוקט ווערן. דאס איז באמת באגריסנד, און איז שוין אייגנטליך באגריסט געווארן לאנג צוריק. די רעדאקטארן, שרייבער, גראפיקער, דיסטריביוטער, און אלע ארום, לייגן אריין ים'ען מיט כוחות דערינען. פון וואו ווייסעך דאס? ווייל כ'קוק אויף די רעזולטאטן. קויפט מען ווען אפילו נאר איינס פון די דריי הויפט מאגאזינען, קען מען אנפאנגען ביי קדש, און נישט ענדיגן פאר מוצאי אחרון אויסרייניגען דאס גאנצע אינהאלט. אין איין ווארט: באגריסנד!

ס'איז אבער פארהאן א צווייטע זייט דערצו. זייער א גרויליגע, זייער א זינלאזע, און זייער א קינדישע.

די תגובות אין די יו"ט מאגאזינען אשכולות זענען אן אפשיין פון די שכל'לאזע פארמעסט טאנץ אין וואס די אלע אויבנדערמאנטע רעדאקטארן, שרייבער, גראפיקער, דיסטריביוטער, און אלע ארום נעמען אנטייל.

ווען G&G און GB האבן זיך צומאל ארומגעריסן און קאנקורירט אויף א צומאל נידריגע שטאפל, איז עס טאקע געווען פארשעמנד, טאקע געווען נישט אידישליך, און טאקע קאקא-קאלע און פעפסי'דיג. אבער וואס איז למעשה געווען די ענד גאול פון די קאמף? די ציל איז נישט געווען כבוד, אפשר דאס אויך. די ציל איז נישט געווען נקמה, אפשר דאס אויך. די ציל איז נישט געווען כיתה א' סטיל "איך בין גרעסער! אונאו איך בין גרעסער..." אפשר דאס אויך. די ענד גאול איז געווען איין זאך, און דאס איז געלט. ביידע האבן געוואלט ציען ווי מער קאסטומער, און ביידע האבן געוואלט אז זיי זאלן זיין די אנגענומענע ברענד וועלכע "האט עס", כדי: צו מאכן געלט.

ווען ס'קומט אבער צו די קאנקורענץ צווישן די מאגאזינען, איז עס איין זאך: זייער זייער קינדעריש. זייער מיט א גאר גרויסע "ז".

מיינע טייערע פריינט, א מערהייט מענטשן קויפן סייווי ביידע מאגאזינען (די וואס נעמען אריין מאמענט אין שטוב, אלע דריי) וואס איז די נערישקייט פון זיצן א גאנץ ווינטער מיט א שווערע אטעם אז אפשר גייט מיין קאמפעטישען אריינקומען מיט א גרעסערע חידוש? וואס איז די נערישקייט פון שפירן אז מ'איז ארויס די געווינער ווייל מ'האט דיקערע פעידזשעס און מער בלעטער?

טייערע עורך המאגאזין, דו רעדסטעך פאר איין רגע איין אז דיין קליענטעל גייט פארלוירן גיין אויב האסטו נאר איין ביכל אין די צייט וואס די קאמפעאטישען האט צוויי? דו רעדסטעך פאר איין רגע איין אז די גייסט פארלירן קאסטומער'ס אויב דו האסט נישט געהאט קיין מעידזשער נסיעה און דיין קאמפעטישען יא?

די גאנצע געווינס פון דיין ביכל איז נאר אויב דו קענסט ארויפשטעלן בעסערע ברענד נעימס, און מער רייסעריש-אויסקוקנדע פראיעקטן, צו קענען פארלייכטערן דיין אטעם אז די עולם אויף אייוועלט זאגט אז דיין בוק איז די בעסטע דעי יו"ט? אר יו סיריעס? דיין גאנצע עפארט איז צו קענען איבערשטייגן דיין קאמפעטישען? ביסט זייער א קליין קינד.

אויף וועלכע וועג מ'זאל עס ווילן דרייען, האבן שריפט, שטיבל, און מאמענט א גענצליך אנדערע ליינער באזע. די מאמענט קליענטעל גלייכט די מאמענט פאר סיי וועלכע סיבה (ס'דא אסאך, און ס'איז זייער קלאר) און זיי וועלן פון דארט נישט אוועקנויגן, אפגעזען וואס דו שטעלסט ארויס אויף יו"ט.

די שריפט האט ווייטער זיין קליענטעל וועלכע פארמאגט א סובסקריפשען, אדער איז שוין אנגעשטעלט אראפצוריקן איינס פון די פאליצעס יעדע וואך אין גראסערי. זיי גייען נישט אנהייבן קויפן שטיבל אדער מאמענט ווייל יו"ט האבן זיי געהאט א חידוש. פינטל. עינט העפענינג.

ווידער שטיבל איז די זעלבע זאך. ער קויפט עס ווייל דאס קויפט ער, און פרשת אחרי געדענקט ער שוין פון קיין מאמענט אדער שריפט מער. די נעקסטע מאל ער וועט זיי זען וועט זיין ביים שווער אויף קימפעט.

איי וועסטע מיר וועלן זאגן אז למעשה קויפט יעדער אלע דריי אויף יו"ט, און דעמאלטס איז טאקע א גוטע צייט צו איינקויפן פרישע קליענטן, דורכ'ן עפלייען צו די מענטשן וועלכע קויפן לאו דוקא שטיבל איבער שריפט, נאר אזוי האט זיך אויסגעשטעלט און שוין אזוי געבליבן. און דאן ווען ער קוקט אריין ביי דיר אין ביכל זעט ער אז דו זאגסט וואויל, און באשליסט דיר אויספרובירן עטליכע וואכן.

פיין, איז לייג אריין כוחות אין דיין תוכן. מאך זיכער צו האבן די ריכטיגע שרייבער. מאך זיכער אז דיינס אן ארטיקל זאל זיין אן ארטיקל. מאך זיכער אז ווען מען פרעגט איינעם נאך יו"ט פון וועלכע ארטיקל ער האט הנאה באקומען, זאל ער קענען ציווייזן איינע פון דיינע זאכן.

ניין. אנטשאט דעם גייט מען אנפאנגען גיין אין סורקל'ס אויב מאמענט האט שוין אמאל געהאט סקולען, און אויב משפחה האט שוין געהאט רוסלאנד. סיריעסלי? די סקולען ארטיקל פון שריפט איז איין טראפ מער אדער ווייניגער אינטערעסאנט אויב ס'איז שוין געווען אזאנס אין מאמענט אכט יובל'יך צוריק? ארי ווייזער'ס רוסלאנד נסיעה איז א בלאט פלעק ווייניגער מאסיוו ווייל אריה ארליך האט שוין געהאט אקוראט דאס מיט א יאר אהאלב צוריק? שטיבל'ס וואשינגטאן פראיעקט איז א צענט ווייניגער אינפארמירנד ווייל מענדי אונגאר איז שוין אמאל געווען אין וואשינגטאן מיט אלי' יואל?

וואספארא סארט נערישע תגובות זעט מען דא אגאנצע טאג, אז 'דער האט שוין געהאט דאס, און יענץ איז שוין געווען דארט...'??? סי-ען-ען מעג שוין נישט אינטערוויוען טראמפ ווייל פאקס האט עס שוין נעכטן געטון? א ען-בי-סי דאקומענטאציע ווערט אנגעקוקט א לעק ווייניגער ווייל סי-בי-עס האט שוין אמאל געהאט ענדליכס?

אבסורד!

כ'ווייס נישט אויב מען כאפט וואס דא קומט פאר. ס'זיצן דא דריי מאגאזינען, אויף א געמיינדע פון דריי און אהאלב מענטשן, און רייסן זיך ביי די קעפ... מאדנע ביז גאר. מ'זעהט דאס צווישן די ענגלישע משפחה און די עמי? קיינמאל. און דארט וואלט די קאמפעטישען אסאך מער אויסגעמאכט, דען זיי האבן אבאנטש מאל מער פלייש אויף וועם זיך אנצולענען...

פאני.

מ'זיצט מיט אלע צען פינגער אויסגעשפרייט, און מ'כאאאפט.... מ'גאפלט אריין אין די מארקעט, טוצעך א כאפעראציע... WOW דו האסט געכאפט עפשטיין, און איך האב געכאפט קופטייל...יעדער זאל קלאטשן.



ס'איז א ברייט אנגענומענע קאנסעפציע אז מ'האט שוין געענדיגט אינטערוויען יעדעם איינעם וואס מ'קען אינטערוויען, און מ'האט שוין געענדיגט פריעקטירן יעדע סארט פראיעקט. מיין פריינט איר זענט זילטש קריעיטיוו. זעראו. ס'איז פארהאן א מיליאן מאל מער מענטשן וואס מ'קען אינטערוויוען, און א מיליאן מאל מער פראיעקטן וואס מ'קען מאכן, אנשטאט זיצן און וויינען אז מ'האט שוין אלעס אויסגענוצט, און מ'האט נאר א פיצי מארקעט פון וואס צו רעדן, און און און און...

אקעי, כ'האב נישט קיין אנונג וואו כ'בין דא אנגעקומען, כ'גיי כאפן א ציגערעטל. הצלחה!
אנטשולדיגט... אבער כ'בין טאויטעלי מחולק מיט אייך! סתם געהאקט אין קאפ אריין...
ווער ס'געדענקט א בליק פאר א יאר צוריק וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט און וויאזוי ס'קוקט אויס היינט, און טאקע וויבאלד ער האט זיך ארויפגעארבעט פארקויפט ער מער קאפיס ווי אמאל!
ווער ס'פארקויפט מער און בעסערע סחורה פאר גוטע פרייזן רוקט מער סחורה, פונקט ווי יעדע אינדאסטרי!
לעצט פארראכטן דורך כעלעמערחכם אום דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס ערשטע איז א מקוה! און דערנאך...
קאפיטל: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5129
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

געשאסן א לאטקע, און אנטלאפן פונעם סצענע…

קודם כל אוודאי איז עס איבער געלט! ווי בעסערע סחורה מ׳פארמאגט אלץ מער מענטשן קויפן עס (יא, ס׳זענען פארהאן איבער גענוג מענטשן וואס שטייען אין די געשעפטן און קוקן אויף די דעקלעך פארן באשליסן וועלכע מאגאזין גייט האבן די זכיה געליינט צו ווערן ביי זיי אינדערהיים..) און מער קויפערס מיינט מער סעילס, און בעיקר אז די קאמפאניס גייען ווילן עדווערטייזן ביי זיי, ווייל מער אויגן גייען זעהן די עדס.

והעיקר, פון וואו נעמסטו די בלוט בלבול׳דיגע הנחה אז די רעדאקטארן זענען צוקריגט? איצי קאהן, יואליש קרויס, און יואל בנציון הירש רעדן זיך דורך אויף א וועכנטליכן פארנעם. הן איבער פרינטינג זמנים וכד׳, והן ס׳איז שוין געווען גענוג מאל וואס פאר צוויי רעדאקטארן זענען בייגעפאלן די זעלבע איידיע, און איינער האט אראפגעבעקט.

ועוד, די גאנצע איידיע פון זיך הרג׳ענען צווישן זיך וועלכע מאגאזין האט געוואונען איז נאר אויף אייוועלט, אין ריעל לייף האבעך נאך קיינמאל געהערט אזאנע לשונות פון איין מאגאזין חסיד אויפן צווייטן ווי דאס וואס אלע אשכולות זענען פול דערמיט.

די איינציגסטע חלק וואו איך שטיי מיט דיר אויף איין פעידזש, איז מיט די פוינט אז א מאגאזין גייט נישט אינטערוויוען איינעם וואס האט אין די לעצטע יובל געגעבן א אינטערוויו פאר א צווייטן, אבער ס׳איז בכלל נישט זייער שולד, די אידיש ליינענדע קעפ האבן זיך אויפגעבויעט אזא הנחה אז איינמאל א מאגאזין האט געהאט א אינטערוויו מיט איינעם האבן זיי ארויפגעלייגט א פעטענט אויף יענעם, און קיינער אנדערש טאר מער נישט רעדן מיט יענעם, בעת וואס אין די גוי׳אישע וועלט איז א נארמאלע זאך אז קאמפאטישנס רעדן מיט איינעם וואס האט א וואך ביפאר געהאט א שמועס מיט א צווייטע מאגאזין.

עניוועי, האסט א פיינעם שריפט, אבער נישט אזאנע גוטע פוינטס…
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:20 am
פון ווי נעמסטו די הנחה אז מענטשן קויפן סייווי אלע?

איך קויף איין מאגאזין, איך קוק וועלכע קוקט אויס די בעסטע /אינטערעסאנטסטע די יום טוב און דאס קויף איך.

אוודאי זענען זיי דא פאר געלט, דו פרעגסט אזעלכע גוטע קשיות אז די תירוץ שרייט פון זיך אליינס.
גערעכט

און טאקע אזוי ווי ער ברענגט ארויס, די מארקעט איז קליין און די איינציגסטע וועג צו קענען פארדינען איז דורך איבערשטייגן דעם קאנקורענץ און כאפן דעם קאסטומער. חוץ מאמענט וואס ציט א אייגנארטיגע קלייענטעל פאר סיבות וואס זענען לאו דוקא פארבינדן מיט די עכטע תוכן פון די ארטיקלען, איז נישטא קיין צופיל סיבות פאר א קאסטומער צו בעפארצוגן איין אויסגאבע איבער א אנדערע.

מען האקט----

פארוואס טאקע טראכסטו אז נאר אויף אייוועלט איז דא די סארט שמועסן? מעגליך אז די סיבה האט צו טון מיטן פאקט אז די ניקס זענען אנאנים און אונטער זיי שטייען גאנץ מעגליך שטאב מיטגלידער פון די אויסגאבעס?
אוועטאר
נון בית
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 11, 2022 9:31 pm
לאקאציע:אונטן פונעם צעטיל

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נון בית »

fiena nieas האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:12 am
דו זאגסט גיט אבער נאר וועגן דעי קאמפיטישאן איז דא וואס צו ליינען מיין פריינט

Unfortunately
מיינטס צו זאגן אז וועגן די קאמפעטישען איז דא רייסערישע קאווער'ס...
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

נון בית האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:11 am
די יו"ט מאגאזין שוואונג שענקט געמישטע מחשבות, אויב באטראכט מען עס מיט א נאנט און גרינטליך בליק.

פון איין זייט פריידט דאס הארץ זעענדיג די אידישע ליטעראטור אינדוסטריע שיינען און בליען ווי קיינמאל בעפאר. זאגסטו ווען פאר פופצן יאר צוריק אז עס וועט איין טאג ערשיינען פינף טויזענט בלעטער מיט די רייכסטע און קריעיטוויסטע שטאף, וואלט מען אייך געלייכט אין פנים. ס'וואלט זיך קיינער נישט פארגעשטעלט אז פאר אזא קליינע געמיינדע זאל אזויפיל סחורה ארויסגערוקט ווערן. דאס איז באמת באגריסנד, און איז שוין אייגנטליך באגריסט געווארן לאנג צוריק. די רעדאקטארן, שרייבער, גראפיקער, דיסטריביוטער, און אלע ארום, לייגן אריין ים'ען מיט כוחות דערינען. פון וואו ווייסעך דאס? ווייל כ'קוק אויף די רעזולטאטן. קויפט מען ווען אפילו נאר איינס פון די דריי הויפט מאגאזינען, קען מען אנפאנגען ביי קדש, און נישט ענדיגן פאר מוצאי אחרון אויסרייניגען דאס גאנצע אינהאלט. אין איין ווארט: באגריסנד!

ס'איז אבער פארהאן א צווייטע זייט דערצו. זייער א גרויליגע, זייער א זינלאזע, און זייער א קינדישע.

די תגובות אין די יו"ט מאגאזינען אשכולות זענען אן אפשיין פון די שכל'לאזע פארמעסט טאנץ אין וואס די אלע אויבנדערמאנטע רעדאקטארן, שרייבער, גראפיקער, דיסטריביוטער, און אלע ארום נעמען אנטייל.

ווען G&G און GB האבן זיך צומאל ארומגעריסן און קאנקורירט אויף א צומאל נידריגע שטאפל, איז עס טאקע געווען פארשעמנד, טאקע געווען נישט אידישליך, און טאקע קאקא-קאלע און פעפסי'דיג. אבער וואס איז למעשה געווען די ענד גאול פון די קאמף? די ציל איז נישט געווען כבוד, אפשר דאס אויך. די ציל איז נישט געווען נקמה, אפשר דאס אויך. די ציל איז נישט געווען כיתה א' סטיל "איך בין גרעסער! אונאו איך בין גרעסער..." אפשר דאס אויך. די ענד גאול איז געווען איין זאך, און דאס איז געלט. ביידע האבן געוואלט ציען ווי מער קאסטומער, און ביידע האבן געוואלט אז זיי זאלן זיין די אנגענומענע ברענד וועלכע "האט עס", כדי: צו מאכן געלט.

ווען ס'קומט אבער צו די קאנקורענץ צווישן די מאגאזינען, איז עס איין זאך: זייער זייער קינדעריש. זייער מיט א גאר גרויסע "ז".

מיינע טייערע פריינט, א מערהייט מענטשן קויפן סייווי ביידע מאגאזינען (די וואס נעמען אריין מאמענט אין שטוב, אלע דריי) וואס איז די נערישקייט פון זיצן א גאנץ ווינטער מיט א שווערע אטעם אז אפשר גייט מיין קאמפעטישען אריינקומען מיט א גרעסערע חידוש? וואס איז די נערישקייט פון שפירן אז מ'איז ארויס די געווינער ווייל מ'האט דיקערע פעידזשעס און מער בלעטער?

טייערע עורך המאגאזין, דו רעדסטעך פאר איין רגע איין אז דיין קליענטעל גייט פארלוירן גיין אויב האסטו נאר איין ביכל אין די צייט וואס די קאמפעאטישען האט צוויי? דו רעדסטעך פאר איין רגע איין אז די גייסט פארלירן קאסטומער'ס אויב דו האסט נישט געהאט קיין מעידזשער נסיעה און דיין קאמפעטישען יא?

די גאנצע געווינס פון דיין ביכל איז נאר אויב דו קענסט ארויפשטעלן בעסערע ברענד נעימס, און מער רייסעריש-אויסקוקנדע פראיעקטן, צו קענען פארלייכטערן דיין אטעם אז די עולם אויף אייוועלט זאגט אז דיין בוק איז די בעסטע דעי יו"ט? אר יו סיריעס? דיין גאנצע עפארט איז צו קענען איבערשטייגן דיין קאמפעטישען? ביסט זייער א קליין קינד.

אויף וועלכע וועג מ'זאל עס ווילן דרייען, האבן שריפט, שטיבל, און מאמענט א גענצליך אנדערע ליינער באזע. די מאמענט קליענטעל גלייכט די מאמענט פאר סיי וועלכע סיבה (ס'דא אסאך, און ס'איז זייער קלאר) און זיי וועלן פון דארט נישט אוועקנויגן, אפגעזען וואס דו שטעלסט ארויס אויף יו"ט.

די שריפט האט ווייטער זיין קליענטעל וועלכע פארמאגט א סובסקריפשען, אדער איז שוין אנגעשטעלט אראפצוריקן איינס פון די פאליצעס יעדע וואך אין גראסערי. זיי גייען נישט אנהייבן קויפן שטיבל אדער מאמענט ווייל יו"ט האבן זיי געהאט א חידוש. פינטל. עינט העפענינג.

ווידער שטיבל איז די זעלבע זאך. ער קויפט עס ווייל דאס קויפט ער, און פרשת אחרי געדענקט ער שוין פון קיין מאמענט אדער שריפט מער. די נעקסטע מאל ער וועט זיי זען וועט זיין ביים שווער אויף קימפעט.

איי וועסטע מיר וועלן זאגן אז למעשה קויפט יעדער אלע דריי אויף יו"ט, און דעמאלטס איז טאקע א גוטע צייט צו איינקויפן פרישע קליענטן, דורכ'ן עפלייען צו די מענטשן וועלכע קויפן לאו דוקא שטיבל איבער שריפט, נאר אזוי האט זיך אויסגעשטעלט און שוין אזוי געבליבן. און דאן ווען ער קוקט אריין ביי דיר אין ביכל זעט ער אז דו זאגסט וואויל, און באשליסט דיר אויספרובירן עטליכע וואכן.

פיין, איז לייג אריין כוחות אין דיין תוכן. מאך זיכער צו האבן די ריכטיגע שרייבער. מאך זיכער אז דיינס אן ארטיקל זאל זיין אן ארטיקל. מאך זיכער אז ווען מען פרעגט איינעם נאך יו"ט פון וועלכע ארטיקל ער האט הנאה באקומען, זאל ער קענען ציווייזן איינע פון דיינע זאכן.

ניין. אנטשאט דעם גייט מען אנפאנגען גיין אין סורקל'ס אויב מאמענט האט שוין אמאל געהאט סקולען, און אויב משפחה האט שוין געהאט רוסלאנד. סיריעסלי? די סקולען ארטיקל פון שריפט איז איין טראפ מער אדער ווייניגער אינטערעסאנט אויב ס'איז שוין געווען אזאנס אין מאמענט אכט יובל'יך צוריק? ארי ווייזער'ס רוסלאנד נסיעה איז א בלאט פלעק ווייניגער מאסיוו ווייל אריה ארליך האט שוין געהאט אקוראט דאס מיט א יאר אהאלב צוריק? שטיבל'ס וואשינגטאן פראיעקט איז א צענט ווייניגער אינפארמירנד ווייל מענדי אונגאר איז שוין אמאל געווען אין וואשינגטאן מיט אלי' יואל?

וואספארא סארט נערישע תגובות זעט מען דא אגאנצע טאג, אז 'דער האט שוין געהאט דאס, און יענץ איז שוין געווען דארט...'??? סי-ען-ען מעג שוין נישט אינטערוויוען טראמפ ווייל פאקס האט עס שוין נעכטן געטון? א ען-בי-סי דאקומענטאציע ווערט אנגעקוקט א לעק ווייניגער ווייל סי-בי-עס האט שוין אמאל געהאט ענדליכס?

אבסורד!

כ'ווייס נישט אויב מען כאפט וואס דא קומט פאר. ס'זיצן דא דריי מאגאזינען, אויף א געמיינדע פון דריי און אהאלב מענטשן, און רייסן זיך ביי די קעפ... מאדנע ביז גאר. מ'זעהט דאס צווישן די ענגלישע משפחה און די עמי? קיינמאל. און דארט וואלט די קאמפעטישען אסאך מער אויסגעמאכט, דען זיי האבן אבאנטש מאל מער פלייש אויף וועם זיך אנצולענען...

פאני.

מ'זיצט מיט אלע צען פינגער אויסגעשפרייט, און מ'כאאאפט.... מ'גאפלט אריין אין די מארקעט, טוצעך א כאפעראציע... WOW דו האסט געכאפט עפשטיין, און איך האב געכאפט קופטייל...יעדער זאל קלאטשן.



ס'איז א ברייט אנגענומענע קאנסעפציע אז מ'האט שוין געענדיגט אינטערוויען יעדעם איינעם וואס מ'קען אינטערוויען, און מ'האט שוין געענדיגט פריעקטירן יעדע סארט פראיעקט. מיין פריינט איר זענט זילטש קריעיטיוו. זעראו. ס'איז פארהאן א מיליאן מאל מער מענטשן וואס מ'קען אינטערוויוען, און א מיליאן מאל מער פראיעקטן וואס מ'קען מאכן, אנשטאט זיצן און וויינען אז מ'האט שוין אלעס אויסגענוצט, און מ'האט נאר א פיצי מארקעט פון וואס צו רעדן, און און און און...

אקעי, כ'האב נישט קיין אנונג וואו כ'בין דא אנגעקומען, כ'גיי כאפן א ציגערעטל. הצלחה!
סתם געהאקט אין קאפ. עס איז זעלבע זאך אין יעדע אינדעסטרי היינט צוטאגס.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3514
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ער האט עס געשריבן פארן ציגערעטל…😀

איך בין איינשטומיג אז יעדע מאגאזין האט אן אקטיווע טייל צו מארקעטן זיין מאגעזין דא, און עס כסדר האלטן אקטיוו. יעדע רעדאקטאר און שרייבער האט דא ניקס
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אנפאנג פלעגט עס זיין אז די וואך און די שטיבל אפילו וויינניגער קוים וואס זיי האבן געהאט ארטיקלען נישט געקערט צופיל אויב סאיז גיטע ארטיקלען סאיז גיט אזוי "די עולם גייט עס ממילה קויפן".... 'די עיקר סאיז דא גרויסע בילדער פון רבנים...

און דערווייל איז מאמענט אנגעגאאנגען בתקפו

עד שבא שטיבל וואס זיי האבן געמאכט א פראיעקט... די ערשטע פראיעקט איז געווען איסט סייד מיט שמעון שלמה זילבער און סהאט געהאט א געוואלדיגע אפקלאנג און זיי האבן געריקט סחורה

אז די וואך האט דאס געזעהן האבן זיי איינגעזעהן אז די עולם זיכט תוכן און אז דו שטעלטסט נישט צו וועט מען נישט קויפן האבן זיי אויך אנגעהויבן מאכן "פראיעקטאן"...

אז די מאמענט האט געזעהן אז מען דארף ארויפגיין א שטאפל וועגן די קאמפיטישאנס האבן זיי אויך אנגעהויבן אריינצולייגן מער ארבעט

אזוי האבן מיר היינט דריי גאר באמבאסטישע מעגאזינען וואס אלע דריי האבן גאר פיין צוגעשטעלט

דאס איז עס קאמפעטישאן איז געזינט
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:41 am
ער האט עס געשריבן פארן ציגערעטל…😀

איך בין איינשטומיג אז יעדע מאגאזין האט אן אקטיווע טייל צו מארקעטן זיין מאגעזין דא, און עס כסדר האלטן אקטיוו. יעדע רעדאקטאר און שרייבער האט דא ניקס
וויפיל פראצענט סעילס האלטסטו קומט פון אייוועלט(אינספערירטע) ליינער ??!
אוועטאר
נון בית
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 11, 2022 9:31 pm
לאקאציע:אונטן פונעם צעטיל

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נון בית »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:04 am
פארוואס זאגסטו אז די ענד גאול איז נישט געלט? א מאגאזין וואס קומט אריין שוואך אין א יו"ט סעזאן ווען זיינע קאנקורענטן זענען אסאך בעסער, גייט ער אראפ א שטאפל אין די ליסטע פון ווער איז די בעסטע מאגאזין.
כ'וועל שוואך גלייבן אז סיי וועלכע מאגאזין האט אין די פארגאנגענהייט געזען א סעילס אינקריעס נאך א סמעשינג יו"ט בוק...

יעדער איינער ווייסט וועלכע מאגאזין ער גלייכט אויף א וועכנטליכע פארנעם.

ס'דא דער וואס גלייכן געוויסע קאלומ'ס, געוויסע שרייבער, אדער פשוט אזוי ווייל זיין אינגל האט איין וואך געבעטן "טאטי קויף די שריפט" און אזוי איז דאס שוין געווארן...

האועווער, קאסטומער'ס קויפט מען נישט איין פסח און סוכות. די פען בעיס קויפט מען איין ווען מ'מאכט זיכער אז מענטשן זאלן וויסן אז "פרייטאג נאכמיטאג טועמיה קומט מיט א שטיבל..."

פסח און סוכות קויפן רוב מענטשן סיי די שריפט און סיי די שטיבל (מאמענט ווענצעך שוין...) א וואך שפעטער האט מען פארגעסן דערפון. ס'זייער זייער שווער צו טוישן א מענטש פון איינס צו די אנדערע בעיסט אויף א גוטע ארטיקל וואס ער האט געליינט פסח.
אוועטאר
נון בית
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 11, 2022 9:31 pm
לאקאציע:אונטן פונעם צעטיל

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נון בית »

באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:27 am
געשאסן א לאטקע, און אנטלאפן פונעם סצענע…

קודם כל אוודאי איז עס איבער געלט! ווי בעסערע סחורה מ׳פארמאגט אלץ מער מענטשן קויפן עס (יא, ס׳זענען פארהאן איבער גענוג מענטשן וואס שטייען אין די געשעפטן און קוקן אויף די דעקלעך פארן באשליסן וועלכע מאגאזין גייט האבן די זכיה געליינט צו ווערן ביי זיי אינדערהיים..) און מער קויפערס מיינט מער סעילס, און בעיקר אז די קאמפאניס גייען ווילן עדווערטייזן ביי זיי, ווייל מער אויגן גייען זעהן די עדס.

והעיקר, פון וואו נעמסטו די בלוט בלבול׳דיגע הנחה אז די רעדאקטארן זענען צוקריגט? איצי קאהן, יואליש קרויס, און יואל בנציון הירש רעדן זיך דורך אויף א וועכנטליכן פארנעם. הן איבער פרינטינג זמנים וכד׳, והן ס׳איז שוין געווען גענוג מאל וואס פאר צוויי רעדאקטארן זענען בייגעפאלן די זעלבע איידיע, און איינער האט אראפגעבעקט.

ועוד, די גאנצע איידיע פון זיך הרג׳ענען צווישן זיך וועלכע מאגאזין האט געוואונען איז נאר אויף אייוועלט, אין ריעל לייף האבעך נאך קיינמאל געהערט אזאנע לשונות פון איין מאגאזין חסיד אויפן צווייטן ווי דאס וואס אלע אשכולות זענען פול דערמיט.

די איינציגסטע חלק וואו איך שטיי מיט דיר אויף איין פעידזש, איז מיט די פוינט אז א מאגאזין גייט נישט אינטערוויוען איינעם וואס האט אין די לעצטע יובל געגעבן א אינטערוויו פאר א צווייטן, אבער ס׳איז בכלל נישט זייער שולד, די אידיש ליינענדע קעפ האבן זיך אויפגעבויעט אזא הנחה אז איינמאל א מאגאזין האט געהאט א אינטערוויו מיט איינעם האבן זיי ארויפגעלייגט א פעטענט אויף יענעם, און קיינער אנדערש טאר מער נישט רעדן מיט יענעם, בעת וואס אין די גוי׳אישע וועלט איז א נארמאלע זאך אז קאמפאטישנס רעדן מיט איינעם וואס האט א וואך ביפאר געהאט א שמועס מיט א צווייטע מאגאזין.

עניוועי, האסט א פיינעם שריפט, אבער נישט אזאנע גוטע פוינטס…
כ'וויחס נישט ווער הרבני הנגידים ר' איצי ר' יוליש און ר' יואל בנציון זענען. לכאורה זענען זיי די רעדאקטארן פון די דריי. שיין צו הערן.

ס'לאזט זיך זאגן אז זיי זענען פארשטנדליכע אינגעלייט סינס זיי טראגן א געוואלדיגע אחריות.

כ'זעה אז דו האסט די אינסייד'ס, איז מיר שווער דיר צו ענטפערן דערויף. אבער מה שבטוח בטוח אז "אלע" שרייבער'ס, רעדאקטארן, און בעלי בתים וואוינען אין אט די אשכולות רענט פריי, און ליינען מיט דארשט וואס די עולם זאגט אויף זייערע ווערק. אה, און פארגעסן. אפאר מאל פירקלען זיי אויך אן מיט אביסל תגובות. דעיס שוין אבער נאר אפאר מאל. זייער ווייניג.

נישט נאר זיי נעמען נייגן זיך איין זייט אדער די אנדערע פון די היזיגע שדים טאנץ. זיי טאנצן גאר מיט, און מיט געהויבענע פיס...
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

הנחות למדינות עשה…

ממאכט הנחות און נאכדעם האט מען וועלטס טענות…
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:56 am
שיין און ריכטיג געשריבן!

איך האב שוין געקויפט, און טאקע אלע פינף, וואך בליק מאמענט עמי און משפחה.
Wow כהאף וועסט כאטש האבן צייט צו לענען 15 מינוט יעדן טאג במשך יו”ט
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4093
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

נון בית האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:56 am
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:27 am
געשאסן א לאטקע, און אנטלאפן פונעם סצענע…

קודם כל אוודאי איז עס איבער געלט! ווי בעסערע סחורה מ׳פארמאגט אלץ מער מענטשן קויפן עס (יא, ס׳זענען פארהאן איבער גענוג מענטשן וואס שטייען אין די געשעפטן און קוקן אויף די דעקלעך פארן באשליסן וועלכע מאגאזין גייט האבן די זכיה געליינט צו ווערן ביי זיי אינדערהיים..) און מער קויפערס מיינט מער סעילס, און בעיקר אז די קאמפאניס גייען ווילן עדווערטייזן ביי זיי, ווייל מער אויגן גייען זעהן די עדס.

והעיקר, פון וואו נעמסטו די בלוט בלבול׳דיגע הנחה אז די רעדאקטארן זענען צוקריגט? איצי קאהן, יואליש קרויס, און יואל בנציון הירש רעדן זיך דורך אויף א וועכנטליכן פארנעם. הן איבער פרינטינג זמנים וכד׳, והן ס׳איז שוין געווען גענוג מאל וואס פאר צוויי רעדאקטארן זענען בייגעפאלן די זעלבע איידיע, און איינער האט אראפגעבעקט.

ועוד, די גאנצע איידיע פון זיך הרג׳ענען צווישן זיך וועלכע מאגאזין האט געוואונען איז נאר אויף אייוועלט, אין ריעל לייף האבעך נאך קיינמאל געהערט אזאנע לשונות פון איין מאגאזין חסיד אויפן צווייטן ווי דאס וואס אלע אשכולות זענען פול דערמיט.

די איינציגסטע חלק וואו איך שטיי מיט דיר אויף איין פעידזש, איז מיט די פוינט אז א מאגאזין גייט נישט אינטערוויוען איינעם וואס האט אין די לעצטע יובל געגעבן א אינטערוויו פאר א צווייטן, אבער ס׳איז בכלל נישט זייער שולד, די אידיש ליינענדע קעפ האבן זיך אויפגעבויעט אזא הנחה אז איינמאל א מאגאזין האט געהאט א אינטערוויו מיט איינעם האבן זיי ארויפגעלייגט א פעטענט אויף יענעם, און קיינער אנדערש טאר מער נישט רעדן מיט יענעם, בעת וואס אין די גוי׳אישע וועלט איז א נארמאלע זאך אז קאמפאטישנס רעדן מיט איינעם וואס האט א וואך ביפאר געהאט א שמועס מיט א צווייטע מאגאזין.

עניוועי, האסט א פיינעם שריפט, אבער נישט אזאנע גוטע פוינטס…
כ'וויחס נישט ווער הרבני הנגידים ר' איצי ר' יוליש און ר' יואל בנציון זענען. לכאורה זענען זיי די רעדאקטארן פון די דריי. שיין צו הערן.

ס'לאזט זיך זאגן אז זיי זענען פארשטנדליכע אינגעלייט סינס זיי טראגן א געוואלדיגע אחריות.

כ'זעה אז דו האסט די אינסייד'ס, איז מיר שווער דיר צו ענטפערן דערויף. אבער מה שבטוח בטוח אז "אלע" שרייבער'ס, רעדאקטארן, און בעלי בתים וואוינען אין אט די אשכולות רענט פריי, און ליינען מיט דארשט וואס די עולם זאגט אויף זייערע ווערק. אה, און פארגעסן. אפאר מאל פירקלען זיי אויך אן מיט אביסל תגובות. דעיס שוין אבער נאר אפאר מאל. זייער ווייניג.

נישט נאר זיי נעמען נייגן זיך איין זייט אדער די אנדערע פון די היזיגע שדים טאנץ. זיי טאנצן גאר מיט, און מיט געהויבענע פיס...
דיין בטחון איז מורא'דיג.

- המכונה, יואליש יצחק בנציון קאהנירשויס
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

נון בית האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:56 am

כ'וויחס נישט ווער הרבני הנגידים ר' איצי ר' יוליש און ר' יואל בנציון זענען. לכאורה זענען זיי די רעדאקטארן פון די דריי. שיין צו הערן.

ס'לאזט זיך זאגן אז זיי זענען פארשטנדליכע אינגעלייט סינס זיי טראגן א געוואלדיגע אחריות.

כ'זעה אז דו האסט די אינסייד'ס, איז מיר שווער דיר צו ענטפערן דערויף. אבער מה שבטוח בטוח אז "אלע" שרייבער'ס, רעדאקטארן, און בעלי בתים וואוינען אין אט די אשכולות רענט פריי, און ליינען מיט דארשט וואס די עולם זאגט אויף זייערע ווערק. אה, און פארגעסן. אפאר מאל פירקלען זיי אויך אן מיט אביסל תגובות. דעיס שוין אבער נאר אפאר מאל. זייער ווייניג.

נישט נאר זיי נעמען נייגן זיך איין זייט אדער די אנדערע פון די היזיגע שדים טאנץ. זיי טאנצן גאר מיט, און מיט געהויבענע פיס...
אויב יואלי לאנדא שרייבט און די חלוקה אשכול שרייבן זיי און די מאגאזינען אשכולות...

קאמאן, דאס איז אלעס סתם טענה'רייען וואס ליינער האבן,
די זעלבע וועג וויאזוי מאנכע וועלן זיך הרגענען ביי די קעפ איבער גאלדען פלאו און דבש מילעך, און איבער גפן און ליבערס,

אן טענה'רייען קען זיך אייוועלט צומאכן.

און @באשיינפערליך דאס אז זיי רעדן זיך צונויף צומאל כדאי נישט צו קרעשן, מיינט נישט גארנישט, עס איז זעלבסט פארשטענדליך, און איז א מאסט..
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”