ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אין די בראשית יארן אין אמעריקא פארן קריג, און אביסל נאכן קריג, איז געווען די באקאנטע אידישע אינטערוועלט’ניקעס וועלכע האבן געוועלטיגט אויף א גרויסע חלק פון די מאפיא בימים ההם.

טייל זענען גאר אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג ווי בנימין (באגסי) סיגל, לעפקא בוכהאלטער, הערשל (הערי) גרינבערגער. ועוד ועוד.
טייל זענען אויפגעוואקסן אין אנדערע חלקים ניו יארק איידער אייראפע. אזא שטייגער ווי מאיר לענסקי, יעקב ארגאן (ארגאנשטיין) ועוד ועוד.

איך האב מיר אנגעשטויסן ליינענדיג וועגן זיי, מיט א נאמען הערי (הערשל) טייטלבוים. ער איז געווען פון די סאמע הויעכע שישקעס אין די קבוצה. אויף אזוי ווייט, אז ווען די פאליציי האט געמאכט אן איבערפאל און ארעסטירט די אנפירער ביי אזא מיטינג, ער איז דארט געווען.
הערשל
הערשל
images (1).jpeg (7.1 KiB) געזען 4385 מאל
אויפן בילד קען מען אזוי, פון רעכטס צו לינקס:
לעפקא בוכהאלטער (געהרגט געווארן יארן שפעטער, דורך די עלעקטערישן בענקל)
הערשל גרינבערגער (געהרגט געווארן דורך לעפקא יארן שפעטער)
הערשל טייטלבוים
בנימין (באגסי) סיגל (געהרגט געווארן דורך די מאפיא יארן שפעטער)
גדליה עסטרייכער (יוסף ראזען, א פאלשע נאמען זיינעם)

פראבירנדיג צו טרעפן מער אינפארמאציע, האב איך זיך באגעגענט מיט נאך א טייטלבוים. דאס מאהל מיטן נאמען בנימין. קוק בילד פון איין ארטיקל. עפעס האט ער געהאט צו טוהן מיט זיי לט"ב ולמוט"ב..
בנימין
בנימין
IMG-20240426-WA0087.jpg (203.63 KiB) געזען 4385 מאל
ב.
ביים טרויעדיגע בארימטע ווארשע אויפשטאנד קעגן די נאציס, איז געווען א מיידל וואס איז געווען דארט פון די אנפירער. זי אליינס האט געהרגט 4 נאציס. די וועג ווי אזוי מרופט איר איז Niuta Teitelbaum.

אירע עלטערן זענען געווען ארטאדאקסישע אידן פון לאדש.

דעם נאמען טייטלבוים קומט דאך פונעם ישמח משה, בין איך נייגעריג צו וויסן די יחוס פון אט די 3 טייטלבוים’ס. זענען זיי אייניקלעך פונעם ישמח משה? ווי אזוי? וכו

נ.ב. לכבוד חול המועד האב איך זיך ערלויבט אזא קעפל...
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום זונטאג אפריל 28, 2024 12:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
בלויע רעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע רעקל »

די קעפל האט מיר געמאכט אריינגעקומען, כהאב געמיינט די רעדסט פון עפעס אנדערש.... נו שוין...
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4074
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

בלויע רעקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:42 am
די קעפל האט מיר געמאכט אריינגעקומען, כהאב געמיינט די רעדסט פון עפעס אנדערש.... נו שוין...
גא"מ
זיך געווינדערט אז די אשכול לעבט נאך
לעצט פארראכטן דורך Haklal אום זונטאג אפריל 28, 2024 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

לייק פאר’ן קעפל
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

@ממי_שאמרו עס זענען אויך דא פוילישע טייטלבוימ'ס, וואס האבן לכאורה נישט קיין שייכות צום משפחה פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע.
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:56 am
@ממי_שאמרו עס זענען אויך דא פוילישע טייטלבוימ'ס, וואס האבן לכאורה נישט קיין שייכות צום משפחה פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע.
ריכטיג, עס איז דא טייטלבוים אין גור און זיי זענען נישט קיין אייניקלעך פון די ישמח משה.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אינטערעסאנט וואס דו ברענגסט וועגן די טייטלבוים מיידל אין ווארשא געטא. זי האט געהייסן רבקה, איר פאטער יצחק מאיר אדער אייזיק מאיר.
She was born in a traditional Jewish Hasidic family as Ryfka Taitelbaum. Her father, Icek Majer Taitelbaum, was a factory owner from Łódź.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

viewtopic.php?p=4525273#p4525273
דערמאנט מיך פון די אשכול נו שוין
ריברענדיג.....
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4346
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

פיין קעפל...
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:40 am
:
לעפקאבוכהאלטער (געהרגט געווארן יארן שפעטער, דורך די עלעקטערישן בענקל)
הערשל גרינבערגער (געהרגט געווארן דורך לעפקאיארן שפעטער)
הערשל טייטלבוים
בנימין (באגסי) סיגל (געהרגט געווארן דורך די מאפיא יארן שפעטער)
גדליה עסטרייכער (יוסף ראזען, א פאלשע נאמען זיינעם)
אויב איז דער טייטלבוים אונאיינעם מיט לעפקא איז עס זיכער די סאטמארע טייטעלבוים׳ס קיין ספק נישט
אוועטאר
פעי-פעל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 2:19 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעי-פעל »

אפילו א 'חבר כנסת' טייטלבוים איז פארהאן...
(און א'נאנדער חבר המינים הייסט יואל... כ'האף אז עס וועט נישט זיין איין טאג א ראש הממשלה יואל טייטלבוים.. אדער זאלן זיי זיך טשעידזשן צו תמרי, אזויווי יאיר פלאם'ס זיידע האט געטאן. אזוי אויך איילת מאנדל'ס באבע, איתמר רייכסאהן, גדעון שטורעם, וכו')
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 1:19 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:40 am
:
לעפקאבוכהאלטער (געהרגט געווארן יארן שפעטער, דורך די עלעקטערישן בענקל)
הערשל גרינבערגער (געהרגט געווארן דורך לעפקאיארן שפעטער)
הערשל טייטלבוים
בנימין (באגסי) סיגל (געהרגט געווארן דורך די מאפיא יארן שפעטער)
גדליה עסטרייכער (יוסף ראזען, א פאלשע נאמען זיינעם)
אויב איז דער טייטלבוים אונאיינעם מיט לעפקא איז עס זיכער די סאטמארע טייטעלבוים׳ס קיין ספק נישט
עס ווערט געליינט לייפּקע.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מרנן ורבנן האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 1:02 am
איש ציון האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:56 am
@ממי_שאמרו עס זענען אויך דא פוילישע טייטלבוימ'ס, וואס האבן לכאורה נישט קיין שייכות צום משפחה פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע.
ריכטיג, עס איז דא טייטלבוים אין גור און זיי זענען נישט קיין אייניקלעך פון די ישמח משה.
אין חב"ד פאראן כמה משפחות טייטלבוים וואס לכאורה האבן נישט קיין קשר צום ישמח משה.

משפחה פון בעל מסירת נפש ( געראטעוועט אידישע קינדער פון א קינדער היים אין רוסלאנד אונטער די נאז פון די קומוניסטין) הרב מיכאל טייטלבוים מייסד מוסד חינוך על טהרת הקודש ישיבת אהלי תורה קראון הייטס.

א חלק פון די קינדער(ברידער פון באקאנטע ר' אלי טייטלבוים) פון רב אין אגודה הרב אברהם יעקב טייטלבוים , במקור קומט ער פון וינה.

מקורב געווארן צו חב"ד פרופסר טייטלבוים פון מונטריאל , און זיינע קינדער שלוחים אין פארשידענע שטעט.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:56 am
@ממי_שאמרו עס זענען אויך דא פוילישע טייטלבוימ'ס, וואס האבן לכאורה נישט קיין שייכות צום משפחה פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע.
פון וואו שטאמען זיי? ווען און ווער האט דארט געטוישט זיין נאמען צו טייטלבוים?

די זעלבע פראגע אויך פאר @zugurnish

ווייל איך האב אלס געוואוסט (געמיינט?) אז נאר דער ישמח משה האט זיך געטוישט צו די נאמען.
און לכאורה האט @איש ציון א טענה, ווייל די טאטע פונעם מיידל האט געהייסן איטשע מאיר. דאס איז א רעכט גור’ע נאמען.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3483
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איך ווייס נישט די היסטריה פון זייער נעמען.
נאר איך קאן די דריי משפחות ,
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 8:53 am
איש ציון האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:56 am
@ממי_שאמרו עס זענען אויך דא פוילישע טייטלבוימ'ס, וואס האבן לכאורה נישט קיין שייכות צום משפחה פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע.
פון וואו שטאמען זיי? ווען און ווער האט דארט געטוישט זיין נאמען צו טייטלבוים?

די זעלבע פראגע אויך פאר @zugurnish

ווייל איך האב אלס געוואוסט (געמיינט?) אז נאר דער ישמח משה האט זיך געטוישט צו די נאמען.
און לכאורה האט @איש ציון א טענה, ווייל די טאטע פונעם מיידל האט געהייסן איטשע מאיר. דאס איז א רעכט גור’ע נאמען.
ווער האט דיר דערציילט אז נארדי יש"מ האט זיך געריפן טייטלבוים?
ס'דא אפעלבוים (עפל-בוים)
בירנבוים (בארן-בוים)
ציטראנענבוים
פייגנבוים
מאנדלבוים
א. א. וו.

וואס איז די חידוש אז נאך מענטשן האבן זיך געריפן טייטלבוים?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

דריידל האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:02 am

ווייל איך האב דערווייל נישט געטראפן א ’האגער’ וואס איז נישט א קאסובע אייניקל, א ’פאנעט’ וואס איז נישט א דעעשע אייניקל, און א טייטלבוים וואס איז נישט דעם ישמח משה’ס אן אייניקל.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

תגובה דורך כרוספדין »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:10 am

אין סאטמאר אליינס איז דא ט”ב משפחות וואס זענען נישט קיין אייניקלעך פונעם ישמח משה.
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:12 am

וועלכע משפחות?

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:15 am

9351.jpg
9351.jpg (38.32 KiB) געזען 2936 מאל
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:17 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:15 am
כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:12 am

אין סאטמאר אליינס איז דא ט”ב משפחות וואס זענען נישט קיין אייניקלעך פונעם ישמח משה.
וועלכע משפחות?
9351.jpg
ווער דארט האט זיך געטוישט דעם נאמען צו טייטלבוים, ווען און פארוואס?
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע:ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

און סאטמאר איז אויך די א משפחת טייטעלבוים וואס זענען לוים (שטריימעל סענטער) לכאורה אויך נישט אייניקלעך פון ישמח משה
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:10 am
דריידל האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:02 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 8:53 am
איש ציון האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:56 am
@ממי_שאמרו עס זענען אויך דא פוילישע טייטלבוימ'ס, וואס האבן לכאורה נישט קיין שייכות צום משפחה פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע.
פון וואו שטאמען זיי? ווען און ווער האט דארט געטוישט זיין נאמען צו טייטלבוים?

די זעלבע פראגע אויך פאר @zugurnish

ווייל איך האב אלס געוואוסט (געמיינט?) אז נאר דער ישמח משה האט זיך געטוישט צו די נאמען.
און לכאורה האט @איש ציון א טענה, ווייל די טאטע פונעם מיידל האט געהייסן איטשע מאיר. דאס איז א רעכט גור’ע נאמען.
ווער האט דיר דערציילט אז נארדי יש"מ האט זיך געריפן טייטלבוים?
ס'דא אפעלבוים (עפל-בוים)
בירנבוים (בארן-בוים)
ציטראנענבוים
פייגנבוים
מאנדלבוים
א. א. וו.

וואס איז די חידוש אז נאך מענטשן האבן זיך געריפן טייטלבוים?
ווייל איך האב דערווייל נישט געטראפן א ’האגער’ וואס איז נישט א קאסובע אייניקל, א ’פאנעט’ וואס איז נישט א דעעשע אייניקל, און א טייטלבוים וואס איז נישט דעם ישמח משה’ס אן אייניקל.
איך קען מאדערנע אידן מיטן לעצטן נאמען Hager, און האבן גארנישט מיט וויזניץ.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קיסריה האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 9:32 am

איך קען מאדערנע אידן מיטן לעצטן נאמען Hager, און האבן גארנישט מיט וויזניץ.
האבן נישט קיין שייכות ’משפחה’?
דאס וואס יענער ווייסט נישט זיין שייכות, מיינט נאך גארנישט.
ער קען זיין א זיבעטער קאזין מיט די היינטיגע רבי. דו קענסט עפעס דיינע זיבעטע קאזענס?..
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: ווער זענען די טייטלבוים מאפיאנערן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

@ממי_שאמרו
געקאפיעט פון די פארשפארטע בד”ה אשכול, איך זעה אז @מיללער איז דארט געווען אקטיוו, ער וועט זיכער וויסן מער.

דורך קל_וחומר אום זונטאג יולי 11, 2010 6:10 pm

אודות ר' אליעזר חיים ז"ל...
מדומה לי שהי' נכד מאחיו של ה'ישמח משה' זצ"ל.
בשב"ק פ' נשא העעל"ט השתתף אצל תפילת שחרית-באווארפען, בביהמ"ד בית מרדכי (הלוך ושוב מביתו ב'זקנים') של (החתן) אליעזר זוסיא ב"ר יודא בינער מק"י שהתחתן עם בת נכדו אלעזר אלי' ברייער נ"י חתן בנו משה דוד טייטלבוים נ"י. גם השתתף אצל החתונה ביום ג' בהעלותך ב'בית רחל' וומ"ס, וגם נסע לוומ"ס על ה'שבת שבע ברכות'.
א 94יגער אין אלע כלים!
שמעתי שמשפחתו הם ה'משפחה המיוחדת', חוץ מ'רעבישע, שכל הנשים הולכים בציפוי ראש כשיטת ה'דברי חיים' (שפיצעל)
לעצט פארראכטן דורך כרוספדין אום זונטאג אפריל 28, 2024 9:42 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”