זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אדם א מענטש האט געשריבן: איר ענטפערט מיך?
ער זאגט אפילו מען צאלט אין צייט

אפילו מען צאלט אין צייט טאר מען נישט אפמאכט צו צאלן רבית - דאס איז געווען פאר דיר.
אבער זיין שאלה האב איך נישט געכאפט ווייל דער באנוצער האט גארנישט מיט די רבית.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

אויף קול מבשר 1-1-4 איז היינט דא א שמועס מיט הרב פנחס ווינד איבער די הארבע שאלה פון ריבית ביים קויפן א קאר





בילד
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

בנוגע רבית איז וויכטיג אנצומערקן אז עס איז דא א נייע טעלעפוין נאמבער פאר די בית הוראה לעניני בית שע"י הרה"ג ר' פנחס וינד באמעריקא די נאמבער איז 845-493-8604 מען קען דארט אריינרופן פון "8:00 צופרי ביז 12:00 ביינאכט" ווי עס ענטפערן דארט רבנים וועלכע האבן גענומען שימוש ביי הרה"ג ר' פנחס וינד שליט"א און קענען ב"ה ענטפערן די קאמפליצירטע רבית שאלות
ווי אויך קען מען דארט איבערשומועסן אלע ענינים בנוגע היתר עיסקא,
עס קאסט נישט קיין געלט צו פרעגן די שאלות

און עס איז כדאי צו באטאנען אז מען דארף צולייגן קאפ ווייל אסאך מען זאכן ווי מיר ווייסן גייען אריין אין די איסור פון רבית
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

פשוט אויפצוברענגען האב איך מיטגעהאלטן א שאלה וואס האט פאסירט 2 וואכן צוריק ווען א איד פון מאנסי האט אריינגערופן צו איינע פון די רבני בית הוראה, אז ער גייט יעצט דינגען א נייע אפיס לאקאל פאר זיין ביזנעס, און ער האלט ביים סיינען א ליעס מיט די אידישע בעל הבית פון די בנין, און ער זעט אין די סעיף פון late payment א שטיקל וואס ער איז חושש אז עס איז דא ביי דעם די איסור רבית, ממילא וויל ער אריישיקן די ליעס און מען זאל איהם זאגן צו ער מעג דאס חתמנ'ן,

[עס איז וויכטיג אנצואווייזן אז אפילו אויב מען פלאנט צו באצאלן אין צייט, טאר מען נישט אינטערשרייבן א שטר וואס שטייט אז אויב מען וועט באצאלן שפעט וועט מען צאלן רבית],

למעשה נאכ'ן איבערליינען די ליעס האט די רב געזען אז עס איז טאקע יא א ערענסטע פראבלעם, ווייל די הלכה איז אז אן איינמאליגע קנס מען מען מחייב זיין אויב מען צאלט שפעט אבער קנס המתרבה איז אסור,

דא איז געשטאנען אין די ליעס אז אויב ווטע ער באצאלן 10 טאג שפעט וועט מען דארפן צאלן א קנס פון 25 דאלער, און אויב וועט מען צאלן 15 טעג שפעט וועט צוקומען א קנס פון 2% פון די רענט, וואס דאס קומט קלאר אויס אז ער צאלט צוויי מאל קנס אויף די זעלבע חוב, וואס דאס איז טייטש קנס המתרבה

נאכ'ן מעורר זיין פאר די בעל הבית, האט ער זיך געריסן די האר פון קאפ, וואס הייסט איך האב שוין געסיינט אזא ליעס מיט צענדליגע אידישע טענענטס, און קיינער האט מיר קיין ווארט נישט געזאגט איבער אזא פראבלעם, ער האט זיך נישט געפויעלט ער האט איבערגעפרעגט נאך רבנים, און ב"ה ער האט געטוישט די סעיף פון די ליעס אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן

דאס איז נאר איינס פון צענדליגע מעשיות וואס קומען פאר סיי אין ביזנעס און סיי צווישן מענטשן פריוואט

די לימוד זכות איז אז עס איז פשוט מטעם חסרון ידיעה, אבער די חיוב איז אז מייר זאלן זיך אריינלייגן און צולייגן קאפ אז אלעס וואס מיר טוען איז אויסגעהאלטן און אויב איר האט אפילו נאר א קליינע ספק זייט מוחל און רופט אריין די בית הוראה אויף די אויבענדערמאנטע נאמבער אדער פרעגט אייער אייגענע רב [פארשטייט זיך אויב ער איז אויסגעקאכט אין די נושא, ח"ו איך מאך נישט אוועק קיין רבנים, די פראבלעם איז נאר אז ביי ריבית אויסער וואס מען דארף קענען שולחן ערוך, וואס דאס קענען די רבנים דארף מען אויך קענען געוויסע מציאות וואס צו דעם דארף מען ספעציעלע שימוש ביי די רבנים וואס טוען אין די נושא
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

אויב וואלט איר געוואלט מען זאל דא אנהייבן אריינלייגן הלכות רבית וואס זענען נוגע מענטשן טאג טעגליך קענט איר ריפלייען ברבים אדער אין אישי. מיר וועלן ברענגען די הלכות פון די רבנים פון די בית הוראה לעניני רבית אין אמעריקא וואס איז תחת הנהלת איינע פון די גרויסע קאנאנען אין די נושא פון רבית, הרה"ג ר' פנחס וינד שליט"א וועלכע קען זיך גאר גוט אויס אין די מציאות בהלכה, וואס איז אסאך מאל זייערקאמפליצירט
דין_רפיש
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 1:24 am

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דין_רפיש »

דין_רפיש האט געשריבן: ווער איז Morty, איז דא דארט בעל בתים אידן?
AIM Loans?
NYSJS
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 14, 2017 2:18 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך NYSJS »

fee? is there anyway a Jewish company should be allowed to charge a monthly late fee either a fixed fee or not fixed
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

זייענדיג עוסק די טעג בפרק איזהו נשך, איז ביים שיעור אויסגעקומען אז יעדע היימישע מאזאזין און אויסגאבע, טעלע-קורס , באצאלטע פאדקעסטס וכדומה ברויך האבן אן היתר עיסקה צו קענען געבן סובסקריבשנס אויב איז די סחורה אינן ברשותו

איז דאס טאקע די מציאות ביי די צייטונגען? די חברה האבן היתר עיסקא?
אוועטאר
י גרין
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2020 3:39 am

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י גרין »

געמבלער האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 4:23 pm
זייענדיג עוסק די טעג בפרק איזהו נשך, איז ביים שיעור אויסגעקומען אז יעדע היימישע מאזאזין און אויסגאבע, טעלע-קורס , באצאלטע פאדקעסטס וכדומה ברויך האבן אן היתר עיסקה צו קענען געבן סובסקריבשנס אויב איז די סחורה אינן ברשותו

איז דאס טאקע די מציאות ביי די צייטונגען? די חברה האבן היתר עיסקא?
קענסט מסביר זיין וואו די ריבית איז?
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

י גרין האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:39 pm
געמבלער האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 4:23 pm
זייענדיג עוסק די טעג בפרק איזהו נשך, איז ביים שיעור אויסגעקומען אז יעדע היימישע מאזאזין און אויסגאבע, טעלע-קורס , באצאלטע פאדקעסטס וכדומה ברויך האבן אן היתר עיסקה צו קענען געבן סובסקריבשנס אויב איז די סחורה אינן ברשותו

איז דאס טאקע די מציאות ביי די צייטונגען? די חברה האבן היתר עיסקא?
קענסט מסביר זיין וואו די ריבית איז?
מינוט מאגאזין פארקויפט 52 מאגאזינען פאר 7.99 א שטיקל יעדע וואך, ס''ה פרייז פון מינוט פאר א יאר איז 415.48

אבער אויב פארבארגסטו אנפאנג יאר 250 פאר די קאסע באקומסטו עס פאר 4.80 א וואך ס''ה 250

יעצט, אויב האט ער שוין אלע 52 מאגאזינען ביי זיך אין ווערהויז אדער קאמפיוטער און גיבט דיר עס צוביסלעך, איז עס געהעריגע ביזנעס פונקט ווי חודשליכע מקווה געלט

אבער, אויב פארקויפט מען פאר ביליגער א חפץ , שאינו ברשותו, פאר ביליגער פאר א לווה איז דאס לכאורה ריבית

א פשוטע היתר עיסקא נעמט קעיר דערפון, מדארף זיך נישט זארגן

(כל הנ''ל מהיוצא לנו אחרי לימוד הדף בדיבוק חברים , בלי לעיין בדבר ובלי נוכחות מו''ץ הלכות ריבית)
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2611
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

אינטערסאנטע איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:24 pm
אויב וואלט איר געוואלט מען זאל דא אנהייבן אריינלייגן הלכות רבית וואס זענען נוגע מענטשן טאג טעגליך קענט איר ריפלייען ברבים אדער אין אישי. מיר וועלן ברענגען די הלכות פון די רבנים פון די בית הוראה לעניני רבית אין אמעריקא וואס איז תחת הנהלת איינע פון די גרויסע קאנאנען אין די נושא פון רבית, הרה"ג ר' פנחס וינד שליט"א וועלכע קען זיך גאר גוט אויס אין די מציאות בהלכה, וואס איז אסאך מאל זייערקאמפליצירט
איך וואלט שטארק הנאה געהאט
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm


#_דא_דארף_מען_טראכטן
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@געמבלער
אפשר קען מען זאגן אזא בויך סברא

די יערליכע פי איז נידריגער נישט ווייל דו צאלסט פאראויס נאר פאר די לויעלטי אז דו קויפסט יעדן וואך. [נאר אויב אזוי וואלט מען געדארפט קענען צאלן סוףיאר מיט די זעלבע דיסקאונט, אדער נאכ'ן צאלן 52 מאל זאל מען באקומען א ריפאנד.]

אדער ענליך דערצו, אז צאלסט יעצט "צו זיין א מעמבער", און "מעמבערשיפ" איז שוין דא יעצט אין ווערהויז. אלס מעמבער באקומסטו אן אויסגאבע יעדן וואך.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:48 pm
@געמבלער
אפשר קען מען זאגן אזא בויך סברא

די יערליכע פי איז נידריגער נישט ווייל דו צאלסט פאראויס נאר פאר די לויעלטי אז דו קויפסט יעדן וואך. [נאר אויב אזוי וואלט מען געדארפט קענען צאלן סוףיאר מיט די זעלבע דיסקאונט, אדער נאכ'ן צאלן 52 מאל זאל מען באקומען א ריפאנד.]

אדער ענליך דערצו, אז צאלסט יעצט "צו זיין א מעמבער", און "מעמבערשיפ" איז שוין דא יעצט אין ווערהויז. אלס מעמבער באקומסטו אן אויסגאבע יעדן וואך.
ביי ריבית ארבעט עס נישט מיט קיין סברות , דאכצעך. א מציאות וואס קען אויסגעטייטשט ווערן ווי א מלווה-לווה איידיע איז תיכף א שאלה אפילו ספאלט קיינעם נישט איין צו עס אזוי באטראכטן.

אגב, Ami magazine האט באשטעטיגט צו MDY אז זייער סובסקריבשן דעפארטמענט האט היתר עיסקא פאר די דערמאנטע חשש.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

געמבלער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:12 pm
זייער סובסקריבשן דעפארטמענט האט היתר עיסקא
די וואס צאלן איין יערליך ווייסן דערפון? אויב נישט, (וואס) העלפט די היתר?
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:42 pm
געמבלער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:12 pm
זייער סובסקריבשן דעפארטמענט האט היתר עיסקא
די וואס צאלן איין יערליך ווייסן דערפון? אויב נישט, (וואס) העלפט די היתר?
א היתר עיסקא כהיום קאט ארויס אלע שאלות וואס איז נישט סטרעיט-פארווערד אלד-פעשאנד אינטרעסט לאונס.

פרעג @אינטערסאנטע איד וויאזוי, כבין נאכנישט קלאר...
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

געמבלער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 11:46 pm
א היתר עיסקא כהיום קאט ארויס אלע שאלות
אבער אויב געדענק איך גוט דארף די "מלוה" וויסן דערפון
בשמחה שטענדיג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 1:23 pm

Re: זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמחה שטענדיג »

NYSJS האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:59 pm
fee? is there anyway a Jewish company should be allowed to charge a monthly late fee either a fixed fee or not fixed
לכאורה נאר מיט א היתר עיסקא
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”