א ווארט אויף די פרשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

דער ילקוט גרשוני זאגט א זיס ווערטל די וואך (פנחס).
דער כתב סופר זאגט אויפן פסוק הבו לכם אנשים חכמים. אז עס איז דא מנהיגים וואס פירן די קהילה לויט ווי אזוי זייערע ווייבער פארלאנגען. אויף דעם זאגט דער פסוק הבו לכם "אנשים" חכמים.
זאגט מיט דעם דער ילקוט אז פארדעם האט משה רבינו געבעטן יפקוד ה' על העדה, דווקא תיכף נאך די מעשה פון בנות צלפחד. ווייל דארט זאגט דאך חז"ל בנות צלפחד חכמניות דרשניות היו, האט משה רבינו מורא געהאט אז דער עולם גיי זיי אויפנעמען פאר די רבנים, האט ער שנעל געבעטן פונעם אייבערשטער יפקוד ה על העדה.

עס איז דא אן ענדליך געדאנק פונעם ברך משה, אז חז"ל זאגן אונז: "ויהי לעת זקנת שלמה נשיו הטו את לבבו": אמר רשב"י, נוח לו לשלמה שיהא גורף ביבין שלא נכתב עליו המקרא הזה לכאורה ממש נאכדעם זעהט מען אז די פסוק שרייבט אויף שלמה המלך אסאך שארפער "ויעש שלמה הרע בעיני ה' ולא מלא אחרי ה' כדוד אביו" די גמרא וואלט זיך געדארפט באציען צו דעם פסוק און נישט צו נשיו היטו את ליבו. נאר זאגט דער ברך משה: פון דא זעהט מען אז עס איז ערגער ווען די רביצין פירט די רבין (אדער חסידות), ווי די פסוק זאל שרייבן ויעש הרע בעיני ה'...
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

א זיס ווארט פון רבי יהושע לייב דיסקין וואס האט א שייכות מיט די וואכענדיגע סדרה. די ירושלמי פארציילט אז ר חייא האט גע'דרש'נט א טאג נאך יום טוב דעם פסוק (די וואך) ביום השמיני עצרת תהיה לכם, אז ביום השמיני עצרת "תחיה" לכם (עונג יום טוב). פרעגט מהרי"ל דיסקין פארוואס האט ער עס נישט גע'דרש'נט יום טוב אליינס, נאר געדארפט ווארטן א טאג נאך יו"ט?

נאר די גמרא זאגט (מגילה כד) אז ר' חייא האט נישט געקענט ארויסזאגן דעם אות ח'. במילא יום טוב האט ער דאס נישט געקענט דרש'נען, ווייל ער האט נישט געקענט זאגן תחיה. א טאג נאך יום טוב האט ער עס געקענט אפשרייבן אויף א צעטל...
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

שמעתי בשם הרה״ק מהר״ש מבעלזא זצוקללה״ה
פינחס וגו׳ בקנאו את קנאתי, שטעלט ער זיך אויפן דיוק קנאתי, מיין קנאה כביכול, דער אייבישטער זאגט אז ער האט עפעס נישט גענוג מקנה געווען, נאך פרעגט ער, מזעהט א וואך פריער אז דער אייבישטער האט נישט געצערנט (קל זועם בכל יום) כדי בלעם הרשע זאל ח״ו נישט קענען שעלטן כלל ישראל, וואס פעלט אויס כביכול דער אייבישטער זאל בכלל כועס זיין א רגע, נאר זאגט ער אז די רגע פון פון זעם, ברענגט אראפ א יראה אויפן וועלט, און דאס ברענגט אריין יראת שמים ביי כלל ישראל, איז די גאנצע תקופה וואס דער רשע בלעם האט זיך געדרייט אין געגענט, האט ער כביכול נישט געקענט כועס זיין, איז געשעהן וואס איז געשעהן און די אידן זענען נעבעך אריינגעפאלן באהבות נפילות, ממילא דאס וואס פינחס האט מקנא געווען איז געווען קנאתי דייקא


אגב כ׳האב עס געזוכט און נישט געטראפן אינעווייניג, אז איינער קען עס טרעפן און ארויפשטעלן תבוא עליו ברכה
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
ציר
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 2:07 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציר »

אלם האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 11:28 am
שמעתי בשם הרה״ק מהר״ש מבעלזא זצוקללה״ה
פינחס וגו׳ בקנאו את קנאתי, שטעלט ער זיך אויפן דיוק קנאתי, מיין קנאה כביכול, דער אייבישטער זאגט אז ער האט עפעס נישט גענוג מקנה געווען, נאך פרעגט ער, מזעהט א וואך פריער אז דער אייבישטער האט נישט געצערנט (קל זועם בכל יום) כדי בלעם הרשע זאל ח״ו נישט קענען שעלטן כלל ישראל, וואס פעלט אויס כביכול דער אייבישטער זאל בכלל כועס זיין א רגע, נאר זאגט ער אז די רגע פון פון זעם, ברענגט אראפ א יראה אויפן וועלט, און דאס ברענגט אריין יראת שמים ביי כלל ישראל, איז די גאנצע תקופה וואס דער רשע בלעם האט זיך געדרייט אין געגענט, האט ער כביכול נישט געקענט כועס זיין, איז געשעהן וואס איז געשעהן און די אידן זענען נעבעך אריינגעפאלן באהבות נפילות, ממילא דאס וואס פינחס האט מקנא געווען איז געווען קנאתי דייקא


אגב כ׳האב עס געזוכט און נישט געטראפן אינעווייניג, אז איינער קען עס טרעפן און ארויפשטעלן תבוא עליו ברכה
דאכטצעך אז מהרי"ד ברענגט עס פונעם פאטער מהר"י, אז דאס איז פשט אין "קצפו את הקצף שהיה לי לקצוף", און ער איז מוסף משלו אז וועגן דעם איז פנחס בדין הוא שיטול שכרו, וועגן ס'נישטא די טענה פון "מי אקדימנו ואשלם לו".
ושפתים ישק.
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

פרשת כי תבוא,
והיה כי תבוא, טייטש די ריזנער זי"ע והיה, אין והיה אלא לשון שמחה, מיט שמחה כי תבוא אל הארץ וועט מען קענען אריינקומען צי ארץ ישראל!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25168
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ידען בקורות הדורות האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:17 pm
פרשת כי תבוא,
והיה כי תבוא, טייטש די ריזנער זי"ע והיה, אין והיה אלא לשון שמחה, מיט שמחה כי תבוא אל הארץ וועט מען קענען אריינקומען צי ארץ ישראל!
יישר כח
א טייער ווארט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

די וואך ווערט געברענגט אין הייליגען אור לשמים א ווארט פאר בעלי תפילות אלס הכנה דרבה פאר די ימים הנוראים.
למען הקים אותך היום לו לעם (כט, יב) וכו', א בעל תפלה ווערט אנגערופען "למען", - "למען" די בעל תפלה, "הקים אותך" דארף א ספעציעלע התרוממות און שמחה, "היום" איז ראש השנה כידוע פונעם זוהר הקדוש, דהיינו ראש השנה דארף מען א עקסטערע שמחה, ווי ער שרייבט: "כי הגם שכל השנה צריך לעבדות של שמחה אבל בראש השנה צריך יותר להיות בשמחה ולהמשיך הבורא ב"ה עלינו"..
אוועטאר
בחור יקר
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 8:23 pm
לאקאציע:בעסער אז די ווייסט נישט

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחור יקר »

איינער מיט א ווארט אויף די פרשה ?
די קויפסט דאך במילא דארט, פארוואס זאלסטו נישט מאכן אפאר דאלער אויך??!!
לייג צו די וועבסייט צו דיין קראום און פארדין שיין אויף דיינע אנליין ארדער!!!
http://www.rakuten.com/r/RIVKY124?eeid=28187
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ווען דער צמח צדק איז געווען א קינד האט עם זיין מלמד געלערנט דעם בעל הטורים אז יעקב בעסטע יארן איז געווען אין מצרים

פרעגט דער צמח צדק זיין זיידע דער בעל התניא ווי קאן דאס זיין אז אין ערות הארץ זאל זיין זיינע בעסטע יארן

ענפערט איהם דער בעל התניא

אז וויבאלט אז ואת יהודה שלח לפניו גושנה אז מען מאכט א ישיבה קאן מען אויך אין מצרים לעבן די בעסטע יארן

פרעגט דער רבי דאס ענפערט דאך ניט די שאלה פארוואס איז דאס די בעסטע יארן (דאס איז נאר מסביר פארוואס מען קאן דארטן אויך לעבן כראוי)
נאר וויבאלט אז יתרון האור הבא מן החושן, איז זייענדיק אין מצרים די נידעריקע פלאץ אין וועלט און דארטן איז מען באהאפטן אין אייבערשטען און מען לערנט תורה
איז איז מהפך דער חושך צו אור
אבער וויסאלט דער צמח צדק איז געווען א קינד האט זיין זיידע עם עז געענפערט ברמז
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך to be continued »

געהערט פון א איד אזוי:
פרשה זו סתומה, אויב אזוי גייט אינאיינעם ויפרו וירבו מאוד מיט ויחי יעקב.

ויפרו וירבו איז 'בני', מאוד איז א לשון פון פארמעגן איז 'מזוני', און ויחי יעקב איז 'חיי'.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
טיר
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:25 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיר »

טיר
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:25 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיר »

ווארט אויף די פרשה

ועשו ארון עצי עצי שטים אמתים "וחצי" ארכו ואמה "וחצי" רחבו ואמה "וחצי" קמתו וגו' ועשית שלחן עצי שטים "אמתים" ארכו "ואמה" רחבו ואמה "וחצי" קמתו.

זאגט די הייליגע חתם סופר אז די אמות פון די ארון זענען געווען צובראכענע קומט צו לערנען אז די ארון וואס איז מרומז אויף א תלמיד חכם אז זיין הארץ דארף זיין צובראכן צום אויבערשטען, אבער אויף די שלחן וואס איז מרומז אויפן עושר וואס איז מחזיק לומדי תורה, דארטן איז די "אמות" גאנץ וויבאלד ער דארף אויסהאלטן די תלמיד חכם בשלימות, אפילו הכי ביי די הויך הייט פון די שלחן שטייט יא די אמות צובראכן, צו ווייזן אז אויך די נדיבים אז ס'קומט צו גרויס האלטן דארפן זיי זיך פילן חסר שלימות
טיר
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:25 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיר »

ווארט אויף די פרשה
ואתה תצוה את בני ישראל. זאגט די הייליגע חתם סופר, אז ס'שטייט נאך 3 מאל די ווארט "ואתה", ביי מלאכת המשכן, 1)"ואתה" הקרב אליך את אהרן אחיך , "ואתה" תדבר אל כל חכמי לב, "ואתה" קך לך בשמים ראש. וי"ל אז ווען א מענטש וויל מוכיח זיין זיין חבר אז ס'זאל אריינגיין אין יענעם'ס האַרץ דארף געווארנט זיין מיט 3 זאכן 1) אז די זאלסט יענעם ליב האבן אז די תוכחה זאל זיין מתוך אהבה, אין אז די מיינסט יענעם'ס טובה. 2) אז די זאלסט רעדן צו אים בדרך כבוד זאג נישט אויף אים רשע, אדער טיפש, נאר פארקערט אז די ביסט אזא חכם ס'פאסט נישט פאר דיר דאס צו טון. 3) אז מ'דארף מוכיח זיין מיט א טעם במקרא ומתוך דרשות חז"ל בטוב טעם ודעת, אז ער זאל ווילן צוהערן צו די דיבורים מתוך דברי חכמה.

דאס איז פשט ואתה תצוה את בני ישראל אז די ווילסט "מצווה" זיין מוכיח זיין את בני ישראל אין די ווילסט אז דו זאלסט מצליח זיין מיט דברי מוסר 1) ואתה הקרב אליך אהרן "אחיך" רעד צו אים אזויווי א ברודער מתוך אהבה. 2) "ואתה" תדבר אל כל "חכמי" לב, אז די דארפסט אים זאגן אז ס'פאסט נישט פאר אזא חכם ווי דיר. 3) "ואתה" קך לך "בשמים" ראש , אז די מוסר דארפן מען מעטים זיין מיט א טעם במקרא ודרשות חז"ל דאס הייסט בשמים ראש
אוועטאר
פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

בחור יקר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:48 pm
איינער מיט א ווארט אויף די פרשה ?
אז דו פארשטייסט נישט יענעם, כאטש האלט אייך ס'מויל.
אוועטאר
בחור יקר
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 8:23 pm
לאקאציע:בעסער אז די ווייסט נישט

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחור יקר »

פארשטיין האט געשריבן: פרייטאג מארטש 22, 2024 4:54 pm
בחור יקר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:48 pm
איינער מיט א ווארט אויף די פרשה ?
די קויפסט דאך במילא דארט, פארוואס זאלסטו נישט מאכן אפאר דאלער אויך??!!
לייג צו די וועבסייט צו דיין קראום און פארדין שיין אויף דיינע אנליין ארדער!!!
http://www.rakuten.com/r/RIVKY124?eeid=28187
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:43 am
מען פארציילט אויף די גרויסע גאון די אוסטראווצע'ר, ווען מען האט געברענגט פאר איהם די ערשטע מאל צו זעהן די טעלעפאון, נאך וואס ס'איז ארויסגעקומען, און מען האט איהם געוויזען ווי מען קען רעדען מיט א מענטש וואס שטייט גאר אפאר מייל אוועק, און מ'קען זיך הערען איינער דעם צווייטען.
האט ער גלייך אויפגעשפרינגען, ס'פארענטפערט מיר א געוואלדיגע קשיא.

אויף די פסוק 'אישׂ אמו ואביו תיראו, ואת שבתותי תשמורו' ברענגט רש"י פון חז"ל, וואס דרש'ענען די סמיכות פון כיבוד אב צו שמירת שבת, אז אויב די טאטע הייסט דעם קינד מחלל שבת זיין, 'אל תשמע לו', דארף די קינד נישט פאלגען.

פרעגען די מפרשים (עי"ש בחזקוני, און אויב געדענק איך גוט איז דא א הגהות מיימוניות וואס פרעגט שוין די קשיא), אויב האט דער טאטע געהייסען מחלל שבת זיין איז ער דאך נישט קיין עושה מעשה עמך, און ער דארף איהם סתם אזוי נישט פאלגען, איז פארוואס דארף מען א עקסטערע לימוד ביי שמירת שבת.

האט די אוסטראווצע'ר געזאגט, יעמט איז מיר פארענטפערט, די טאטע איז אין א פלאץ וואס איז נאך נישט שבת און ער רעדט צו זיין זון אויף א טעלעפאון [פארשטייט'זעך אז די זוהן רור'ט נישט אהן די טעלעפאון, נאר ס'איז פאר איהם און ער קען הערען], און ער הייסט איהם צו טוהן א מלאכה.
ביי די זוהן איז שוין שבת, און ביי די טאטע נאך נישט, קומט אויס אז די טאטע בעצם איז א עושה מעשה עמך, נאר די זון דארף נישט פאלגען וועגען ביי איהם איז עס חילול שבת.

[מקור: https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=26 ]

[ ס'איז דא אסאך וואס דן צו זיין אויף די תירוץ (ממ"נ אי הוה איסור לבן לעשות א"כ אביו שמצווהו ע"כ שוב אינו עושה מ"ע, ועוד), נאר איך וויל נישט דא אריין גיין אין א הלכה'דיגע שמוע'ס.
די סיבה פארוואס איך האב עס געברענגט איז ווייל ס'איז שיין און הערלעך צו זעהן ווי אונזערע גדולים, ווען זיי האבען נאר געזען עפעס א חידוש, נישט קיין חילוק צו בעניני טכנאלאגיע אדער ביים שפאצירען אין ZOO אד"ג, האט זייער קאפ גלייך אנגעהויבען צו פארען און ארום שפאצירט כל התורה כולה, ווי כאפט עס א נפקא מינה, ווי איז דאס נוגע להלכה, וועלעכע קשיא קען ווערען פארענטפערט אא"וו, (קען זיין נוגע יעצט וואס די עולם לופטערט זיך אויס אויף די בערג וכדו'...) ]
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”