מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

תבלין כנגדו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 6:49 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 6:47 pm
תבלין כנגדו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 6:46 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 11:01 pm
התבוננתי, וואס איז די חילוק צווישן שיטת ב''ש לגבי שביתת כלים און די צדוקים ? לפי ב''ש דארף מען מפקיר זיין די ליכט, ולפי די צדוקים טאר מען בכלל נישט האבן א פייער אינדערהיים שבת אפילו הפקר, לכאורה.

לפי די צדוקים האט מען געמעגט האבן א אייגענע פייער אינדרויסן פונדערהיים שבת, ווילאנג ס'נישט ''מושבותיכם'' ?
לפי רש"י קוקט נישט אויס אז ס'איז אן אישו צו צינדן א פייער לב"ש, די גאנצע אישו איז נאר אז עס ליגט אין כלים, זאל עס ליגן אויפן ערד וועט נישט זיין קיין שום אישו.
מיינסט די נר ?
ביי מוגמר וגפרית זאגט רש"י אז די אישו איז צוליב וואס מסתמא ליגט עס אין א כלי
הבנתי. זאגסט לכאו' גוט ואעיין בזה.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

תגובה דורך תבלין כנגדו »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 6:51 pm

מ'דארף דערגיין וואס עס גייט אריין אין די קאטאגאריע פון א כלי ווי עס דארף זיין שביתה, ווי איך פארשטיי טאר נישט די כלי זיין פארמישט אין די פעולה אין וואס די מלאכה געשעט, אבער די פייער זעלבסט טוט נישט די מלאכה.

כ'זעה יעצט אין תו"ס ד"מ ולב"ש אע"ג דלא עביד מעשה, זאגט ער אינמיטן אז ביי די עורות איז נישט שייך צו זאגן אז זיי טוען א מלאכה ווייל מיט דעם וואס זיי ווערן אויסגעארבעט טוען זיי גארנישט. מ'קען אויסבארגן די סברה ביי ליכט.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

כא.

תו"ס שמועסט אויס אז דאס וואס די אבנט איז געווען געמישט א פערטל פון פשתן איז נישט גענוג אז עס זאל הייסן ווי א געמיש מיט וואס צו קענען צינדן טראץ וואס אין ביהמ"ד איז נישטא קיין גזירות. עס ווערט בטל און עס מאכט אז די אבנט זאל ווערן גערעכנט ווי צמר וואס ס'איז נישט שלהבת עולה מאליה.

מיר בלייבט עס שווער ווייל לאמיר שוין זאגן אז די שם פון די אבנט גייט זיין צמר צוליב וואס די פשתן ווערט בטל אבער למעשה אויב גייט עס ברענען גוט צוליב וואס די פשתן איז למעשה דארט פארוואס אין די וועלט זאל מען נישט מעגן צינדן דערמיט, מ'רעדט דאך אז מ'איז גארנישט גוזר. אזוי לאנג ווי ס'איז שלהבת עולה מאליה וואלט געדארפט זיין גוט.

איינער מיט א ביאור?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

זיסע נקודה אויף די גמרא פאריגע וואך. רש"י זאגט אז די אנשי תרדומין זאמלן איין שפענדלעך. די גמרא פארציילט ביי דער מענטש וועלכע האט געוואלט אויפרעגן הלל, אז ער האט אים געפרעגט פארוואס זענען די אנשי תרמודיין מיט קליינע שמאלע אויגן?.
פון דא האבן די כינעזער (מיט די קליינע שמאלע אויגן) גענומען זייער מנהג פון צוזאמזאמעלען די באטעלעך פאר די 5 סענט...
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

תבלין כנגדו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 6:57 pm
כא.

תו"ס שמועסט אויס אז דאס וואס די אבנט איז געווען געמישט א פערטל פון פשתן איז נישט גענוג אז עס זאל הייסן ווי א געמיש מיט וואס צו קענען צינדן טראץ וואס אין ביהמ"ד איז נישטא קיין גזירות. עס ווערט בטל און עס מאכט אז די אבנט זאל ווערן גערעכנט ווי צמר וואס ס'איז נישט שלהבת עולה מאליה.

מיר בלייבט עס שווער ווייל לאמיר שוין זאגן אז די שם פון די אבנט גייט זיין צמר צוליב וואס די פשתן ווערט בטל אבער למעשה אויב גייט עס ברענען גוט צוליב וואס די פשתן איז למעשה דארט פארוואס אין די וועלט זאל מען נישט מעגן צינדן דערמיט, מ'רעדט דאך אז מ'איז גארנישט גוזר. אזוי לאנג ווי ס'איז שלהבת עולה מאליה וואלט געדארפט זיין גוט.

איינער מיט א ביאור?
שתי תשובות בדבר:

אדער מיינט תוס' צו זאגן, אז וויבאלד עס איז נאר א פערטל און ס'איז אויסגעמישט, הייסט עס נישט ווי "כרך וכו'", און ס'קען במציאות נישט גוט ברענען.

אדער, אז אפילו אויב ס'קען יא ברענען, איז וויבאלד ס'איז אויסגעמישט און ס'איז בטל, באקומט עס א דין צמר אלס "לא פלוג".

וועלכע שטימט דיר בעסער?
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:58 pm
תבלין כנגדו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 6:57 pm
כא.

תו"ס שמועסט אויס אז דאס וואס די אבנט איז געווען געמישט א פערטל פון פשתן איז נישט גענוג אז עס זאל הייסן ווי א געמיש מיט וואס צו קענען צינדן טראץ וואס אין ביהמ"ד איז נישטא קיין גזירות. עס ווערט בטל און עס מאכט אז די אבנט זאל ווערן גערעכנט ווי צמר וואס ס'איז נישט שלהבת עולה מאליה.

מיר בלייבט עס שווער ווייל לאמיר שוין זאגן אז די שם פון די אבנט גייט זיין צמר צוליב וואס די פשתן ווערט בטל אבער למעשה אויב גייט עס ברענען גוט צוליב וואס די פשתן איז למעשה דארט פארוואס אין די וועלט זאל מען נישט מעגן צינדן דערמיט, מ'רעדט דאך אז מ'איז גארנישט גוזר. אזוי לאנג ווי ס'איז שלהבת עולה מאליה וואלט געדארפט זיין גוט.

איינער מיט א ביאור?
שתי תשובות בדבר:

אדער מיינט תוס' צו זאגן, אז וויבאלד עס איז נאר א פערטל און ס'איז אויסגעמישט, הייסט עס נישט ווי "כרך וכו'", און ס'קען במציאות נישט גוט ברענען.

אדער, אז אפילו אויב ס'קען יא ברענען, איז וויבאלד ס'איז אויסגעמישט און ס'איז בטל, באקומט עס א דין צמר אלס "לא פלוג".

וועלכע שטימט דיר בעסער?
אויב קען עס במציאות נישט ברענען דארף איך נישט קיין ביטול, קען זיין אז דאס איז די כוונה פון די ווארט ביטול, ס'איז אבער שווער צו זאגן.

אויב קען עס ברענען איז נישטא קיין סיבה פארוואס ביטול זאל עפעס אוועקנעמען כל זמן אונז גייען מיט די כלל אז אין ביהמ"ד איז נישט געווען קיין חששות, מ'האט בכלל נישט גוזר געווען נאר געקוקט פראקטיש אויב עס ברענט אדער נישט.
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

אביסל תורה לשמה פאריגע וואך...

די גאנצע סוגיא פון צמר ופשתן, עור בהמה טהורה, טמאה, שתי וערב איז אין פרשת תזריע.
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

בגמ׳ לט ע״א גג רותח

וויפל איך פרוביר פארשטיי איך נישט די גמרא׳ס קשיא מפני שמזיז עפר ליגזר, וואסעפעס גוזר זיין, מ׳מאכט דאך נישט קיין הטמנה וואסעפעס זאל ער רוקן דא זאמד.
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

די רב פון ליאן האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:01 am

זיך אויך געמוטשעט דערויף מיט מיין חברותא, (אפשר ביסטו גאר מיין חברותא), זעהט אויס אז וויבאלד אמאליגע צייטן פלעגט א דאך כ''פ האבן עפר, איז עס געווען דומה צו הטמנה.

לפי תוס' אז מזיז עפר ממקומו באדייט מטלטל זיין מוקצה שטימט עס בעסער.

כ'בין היבש אונטערשטעליג אדאנק די הייליגע יו''ט פסח, די ערשטע מעידזשאר יו''ט זינט עמוד יומי האט זיך אנגעהויבן, אבער בעזהשי''ת וועט מען זיך צוריקכאפן.
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

די רב פון ליאן האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:01 am
בגמ׳ לט ע״א גג רותח

וויפל איך פרוביר פארשטיי איך נישט די גמרא׳ס קשיא מפני שמזיז עפר ליגזר, וואסעפעס גוזר זיין, מ׳מאכט דאך נישט קיין הטמנה וואסעפעס זאל ער רוקן דא זאמד.
קודם לאמיר פארשטיין פארוואס איז סיד רותח מער א תולדה דאור? ווי איך פארשטיי איז נישט פלעין די דאך.. איינמאל עס איז נישט די דאך נאר די סיד וואס ליגט דארט ברויך איך מורא האבן ער וועט נעמען פון ערגעץ ווי עס איז מער הייס..

אגב דאס איז מיין טויזטער תגובה….
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:53 pm
די רב פון ליאן האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:01 am
בגמ׳ לט ע״א גג רותח

וויפל איך פרוביר פארשטיי איך נישט די גמרא׳ס קשיא מפני שמזיז עפר ליגזר, וואסעפעס גוזר זיין, מ׳מאכט דאך נישט קיין הטמנה וואסעפעס זאל ער רוקן דא זאמד.
זיך אויך געמוטשעט דערויף מיט מיין חברותא, (אפשר ביסטו גאר מיין חברותא), זעהט אויס אז וויבאלד אמאליגע צייטן פלעגט א דאך כ''פ האבן עפר, איז עס געווען דומה צו הטמנה.

לפי תוס' אז מזיז עפר ממקומו באדייט מטלטל זיין מוקצה שטימט עס בעסער.
אויב אזוי לויט די מ״ד שמא יטמין ברמץ איז אויך שווער
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

די רב פון ליאן האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:05 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:53 pm
די רב פון ליאן האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:01 am
בגמ׳ לט ע״א גג רותח

וויפל איך פרוביר פארשטיי איך נישט די גמרא׳ס קשיא מפני שמזיז עפר ליגזר, וואסעפעס גוזר זיין, מ׳מאכט דאך נישט קיין הטמנה וואסעפעס זאל ער רוקן דא זאמד.
זיך אויך געמוטשעט דערויף מיט מיין חברותא, (אפשר ביסטו גאר מיין חברותא), זעהט אויס אז וויבאלד אמאליגע צייטן פלעגט א דאך כ''פ האבן עפר, איז עס געווען דומה צו חורש-אשויי גומות.

לפי תוס' אז מזיז עפר ממקומו באדייט מטלטל זיין מוקצה שטימט עס בעסער.
אויב אזוי לויט די מ״ד שמא יטמין ברמץ איז אויך שווער
געמאכט א טעות, געטוישט.
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

די עולם גיבט זיך אן עצה אין פרק כירה ?
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

תגובה דורך יודיש בלעטל »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:33 pm
די עולם גיבט זיך אן עצה אין פרק כירה ?
אביסל גמוטשעט ביי עבר ושהה און שכח ושהה
די עיקר שווערקייט לעניות דעתי איז אז יעדע מחלוקת האט 3 דיעות און א מחלוקת וואס יעדער איינער האלט.
פאנגט זיך אן מיט לשהות תנן אדער להחזיר תנן נאכדעם לסמוך נאכדעם מצטמק ויפה לו און שכח און עבר ושהה חזרה. תנור כופח מחלוקת אי שרינן לסמוך ופי' המשנה בישול ע''י תולדות אור און תולדות חמה חמי טבריה רחיצה ותקנת חכמים (זיעה) הלכות, און שמן יש בו משום בישול או לא הפשרו זהו בישולו... מחלוקת, (ביעותא) מבבל לא"י רחיצה טובה... דא האלט איך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

די שוועריקייט פון די ערשטע צוויי בלאט-מחלוקת חזקי' ורבנן איז בעיקר צוליב וואס ס'דא כמה וכמה סתם מימרות בלי דערמאנען לויט וועלכע שיטה ער גייט וחידושי דינים בזה. מ'דארף כסדר אויסרעכענען צו די מ''ד גייט ארויף אויף שיטת חנני' אדער רבנן. רש''י מיט תוס' אליינס קריגן זיך פולע מאל אין דעם.

דאס איז פשט פארוואס אין די ראשונים איז דא אזא פלאנטער ווי וועם מ'פסקענט ווייל ס'איז גאר שווער צו כאפן ווי וועם די גמ' איז למעשה געבליבן. וכן נחלקו בזה המחבר והרמ''א בריש ס' רנ''ג כידוע.

די זעלבע זאך איז ביי מח' ר' יוסי ורבנן ביי תולדות חמה וואס אסאך חלקים פון די פאזל ווערן נישט געהעריג ערקלערט, וואס איז למעשה חמי טבריא ? רב חסדא בדף מ''א וכו'' (אגב איז דא א שטארקע תשובה אין אגרות משה, אינו תח''י כעת, וואס איז מסביר פארוואס קאכן אין די חמה איז מותר לכתחילה, זה סוג אחרת של בישול לגמרי)

די זעלבע ביי איסור רחיצה, כמה ברייתות ושיטות מנוגדות.

ידוע בשם החזו''א אז פרק כירה איז די שווערסטע פרק אין ש''ס, ונחלקו הלומדים אויב ער האט געמיינט די ערשטע חלק-בישול, גרו''ק, רחיצה, אדער די צווייטע חלק-מוקצה, אדער גאר ביידע צוזאמען...
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

דף מ''ב עמוד א'

פארוואס איז א גחלת של מתכת נישט קיין דאורייתא אויסצולעשן ?

איך האב פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין ריכטיגע פייער, ס'איז נאר גאר רויט ווי פייער און דאס איז נישט קיין איסור תורה צו פארלעשן, כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת.

איך מיין אז די ארטסקרול זאגט אז מתכת מאכט נישט קיין פחמים, און מה''ת איז מען נאר חייב לעשות פחם.
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:18 pm

יא! אויך אזוי געלערנט אז אייזן איז נאר הייס און נישט פייער!

יודיש בלעטל האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:23 pm

הייס מאכן איז א דאורייתא, מעגליך אז אפקילן אויך.

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:15 pm
יודיש בלעטל האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:23 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:18 pm
דף מ''ב עמוד א'

פארוואס איז א גחלת של מתכת נישט קיין דאורייתא אויסצולעשן ?

איך האב פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין ריכטיגע פייער, ס'איז נאר גאר רויט ווי פייער און דאס איז נישט קיין איסור תורה צו פארלעשן, כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת.

איך מיין אז די ארטסקרול זאגט אז מתכת מאכט נישט קיין פחמים, און מה''ת איז מען נאר חייב לעשות פחם.
יא! אויך אזוי געלערנט אז אייזן איז נאר הייס און נישט פייער!
הייס מאכן איז א דאורייתא, מעגליך אז אפקילן אויך.
די גמרא גייט דאך אויף שמואל אז מען מעג לייגן שיעור לצרף מילא איז עס מותר שמתכוון שלא יזוקו
אוועטאר
רבא מברניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:😇🥳😇🥳🤣🥳😆😂😍😉🤤😓😇🥳😇🥳😄😃😀😁😂😂😂🤣🤣🤣🤣🤣

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:18 pm
דף מ''ב עמוד א'

פארוואס איז א גחלת של מתכת נישט קיין דאורייתא אויסצולעשן ?

איך האב פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין ריכטיגע פייער, ס'איז נאר גאר רויט ווי פייער און דאס איז נישט קיין איסור תורה צו פארלעשן, כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת.

איך מיין אז די ארטסקרול זאגט אז מתכת מאכט נישט קיין פחמים, און מה''ת איז מען נאר חייב לעשות פחם.
רש"י: וכל כיבוי אינו צריך לגופו חוץ מעושי פחמין או מהבהבי פתילה
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:22 am
@רבא מברניש איז א נייע לעכטיגקייט פאר אונזער וועלטל!
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

איך וויל פרעגן פון אנהייב מסכת טאמער עס שטערט זאל מען מיר מודעה זיין

ד:
די גמרא זאגט אז ביי מושיט איז מען יא מחייב אפי למעלה מי און רשות הרבים לכאורה איז דאך למעלה מי נישט קיין רשות הרבים
Don't worry
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

תגובה דורך Don't worry »

גדל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:18 am

רש"י זאגט ווייל אזוי איז געווען אין משכן. אלע מלאכות קומען פון מלאכת המשכן.
צ"ו: זאגט די גמרא פון וואו איך לערן ארויס איסור הוצאה.

Don't worry האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:28 am
גדל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:18 am
איך וויל פרעגן פון אנהייב מסכת טאמער עס שטערט זאל מען מיר מודעה זיין

ד:
די גמרא זאגט אז ביי מושיט איז מען יא מחייב אפי למעלה מי און רשות הרבים לכאורה איז דאך למעלה מי נישט קיין רשות הרבים
רש"י זאגט ווייל אזוי איז געווען אין משכן. אלע מלאכות קומען פון מלאכת המשכן.
צ"ו: זאגט די גמרא פון וואו איך לערן ארויס איסור הוצאה.
רש"י זאגט אז די עגלה איז געווען רשות החיד צווישן די עגלות איז געווען רשות הרבים און מען האט מושיט געווען למעלה מי איין רש"י פריער זאגט רשי אז למלעה מי איז נישט קיין רשות הרבים ?
Don't worry
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

Re: מסכת שבת - עמוד היומי - וואס איז פשט אין דעם שטיקל גמרא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

רש"י זאגט מושיט מרה"י לרשה"י דרך ר"ה, סאיז נאר דרך ר"ה אבער מיז נישט זיין ממש ר"ה. דאך איז מען חייב ווייל אזוי איז געווען אין משכן. נאכדעם זאגט רש"י ביניהם ר"ה דאס קען זיין ציווישן די עגלות אונטער 10.
(אדער קען מען זאגן לגבי מושיט איז ר"ה אויך העכער 10.)
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”