ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים??

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איידער איר דווח'ט דעם ממי שאמרו פארן טראולן אדער רעדן ווי אן אפיקורס רח"ל, הערט מיר אויס ביז צום סוף.

אזוי ווי דער עולם האט זיך נישט געוואשן היינט אפשר געדענקט מען נישט, אבער ביים בענטשן זאגט מען רחם נא וכו' על ישראל עמיך על ירושלים עירך ועל ציון משכן כבודך ועל מלכות בית דוד משיחך ועל הבית הגדול והקדוש שנקרא שמך עליו. וואס איז דער ציון וואס מען דערמאנט דא? קען נישט זיין דעם בית המקדש, ווייל דאס זאגט מען דאך עקסטער. קען נישט זיין ירושלים, ווייל דאס זאגט מען דאך עקסטער.

תשעה באב גייט מען זאגן אי"ה (אפילו נאך משיח גייט קומען. נישט אז איך האב א מקור דערויף, איך שטעל זיך נאר פאר, ווייל עס גייט דאך זיין א יו"ט) מנחם ציון ובונה ירושלים. זעלבע פראגע וואס איז דעם חילוק פון ציון און ירושלים?

ראש השנה האבן מיר געזאגט ותמלוך אתה לבדך בהר ציון משכן כבודך ובירושלים עיר קדשך. ענק זעהן שוין מיין פוינט, איא?

און אזוי קען מען אריינגיין אין נ"ך און זעהן וויפיל מאהל ווערט דעמאנט ירושלים עקסטער פון ציון. רש"י האט שוין געבאדערט די פראגע און ער ענטפערט: (יומא עז:) ציון איז אינדרויסן פון ירושלים!
און אזוי אויך שרייבט דער אבן העזרא (ויקרא א יא).
און דער רבינו יונה פרקי אבות פרק א משנה ב': כי הקב"ה בחר בישראל מכל האומות וארץ ישראל מכל הארצות ובחר ירושלים מכל ארץ ישראל ובחר מירושלם ציון כמו שנאמר (תהלים קל"ב י"ג) כי בחר ה' בציון אוה למושב לו. ובחר מכל בבית הבחירה בשביל העבודה שכתוב בה רצון שנא' (ויקרא א' ג') לרצונו לפני ה'. הנה לך כי מפני העבודה נברא כל העולם כלו.

יעצט אז מיר ווייסן שוין אז זיי זענען צוויי עקסטערע זאכן, וואס איז וואס?
דער מלבי"ם (תהלים קמ"ז יב) ערקלערט דעם פסוק "שבחי ירושלים את ה' הללו אלקיך ציון": ויש הבדל בין ציון וירושלים, שבציון ישבו החכמים והשרים והם יהללו מצד שהיא השגחתו הפלאיית, ובירושלים ישבו ההמון והם ישבחו מצד השגחתו הכוללת.

למעשה פאסט דא דער עולם, גיי איך נישט באמיטשען מיט אלע מקורות. אבער גאר אסאך מפרשים נעמען אן אזוי ווי דער מלבי"ם:
ירושלים האבן געוואוינט דער המון עם,
ציון איז געווען צוטיילט אין צוויי:
איין חלק (הר ציון) פארן מקום המקדש,סנהדרין און אנדערע רוחניות'ידע פונקציעס.
און איין חלק פאר די משפחת המלוכה והשרים.

דער ראגעטשאווער שרייבט דאך טאקע אין א תשובה וועגן די ציונים, אז זיי האבן זיך א גוטער נאמען געגעבן. ווייל מיר זעהן טאקע אז אין ציון האבן געוואוינט די זינדיגע און רייכע... (סוף בית שני)

נאך אן אינטערעסאנטע זאך זעהן מיר, אז ווען די פסוקים רעדן פונעם רוחניות'דיגע חלק פון ירושלים, זאגט ער גאר אפט ציון. חז"ל קוקט טאקע אן "בת ציון" ווי כולו רוחני. למשל ויצא בת ציון - אלו תנוקות של בית רבן. אדער אוהב ה' את שערי ציון - זה השערים המצוינים בהלכה, און אמאל קען אפילו דער נביא לייגן ציון איבער אלעס, דהיינו גאנץ ארץ ישראל אנרופן ציון.

איין שטארקע פראגע אויף דעם איז דא, ביי מוסף יו"ט זאגט מען: והביאנו לציון עירך ולירושלים בית מקדשך בשמחת עולם. דאס צופראסקעט דאך דעם גאנצן בנין. הגם דער אבודרהם איז טאקע גורס ולירושלים עיר קדשך. און אין חידושי הריטב"א ר"ה לב. זאגט ער אפילו מער: ואילו תפילת המוספין אינו אלא שיאמר השבינו לירושלים עירך ולציון בית מקדשך. וואס טוט מען טאטע'ניו מיט אונזער ניסוח?

קומט דער גר"א און איז מסביר הערליך. מיר ווייסן דאך אז לעתיד לבוא גייט דאך דער מקום המקדש זיין אזוי גרויס ווי ירושלים. במילא דאס איז פשט אינעם פיוט: ולירושלים - און דו זאלסט אונז אריינברענגען צום היינטיגן ירושלים, וואס דעמאלטס גייט דארט זיין - בית מקדשך - דעם גאנצן בית המקדש.
אדער האב איך געזעהן שיין, אז די נוסח איז דאך דער נוסח הרמב"ם. און דער רמב"ם קומט אויס לשיטתו. ווייל די משנה אין מסכת סוכה זאגט "בראשונה היה לולב ניטל במקדש שבעה ובמדינה יום אחד". ווער איז דער מדינה? רש"י האלט אז דאס מיינט ירושלים, אבער דער רמב"ם האלט אז מדינה מיינט גאנץ ארץ ישראל חוץ פון ירושלים. קומט אויס אז לויטן רמב"ם ווערט ירושלים נאכגעשלעפט נאכן מקום המקדש צו האבן די זעלבע הלכות (נישט אין טומאה וטהרה וואס דארט איז דא עשר מעלות). במילא פארדעם האט דער רמב"ם געשריבן ולירושלים בית מקדשך, ווייל מיר ווילן קענען האבן אין ירושלים די דינים פונעם בית המקדש. כפתור ופרח! ווי זאגט ר' אלי סטאפאנסקי? א געשמאק!!

הגם ביז ווי פונקטליך איז געגאנגען ציון, האב איך צוויי ברירות.

א. אדער זאגן וואס די חוקרים טענה'ן אז זיי ווייסן. וויל איך נישט.
ב. אדער זאגן וואס אונזערע חכמים זאגן. די פראבלעם איז אז דארט איז מלא מחלוקת וסתירות (עס איז דא ווי עס שטייט ציון בצפון, אנדערע בדרום, אנדערע במערב. רש"י אליינס זאגט אז ירושלים איז געווען ארומגענומען מיט ציון, במילא מעגליך אז יעדער איז גערעכט.).

נאכאמאל, די מהלך האט נאך קשיות, געוואוסע פלעצער וואס איז שווער אריינצוזעצן דעם ציון אדער ירושלים. אבער דאס איז דאס מערסטע אנגענומענע מהלך פון רוב רובו ראשונים ואחרונים.

והשתא דאתית להכי, האט איר דריי ברירות טאקע:
א. זיך ווייטער האלטן ביי אייערס, און דווחנ'ן אויף מיין גלאטע חוצפה פון שרייבן אז דער בית המקדש איז נישט אין ירושלים.
ב. ברענגען אנדערע מקורות און אדרבה, לאמיר האבן א געשמאקע וויכוח.
ג. זאגן א דאנק אין אייער אייגנארטיגע שפראך ובדיעבד מיטן דריקן דעם בוהן פינגער.
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום פרייטאג יולי 07, 2023 9:53 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

ווער ס'קען שפראך בנוגע פלעצער פארשטייט אליין אז אלעס ווענדט זיך אין קאנטעקסט.
ירושלים איז א שם הכולל און אויך א שם פרטי אזוי ווי ניו יארק ניו יארק, איז דא סטעיט סיטי און קאונטי וכו' און דעמאלטס בפרטות איז ירושלים נישט דער מקום המקדש והסנהדרין, און ווען ער איז אויך א שם הכולל דעמאלטס איז עס אלעס. ודבר פשוט מאוד הוא
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

מאנסי איז דאך אויך נישט אין אמעריקא, כידוע....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3310
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:17 pm

און דער רבינו יונה פרקי אבות פרק א משנה ב': כי הקב"ה בחר בישראל מכל האומות וארץ ישראל מכל הארצות ובחר ירושלים מכל ארץ ישראל ובחר מירושלם ציוןוכו'
פון דא איז משמע אז ציון איז יא אין ירושלים.
הקב"ה האט אויסדערוועלט ארץ ישראל פון אלע אנדערע שטעט, ירושלים פון גאנץ ארץ ישראל, און ציון פון גאנץ ירושלים.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

זאג א גוטס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:40 pm

הוא הדבר אשר דברנו, ירושלים כללי ציון פרטי
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

זאג א גוטס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:40 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:17 pm

און דער רבינו יונה פרקי אבות פרק א משנה ב': כי הקב"ה בחר בישראל מכל האומות וארץ ישראל מכל הארצות ובחר ירושלים מכל ארץ ישראל ובחר מירושלם ציוןוכו'
פון דא איז משמע אז ציון איז יא אין ירושלים.
הקב"ה האט אויסדערוועלט ארץ ישראל פון אלע אנדערע שטעט, ירושלים פון גאנץ ארץ ישראל, און ציון פון גאנץ ירושלים.
וודאי אזוי, אויסגעכאפט די ווערטער, ציון איז געווען די מובחר חלק פון ירושליםעיר הקודש.

ווי זאגט יענער, צופראסקעט דעם גאנצן בנין...
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:34 pm
ווער ס'קען שפראך בנוגע פלעצער פארשטייט אליין אז אלעס ווענדט זיך אין קאנטעקסט.
ירושלים איז א שם הכולל און אויך א שם פרטי אזוי ווי ניו יארק ניו יארק, איז דא סטעיט סיטי און קאונטי וכו' און דעמאלטס בפרטות איז ירושלים נישט דער מקום המקדש והסנהדרין, און ווען ער איז אויך א שם הכולל דעמאלטס איז עס אלעס. ודבר פשוט מאוד הוא
איז ווער איז די קאונטי? ירושלים אדער ציון?

און אויב ירושלים איז השם הכולל, פארוואס שטייט עקסטער שטענדיג ציון וירושלים?

און אפשר לערנט איר פשט אינעם פסוק: אָז יַקְהֵל שְׁלֹמֹה אֶת-זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת-כָּל-רָאשֵׁי הַמַּטּוֹת נְשִׂיאֵי הָאָבוֹת לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל, אֶל-הַמֶּלֶךְ שְׁלֹמֹה--יְרוּשָׁלִָם: לְהַעֲלוֹת אֶת-אֲרוֹן בְּרִית-ה, מֵעִיר דָּוִד--הִיא צִיּוֹן. ווייל פשוט פשט מיינט אז שלמה המלך האט געטראגן דעם ארון פון ירושלים קיין ציון און דאס איז געווען דעם מעמד.

אדער ווי אזוי לערנט איר פשט אין רש"י "ציון מחוץ לירושלים" אויב איז דאס די זעלבע פלאץ?

אדער ביים שיר של יום שני "הר ציון ירכתי צפון". צפון פון ווי?

איר דארפט נאך?
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח @ממי_שאמרו [כ'פיל מיך אזוי גוט, ערשטע מאל איך נוץ די 'מענשאן' אפציע] פאר'ן גיין פתיחה אויף אזא זאכליכע אשכול אין אזא דבר בעתו מה טוב טאג
באראטונג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:20 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באראטונג »

ירושלים איז דאך געווען מוקף חומה וכל מה שבפנים כבפנים, ניין?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ירושלים איז באשטאנען פון צוויי טיילן, עיר העליונה און עיר התחתונה
כ'שרייב פון זכרון, אז עיר התחתונה האט כולל געווען דעם ביהמ"ק, און די ארמון המלך און דעם חלק הנקרא עיר דוד
דרום זייט פון ביהמ"ק איז געווען עיר העליונה, סאו צו צפון פון עיר העליונה איז געווען דער ביהמ"ק, דאס איז פשט ירכתי צפון
ארויס ציהר נאך נחל קדרון איז שוין געווען אינדרויסן פון שטאט, דארט איז הר הזיתים
דאס איז זיכער אז קדשים קלים נאכלים בכל העיר, מיינט גאנץ ירושלים כולל ביידע טיילן
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
באראטונג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:20 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באראטונג »

דער לשון הרמב"ם הל' בית הבחירה פ"א ה"ג: כיון שנבנה המקדש בירושליםנאסרו כל המקומות כולן לבנות בהן בית לה' ולהקריב בהן קרבן ואין שם בית לדורי הדורות אלא בירושליםבלבד ובהר המוריהשבה נאמר ויאמר דויד זה הוא בית וכו'
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:50 pm
נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:34 pm
ווער ס'קען שפראך בנוגע פלעצער פארשטייט אליין אז אלעס ווענדט זיך אין קאנטעקסט.
ירושלים איז א שם הכולל און אויך א שם פרטי אזוי ווי ניו יארק ניו יארק, איז דא סטעיט סיטי און קאונטי וכו' און דעמאלטס בפרטות איז ירושלים נישט דער מקום המקדש והסנהדרין, און ווען ער איז אויך א שם הכולל דעמאלטס איז עס אלעס. ודבר פשוט מאוד הוא
איז ווער איז די קאונטי? ירושלים אדער ציון?

און אויב ירושלים איז השם הכולל, פארוואס שטייט עקסטער שטענדיג ציון וירושלים?

און אפשר לערנט איר פשט אינעם פסוק: אָז יַקְהֵל שְׁלֹמֹה אֶת-זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת-כָּל-רָאשֵׁי הַמַּטּוֹת נְשִׂיאֵי הָאָבוֹת לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל, אֶל-הַמֶּלֶךְ שְׁלֹמֹה--יְרוּשָׁלִָם: לְהַעֲלוֹת אֶת-אֲרוֹן בְּרִית-ה, מֵעִיר דָּוִד--הִיא צִיּוֹן. ווייל פשוט פשט מיינט אז שלמה המלך האט געטראגן דעם ארון פון ירושלים קיין ציון און דאס איז געווען דעם מעמד.

אדער ווי אזוי לערנט איר פשט אין רש"י "ציון מחוץ לירושלים" אויב איז דאס די זעלבע פלאץ?

אדער ביים שיר של יום שני "הר ציון ירכתי צפון". צפון פון ווי?

איר דארפט נאך?
פשוט מאוד, ווייל ווען מ'רעדט פרטיותדיג איז ירושלים אינדרויסן און ציון איז אינעווייניג, און ווען מ'רעדט כלליות'דיג איז עס אלעס און טאקע בפרטיות טראגט מען פון ירושלים קיין ציון, ס'נישט ווי ניו יארק ווייל דעמאלטס איז פארקערט, אבער כ'האב נישט יעצט די משל צו די האנט, אבער ס'דא אזעלכע זאכן אז ווען מ'רעדט פון פרטי בלייבט דער כללי נאר אינדרויסן, סא לגבי ציון איז ירושלים אינדרויסן

מחשיבות ציון רעדט מען פון אים קודם און עקסטער
און נאכדעם איז מען מרבה גאנץ ירושלים און בהאי מקום איז דער ירושלים טאקע דער מקום אינדרויסן פון ציון

איך בין אזוי אויפגעוואקסן מיט דעם פשט פון אלץ קינד אויס כ'דענק נישט פון וועלכע רבי מלמד חדר אדער גאר מיין טאטע זז"ג - כ'האב קיינמאל געהאט קיין קשיא סתירה וכו'
און צום קעפל, אויב דערמאנט מען ציון וירושלים איז דער בית מקדש געווען אין ציון נישט אין ירושלים, ווייל דעמאלטס מיינט ירושלים לרבות דעם שטאט אינדרויסן, און אויב רעדט מען סתם ירושלים איז עס יא כולל דעם מקום המקדש, נאר וואס דען, מ'וועט רוב מאל טאקע רעדן פון ציון (יעצט טייפענדיג טראכט איך אז ציון איז געווארן ערשט שפעטער, ווען דוד האט עס קובע געווען, מעגליך נישט, מ'דארף עס מברר זיין) און מרבה זיין ירושלים ארום
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן, צו ביים צווייטן ביהמ"ק כשעלו עולי בבל, איז אויך געווען ירושלים און ציון צוויי עקסטרע געגנטער, ווייל אין פסוק איז משמע אז ציון האט געהאט א חשיבות נאר בזמן המלכים, ווען עס האבן דארט געוואוינט מלכי יהודה ושריהם
אין די משנה מדות, ווי אויך אין יומא, אדער אין סדר קדשים, זעהט מען נישט דערמאנט 'ציון' אין ערגעץ נישט, נאר 'ירושלים'
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:06 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:50 pm
נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:34 pm
ווער ס'קען שפראך בנוגע פלעצער פארשטייט אליין אז אלעס ווענדט זיך אין קאנטעקסט.
ירושלים איז א שם הכולל און אויך א שם פרטי אזוי ווי ניו יארק ניו יארק, איז דא סטעיט סיטי און קאונטי וכו' און דעמאלטס בפרטות איז ירושלים נישט דער מקום המקדש והסנהדרין, און ווען ער איז אויך א שם הכולל דעמאלטס איז עס אלעס. ודבר פשוט מאוד הוא
איז ווער איז די קאונטי? ירושלים אדער ציון?

און אויב ירושלים איז השם הכולל, פארוואס שטייט עקסטער שטענדיג ציון וירושלים?

און אפשר לערנט איר פשט אינעם פסוק: אָז יַקְהֵל שְׁלֹמֹה אֶת-זִקְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת-כָּל-רָאשֵׁי הַמַּטּוֹת נְשִׂיאֵי הָאָבוֹת לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל, אֶל-הַמֶּלֶךְ שְׁלֹמֹה--יְרוּשָׁלִָם: לְהַעֲלוֹת אֶת-אֲרוֹן בְּרִית-ה, מֵעִיר דָּוִד--הִיא צִיּוֹן. ווייל פשוט פשט מיינט אז שלמה המלך האט געטראגן דעם ארון פון ירושלים קיין ציון און דאס איז געווען דעם מעמד.

אדער ווי אזוי לערנט איר פשט אין רש"י "ציון מחוץ לירושלים" אויב איז דאס די זעלבע פלאץ?

אדער ביים שיר של יום שני "הר ציון ירכתי צפון". צפון פון ווי?

איר דארפט נאך?
פשוט מאוד, ווייל ווען מ'רעדט פרטיותדיג איז ירושלים אינדרויסן און ציון איז אינעווייניג, און ווען מ'רעדט כלליות'דיג איז עס אלעס און טאקע בפרטיות טראגט מען פון ירושלים קיין ציון, ס'נישט ווי ניו יארק ווייל דעמאלטס איז פארקערט, אבער כ'האב נישט יעצט די משל צו די האנט, אבער ס'דא אזעלכע זאכן אז ווען מ'רעדט פון פרטי בלייבט דער כללי נאר אינדרויסן, סא לגבי ציון איז ירושלים אינדרויסן

אדרבה, ברענגט מיר איינער וואס וועט שרייבן: די ספר תורה איז ארויסגעגאנגען פון ניו יורק בשירה ובזמרה, און מ'האט דאס געטראגן קיין וויליאמסבורג.

שו"ת רדב"ז חלק ב סימן תרל"ג:
ובמה שכתבתי יש תקנה למעשר שני בזמן הזה על ידי פדיה שהרי לא קלטוהו מחיצות ירושלם לפי שבית הכנסת ושכונת היהודים היא בכלל ציון ולא בכלל ירושלם ואפשר שעל זה סמכו הראשונים לפדות מעשר שני

שו"ת רדב"ז חלק ב סימן תשל"א:
בהצטרפות הטעם שכבר כתבתי בתשובה אחרת שכל כוונת היהודים היא בעיר ציון ולא בירושלם ונמצא שלא קלטוהו מחיצות וכן העכו"ם קורין לשכונת היהודים צהיון ואע"פ שדחה טעם זה בעל כפתור ופרח משום דכתיב דרכי ציון אבלות ואין ניכר עתה אי זהו ציון ואי זהו ירושלם מ"מ יש לסמוך על קבלת העכו"ם וכיון שאסורו קל דמה להם לשקר בזה

עיין בספר כפתור פרח ווי ער שרייבט אז אין זיינע צייטן איז נאך ניכר דעם חילוק פון ציון און ירושלים. וועלכע איז וואס.

ילקוט שמעוני איכה תתרכב:
שנאמר ואבכה יומם ולילה (אל) [את] חללי בת עמי, מי בכה כביכול הקב"ה, דומה לחכם שיש לו שני בנים משכים ומוליכן לבית הספר מעריב ומוליכן לבית המשתה אחר ימים מתו לו שניהם והיה משכים והולך לבית הספר ולבית המשתה ובוכה, כך כיון שחרבה ציון וירושלים היה הקב"ה משכים והולך לציון ומבקש אחד מישראל שמה ולא היה מוצא שם בריה ומעריב והולך לירושלים ומבקש אחד מישראל שמה ולא היה מוצא שם שום בריה שנאמר ואבכה יומם ולילה.

תרגום יונתן תהלים קלג:
אויפן פסוק הִנֵּה מַה-טּוֹב, וּמַה-נָּעִים-- שֶׁבֶת אַחִים גַּם-יָחַד: שירא דאתאמר על מסוקין דתהומא הא כמא טב וכמא בסים למטב ציון וירושלים כתרי אחין ברם כחדא

מדרש אגדה דברים א:
היינו דכתיב בכו תבכה בלילה (שם א ב), ולמה שתי פעמים בכו תבכה, אלא בכה על ציון, תבכה על ירושלם

איר דארפט נאך?
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:14 pm
איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן, צו ביים צווייטן ביהמ"ק כשעלו עולי בבל, איז אויך געווען ירושלים און ציון צוויי עקסטרע געגנטער, ווייל אין פסוק איז משמע אז ציון האט געהאט א חשיבות נאר בזמן המלכים, ווען עס האבן דארט געוואוינט מלכי יהודה ושריהם
אין די משנה מדות, ווי אויך אין יומא, אדער אין סדר קדשים, זעהט מען נישט דערמאנט 'ציון' אין ערגעץ נישט, נאר 'ירושלים'
ס'קלאר אז מ'האט נישט באניצט מער דעם נאמען קען זיין ווייל ס'נישט געווען קיין שלימות אין בית המקדש און נישט אין די ממשלת בני ישראל, מכל הדברים שחסרו והיו תחת יד האומות עד זמן החשמונאים כידוע, קודם פרס ואח"כ יון. ולא ארך זמן החשמונאים עד שמלך הורדוס וכו'
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

זאג א גוטס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:40 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:17 pm

און דער רבינו יונה פרקי אבות פרק א משנה ב': כי הקב"ה בחר בישראל מכל האומות וארץ ישראל מכל הארצות ובחר ירושלים מכל ארץ ישראל ובחר מירושלם ציוןוכו'
פון דא איז משמע אז ציון איז יא אין ירושלים.
הקב"ה האט אויסדערוועלט ארץ ישראל פון אלע אנדערע שטעט, ירושלים פון גאנץ ארץ ישראל, און ציון פון גאנץ ירושלים.

גוט געפרעגט, פארדעם שרייבט דער אור שמח:
וזה הוא ממכילתא בראשה וז"ל עד שלא נבחרה ירושלים כו' שנבחרה ירושלים יצאה ארץ ישראל כו' עד שלא נבחר בית עולמים הי' ירושלים ראוי לשכינה משנבחר בית עולמים יצאת ירושלים שנא' כי בחר ה' בציון כו' וציון הוא ההר כמו שכתוב ויבחר כו' את הר ציון אשר אהב וזה ברור.
עכ"ל
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

די רדב"ז איז א פלא כ'דארף עס נאכגיין א אינטערעסאנטע זאך כ'כ'אפ נישט פון דיין ציטאט וואס ער זאגט לגבי וואס, אבער אלע אנדערע זאכן וואס דו ברעגסט איז גארנישט אנדערש פון וואס כ'האב געזאגט, און נאכאמאל ווען מ'רעדט פרטי איז דא צוויי חלקים, חלק ירושלים אנדרויסן און ציון דער מקום מקדש והמלכים. אבער אלעס איז אין ירושלים הכללי

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:00 pm
ירושלים איז באשטאנען פון צוויי טיילן, עיר העליונה און עיר התחתונה
כ'שרייב פון זכרון, אז עיר התחתונה האט כולל געווען דעם ביהמ"ק, און די ארמון המלך און דעם חלק הנקרא עיר דוד
דרום זייט פון ביהמ"ק איז געווען עיר העליונה, סאו צו צפון פון עיר העליונה איז געווען דער ביהמ"ק, דאס איז פשט ירכתי צפון
ארויס ציהר נאך נחל קדרון איז שוין געווען אינדרויסן פון שטאט, דארט איז הר הזיתים
דאס איז זיכער אז קדשים קלים נאכלים בכל העיר, מיינט גאנץ ירושלים כולל ביידע טיילן
און וואס טוט מען מיט די רש"י אין תהלים מח ג אז הר הזיתים איז א חלק פון ציון (וואס הייסט אויך יפה נוף)
חוץ פון דעם טרעף מיר ווי עס שטייט אויף ירושלים דעם ווארט "הר". נאר אויף ציון (הבית, מוריה) שטייט הר!! ווי שטייט אין פסוק? ישעיהו פרק י פסוק לב, ע֥וֹד הַיּ֖וֹם בְּנֹ֣ב לַֽעֲמֹ֑ד יְנֹפֵ֤ף יָדוֹ֙ הַ֣ר בַּת צִיּ֔וֹן גִּבְעַ֖ת יְרוּשָׁלִָֽם.

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:20 pm

זייער פשוט פונקט ווי ארץ ישראל דער בית מקדש איז נישט ארץ ישראל?
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:27 pm
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:00 pm
ירושלים איז באשטאנען פון צוויי טיילן, עיר העליונה און עיר התחתונה
כ'שרייב פון זכרון, אז עיר התחתונה האט כולל געווען דעם ביהמ"ק, און די ארמון המלך און דעם חלק הנקרא עיר דוד
דרום זייט פון ביהמ"ק איז געווען עיר העליונה, סאו צו צפון פון עיר העליונה איז געווען דער ביהמ"ק, דאס איז פשט ירכתי צפון
ארויס ציהר נאך נחל קדרון איז שוין געווען אינדרויסן פון שטאט, דארט איז הר הזיתים
דאס איז זיכער אז קדשים קלים נאכלים בכל העיר, מיינט גאנץ ירושלים כולל ביידע טיילן
און וואס טוט מען מיט די רש"י אין תהלים מח ג אז הר הזיתים איז א חלק פון ציון (וואס הייסט אויך יפה נוף)
חוץ פון דעם טרעף מיר ווי עס שטייט אויף ירושלים דעם ווארט "הר". נאר אויף ציון (הבית, מוריה) שטייט הר!! ווי שטייט אין פסוק? ישעיהו פרק י פסוק לב, ע֥וֹד הַיּ֖וֹם בְּנֹ֣ב לַֽעֲמֹ֑ד יְנֹפֵ֤ף יָדוֹ֙ הַ֣ר בַּת צִיּ֔וֹן גִּבְעַ֖ת יְרוּשָׁלִָֽם.
הר הזיתים קען נישט זיין קיין חלק פון ירושלים, ווייל מען האט נישט געטארט מקבר זיין אין ירושלים חוץ מלכי בית דוד [יש קברים בהר הזיתים עוד מזמן הבית]
סאו בע"כ איז רש"י דחיק ואוקמי אנפשיה, אז ווייל ס'איז סמוך ונראה רופט עס דער פסוק ציון
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

פונעם רדב"ז זעט עפעס אויס אז ס'געווען גאר א דריטע שכונה מחוץ לחומות ירושלים און דאס איז געווען "עיר ציון" און ס'געווען "ווייניגער הייליג" ווי ירושלים. חידוש נפלא, דער בית מקדש אליין זיכער געווען לכה"פ קדוש בקדושת ירושלים.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:26 pm
די רדב"ז איז א פלא כ'דארף עס נאכגיין א אינטערעסאנטע זאך כ'כ'אפ נישט פון דיין ציטאט וואס ער זאגט לגבי וואס, אבער אלע אנדערע זאכן וואס דו ברעגסט איז גארנישט אנדערש פון וואס כ'האב געזאגט, און נאכאמאל ווען מ'רעדט פרטי איז דא צוויי חלקים, חלק ירושלים אנדרויסן און ציון דער מקום מקדש והמלכים. אבער אלעס איז אין ירושלים הכללי
ער רעדט פון ווי מעג מען עסן מעשר שני.

דער חי"דא ברענגט להלכה אין זיין ספר ברכי יוסף א מהר"ם חביב וועלכע זאגט עדות אויף וועלכע גאס אינמיטן דעם אידישן מארק צוטיילט צווישן ירושלים און ציון. און עס איז א נפקא מינא אויף מעשר שני און נטע רבעי
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:08 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:50 pm

און אויב ירושלים איז השם הכולל, פארוואס שטייט עקסטער שטענדיג ציון וירושלים?

מחשיבות ציון רעדט מען פון אים קודם און עקסטער
און נאכדעם איז מען מרבה גאנץ ירושלים און בהאי מקום איז דער ירושלים טאקע דער מקום אינדרויסן פון ציון

לשיטתך איז ציון א געגענט אין ירושלים? אזוי ווי היינטיגע צייטן מאה שערים?
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”