Re: רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש זצ״ל - ממונקאטש - תרע״ה - ג׳ ד׳חנוכה תשנ״ח
יא יא, וואס עס האט זיך אפגעטוען פארן קריג האט יעדער מיטגעהאלטן, אבער די ביטערע צייט פון זוממער תש״ד ביז כ״ו ניסן תש״ה האבן גאר ווייניג מיטגעהאלטן בשעת מעשה.אמונה פשוטה האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 8:02 amאויף אלע שונאי ציון וואס דער צדיק מיט די משפחה האבן דארכגעלעבט.
(מן הקונטרס הנ"ל)
זמן לא רב אחר שהגיע כ״ק אאמו״ר זצ״ל לארץ הקודש,
חלתה אמי מורתי הרבנית ז״ל במחלה קשה, והרבה פעמים היה
נראה שעוד מעט ותצא נשמתה, וכ״ק אאמו״ר זצ״ל מסר נפשו
בעדה, ועשה כל מה שהיה ביכלתו לעשות להיטיב מצבה. בחג הפסח
תש״ה לפ״ק ערך הסדר על יד מטתה בבית החולים בעיר חדרה,
ואיש לא היה שם, כי היתה לה מחלה מדבקת רח״ל, ואפילו על
הילדים אסרו לבקרה.וביום כ״ו ניסן תש״ה לפ״ק לקח אותה
אלקים, ונפטרה אמי הרבנית ז״ל, ונשאר כ״ק אאמו״ר לבדו עם
החמשה יתומים.
אין יענע צייט האט אירופה געברענט מיט קראפט עס איז שוין נישט געווען דאן קיין איין מקום מנוחה, און אין די צייט האט זיך רבי ברוכ׳ל זצ״ל געדארפט מוטשענען מיט די קראנקע רביצין, די מצב אין שטוב איז געווען איום ונורא נישט משיג צו זיין, א משפחה אנגעקומען קיין ארץ ישראל מיט די נשמה אין די האנט בעירום ובחוסר כל ממש, פיר קליינע קינדערלעך מיט די איין חודש׳דיגע ניי געבוירענע מיידל, די רביצין ביטער קראנק, נישטא קיין ברויט אין שטוב, מען האט געפאסט גאנצע טעג פשוטו כמשמעו, די גאנצע משפחה איז צוגרינד געגאנגען, יעדער איז צושפרייט געווארן אויף אן אנדערע פלאץ, צופיל הילף האט מען נישט געקענט באקומען ווען די חסידים אין מונקאטש זענען א חלק אין לאגער און האבן נישט קיין אנונג וואס עס שפילט זיך אפ ביי זייער רבי, און די אנדערע חלק זענען שוין בשמי מרום נאך מיתות משונות. די געציילטע חסידים פון ארץ ישראל און אמעריקא האבן פראבירט וואס מעגליך, מען האט אבער נישט געהאט די מינימום געלט אויסצוצאלן די מעדיצינען, און אזוי איז נעבעך די בת יחידה די צדיקת אויסגעגאנגן פון טאג צו טאג.
א הארץ קען נישט פארשטיין די צער און פלאג פון רבי ברוכ׳ל אין יענע טעג, אבער מיט א בליק אריין אינעם ספר תנובות ברוך קען מען ליינען די בריווען וואס דער רב האט געשיקט צו זיינע נאנטע ווי ער רעדט זיך דארט אויס פאר זיי, אוי!! אם אבן הוא נימוח, דאס הארץ קען צוגיין. מיט די פטירה פון די רביצין האט זיך די זאך ווייט נישט געענדיגט, די חובות זענען געווען למעלה מראש, די משפחה האט מען געדארפט שטעלן אויף די פיס, אין יענע צייט האט זיך די מלחמה געענדיגט און די מונקאטשע חסידים האבן געטראפן זייער רבי אין אזא מצב שבור.
בקיצור, האסט דערמאנט יענע צייט האב איך אביסל מאריך געווען.