וויאזוי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווער?

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

וויאזוי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

אזוי איך בין שוין גוטע פאר יאר אליינס, און אויך געווען עלטערע בחור, איך ארבעט שוין פון 18 יאר אלט, מען זענט נאך נישט די ליכטיקייט וואזי קען מען האבן סיפוק אין לעבן ווען עס איז נאך טינקעלע?
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום מאנטאג מאי 06, 2024 5:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלע גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

איך פלעג אויפשטיין יעדע טאג זעלבע צייט, אין דאווענען זעלבע צייט, גיין ארבעט זעלבע צייט זיך לייגן אין זעלבע צייט וועוד לעצטענס בין איך זייער נאכגעלאזט!!
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום מאנטאג מאי 06, 2024 5:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

😭😭😭😭
כוויין פאר דיך
ריברענדיג.....
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ווען עס איז שווער פארן מענטש צו זעהן די גוטס מיט וואס ער איז ארום גענומען איז אמאל א עיצה צו גיין און שפיטעלער וכדומה זעהן ווי אנדערע האבן דאס אויכט נישט
אין לך דבר העומד בפני הרצון, עס איז נישט דא קיין זאך און די וועלט, וואס קען דיר אפהאלטן פון האבן א רצון.
אוועטאר
זינגי
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 5:07 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגי »

לערנען חובת הלבבות. איך ווייס אז מענטשן האבן נישט ליב אז מ'זאקט זיי דאס, אבער ס'איז נישט דא קיין אנדערע עיצה, ס'איז אבער זייער וויכטיג עס צו לערנען אדער הערן שיעורים כדי צו מקיים זיין, אין נישט כדי צו יוצא זיין אדער א סגילה, ווייל דעמאלטץ וועט עס העלפן א רעטעך.
דער אייבישטער זאל דיר העלפן אז דו זאלזט אויפגעלאכטן ווערן בקרוב מיט אלעס וואס דו דארפסט, און זיין שטענדיג אין א גוטע גיסטע.
האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע
אוועטאר
אין די וועלט אריין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין די וועלט אריין »

נישט טראכטן פונעם עבר אדער פונעם עתיד. בלויז יעצט אויפן מינוט. ס'נישט גרינג. אבער אז נישט (כ'דארף דיר נישט זאגן) פילט מען בלויז יאוש.

דער אייבערשטער זאל דיר העלפן.
יודעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך שוין,
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן מכל עם ולשון!
בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

😥
stop.already.pls
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 8:45 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך stop.already.pls »

אסאך מאל קומען אריין כל מיני חיזוק אדער חוזק ווערטער, פון אסאך סארטן וועגן.

ווען דער מצב איז נישט אזוי ביטער, וואלט איך אויסגעשאסן אין א געלעכטער, פון רוב מיני חיזוקים, וואס העלפן נישט, און אמאל גאהר פארקערט.

זאל איך זאגן אז איך וויין פאר דיר?
איז עס דען ריכטיג?

און אז יא, וואס העלפט עס דען?

דער מחבר זאגט אז א ירא שמים דארף זיין מצר ודואג אויפ'ן חורבן הבית.
פרעגט דאכצעך דער חידושי הרי"מ, און וואס איז איינער וואס איז נישט קיין ירא שמים? ער דארף נישט קלאגן?

זאגט ער, אז איינער וואס איז נישט קיין ירא שמים, דארף זיך זארגן קודם אויף די אייגענע חורבן......

ווען דער שיניאווא רב זי"ע האט פארבעטן זיין מחותן, דער בעלזער רב זי"ע, זאל קומען קיין אמעריקא, ראטעווען דאס אידישקייט דארט.
האט דער בעלזער רב זי"ע געזאגט, אז אמעריקא איז טריפה, און עס קען שאטן אויב גייט מען אהין.
דער עצה איז, אז דו וועסט דאווענען פון ביי דיר אין שטוב, און איך פון ביי מיר אין שטוב, און אזוי וועלן מיר ראטעווען דאס אמעריקאנער אידענטום.

לעניינינו.

איך האב נישט עכט קיין תשובה אדער עצה.
איך קען דיר נאר זאגען, מיר קענען דא וויינען צוזאמען.

דו פאר דיין פעקל, פאר דיין ווייטאג, פאר דיין צער, פאר דיינע עלטערן'ס צער, פאר דיינע גוטע פריינט, און נאך מער פון דעם פאר עתיד, פאר דיין לעכטיגע טעג הבאים לקראתינו לשלום, פאר דיין שטוב וואס דו גייסט בעז"ה אוועק שטעלן שטארק און גוט.

און איך וועל וויינען פאר מיינע עגמ"נ און ווייטאג, און מיין לעכטיגע עתיד וואס גייט געשעהן ווען דער אייבערשטער גייט ליכטיג מאכן.

אוודאי וויינען, אבער מיט א תהילים אין דער האנט.

און זאלסט שוין אויך וויינען הויעך און שטארק, אז קיינער פון דיינע לעכטיגע קינדער זאלן קיינמאל נישט דארפן אדורך גיין אזעלכע ניסיונות, און עס זאל זיי אלעמאל זיין נאר לעכטיג און גוט.

*********


יענער בעט חיזוק, און איך קום מיט מעשיות און תורות....
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

כטראכט צו מיר מענטשן גיבן חיזוק, סדערהייבט סווייזט ווי זיי ווילן מיט פילן און זיי ווילן העלפן, און די עצות וואס מען גיט איז באמת גוטע.

כוועל פראבירן נאר מסביר זיין איין נקודה נאך וואס מען פארשטייט אז איינער וואס גייט דורך א שוועריקייט איז עס איהם שווער און אידן אחינו בני ישראל פילן מיט און העלפן ארויס, איז ביי א גרוש און ביי א עלטערע בחור דא א נקודה אז ער איז אליין דאס מיינט אין אונזערע סאסייעיטי איז איינגעפירט אז מען האט חתונה ביי די אכצן און פון דארט פארט אלעס ווייטער על מי מנוחות בס"ד אכיה"ר, ביי א בחור וואס עלטערט זיך און ביי א אינגערמאן וואס איז אהיים געקומען איז די סייקל געקומען צו א גענצליכע אפשטעל נישט דא פארוועמען נישט דא פארוואס סכאפט זיך אריין ביגטיים יאוש געפילן משפירט זיך פארלאזט אומניצבאר און אז איינער האט רחמנות פילט מען זיך א רחמנות סאיז זייער זייער זייער שווער פאר א אינגערמאן היינטיגע טעג נישט חתונה געהאט גיי אריין אין ביהמד טרעף א גרוש/עלטערע בחור וואס איז אויפגעלייגט גיב איהם א קוויטל און די זאג מזמור לתודה אז די ביסט חתונה געהאט און אפשר בעסער אויס דיין שלום בית כזאג דיר סלוינט נישט די אנדערע וועג....
סשווער צו רעדן און זאגן ויותר יותר ממה שכתבתי....
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלע גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

Ny-17 האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:17 pm
איך פלעג אויפשטיין יעדע טאג זעלבע צייט, אין דאווענען זעלבע צייט, גיין ארבעט זעלבע צייט זיך לייגן אין זעלבע צייט וועוד לעצטענס בין איך זייער נאכגעלאזט!!
איך האב גאנצע פאר געסן ווען איך פלעג זיין א עלטער בחור א טאג וואס מען האט נישט געארבעט פלעג איך אויסזאגן תהלים, יעדע טאג נאך דאווענען פלעג איך זאגן 10 קאפיטלעך אדער מער , היינט צוטאגס זאג איך נישט קיין תהלים מער וויינגער, אין אויך פלעג איך ארומפארן צו מקומות הקדושים דא אמעריקא...
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

צו האבן סיפוק מוז מען האבן א ציל! דיין ציל יעצט סיי בגשמיות און סיי ברוחניות איז צו טרעפן דיין באשערטן פראביר יעדן טאג צו טוהן עפעס השתדלות אפי’ א קליינעקייט ווי זאגן פאר א חבר און אוועקלייגן געלט פאר א שדכן (יא ס’העלפט...)
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

Ny-17 האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:14 pm
אזוי איך בין שוין גוטע פאר יאר אליינס, און אויך געווען עלטערע בחור, איך ארבעט שוין פון 18 יאר אלט, מען זענט נאך נישט די ליכטיקייט וואזי קען מען האבן סיפוק אין לעבן ווען עס איז נאך טינקעלע?
ס'איז באמת שווער. וואס זאגט דער בורא כל עולמים צו דעם?
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום מאנטאג מאי 06, 2024 9:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלע גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

Ny-17 האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:17 pm
איך פלעג אויפשטיין יעדע טאג זעלבע צייט, אין דאווענען זעלבע צייט, גיין ארבעט זעלבע צייט זיך לייגן אין זעלבע צייט וועוד לעצטענס בין איך זייער נאכגעלאזט!!
ניין, דאס נישט. שטארק דיך, רייס עס אדורך. די אלע אין ענליכן פעקל לעבן אויף דיין חיזוק, און אויב ח"ו דו פאלסט, וועט ח"ו יעדער פאלן ווי א דאמינא.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלע גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 9:29 pm
Ny-17 האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:17 pm
איך פלעג אויפשטיין יעדע טאג זעלבע צייט, אין דאווענען זעלבע צייט, גיין ארבעט זעלבע צייט זיך לייגן אין זעלבע צייט וועוד לעצטענס בין איך זייער נאכגעלאזט!!
ניין, דאס נישט. שטארק דיך, רייס עס אדורך. די אלע אין ענליכן פעקל לעבן אויף דיין חיזוק, און אויב ח"ו דו פאלסט, וועט ח"ו יעדער פאלן ווי א דאמינא.
נו ווי אזוי שטארק מען זיך? ווען סאיז טונקל טונקל?.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מ'שטארקט זיך נישט ווייל ס'גייט זיין גוט, און מ'זוכט אפילו נישט די גוטע חלקים פון לעבן. איך וועל דיר זאגן נאך מער, נישט יעצט איז צייט צו אנערקענען די חסדים וואס השי"ת געט אונז יא, און אויך נישט צו טראכטן אז ער איז אונז גארנישט שולדיג וכו' וכו'.

פשוט. מ'שטארקט זיך!!! מ'אנערקענט אז דער מצב איז ביטער, און יא, אין דעם ביטערן מצב דארף איך דאך קענען אנגיין, און ממילא דארף איך זיין שטערקער פונעם מצב.

באם, טראך, קראך.
אביסל משקה
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 14, 2024 3:42 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל משקה »

עס ווערט געברענגט ועת צרה הוא ליעקב אז ווען עס גייט שווער פאר א יוד א יוד איז און א צרה און עס איז שוין נישט דא ווער עס זאל העלפן און דער מענטש זעהט אז נאר דער אייבערשטער קען אים העלפן דעמאלסט וממנו יושע פון דארט וועט קומען דער ישועה
די ביסט שוין אדורך אזוי סאך די ביסט שוין ממש דא דיין צער איז ווייטאגליך צוצוקוקן איך בין זיכער אז דיין ישועה איז שוין אויפן וועג
טייערע נוא יארק 17 נוא יארק איז ראשי תבות נירו יאיר עס זאל אויפגעלאכטן ווערן 17 איז בגמטריא טוב און איין ווארט עס זאל אויפגעלאכטן ווערן פאר דיר א טוב שידוך א גוטע שידוך און עס זאל אייביג זיין פאר דיר לעכטיג
אונז אלע קענען קוים ווארטן פאר די גוטע בשורה
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6618
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך וועל דיר זאגן די ריינע אמת.. היות דו שרייבסט עס ברבים, וועל איך עס אויך שרייבן דא... איך שטיי שוין לאנג פון די זייט, איך ליין דיינע פילע תגובות און איך שטוין! וויאזוי גייט דער יונגערמאן אן?? וויאזוי נעמט א בשר ודם זיינע אייגענע פראבלעמען, לייגט דאס אין א זייט, און איין זאך שטייט אים כסדר פאר די אויגן, וויאזוי קען מען העלפן אנדערע וואס זענען אין די זעלבע אדער ענליכע פראבלעם? וויאזוי שטייסטו אויף יעדן טאג און דו ביסט מיט דיין אמונה, מיט דיין פרישקייט.. דו דאוונסט נאך.. דאס אידאך איבערמענטשליך!

הלואי אז איך קען דיר העלפן.. איך קען און איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר דיר.. אבער האלט דיך ווייטער שטארק. איך בין זיכער, און דו זיי אויך בטוח אז דער אייבערשטער גייט דיך אויסלייזן מיט א גאולה פרטית בשלימות, און ס׳וועט זיין שמחנו כימות עניתנו ממש.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4782
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

טראכט אז זענען דא מענטשן וואס וואלטן ווען געוואלט זיין אין דיין מצב
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

בניהו האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 9:46 pm
איך וועל דיר זאגן די ריינע אמת.. היות דו שרייבסט עס ברבים, וועל איך עס אויך שרייבן דא... איך שטיי שוין לאנג פון די זייט, איך ליין דיינע פילע תגובות און איך שטוין! וויאזוי גייט דער יונגערמאן אן?? וויאזוי נעמט א בשר ודם זיינע אייגענע פראבלעמען, לייגט דאס אין א זייט, און איין זאך שטייט אים כסדר פאר די אויגן, וויאזוי קען מען העלפן אנדערע וואס זענען אין די זעלבע אדער ענליכע פראבלעם? וויאזוי שטייסטו אויף יעדן טאג און דו ביסט מיט דיין אמונה, מיט דיין פרישקייט.. דו דאוונסט נאך.. דאס אידאך איבערמענטשליך!

הלואי אז איך קען דיר העלפן.. איך קען און איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר דיר.. אבער האלט דיך ווייטער שטארק. איך בין זיכער, און דו זיי אויך בטוח אז דער אייבערשטער גייט דיך אויסלייזן מיט א גאולה פרטית בשלימות, און ס׳וועט זיין שמחנו כימות עניתנו ממש.

איך אפעליר פאר ווער ס'האט א ניק אדער ספעיר ניק, זאלן אהערשטורעמען און לייקן דער ציטירטער געוואלדיגער תגובה פון @בניהו !!!
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום מאנטאג מאי 06, 2024 9:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

ס׳איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ס׳גייט דיר בקרוב ממש ליכטיג ווערן.
א קליינע עצה, טרעף איינער וואס די האסט א געפיל פאר, וואס איז אין די זעלבע מצב ווי דיר אין זיי מתפלל יעדן טאג פאר עם, וועסטו אויך געהאלפן ווערן. המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה. א מאמר חז״ל איז בדוק ומנוסה.
ערענסטער פארשוין
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 3:40 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערענסטער פארשוין »

אפשר איז דאס וואס דו גייסט יעצט אריבער איז די סיבה אז דו ביזט דא
ס׳זעכער אז דאס וואס איך גיי יעצט דורך איז די סיבה אז איך בין דא
קרעדיט: מילך קאהן
דברי צדק
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 5:02 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברי צדק »

Ny-17 האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:14 pm
אזוי איך בין שוין גוטע פאר יאר אליינס, און אויך געווען עלטערע בחור, איך ארבעט שוין פון 18 יאר אלט, מען זענט נאך נישט די ליכטיקייט וואזי קען מען האבן סיפוק אין לעבן ווען עס איז נאך טינקעלע?
קויף די ספר "תפארת למשה" חלק בטחון לערן עס, איך זאג דיר צוה, בלי"נ עס וועט דיר מאכן פאר אן אנדערע מענטש.

אין וואך איך פראזענליך קען דיר זאגען, אז אמאל מיינט מען אז וואס איך גיי יעמט דורך איז נישט דא נאך אזאנ'ס, אבער יעדע מענטש וואס געפינט זיך אויף דעים עולם גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן עס איז א פאקא, "אפילו אמאל מיינט מען קוק יענער האט א ווייב יענער האט נחת פון די קינדער", אבער וויסן זאלסטו אז יענער האט זיך אויך זיינע נסיונות, דער וועלט ווערט אנגעריפען עולם הנסיון, שטארק דיך האב אמונה אין גלייב אז די רייבערשטער שיקט דיק דעיס פראזענליך פאר דיר אין זיי עס מקבל מיט שמחה, וועסטו בקרוב ווערן געהאלפען ארויסצוקריכען פון אלע דיינע פראבלעמען.
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

עס איז דא שווערע זאכן וואס מען קען גארנישט טוהן דערצו למשל ביז מען טרעפט די בעשערטע קען מען גארנישט טוהן, עס איז א מציאות, וואס יא? די אופן ווי אזוי מען נעמט דאס קען מען יא טוהן די וועג ווי אזוי מען איז מקבל א שווערע זאך האט מיטן קאפ ווי אזוי מען איז מחליט צו עס נעמען
איך האב שוין געזען אסאך מענטשן וואס האבן פראבלעמען עס איז דא מענטשן וואס נעמען די שווערע דורכגאנג זייער שווער און עס איז דא וואס נעמען עס אסאך לייכטער (גרינגער) נישט ווייל פאר די מענטשן איז די ווייטאג גרינגער במציאות נאר עס איז זיי גרינגער אין קאפ אין אז עס איז גרינגער אין קאפ איז גרינגער אין הארץ
נאך א זאך יעדע מענטש זוכט א קשר און א קשר קען מען האבן אויף א פאר מינע וועגן און ווען מען האט גוטע חברים וואס מען קען ארויסגיין מיט זיי פארברענגען און א גוטע חבר וואס מען ווייסט אז מען קען איהם טראסטן (גלייבן) און מען פארציילט איהם אלעס וואס מען האט אויפן הארץ פילט מען א נייע מענטש (עיין רמב"ם במשנה אבות פרק א' משנה ו' על וקנה לך חבר דיש ד' מיני חברים והחבר אשר בוטח בו ומגלה לו כל ליבו ... הוא הנקרא אוהב ביטחון עיין שם)
און מען האט נישט דארף מען מאכן אזוי ווי עס שטייט וקנה... (ואפי' להרמב"ם להלן דוקנה עולה על החבר האוהב מעלה זה ג"כ מעלה שהרי כשירגיש טוב הרי הוא מעלה גדולה לו שיעזור לו ברוחניות ובגשמיות)
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

Ny-17 האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:14 pm
אזוי איך בין שוין גוטע פאר יאר אליינס, און אויך געווען עלטערע בחור, איך ארבעט שוין פון 18 יאר אלט, מען זענט נאך נישט די ליכטיקייט וואזי קען מען האבן סיפוק אין לעבן ווען עס איז נאך טינקעלע?
נישטא קיין ווערטער...אונז וויין מיר אלע צוזאמען מיט דיר
קודם האט איר שוין גיט געטון, סשטייט דאך דאגה בלב איש ישחנה לאחרים. איר פרעגט אן עצה, וועל אייך זאגן מיינע צוויי צענט, מיינט נישט ח"ו אז איך פארשטיי אייך, ווייל איך קען אייך נישט פארשטיין... איך בין נישט אין אייער מצב, סנישט מעגליך פאר א מענטש זיך "אינגאנצן" אריינלייגן אין יענעמס מצב,ווען ער איז נישט דארט געווען... מדארף לעבן מיט אמונה, און וויסן אין באמת גלייבן אז דער אייבערשטער, קען יעדע רגע יעדעם אויפרעכטען, נישט קיין חילוק וואסערע שווערע מצב מאיז. אין וויסן אז סגייט נאך אי"ה קומען גאר לעכטיגע טעג. אבער ווי ערווענט פריער איז באמת נישט שייך זיך אינגאנצן אריינלייגן אין יענעמס מצב, "סאיז גרינג צו רעדן"... איז געבליבן צו ווינטשען אז דער אייבערשטער זאל יעדעם איינעם אויפרעכטען, מזאל מער נישט וויסן פון קיין צער,משיח זאל שוין אוודאי קומען בב"א.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14800
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וואזי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

Ny-17 האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 5:14 pm
אזוי איך בין שוין גוטע פאר יאר אליינס, און אויך געווען עלטערע בחור, איך ארבעט שוין פון 18 יאר אלט, מען זענט נאך נישט די ליכטיקייט וואזי קען מען האבן סיפוק אין לעבן ווען עס איז נאך טינקעלע?
עס איז אסאך גרינגער צו זיין א רחמנות און יענער זאל שוינען און זאגן נעבעך, ווי איידער עס אליין אויסצופיגערן. (ניין, כ'וועל מיר נישט אנטשולדיגן פאר מיין שארפע שפראך.)

גייסט גארנישט האבן פון דעם וואס יענער האט רחמנות אויף דיר, און עס וועט דיר גארנישט העלפן. און קיינער דארף דיר נישט פארשטיין אז דו ביסט א רחמנות. פליז גיב אויף.

עס איז דא די באקאנטע מעשה פון יענער וואס האט זיך גע'חלומ'ט אז ער איז געווארן א רבי, האט מען אים געזאגט אז דיינע חסידים דארפ'ן זיך אויך חלומען אז דו ביסט געווארן רבי, דאס איז א גוטע משל אויף סתם אין לעבן, אז ווילאנג עס איז נישט אזא ווייטע זאך ווי זיך דערקלערן רבי אדער משיח, קענסטו אויפשטיין צופרי און זיך דערקלערן וואס דו ווילסט. דארפסט נישט קיינעמ'ס וועלעדעישן דערפאר.


צו מיין קלאוזינג סטעיטמענט; (העי! קיינער האט דיר נישט געפרעגט!)

זיי אקעי אז לעבן קען גיין שיעף און עס וועט אויך גיין דערנאך שיעף אויף ארויף בעזר השם, לערן דיר אויס מיט די צייט וויאזוי צו הענדלען שווערע טעג (אנשטאט 10 בלאט גמרא, 2 בלאט לדוגמא) און אזוי אויך אין אנדערע תחומים. און וועסט בעזר השם מצליח זיין.

#כ'רעד פון עקספיריענס..
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”