אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס - ח"ב (ענדע) ארויף

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

די אחראים: יאנאש , אחראי

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס - ח"ב (ענדע) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

אפריל 24, 1980:

א שיטערער זאמד וואלקן האט זיך דערהויבן פון הינטער'ן טאנקער טראק וועלכער האט זיך שווערליך געשלעפט איבער די ווייכע זאמד אין איינס פון די וויסטע מדבריות אין די טיפענישן פון איראן, ארום פופציג מייל פונעם שטאט טאבאס.
די צוויי לאמפן אין פארנט פונעם טראק האבן נישט קיין סך באוויזן צו פארטרייבן דעם שטאק פינסטערניש וואס האט געהערשט אינעם ארום, און דער דרייווער האט געקעמפפט מיט זיך אליין נישט איינצושלאפן ביים רעדל.
דאס שווערע געוויכט פון הונדערטער גאלאנען גאזאלין האט בלויז פארשווערט די ארבעט פון די רעדער און די מאטארן דורכצושניידן דעם וועג, און דאס הויכע גערויש האט זיך לייכט דערטראגן איבער'ן שטח.

פון אונטער אים, האט נאכגעפאלגט א קלענערע פיקאפ טראק, פראבירנדיג אויסצומיידן די זאמד כוואליעס וואס דער גרויסער טראק האט פארשפרייט.

פלוצלונג, האט א הויכע פרעמדע גערויש אויפגעציטערט ביידע דרייווער'ס.

דאס שרעקעדיגע קול איז געקומען נענטער און נענטער, ביז עס האט זיך באוויזן פאר זייערע ערשטוינטע אויגן, נישט ווייניגער ווי א ריזיגער עראפלאן מיט ברייטע פליגלען וועמען'ס נאז איז געווען געריכטעט דירעקט אין זייער ריכטונג, פליענדיג אלס נידריגער און נידריגער.
ביידן'ס הארץ האט פארפעלט א קלאפ ווען דער פליגער איז געקומען אזוי נאנט, אזש עס האט געפעלט א האר עס זאל אריינשמעטערן אין זייערע אויטאס.
אין דער לעצטער סעקונדע, האט זיך דער פליגער פלוצלונג צוריק אויפגעהויבן, פארמיידנדיג א פאטאלן צוזאמשטויס.

די דרייווער'ס האבן אפגעאטעמט. אביסל צו פרי.
דער פליגער האט געמאכט א פולן צירקל, און זיך ווידער געגרייט צו מאכן א לאנדונג.
שווערע, געדיכטע מאסעס פון זאמד האבן ארומגענומען דעם קערפער פונעם פליגער ווען עס האט זיך געגליטשט איבער די ווייכע זאמד, קומענדיג צוביסלעך צו אן אפשטעל.

צום ערשט האבן די דרייוווער'ס געקלערט צוצופארן נענטער צום סצענע, זייענדיג זיכער אז דאס איז א ציווילע פליגער וואס האט געמאכט אן עמערזשענסי לאנדונג, אבער מיטאמאל זענען זיי צום צווייטן מאל אויפגעשוידערט געווארן זעענדיג ווי פונעם ריכטונג פונעם עראפלאן קומען צו פארן צוויי מענטשן אויף מאטאר ביציקלעך, אויסשיסנדיג עטליכע קוילן אין זייער ריכטונג.

די טראק דרייווער'ס האבן זיך אנגעהויבן אוועקיאגן דאס שנעלסטע וואס זיי האבן געקענט, אבער דער טאנקער טראק איז געווען היבש לאנגזאמער ווי דער פיקאפ טראק, און דער דרייווער דערפון האט געמאכט א שנעלן באשלוס איבערצולאזן דעם גרויסן טראק צו די חסדים פון די מיסטעריעזע אטאקירער, אריינשפרינגענדיג אינעם קלענערן טראק.

א סעקונדע דערויף, האט זיך געהערט א מאכטפולן אויפרייס.
א קליינע ראקעט האט געלאנדעט אויפ'ן טאנקער טראק, דאס איינהילנדיג אין א ריזיגן פייער טאבע וואס האט פארשפרייט א העלישן ליכטיגקייט אינעם שווארצן מדבר.

די צוויי מאטאר ביציקלעך האבן נאך פראבירט נאכצויאגן דעם פיקאפ טראק, אבער האבן גאנץ שנעל אויפגעגעבן.

די צוויי טראק דרייווער'ס האבן נאך אלס נישט געהאט קיין מושג וואס דא איז פארגעקומען. ערשט אויפמארגן זענען זיי געוואויר געווארן אז זיי האבן געהאט די פריווילעגיע פון זיין די סאמע ערשטע אויפ'ן כדור הארץ צו ווערן באטראפן דורך דאס פייער פון דער לעגענדארער, נארוואס געגרינדעטער אמעריקאנער קאמאנדא איינהייט, דעלטא פארס.

***

דעלטא פארס!
דער פארהוילענער קריגס באטאליאן וואס די אמעריקאנע רעגירונג האט נאך קיינמאל נישט עמטליך אנערקענט אז ער עקזיסטירט בכלל.
די צווייט שטערקסטע קאמאנדא איינהייט איבער׳ן כדור הארץ נאך דער בריטישער עס עי עס.

גאר ווייניג איז באוואוסט איבער זייערע אקטיוויטעטן און מיטלען, ניטאמאל איז פארהאן א גענויע ציפער פון וויפיל קעמפער די אגענטור פארמאגט.
דאס ביסל וואס איז יא באקאנט, קומט בלויז פון רעטייערטע קאמאנדאס וועלכע האבן באוויליגט ארויסצוגעבן א קליינעם טייל פון זייערע פילע דראמאטישע סודות פאר די נייגעריגע פרעסע לייט וועלכע האבן זיי אינטערוויואירט.
רוב פון זייערע אקציעס וועלן ווארשיינליך פארבלייבן א שטרענגע סוד אויף אייביג. סיי די סוקסעסן און אוודאי זייערע דורכפעלער.

אבער פארט איז באוואוסט איין פאל, וועלכע איז גראדע געווען די גרופע׳ס סאמע ערשטע מיסיע, אין וועלכע דעלטא פארס איז גאר מיאוס דורכגעפאלן פאר די אויגן פון דער גאנצער וועלט, ברענגענדיג אומגעהויערע בזיונות פאר אמעריקע בכלל און פאר זשימי קארטער'ס אדמיניסטראציע בפרט.
די רעדע איז פון אפעראציע ”איגל קלאו”, א העכסט קאמפליצירטע מיסיע וועלכע האט געזאלט פארקומען אין א רייע לאקאציעס אין די טיפענישן פון איראנער טעריטאריע.

געווען איז דאס הארט אינמיטן דעם איראנעם משכונות קריזיס, אין וועלכער א גרופע באוואפנטע סטודענטן האבן זיך אריינגעריסן אין דער אמעריקאנער אמבאסאדע אין טעהראן, פארכאפנדיג איבער זעכציג אמעריקאנער בירגער און דיפלאמאטן אלס משכונות.
1.JPG
1.JPG (19.87 KiB) געזען 7828 מאל
Capture.JPG
Capture.JPG (19.84 KiB) געזען 7828 מאל
דאס איז געווען אין די ברענעדיגע מאנאטן פון דער איראנער רעוואלוציע אין 1979 קעגן דער הערשאפט פונעם שאך, און די סטודענטן זענען געווען א טייל פון די רעוואלטירנדע מאסן אין שפיץ פון כומעיני וועלכע האבן צוגעברענגט אז דער שאך זאל מוזן פליען פון בענקל און אנטלויפן קיין אמעריקע.
איצט האבן די מיליטאנטן געפאדערט פון אמעריקע אז אין אויסטויש פאר די משכונות זאל אמעריקע אויסליפערן דעם שאך צוריק קיין איראן וואו זיי האבן געפלאנט אים צו שטעלן צום געריכט פאר זיינע עוולות.
אמעריקע האט קאטאגאריש אפגעזאגט די פאדערונגען, פראבירנדיג מיט אלע כוחות אויפצוקומען מיט א צווייטע דיפלאמאטישע לעזונג צום קריזיס.

פרעזידענט זשימי קארטער, וועלכער איז אין אנהויב פונעם קריזיס גאר שטארק אויסגעלויבט געווארן פאר זיין איינגעהאלטענעם צוגאנג דערצו, האט צוביסלעך אנגעהויבן שפירן מער און מער אומגעדולד מצד דעם פאלק צו זען א סוף צום קריזיס, און ער האט אריבערגערופן דעם פירער און גרינדער פונעם נארוואס געשאפענעם דעלטא פארס, קאלאנעל טשארלי בערוויט, צום ווייסן הויז.

דער קאלאנעל איז געווען א הויכער, אראגאנטער, שטרענגער מענטש, וועמען׳ס ענערגיע האט אנגעפילט א צימער.
ער האט געגרינדעט דעלטא פארס נאך וואס ער האט צוגעזען פון דער נאנט עטליכע העראאישע אקציעס דורך די בריטישע קאמאנדא איינהייטן פון דער עס עי עס, און ער האט באשלאסן אז אמעריקע מוז אויך פארמאגן אזא סארט אגענטור, בראווע שטייפע קעמפער, וועלכע שרעקן זיך פאר גארנישט, קימערן זיך נישט מיט די ביוראקראטיע פון ראנגען און אנדערע מיליטערישע כללים, גענצליך קאנצענטרירט בלויז אויף דער מיסיע.
ס'איז אים בכלל נישט גרינג אנגעקומען צו איבערצייגן די מיליטער פירער אוועקצושענקען זייערע בעסטע קאמאנדאס צו דער עליטע איינהייט, אבער טשארלי איז געווען א ביטערער עקשן, און ער האט דאס ענדגילטיג באוויזן דורכצושטופן.

אצינד האט זשימי קארטער ארויפגעלייגט אויף אים די פליכט פון אדורכפירן א קאמאנדא אקציע צו באפרייען די משכונות.
אין אמת׳ן אריין, האבן די פארשידענע מיליטערישע אפטיילונגען ווי די ארמיי, נעיווי, עיר פארס, מארינען, שוין געהאלטן טיף אינמיטן נאכאנאנדע מושטירונגען אויף א רעטונגס אקציע שוין כמעט פונעם טאג ווען די משכונות זענען פארכאפט געווארן, אזש זיי וואלטן געווען אומשטאנד דורכצופירן די מיסיע אין חלום, אבער אלע האבן פארשטאנען אז עס לוינט זיך ענדערש צו פראבירן שליכטן דעם קריזיס אויף א דיפלאמאטישן שטייגער ווי איידער באלד אריינשפרינגען אין א פולשטענדיגע מיליטערישע אפעראציע, דעריבער יעצט, ווען דער פרעזידענט האט ענגילטיג אנגענומען דעם באשלוס יא אריינצושיקן זיינע טרופן קיין טעהראן, האבן די גענעראלן תיקף ארויסגענומען זייערע מאפעס צו צייגן פאר׳ן פרעזידענט די גענויע פלענער.

אריינפליען קיין טעהראן מיט עראפלאנען, איז נישט געווען קיין אפציע ווייל עס האט זיך נישט געפינען קיין גענוג גרויסע ראנוועי אין דער געגנט פון דער אמבאסאדע וואו זיי זאלן קענען לאנדן. דעריבער איז באשלאסן געווארן ארויסצושיקן אנשטאט די עראפלאנען א פלאטע פון אכט העליקאפטערס פונעם דעק פונעם ”נימיטס” עראפלאן טרעגער וואס האט זיך געפינען אין געגנט.
די העליקאפטערס וועלן פירן די קאמאנדאס ביז דער אמבאסאדע וואו די קאמאנדאס וועלן שטורעמען דעם קאמפלעקס, ארויסכאפן די משכונות, זיי פירן צו א דערנעבנדע סטאדיום וואו די העליקאפטערס וועלן ווארטן אויף זיי, אפפירן צו א פארכאפטן ראנוועי ערגעצוואו אינדרויסן פון טעהראן, און דאן זיי אפנעמען מיט גרויסע פליגער וואס וועלן ארויספליען פון סאודי אראביע, און זיי אלע פירן קיין עגיפטן וואו א פארלאזטער עירפארט איז ספעציעל אהערגעשטעלט געווארן פאר דעם צוועק.

דער פראבלעם איז אבער געווען, אז קיין שום העליקאפטער האט נישט געקענט טראגן גענוג גאזאלין צו מאכן דעם וועג פונעם עירקרעפט קעריער ביז טעהראן און צוריק, און ווי אויך האט מען זיי נישט געקענט אנפילן אינמיטן פארן, אנדערש ווי טייל מיליטערישע פליגער וואס פארמאגן יא די פונקציע. דעריבער איז באשטימט געווארן אז די העליקאפטערס וועלן זיך צום ערשט אפשטעלן אינמיטן מדבר וואו דריי גרויסע מיליטערישע פליגער וועלן זיי אנפילן מיט ברענשטאף, און ערשט דאן וועלן זיי פליען צו א צווייטן מדבר אינדרויסן פון טעהראן פון וואו לאקאלע סי איי עי אגענטן וועלן זיי אריינפירן אין שטאט אריין מיט טרעקלעך.

דער ערשטער לאקאציע, וועלכער האט באקומען דעם צונאמען ׳דעזערט וואן׳, און האט געזאלט אין עטליכע שעה פארוואנדלט ווערן אין א פולקאמע גאז סטאנציע, האט זיך געפינען ארום צוויי הונדערט מייל ווייט פון טעהראן, בערך פופציג מייל פון דער נענטסטער שטאט.
דארט וועלן צום ערשט לאנדן א גרופע ספעציעלע קרעפטן וועמען׳ס מיסיע וועט זיין אנצוגרייטן דעם באדן פאר די דריי גאזאלין פליגער, און עטליכע שעה דערויף, ווען די העליקאפטערס וועלן לאנדן, וועלן זיי צוטשעפען די ספעציעלע רערן זיי אנצופולן מיט גאז.
דאס אלעס האט געמוזט געטוהן ווערן אין לויף פון די נאכט שטונדן, צו פארמיידן פון געזען ווערן פונדערווייטן.

פון דארט וועלן די קאמאנדא קרעפטן אויפשטייגן אויף די העליקאפטערס און צופליען צום צווייטן מדבר וואו זיי וועלן זיך באהאלטן במשך דעם טאג, ביז אין אוונט ווען זיי וועלן ענדליך אריינפארן מיט טרעקלעך צום אמבאסאדע.

***

טראץ דעם וואס אין דער אקציע האבן זיך געזאלט באטייליגן זעלנער פון פארשידענע אפטיילונגען, יעדער מיט זיינע קוואליפיקאציעס, האט אבער פארט טשארלי בעקוויט געשפירט ווי אלע זענען דא בלויז צו דינען זיין עליטע גרופע קאמאנדאס.
טשארלי איז סתם אזוי געווען א שווערער מענטש, נישט קיין קליינער בעל גאוה, געגליכן צו רויכערן ציגארן און זיך אנ׳שיכור׳ן מיט אלקאהאל, הגם יעצט, ווען זשימי קארטער האט אים אריבערגערופן צום ווייסן הויז, האט ער פראבירט ווי ווייט מעגליך אנצושטעלן א קלאסישערע אויפפירונג.

זייענדיג ביידע זשארזשיע אפשטאמיגער, האבן זשימי קארטער און טשארלי בעקוויט געשמועסט אביסל איבער זייער היימשטאט, און דאן זיך גענומען אויסארבעטן די דעטאלן.
ווי דערמאנט, האט טשארלי געהאט געארבעט לאנגע יארן צו איבערצייגן דער אמעריקאנער רעגירונג ווי שטארק נייטיג זיין ארגאניזאציע איז, און אצינד איז ער געווען אויסן צו ווייזן פאר יעדן וואס ער קען.
פון די עיקר שוועריגקייטן אין דער מיסיע איז געווען דער מאנגל אין אינערליכע שפיאנאזש. נעמליך, די אגענטן אינערהאלב איראן וועלכע וואלטן נאטורליך געדארפט זיין די וועלכע שטעלן צי די מאפעס פונעם קאמפלעקס און אינפארמאציע איבער וואו גענוי די משכונות ווערן געהאלטן, זענען אליין געווען טייל פון די משכונות.
האבן זיך די גענעראלן אלזא געמוזט באגנוגן מיט פשוט׳ע טוריסט מאפעס אויסצורעכענען די גענויע ערטער פון וואו צו שטורעמען די אמבאסאדע און דערנאך אוועקפירן די באפרייטע משכונות זיכערערהייט צום סטאדיום.
אויך איז זיי בייהילפיג געווען די לעבעדיגע טעלעוויזיע בילדער וועלכע זענען ארויסגעקומען פון די שטורמישע מאסן פראטעסטן אינדרויסן פון דער אמבאסאדע וואו די מאסן האבן פארברענט אמעריקאנע פענער, דורך וועלכע די גענעראלן האבן באקומען א קלארן בילד איבער׳ן גאנצן קאמפלעקס.
5.JPG
5.JPG (71.19 KiB) געזען 7828 מאל
זשימי קארטער האט נאך אפילו נישט אפיציעל אויטאריזירט די מיסיע, אבער טשארלי בעקוויט האט שוין געמאלדן פאר זיינע קאמאנדאס אז דאס איז עס! מען גייט אריין אין עקשאן!
צום ערשט איז די גאנצע גרופע ארויסגעפלויגן פון פלארידע קיין עגיפטן, וואו זיי האבן זיך אויפגעהאלטן פאר עטליכע טעג אין א ווערהאוז, וואו זיי האבן פארברענגט די צייט מיט לעצט מינוטיגע הכנות צום אקציע.
ווי אויך האבן זיי דארט אפגעהאלטן א ספעציעלע תפילה אז די מיסיע זאל געלונגען, זיך באנוצנדיג מיט׳ן פסוק אין שמואל וועלכע שילדערט דוד המלך׳ס קאמף קעגן גלית.
אויף די ווענט פונעם וועירהאוז זענען געהאנגען בילדער פון די משכונות, אריינצוגעבן מאטיוואציע אין די זעלנער.
פון דארט זענען די דעלטא פארס קאמאנדאס אינאיינעם מיט די איבריגע איינהייטן פון דעם מיליטער ארויסגעפלויגן צו א קליינעם אינזל אינעם גאלף פון אמאן.
אין אמאן האבן זיי פארברענגט דעם טאג אין מיליטערישע געצעלטן, האלטנדיג אין איין פארטרייבן די פליגן און מאסקיטאס וועלכע האבן זיך געיאוועט אינעם געגנט...
פון דארט, האבן זיי געזאלט פליען מיט גרויסע מיליטערישע פליגער צו” דעזערט וואן”, וואו זיי וועלן אהערשטעלן א פאסיגע אויל סטאנציע פאר די אכט העליקאפטערס.
איין גרופע זעלנער האבן שוין געהאט געלאנדעט אינעם מדבר צוויי וואכן פריער אדורכצופירן א רייע קריטישע טעסטס איידער די עראפלאנען און העליקאפטערס מאכן זייער וועג אהין, איינפלאנצנדיג גלייכצייטיג ספעציעלע לעיזער שטראלן וועלכע קענען בלויז געזען ווערן פון די אמעריקאנע נייט וויזשן גאגעלס, ארויסצוהעלפן די פליגער טרעפן דעם לאקאציע אינעם נאכט פינסטערניש.

אויפ׳ן ערשטן עראפלאן האט געהערשט א רואיגע שטימונג בשעת זי האט אריינגעשניטן אין איראנער טעריטאריע פליענדיג גאר נידריג אויסצומיידן די ראדארן.
אזוי נידריג זענען זיי געפלויגן, אזש דער פילאט איז געווען געצוואונגען צו האלטן זיין פינגער און כסדר אויסלעשן דעם ווארנונג אלארעם וועלכער האט זיך געהאלטן אין איין צופייפן יעדעס מאל דער פליגער איז געקומען צו נאנט צו די בערג.

צווישן מיליטערישע זשיפס און מאטארביציקלעך זענען געזעצן אויסגעשפרייט א גרופע פון 74 מיליטערלייט, צווישן זיי ספעציעלע רעינזשער טרופן פונעם פינף אין זיבעציגסטן בריגאדע אינאיינעם מיט דעלטא פארס קאמאנדאס, ציוויל געקליידעט ווי זייער שטייגער. א פראפעסיאנעלע שטילקייט האט געהערשט צווישן זיי.
די דעלטא פארס טרופן זענען געווען היפש אייגנארטיג מיט זייערע מיליטערישע געצייגן, אליין ארויפנייענדיג עקסטערע טאשן אויף זייער קליידונג וואו זיי האבן אריינגעלייגט וואס אימער זיי האבן געקלערט וועט זיי צוניצקומען. דער איינציגסטער מיליטערישער סימבאל וואס זיי האבן פארמאגט אויף זיך איז געווען א אמעריקאנער פאן אריינגענייט אויפן אקסל, פארדעקט מיט א שטיקל וועלקרא, וועלכע זיי וועלן בלויז אויפדעקן ביים אריינשטורעמען אינעם אמבאסאדע, פשוט כדי די משכונות זאלן נישט מיינען אז זיי זענען סך הכל נאך א גרופע איראנער מיליטאנטן...

א שעה אונטער זיי, זענען געפארן די אנדערע דריי עראפלאנען אנגעפולט מיט אויל טאנקען און רערן, אז תיקף ווען דער ערשטער גרופע ענדיגט פארזיכערן דעם שטח זאלן זיי קענען אויפשטעלן דער אויל סטאנציע אנצופולן די העליקאפטערס וועלכע וועלן אט אט ארויספארן פון זייער ארט פונעם עירקרעפט קעריער.

יעדע איינס פון די פליגער, און שפעטער פון די העליקאפטער, האבן פארמאגט א באזונדערן קאמאנדיר.

אינעם קאקפיט פונעם ערשטן פליגער איז געזעצן קאלאנעל טשארלי בעקוויט, האלטנדיג אן אויג אויף די איראנער ראדאר סיסטעמען צו זען אויב זיי ווערן אויפגעכאפט, ווען פלוצלונג הערט דער פילאט ווי ער געבט זיך א רוף אן, ”וואס אויפ׳ן גיהנום גייט דא פאר?”
דער פילאט האט ארויסגעקוקט פונעם פענסטער, ערשטוינט ווערנדיג צו זען אין פארנט פונעם פליגער ווי א ׳וואנט׳ פון זאמד, באקאנט אלס א ׳האבאאב׳.
דאס געשעט ווען א שטארקע ווינט הייבט אויף געדיכטע מאסעס פון זאמד אויפאמאל, פארעמענדיג א געדיכטע נעפל וואס איז נישט מעגליך דורכצוזען, און עס קען אזוי בלייבן הענגען אין דער לופט ווי א מאסיווע זאמד וואלקן פאר לאנגע שעות נאכאנאנד.
דאס איז געווען די לעצטע זאך וואס טשארלי האט געוואלט.

ביז געציילטע סעקונדעס איז דער עראפלאן שוין געווען טיף צווישן די פארנעפלטע כוואליעס פון מדבר זאמד, און א היץ האט זיך גענומען פארשפרייטן אינעווייניג.
”פלי ארויף העכער!” האט טשארלי געשריגן צום פילאט.
דער פילאט האט געגעבן א שארפן הייב אויף דעם נאז פונעם פליגער, און טאקע ביז געציילטע סעקונדעס איז דער זאמד וואלקן געווען ווייט אונטער זיי.
”אפשר זאלן מיר ווארענען די נעקסטע גרופע פליגער און העליקאפטערס איבער וואס עס גייט דא פאר?” האט דער פילאט פארגעשלאגן.
אנשטאט אן ענטפער, האט טשארלי ארויסגענומען א דיקע ציגאר, און זיך גענומען בלאזן רויך מיט אויפרעגונג.
די דילעמא איז געווען א שטארקע.
די אנווייזונגען זענען אויסדרוקליך געווען צו האלטן א ראדיא שטילקייט דורכאויס דער גאנצער נסיעה, כדי די איראנער זאלן נישט פריצייטיג געוואויר ווערן פון דער מיסיע וועלכער שפילט זיך אפ אונטער זייער נאז.
אבער פון דער צווייטער זייט, מוזן די העליקאפטערס אינפארמירט ווערן איבער דעם זאמד וואלקן.
ס׳איז איין זאך פאר אן עראפלאן אדורכצומאכן אזא שטורעם, אבער פאר א העליקאפטער קען דאס זיין פאטאל.
ער האט גאנץ גוט געוואוסט אז איין אזא זאמד וואלקן איז אומשטאנד צו צושטערן די גאנצע מיסיע, און ער איז געווען אויסן אז דאס זאל נישט פאסירן.

אבער זאכן זענען בכלל נישט געווען אין זיינע הענט.

ווי נאר דער פילאט האט געזען אז זיי זענען שוין פארביי געפלויגן דעם זאמד וואלקן, האט ער צוריק אראפגענידערט דעם פליגער, בלויז צו ווערן ענטפאנגען דורך א פרישער כוואליע זאמד, דאסמאל פיל שטורמישער און געדיכטער ווי דעם ערשטן.
די היץ אינעם קאבינע איז געווארן אומדערטרעגליך, בשעת טשארלי האט געשאלטן די רוחות מיט טויטע קללות.
דער צווייטער וואלקן האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פיל גרעסער פונעם ערשטן, און עס האט זיי גענומען באלד דרייסיג מינוט זיך ארויסצוזען דערפון.

ענדליך האט זיך באוויזן אויפן פינסטערן האריזאנט די שוואכע שטראלן פון די בעפאר איינגעפלאנצטע לעיזער אפאראטן, א צייכן אז זיי קומען שוין אן צו דעזערט וואן, און דער פילאט האט זיך געגרייט צו מאכן א לאנדונג.

אראפקומענדיג נענטער צום לאנדונג זאנע, האט זיך א אומגלויבליך בילד באוויזן פאר׳ן פילאטס איבערראשטע אויגן.
”נאר נישט דאס!” האט ער זיך אנגערופן צו טשארלי.
”וואס איז שוין ווייטער?” האט א נערוועזע טשארלי געפרעגט.
”כאפ אליין א בליק!”
טשארלי האט אראפגעקוקט.
”פלי שנעל צוריק ארויף!” האט ער געשריגן.

אויפן לאנדונגס שטריך איז אומשולדיגערהייט געפארן א גרויסער טראק מיט אנגעצינדענע לעקטערס, ווי נישט אים מיינט מען.
ווען דער פליגער וואלט געלאנדעט לויטן באשטימטן פלאן, וואלט ער ווארשיינליך אריינגעקראכט אינעם טראק.

דער פילאט האט געשווינד אויפגעהויבן דעם עראפלאן, געמאכט א גאנצע רונד, און צוריקגעקומען צום לאנדונג שטריך.
דאסמאל איז דער טראק שוין געפארן עטליכע צענדליג מעטער אפגערוקט פונעם שטריך, און דער פליגער האט געמאכט א שיינעם לאנדונג אין די טיפע מדבר זאמד. צי שיין...
צוויי וואכן פריער, ווען א גרופע אויסשפירער האבן באטאפט דעם באדן צו זען צי עס איז פאסיג פאר זייערע געברויכן, איז די ערד געווען פיל הארטער ווי יעצט, ווען דער זאמד שטורעם האט באדעקט דעם גאנצן ארום מיט א שיכט ווייכע זאמד, איבער א טפח טיף.

ווי נאר דער פליגער האט געלאנדעט, האבן צוויי רעינזשער טרופן אויף מאטארביציקלעך גענומען נאכיאגן דעם טראק אין דער טונקל.
זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן אים צו לאזן פארן ווייטער און אזוי ארום פארלירן דעם עלעמענט אוו סורפרייז ביים שטורעמען די אמבאסאדע.
צום ערשט האבן זיי אויסגעשאסן עטליכע ווארענונג קוילן, אבער דער טראק דרייווער האט בלויז גענומען פארן נאך שנעלער.
א ווילדע געיעג האט זיך אנטוויקלט.

פלוצלונג, איז טשארלי צום צווייטן מאל אויפגעשוידערט געווארן.
פונעם פארקערטן ריכטונג, האט זיך באוויזן א באס פול מיט פאסאזשירן וועלכע איז געפארן דירעקט אין ריכטונג פונעם נארוואס געלאנדעטן עראפלאן.
דאס איז שוין געווען דער צווייטער אויטא וועמען די קאמאנדאס האבן אזוי אומגערישט באגעגנט.

”פארוואס האט יעדער פלוצלונג באשלאסן צו נוצן דעם דאזיגן וויסטן מדבר אלס דורכגאנג?” האט ער זיך אנגערופן צו זיינע מענטשן מיט אויפרעגונג.
א גרופע זעלנער האבן געשווינד ארויסגענומען די ביקסן, אויסשיסנדיג עטליכע געצילטע קוילן וועלכע האבן פארקריפלט דעם באס ביי זיינע רעדער, ער זאל נישט קענען ווייטער פארן, און דאן האבן זיי ארויפגעשטורעמט דערויף מיט׳ן ציל אדורכצופירן א רעוויזיע.

זיי האבן נאך געהאלטן אינמיטן אויפמאכן די טירן פונעם באס, ווען א אויער פארטייבנדער אויפרייס האט זיך געהערט פונעם ריכטונג פונעם אנטלאפענעם טראק.
זיי האבן זיך באלד אויסגעדרייט מיט שרעק, זעענדיג א ריזיגן פייער טאבע זיך הייבן פון אינמיטן דעם טראק, ארויפשיסנדיג בלוי אראנזשע פייער צונגען הונדערטער פוס אין דער לופטן.
אזא אויפרייס האט בלויז געקענט קומען פון א עקספלאדירנדע אויל טאנק.
און ווירקליך האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער טראק איז געווען אנגעלאדנט מיט הונדערטע גאלאנען גאז, וואס ער האט ווארשיינליך געהאט גע׳גנב׳עט ערגעצוואו, און דאס האט אצינד אויפגעריסן מיט׳ן פולן קראפט ווען איינס פון די טרופן האבן ארויסגעשאסן א קליינעם ראקעט אפצושטעלן דעם טראק.

טשארלי האט געמיינט אז ער פאלט אוועק.
אזא סארט פייער קען נעמען שעות ארוכות ביז עס לעשט זיך אויס, און קען באמערקט ווערן פון מיילן אוועק.
און צו אלע צרות, האט דער טראק דרייווער אויף עפעס אן אופן באוויזן זיך ארויסצוזען פונעם טראק א סעקונדע איידער עס האט אויפגעריסן, און ער האט געשווינד אפגעיאגט פון שטח אין א פיקאפ טרעקל וועלכע איז געפארן אונטערן טראק. (האלטן מיר שוין ביי דריי אויטאס...)
די קאמאנדאס האבן פראבירט אים נאכצויאגן, אבער ס׳איז זיי נישט געלונגען.
זיי האבן זיך פארט געטרייסט אז דער דרייווער וועט ווארשיינליך נישט אינפארמירן די אויטאריטעטן איבער די פרעמדע אינוואדירער, זייענדיג אליין אויף א קרימינאלע רייזע ווען דאס אלעס האט פאסירט.

דעזערט וואן האט אויפגעשטראלט ווי אינמיטן טאג. דאס פייער האט פארשפרייט אזא שטארקע ליכטיגקייט, אזש די טרופן האבן זיך ערלויבט אויסצוטוהן די נאכט וויזיע גאגעלס. עס האט פשוט נישט אויסגעפעלט.
אינצווישן האבן די זעלנער עספיעט דורכצונישטערן דעם אינהאלט פונעם באס, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין היבש אומשולדיג.
פארט איז נישט געווען קיין רעדע פון זיי ערלויבן צו פארן ווייטער, האבן די קאמאנדירן אלזא אנגעפרעגט די אויבערהארן אין וואשינגטאן וואס צו טוהן מיט זיי.
די פארשלאפענע פאסאזשירן האבן זיך געריבן די אויגן מיט וואונדער, נישט פארשטייענדיג גענוי וואס די ענגליש רעדנדע סאלדאטן ווילן דא פון זייער לעבן, ווארטנדיג ווי ארעסטאנטן ביז ווען דער ענטפער פון וואשינגטאן איז צוריקגעקומען אז דערווייל זאל מען זיי צוריק ארויפשיקן אויף די באסעס, אבער זיי נישט ערלויבן צו פארן ווייטער ביז דער מיסיע איז פאריבער.
איראניש, זענען די קאמאנדאס געקומען באפרייען משכונות, ווען דא האבן זיי אליין פארהאלטן א גאנצער באס משכונות...

אצינד איז געקומען די צייט אויפצונעמען די אנקומענדע ברענשטאף פליגער.
קיין פראבלעמען צו טרעפן דעם לאנדונג זאנע אין דער פינסטער האבן זיי נישט געהאט, דען עס איז נישט געווען מעגליך צו פארפאסן דעם העלישן פייער וואס האט געפלאקערט אינמיטן מדבר, באלייכטנדיג דעם ארום מיט זיינע ווילדע פלאמען...

”ברוכים הבאים צום דריטן וועלט קריג!” האט טשארלי אויסגערופן מיט א זויערן, צינישן שמייכל...

איינס ביי איינס האבן די פליגער געלאנדעט, און די טרופן האבן אנגעהויבן ארויסשלעפן די רערן צו זיין גרייט פאר ווען די העליקאפטער וועלן אנקומען. אנדערע האבן אראפגעשלעפט די ספעציעלע נעצן אונטער וועלכע מען האט געפלאנט צו באהאלטן די העליקאפטערס דעם קומענדיגן טאג אינעם צווייטן מדבר, און עס האט אויסגעקוקט ווי זאכן הייבן זיך אן רירן.
די פראפעלארס פון די פליגער האבן אלע געארבעט מיט׳ן פולן פארע, שמייסנדיג זאמד אין יעדן׳ס געזיכט אריין, אבער די פילאטן האבן נישט געוואלט אויסלעשן די מאטארן אויס זארג אז דערנאך וועלן זיי האבן שוועריגקייטן זיי צוריק אנצוצינדן, ווייל רוב פראבלעמען וואס מאכן זיך ביי די פליגער מאטארן, פאסירן ביים אנצינדן, און זיי האבן נישט געוואלט ריזיקירן.

דעזערט וואן האט שוין אויסגעזען ווי א שלאכט זאנע ווען עס איז געקומען די צייט אויפצונעמען די העליקאפטערס.
אבער עס האט זיך נישט באוויזן קיין שפור פון זיי.

ווי ערווענט, האט דער מיסיע אנצופולן די העליקאפטערס מיט ברענשטאף געמוזט געטוהן ווערן בלויז אין לויף פון די נאכט שטונדן, און דא האבן זיך די שעות גערוקט נענטער און נענטער צום עלות, אנווערנדיג טייערע צייט.

טשארלי האט זיך פארבינדן מיט איינס פון די העליקאפטערס אויפ׳ן ראדיא, טראץ דעם ריזיקע.
”וואו האלטן ענק דארט?” האט ער געפרעגט.
”וואס איז דער מצב ביי ענק?” האבן זיי צוריקגעפרעגט אנשטאט אן ענטפער.
”וויזיביליטי 5 מייל...” האט טשארלי ציניש געענטפערט.


ענדע קומט אי"ה
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18223
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

געליינט אין איין אטעם!

שיק אריין די ענדע מיט א עף 15!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

אוי איז עס גיט געשריבן איך ווארט אויף די ענדע
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

גאר גוט באשריבן!

לאמיר אפאטעמען..
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

וואפאאא.
דער האט היסטארי..

ענדיג שנעל. ווייל דו דארפסט שוין אנהייבן נאכאיינס..
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

קוקט אויס צו מאסיוו אז איך זאל עס קענען ליינען צוטיילט, העמיר ווארטן אויף חלק שני..

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

וואף! דעיס איז מאסיוו! קענט וועיט פאר די ענדע.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

בן דרוסאי די האסט עס בייפאר
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10810
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

זייער שיין באשריבן...
לאמיר נאר הערן וואס איז טאקע געווען צום סוף וויאזוי די טאג וואס רעיגן איז אריינגעקומען האט איראן באפרייט יעדעם, וויאזוי האט עס רעיגן געמאכט ?

די זיידעס זענען געבעטן אריינצוקומען מיט די זכרונות...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
יהודה המכבי
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:30 pm

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה המכבי »

זייער שטארק! גוט אראפגעלייגט מיט א טיפזיניגע געשמאק.
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

eller האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 9:57 am
זייער שיין באשריבן...
לאמיר נאר הערן וואס איז טאקע געווען צום סוף וויאזוי די טאג וואס רעיגן איז אריינגעקומען האט איראן באפרייט יעדעם, וויאזוי האט עס רעיגן געמאכט ?

די זיידעס זענען געבעטן אריינצוקומען מיט די זכרונות...
העי, העי, ווארט מיט געדולד! געב נישט אוועק אלע סודות מיט אזא גלייכגילטיגקייט...
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

נעקסט לעוועל!! קיפ איט אפ!
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

די אכט העליקאפטערס זענען טאקע צייטליך ארויסגעפארן פונעם עראפלאן טרעגער מיט'ן ציל אנצוקומען אין מדבר אנהייב נאכט, פליענדיג גענוג נידריג צו קענען מאנעוורירן די טשאפערס דורך בלויז ארויסקוקן פון די פענסטערס, אבער גאנץ שנעל האבן זיך אנגעפאנגען די פראבלעמען.
איינס פון די העליקאפטערס האט באקומען א שפאלט אין איינס פון זיינע פראפעלארס, ווערנדיג געצוואונגען צו מאכן אן עמערזשענסי לאנדונג.
ס׳איז נישט געווען קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט׳ן פראבלעם, זענען די זעלנער אינאיינעם מיט די פילאטן ארויפגענומען געווארן אויף איינס פון די אנדערע העליקאפטערס, און דער געשעדיגטער העליקאפטער איז איבערגעלאזט געווארן אויף הפקר אינמיטן מדבר, נישט איידער׳ן אוועקנעמען דערפון אלע סענסיווע דאקומענטן.

ביז נישט לאנג, האט זיך די פלאטע אנגעטראפן אינעם ערשטן זאמד שטורעם.

צום ערשט האבן זיי נישט געוואוסט וואס ס׳איז די שווארצקייט וואס האט זיי פלוצלונג ארומגענומען, אבער גאנץ שנעל האט די זאמד אנגעהויבן אריינדרינגען אינעווייניג אין די העליקאפטערס, ווערנדיג וואס אמאל מער און מער געדעכט, ביז די פילאטן האבן אפילו געקענט שפירן דער זאלציגער טעם פון זאמד צווישן די ליפן, און ס׳איז זיי קלאר געווארן אז זיי מוזן זיך ארויסזען דערפון פאר יעדן פרייז.

אבער נאך איידער זיי האבן עספיעט צו מאכן א באשלוס, איז דער וואלקן פארשוואונדן אזוי שנעל ווי ער איז אנגעקומען.

עטליכע מינוט שפעטער האבן זיי זיך אנגעטראפן אינעם צווייטן שטורעם, און זיי האבן אריינגעשניטן דערין אן צוויי מאל טראכטן, קלערנדיג אז עס וועט אויך פארשוואונדן ווערן אזוי שנעל ווי דעם ערשטן, אבער זיי האבן זיך גענארט.

די זיבן העליקאפטערס זענען געפלויגן ווי בלינדע אינעם ענדלאזן פינסטערניש פונעם זאמד שטורעם, נישט זעענדיג אפילו איינעם דעם אנדערן.
דער אריגינעלע פארמאציע פון צוויי קאלומס פון פיר העליקאפטערס, איז גאנץ שנעל צונישט געווארן, און איינס פון די העליקאפטערס האט דעריבער אראפגענידערט צו א לאנדונג, מיינענדיג אז די אנדערע וועלן אים נאכטוהן.
אבער נאך עטליכע מינוט, נישט זעענדיג קיין צייכן פון די אנדערע, האט ער זיך צוריק אויפגעהויבן און דעריאגט די איבריגע.

דריי לאנגע שעות זענען זיי אזוי געפלויגן, ביז איינס פון זיי האט אויפגעגעבן.
יענע פילאטן האבן מן הסתם גאנץ גוט געוואוסט אז מיט זייער יאוש שטעלן זיי אין געפאר די גאנצע אקציע, וויבאלד אויף די פאראויס געשריבענע פלענער פון דער גאנצער אקציע איז געווען ספעציעל קלאר אונטערגעשטראכן אז אויב ווינציגער פון זעקס העליקאפטערס זענען ביכולת צו פארלאזן דעזערט וואן, דאן מוז די אקציע תיכף אפגערופן ווערן, אבער זיי האבן פארט נישט געהאט קיין ברירה. ווי עס שיינט, האבן זיי נישט געוואוסט אז איין העליקאפטער פעלט שוין, און זיי האבן באשלאסן זיך צוריקצודרייען.

אצינד זענען בלויז זעקס העליקאפטערס געפלויגן אין ריכטונג פונעם אנגעגעבענעם לאקאציע, ציטערנדיג יעדע רגע אז זיי זאלן זיך נישט אנשטויסן אין קיין בערגל אדער איינער אין אנדערן.

א פרישע דילעמע איז אצינד אנטשטאנען.
נעמליך, די פילאטן האבן געוואוסט אז דער ראיאן ארום דעזערט וואן איז גאר א בערגיגער, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין שום וועג צו וויסן ווען זיי וועלן דערגרייכן אהין.
פון דער צווייטער זייט, האבן זיי זיך אויך געפארכט ארויפצופליען הויך צי פרי, אויס מורא פאר די איראנער ראדארן.
דער קאמאנדיר אינעם ערשטן העליקאפטער, אלבערט שעיפער, האט זיך אין א געוויסן פונקט געוואנדן צום פילאט און געפרעגט, ”ווען וועסטו וויסן צי עפעס געפינט זיך אין פארנט?”
”זען קען איך נישט, און מיינע מאשינען געטרוי איך נישט! כ׳וואלט געזאגט יעצט.”
און ביים זאגן די ווערטער האט דער פילאט געגעבן א הייב אונטער דעם העליקאפטער עטליכע הונדערט פוס, ווען פלוצלונג האט זיך טאקע דערזען פון אונטער זיי א הויכער בארג וועמען זיי האבן בלויז אויסגעמיטן אדאנק דעם צופעליגן אקט.
די איבריגע העליקאפטערס האבן טאקע נישט געזען דעם בארג, אבער האבן באלד נאכגעפאלגט דעם ערשטן העליקאפטער, אויסמיידנדיג איינס ביי איינס א פאטאלער צוזאמענשטויס.


אנקומענדיג העכער דעזערט וואן, זענען זיי צום ערשט דערשראקן געווארן צו זען העלישע פלאמען ארומנעמען דאס ברוכווארג פון א צושמעטערטע טראק, מיינענדיג אז דאס איז איינס פון די גאזאלין פליגער וואס האט געקראכט.
ערשט ביים לאנדן און ארויסקומען פון די העליקאפטערס זענען זיי בארואיגט געווארן צו זען אלע עראפלאנען אין א גוטן צושטאנד.

”וואס גייט פאר?” האט א אויפגערעגטער טשארלי אויפגענומען די מארינען. ”פארוואס אזוי שפעט?”
”א זאמד שטורעם!” האט איינער פון די פילאטן הויך געענטפערט, איבערצושרייען דאס גערויש פון די דרייענדע פראפעלארס וועלכע זיי האבן נישט געוואלט אויסלעשן, ווידער כדי צו פארמיידן פראבלעמען ביים אנצינדן.
”וואספארא זאמד שטורעם אין קאפ אריין? דו זעסט דא א זאמד שטורעם?” האט טשארלי געשריגן א צוקאכטער.
”און וואו זענען די לעצטע צוויי?” האט ער ווידער געפרעגט.
”זיי האבן זיך צוריקגעדרייט.” איז געווען דער ענטפער.

דאס איז שוין געווען צופיל.
אין אנהייב, האט בכלל נישט געדארפט הייסן אז די מארינען וועלן אנטיילנעמען אין דער אקציע, אבער זייערע פירער האבן זיך אריינגעשטופט די נאז דערין נישט וועלנדיג זיין אויסגעשלאסן פון אזא זעלטענע אפעראציע. אצינד האט טשארלי געשפירט ווי אלע אנדערע אפטיילונגען וועלכע האבן אנטייל גענומען אינעם מיסיע זענען בלויזע פחדנים אין פארגלייך צו זיינע העלדישע דעלטא פארס קאמאנדאס, און זיי זענען נאך אומשטאנד אים אלעס קאליע צו מאכן.
ער איז געווען מער ווי אויסן אז דאס זאל נישט פאסירן.

אבער צוויי העליקאפטערס האבן שוין געפעלט, און אויב בלויז נאך איין העליקאפטער ליידט פון פראבלעמען, באדייט דאס אז די גאנצע אקציע מוז זאפארט אפגערופן ווערן.

טשארלי האט דאס נאכנישט געוואוסט, אבער בעצם האט דאס שוין געהאלטן דארט. נעמליך, איינס פון די העליקאפטערס וועלכע זענען אנגעקומען קיין דעזערט וואן, האט געליטן א מעכאנישע ליעק אויף איינס פון זיינע היידראליק סיסטעמען, און דער פילאט האט זיך גע׳ישוב׳ט אויב ער זאל נעמען די ריזיקע און פארזעצן מיט בלויז איינס, אדער ער זאל איינמעלדן פאר די קאמאנדירן אז זיין העליקאפטער פונקציאנירט נישט געהעריג און דערמיט חרוב לייגן די גאנצע אפעראציע.
ער איז געגאנגען אויפזוכן טשארלי וועלכער איז ארומגעלאפן פון איין עראפלאן צום צווייטן זיכער מאכן אז יעדער טוט זיין ארבעט.
דער פראבלעם איז אבער געווען אז קיין קאמאנד צענטער האט זיך נישט געפונען אויפן ארט, און דערצו האבן די אנגעצינדענע מאטארן און פראפעלארס אויפגעהויבן גרויסע זאמד וואלקן׳ס איבעראל, מאכנדיג אים גאר שווער צו טרעפן דעם קאמאנדיר.
ענדליך האט ער אים געטראפן שטיין און שמועסן מיט עטליכע פון די אנדערע קאמאנדירן, און דער פילאט האט זיי פארגעלייגט זיינע ספיקות.

די קאמאנדירן האבן תיקף באנומען די הארבקייט פון דער סיטואציע.
אויבנאויף איז נישט געווען קיין לעזונג. די באפעלן זענען קלאר געווען אפצורופן די גאנצע אקציע אויב ווייניגער פון זעקס העליקאפטערס פונקציאנירן ביים פארלאזן דעזערט וואן.
פארט האבן זיי באשלאסן קודם אנצופרעגן זייערע אויבערהארן אינעם ווייסן הויז.
טייל פון די קאמאנדירן זענען געווען סקעפטיש, אבער אנדערע האבן געהאלטן אז מען וועט זיי ערלויבן פארצוזעצן מיט בלויז פינף העליקאפטערס, וויבאלד דער אריגינעלע נומער פון זעקס איז בלויז געווען א פארזיכערונג אין פאל עס וועט זיך טאקע אויספעלן אזויפיל קאמאנדאס ביים שטורעמען די אמבאסאדע, אבער איין טאג בעפאר דער אקציע האט די סי איי עי אריינבאקומען אינערליכע שפיאנאזש איבער וואס עס גייט פאר דארט אינעווייניג, און זיי האבן זיך דעריבער געקענט ערלויבן צו שניידן פון די קאמאנדאס.

טשארלי איז בכלל נישט געווען צופרידן ווען ער האט געהערט וואס די אנדערע קאמאנדירן פלאנען.
”וועמען זאלן מיר שניידן?” האט ער גע׳טענה׳ט. ”יעדן פון די דאזיגע העלדן קומט זיך צו זיין א טייל פון אט דעם היסטארישן אפעראציע!”

זיי האבן זיך נאך געהאלטן אינמיטן טענה׳ן, ווען דער ענטפער איז צוריקגעקומען פון ווייסן הויז מיט זשימי קארטער'ס קלארע אנטווארט:

”אפגערופן!”

די קאמאנדירן האבן נישט געגלייבט וואס זיי הערן.
די לאנג פלאנירטע מיסיע איז געקומען צו א האסטיגער אפשטעל.

מיט אנטוישטע געזיכטער האבן די רעינזשער טרופן אנגעפאנגען צו פארפאקן די געצייגן אריין אין די עראפלאנען.
אנדערע זעלנער האבן צוריק ארויפגעפירט די געפאנגענע באס פאסאזשירן אויף זייער באס, בשעת טשארלי דרייט זיך ארום מיט א אראפגעלאזטע נאז, נישט גלויבנדיג אז די מאסיווע אפעראציע וואס האט געזאלט שענקען פאר דעלטא פארס א העראאישער אנהויב פאר א גלאררייכע רעפוטאציע האט זיך ווירקליך אויסגעלאזט מיט א זייפן בלאז. ער האט נישט גע'חלומ'ט ווי קאטאסטראפאל די סיטואציע וועט זיך נאך דערקייקלען.

ווען די טרופן האבן געענדיגט אלעס ארויפלאדענען אויף איינס פון די גרויסע פליגער, האבן זיי זעלבסט זיך אריינגעזעצט דערין. רוב פון זיי זענען תיכף אנטשלאפן געווארן.
דער העליקאפטער אונטער זיי האט זיך אבער קודם געדארפט אוועקרוקן פון ארט צו ערלויבן דעם ברייטן פליגער זיך ארויסצוזען פון זיין פאזיציע.

איינס פון די רעינזשער טרופן האט זיך געשטעלט אין פארנט פונעם העליקאפטער אלס קאטראלירער אים צו ווייזן וואו זיך צו רוקן, און דער פילאט האט אויפגעהויבן דעם העליקאפטער צו הויערן ארום פופצן פוס העכער די זאמד.
די פראפעלארס האבן אבער אריינגעשמיסן זאמד אין פנים אריין פונעם קאנטראלער, און ער האט זיך צוריקגערוקט געציילטע פוס צוריקוועגס.

ס׳איז נישט קלאר פונקטליך וויאזוי דאס קומענדע האט פאסירט.
טייל זאגן אז דער פילאט האט געמיינט אז ער דארף נאכפאלגן דעם קאנטראלער אין יענעם ריכטונג.
אנדערע זאגן אז זעענדיג דעם קאנטראלער זיך דערווייטערן פון זיינע אויגן האט ער בטעות געמיינט אז דער העליקאפטער איז דער וואס רוקט זיך צוריקוועגס.
אזוי צי אזוי, האט דער העליקאפטער, נישט זעענדיג קיין זאך אינדרויסן חוץ פונעם קאנטראלער, זיך גערוקט נענטער און נענטער צום ריזיגן עראפלאן, ווען פלוצלונג האט דער פראפעלאר פונעם העליקאפטער אריינגעקראכט אינעם וויידל פונעם פליגער.
אין רעזולטאט פונעם צוזאמענשטויס, איז דער העליקאפטער געפלויגן פאראויס מיט א געוואלדיגער שנעלקייט, אריינשמעטערנדיג אינעם בויך פונעם פליגער מיט׳ן פולסטן קראפט.

אינעווייניג אינעם פליגער האט יעדער געכאפט א טרייסל, זייענדיג זיכער אז מ׳האט זיי אטאקירט.
א פאניק האט אויסגעבראכן אינעם קאבינע בשעת דער קאמאנדיר האט געעפנט איינס פון די זייטיגע טירן און זיך באגעגנט מיט ווילדע פלאמען.
ער האט באלד פארקלאפט דעם טיר און זיך געוואנדן צו א צווייטע טיר פון וואו די זעלנער האבן אנגעפאנגען ארויסלויפן אין כאאס.
”נישט פאניקן!” האט דער קאמאנדיר געשריגן.
די פלאמען האבן זיך גענומען שנעל פארשפרייטן. ס׳איז געווען א פראגע פון סעקונדעס איידער זיי וועלן דערגרייכן די גאז טאנקען.
די זעלנער וואס האבן אינצווישן עספיעט איינצושלאפן האבן זיך אצינד אויפגעוועקט אין בהלה, זיך געשווינד קוילערנדיג צום ארויסגאנג אזויווי זיי זענען געווען צוגעוואוינט צו טוהן ביים ארויסשפרינגען מיט פאראשוטס. אבער דא האבן זיי נישט געהאט קיין פאראשוטס, האבן זיי געלאנדעט אויף די ווייכע זאמד אין א ליגנדע פאזיציע, פאלנדיג איינער איבער דעם צווייטן.

אין א העלדישער שריט האט דער קאמאנדיר צוערשט געווארט ביז יעדער איינער איז אינדרויסן פונעם ברענענדיגן פליגער, אבער ווען די פלאמען האבן זיך גערוקט נענטער און נענטער צו די אויל טאנקען האט ער פארשטאנען אז נישט יעדער וועט דאס מאכן, און איז אליין געשפרינגען.
אנקומענדיג אינדרויסן האט ער אויפגעהויבן זיין ביקס, זוכנדיג דעם שונא, אבער זעענדיג דעם פראפעלאר פונעם העליקאפטער אריינגעשטעקט אינעם פליגער האט ער אלעס פארשטאנען.

א סעקונדע דערויף האט זיך געהערט א מאכטפולן אויפרייס, און בלויע פלאמען האבן זיך געריסן צו די הימלען.
אלע פיר מאטארן זענען אויף איינמאל אראפגעפאלן פון די פליגלען, אריינפאלנדיג אין די זאמד וואו זיי זענען געבליבן שטעקן.
די זעלנער אין די אנדערע עראפלאנען האבן זיך צוגעקוקט מיט שוידער ווי דער עראפלאן רייסט אויף אינאיינעם מיט מאסן אמוניציע דערין.
דער העליקאפטער האט באלד נאכגעפאלגט מיט א קלענערן אויפרייס.
אכט מיליטערלייט זענען אומגעקומען אינעם אויפרייס.

פרעזידענט זשימי קארטער איז געזעצן אין א מיטינג מיט די גענעראלן, נאך האלטנדיג אינמיטן דיסקוסירן דעם דורכגעפאלענעם מיסיע, ווען דער טעלעפאון האט זיך צוקלינגען.

”העלא?” האט ער אריינגעזאגט אינעם טרייבל.
א רעספעקטפולע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אין צימער.
”זענען דא עפעס טויטע?” האט ער געפרעגט נאך א מינוט.
די גענעראלן האבן געכאפט א שאק.
”איך פארשטיי.” האט ער געזאגט, און אראפגעלייגט דעם טעלעפאון.
איינס פון די גענעראלן איז אריינגעלאפן אין באדע צימער און געבראכן...

צוריק אין איראן, האבן די פארבליבענע קאמאנדאס נישט געוואוסט וואס צו טוהן.
איבערלאזן די ברענענדיגע פלי געצייגן אינאיינעם מיט די פאטאליטעטן, אדער ווארטן ביז די פלאמען פארלעשן זיך?
אינעווייניג אינעם באס זענען געזעצן די פאסאזשירן און זיך צוגעקוקט מיט פארריסענע אויגן צום אמעריקאנעם דורכפאל.
צום סוף איז געפאסט געווארן א באשלוס צו עוואקואירן תיכף ומיד.

איינס ביי איינס האבן זיך די פליגער געהויבן פונעם שטח וואס האט ענדערש אויסגעקוקט ווי נאך א טעראר אטאקע, און צוריקגעפלויגן קיין מצרים, פון וואו זיי זענען דאן געפלויגן ווייטער קיין אמעריקע, מיט אכט זעלנער און עטליכע פליגער ווייניגער ווי ביים ערשטן רייזע. און דאס אלעס נאך איידער׳ן אפילו באגעגענען דעם שונא.

דער דורכפאל איז געווען אזא גרויסער, אזש דער קארטער אדמיניסטראציע האט זיך געפארכט אז עס וועט זיי אפגעקאסטן די קומענדיגע פרעזידענט וואלן.

פארשידענע אנדערע פלענער צו באפרייען די משכונות דורך קאמאנדא אקציעס זענען אויפגעברענגט געווארן אין גרויס פרעשור, אבער קיין איינס האט זיך נישט אויסגעארבעט.
איינס פון די פלענער האט געלויטעט אויסצושטאטן א גרויסע פליגער מיט ראקעטן אויף זיינע פליגלען, כדי ער זאל זיך קענען הייבן דירעקט פונעם סטאדיום וועלכע האט זיך געפינען נעבן דעם אמבאסאדע, אבער דער ערשטער פראבע דערפון האט זיך אויסגעלאזט מיט א דורכפאל.
העליקאפטערס האבן זיי שוין נישט געוואלט אהינשיקן...

צום סוף זענען די משכונות פרידליך באפרייט געווארן דורך די איראנער אליין, 444 טעג נאך וואס דער קריזיס האט זיך אנגעפאנגען, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט פאר זשימי קארטער, וועלכע האט טאקע געהאט פארלוירן די וואלן אדאנק דעם קאלאסאלן דורכפאל אין איראן.
מערקווירדיג איז געווען, אז די משכונות זענען באפרייט געווארן ממש געציילטע מינוטן נאך וואס דער קומענדיגער פרעזידענט איז איינגעשוואוירן געווארן, און געוויסע האבן אפילו שפעקולירט אז זשימי קארטער'ס קעגנער האבן דירעקט אונטערגעשטעלט דעם דורכפאל, און אפשר אפילו דעם גאנצן משכונות קריזיס, כדי אים ארויסצוזען פון אפיס...
דער פשוט'ער הסבר דערצו איז לכאורה איינס פון די צוויי:
אדער איז דאס געווען א פשוט'ער צופאל, אז די געשפרעכן מיט איראן האבן ענדליך געברענגט פירות, פונקט אין יענעם טאג וואס ראנאלד רעיגען איז איינגעשוואוירן געווארן, אדער האבן די איראנער, אין א פרואוו צו צייגן א צייכן פון גוטע ווילן און אנהייבן א פרישן בלעטל מיט'ן פרישן אדמיניסטראציע, אליינס באשלאסן צו באפרייען די משכונות.

דאס ברוכווארג פונעם געקראכטן פליגער איז געפינען געווארן א טאג דערויף דורך איראנער זעלנער וועלכע האבן פאטאגראפירט דעם סצענע און פארשפרייט די בילדער איבער די וועלט כדי צו פארשעמען אמעריקע.
4.JPG
4.JPG (11.33 KiB) געזען 2021 מאל
2.JPG
2.JPG (15.06 KiB) געזען 2021 מאל
די איראנער גייסטליכע האבן געפרעדיגט אז ג-ט האט זיך פיין אפגערעכנט מיטן שטן, שיקנדיג גלייכצייטיג שארפע ווארענונגען צו אמעריקע אויב אזא זאך וועט זיך נאכאמאל איבערשפילן, אבער די טויטע קערפער האבן זיי צום סוף אומגעקערט, און דערמיט איז געקומען א סוף צו איינס פון אמעריקע'ס גרעסטע דורכפעלער וואו דער וועלטסמאכט איז אזוי מיאוס פארשעמט געווארן פאר די אויגן פון די גאנצע וועלט.

***

און וואס לערנען מיר זיך דערפון? אז פון א דורכפאל דערשרעקט מען זיך נישט!
דעלטא פארס, טראץ איר שענדליכע דורכפאל ביי איר ערשטע מיסיע, ווערט היינט צוטאגס פאררעכנט אלס דער צווייט שטערקסטער, אויב נישט סאמע שטערקסטער, ווענדט זיך וועמען איר פרעגט, ספעשל פארס איינהייט איבער די וועלט, מיט א לאנגע געדיכטע ליסטע פון שטוינענדע געוואגטע און העראאישע אקציעס וואס זיי האבן דורכגעפירט אין א רייע לענדער, דאס מערסט באקאנטע זייענדיג ווארשיינליך דער אקציע ביים עלימינירן דעם אייסיס פירער אבו באקאר אל באגדאדי.

א דאנק פאר'ן ליינען, צום ווידערזען ביים קומענדיגן געשיכטע.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

דער טראק דרייווער ביים באקוקן די שאדן'ס איין טאג דערויף.
אטעטשמענטס
3.JPG
3.JPG (7.52 KiB) געזען 2015 מאל
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח @בן דרוסאי האסט מיר מהנה געווען...
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

א לייק איז דעפינעטלי נישט גענוג, מוראדיג גוט! שרייב נאך!

שכח
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

א דאנק פארן שרייבן, צום ווידער זען ביים קומענדיגע געשיכטע, בקרוב ביטע..

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

יישר כח
שטארק הנאה געהאט
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

ש'כח ש'כח ש'כח!
ב'עמעסדיג האנאע געהאט.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
בן גלאדעש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס - ח"ב (ענדע) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

WOWOWOWOWOW!!!!
PDF anyone?
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס - ח"ב (ענדע) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

בן גלאדעש האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 6:22 am
WOWOWOWOWOW!!!!
PDF anyone?
סליגט אין איינע פון די שבת פעקלעך.
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

די עיקר פארוואס מען דארף ארבעטן איז צו פארמאגן: געלט, סיפוק, און א אנגעפילטע טאג,

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט פיר שעה שלאף א נאכט,
אבער די מענטשן ארום דיין סביבה קענען נישט.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10810
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

eller האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 9:57 am
זייער שיין באשריבן...
לאמיר נאר הערן וואס איז טאקע געווען צום סוף וויאזוי די טאג וואס רעיגן איז אריינגעקומען האט איראן באפרייט יעדעם, וויאזוי האט עס רעיגן געמאכט ?

די זיידעס זענען געבעטן אריינצוקומען מיט די זכרונות...
?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
בן גלאדעש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס - ח"ב (ענדע) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

ווי קום איך אן צו שבת פעקל?
אוועטאר
בן גלאדעש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס - ח"ב (ענדע) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

זילבער פיצער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:17 am
בן גלאדעש האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 6:22 am
WOWOWOWOWOW!!!!
PDF anyone?
סליגט אין איינע פון די שבת פעקלעך.
ווי קום איך אן צו שבת פעקל?
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: אפעראציע אדלער קלאען: די ערשטע מיסיע (און דורכפאל) פון דעלטא פארס - ח"ב (ענדע) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

בן גלאדעש האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 6:56 pm
זילבער פיצער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:17 am
בן גלאדעש האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 6:22 am
WOWOWOWOWOW!!!!
PDF anyone?
סליגט אין איינע פון די שבת פעקלעך.
ווי קום איך אן צו שבת פעקל?
viewtopic.php?t=67579
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

די עיקר פארוואס מען דארף ארבעטן איז צו פארמאגן: געלט, סיפוק, און א אנגעפילטע טאג,

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט פיר שעה שלאף א נאכט,
אבער די מענטשן ארום דיין סביבה קענען נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע דזשורנאל”