היסטאריע: קובאנער מיסל קריזיס

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

היסטאריע: קובאנער מיסל קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

די וועלט איז פון אלס אן געווען א פארזיכערטע פלאץ, ביז מען האט ערפינדן נוקלעארע וואפן, פון דאן האט זיך אנגעפאנגען א געיעג צווישן אלע לענדער ווער עס קען גרייכן נוקלעארע מאכט, און איינמאל איינער דערגרייכט אזאנס קען ער האלטן די גאנצע וועלט אן די הוק, ער קען טון וואס ער וויל, ווייל קיינער דארף נישט און וויל נישט קיין נוקלעארע מלחמה, און טאקע דאס איז די חשבון פון איראן, זיי בויען א אטאם באמבע כדי צו קענען סטראשענען די וועלט, די סאלאפי קעפ וואס ווען זיי שמועסן זיך צונויף ביי א מיטינג האלטן זיי אין די הענט גרויסע מיסילס וואס קענען זיי אלע הארגענען אונטער א סעקונדע פילן זיך מער סעיף און מער צו די זאך ווען זיי וועלן קענען סטראשענען די וועלט מיט נוקלעארע מאכט.

די צוויי אומסטאבילע לענדער, אינדיע און פאקיסטאן, שלאגן זיך יארן לאנג אויף די "קאשמיר" טעריטאריע יעדער שרייט כולו שלי, יעדער געדענקט ליידער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין אינדיע וועלכע איז געקומען פון טעראריסטישע באנדעס אין פאקיסטאן, אבער די אנגעצויגנקייט איז געווארן אסאך מער, ווען ביידע לענדער זענען געווארן נוקלעארע מאכטן, יעדער פון זיי קען אנהויבן א נוקלעארע מלחמה! די וועלט האלט שוין יעצט אסאך א נאנטערע אויג אויף די אנטוויקלונגען.

אין די שפעטע 1900'טער יארן איז אנטשטאנען א מצב צווישן די דאן צוויי וועלט גרויסמאכטן אמעריקע און די סאוויעטישע פאראיין אין וועלכע יעדער פון זיי האט געוואלט ווייזן שטארקייט און מאכט, די וועגן דאס צו עררייכן זענען געווען עטליכע.

די רוסן האסן פארמאגט שפיאנען אין אמעריקע דורך וועלכע זיי האבן געגאנבעט די סודות פון די אטאם, אבער אפילו אנדעם וואלטן זיי גאנץ ווארשיינליך צוגעקומען צו נוקלעארע וואפן דורך זייערע אייגענע פארשונגען, נאכמער, גאר אנהויב איז עס נישט געווען אזא סוד און אלע פארשער האבן געטיילט די אינפארמאציע צווישן זיך, אזוי אז יעדער האט געהאט צוטריט דערצו.

די ערשטע מאל וואס מען האט געזען די כח פון די אטאם איז געווען ווען אמעריקע האט געווארן צוויי אטאם באמבעס אויף יאפאן, דאס איז געווען סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה אין יאר 1945 ווען די יאפאנער זענען געווען די איינציגסטע צו בלייבן מיט די געווער אין די הענט, אמעריקע וואס האט זיך געהאט צוזאמגעליטן פון זיי צוליב די "קאמיקאזי זעלבסטמאר אטאקעס" זענען שוין געווען זאט פון זיי און אראפגעלאזט א אטאם באמבע וועלכע האט נאכאלס נישט געהאט די ריכטיגע אפעקט, אבער נאכן באקומען א צווייטע, האט יאפאן זיך אונטערגעגעבן און געשריבן אן אפמאך מיט אמעריקע.

ווי מען זאגט היינט האט אפילו דאן פרעזידענט "טרומאן" נישט געוואוזט ווי מאכטפול די באמבע איז! עס איז געווארפן געווארן צוויי באמבעס, די ערשטע אויף היראשימא און די צווייטע אויף נאגאסאקי וועלכע האבן געהארגעט צווישן 90,000–166,000 מענטשן אין היראשימא און צווישן 39,000–80,000 מענטשן אין נאגאסאקי!

הכלל, די ציפערן זענען שרעקעדיג, און דאס אלעס איז בס"ה פון צוויי באמבעס.

פון דאן אן איז די וועלט געווארן א גאר שרעקעדיגע ארט.

***

פעסט פארווערד....

אין 1962 אין ברען פון די קאלטע קריג ווען דער רוסישער פרעזידענט "כרוסטשאוו" האט זיך איין טאג געכאפט ביים קאפ, אז אמעריקע טרעט אים אויף די פיס, נעמליך, זייערע נוקלעארע מיסילס ליגן אים אין זיין בעקיארד, אין טערקיי און אין איטאליע און ווי אויך אין גרויס בריטאניע (ענגלאנד) אלע געריכטעט צו אים און ער האט גארנישט נעבן אמעריקע, ווי אויך האט ער געוואוסט אז די אמעריקאנע מיסילס האבן די מעגליכקייט צו פליען ווייטע שטרעקעס און גרייכן פון אמעריקע ביז רוסלאנד, משא"כ זיינע מיסילס וועלכע בס"ה צוואנציג אדער דרייסיג פון זיי קענען גרייכן אמעריקע, א ווילדער געדאנק איז אים אריין אין קאפ, זיין בוזעם פריינד "פידעל קאסטרא" דער פרעזידענט פון קיובא וועלכע איז אויך א קאמוניסטיש לאנד און האט געהאט די פולע שטיצע פון רוסלאנד האט זיך כסדר אנגעליטן פון אמעריקע, א צייט פארדעם האבן די אמעריקאנער אונטערגענומען א דורכגעפאלענע מיליטערישע אקציע מיטן נאמען "די בעי אוו פיגס" און בכלל האט אמעריקע געזוכט אונטערצוברענגען די קאמוניסטישע קיובע, אלזא וועט מען מאכן א דיעל וואס ביידע וועלן בענעפיטירן דערפון, רוסלאנד וועט אראפשטעלן מיסילס אין קיובע, דורכדעם וועלן ביידע האבן פארדינט, סיי רוסלאנד, האבנדיג מיסילס אזוי נאענט צו אמעריקע און סיי קיובע, ווייל אמעריקע וועט איר שוין נישט אזוי שנעל אינוואדירן....

לאמיר אויך נישט פארגעסן אז די סאוויעטן האבן נישט געהאט קיין שום פלאץ אראפצולייגן א פיס אין די גאנצע געגנט, נאר קיובא, דערפאר האבן זיי אויך מורא געהאט פאר א אמעריקאנע אינוואזיע, די געווענליכע געפעכטן פלעג זיין דורך ווערטער.... אבער "כרוסטשאוו" האט מחליט געווען צו רעדן די ריכטיגע שפראך, און די שפראל איז געווען: נוקלעארע מיסילס.

ווי עס פארשטייט זיך אליין האבן די אמעריקאנער נישט געמעגט געוואויר ווערן דערפון, און די גאנצע מיסיע איז געווארן געהאלטן גאר א שטרענגע סוד, די סאלדאטן אויף די שיפן האט מען פארציילט אז זיי גייען צו געוויסע קאלטע ראיאנען פאר פראבעס וכדו' און ניטאמאל פאר די קאפיטאנען פון די שיפן האט מען געזאגט ווי זיי זאלן גיין, נאר אז זיי זאלן עפענען די בריוו מיט אינסרוקציעס נאכן ארויספארן פון סאוויעטישע וואסערן.

אנשטאט צו נעמען מיליטערישע שיפן האט מען גענומען פשוטע טראנספארט שיפן און ארויפגעלייגט די גאנצע סחורה, איבערגעדעקט מיט גרויסע ליילעכער, אויף עטליכע שיפן האבן זיי אויפגעשטעלט געצעלטן און דארט אריינגעלייגט אלעס, די סאלדאטן אויף די שיפן האבן בשו"א נישט געמעגט ארויסגיין אויפן דעק צו מאכן די אנשטעל אז עס איז א פשוטע טראנספארט שיף מיט ווייניג מאטראזן דערויף און נישט קיין מיליטערישע שיף.

ווי נאר די שיפן האבן אנגעהויבן קומען נאענט צו די אמעריקאנער וואסערן האבן די אמעריקאנער אנגעפאנגען צו פאטאגראפירן די שיפן און אפגעשיקט די בילדער צו אנאליזירן, די בילדער האבן קלאר געוויזן אז עפעס מאדנע ווערט געטראגן, די לענג פון די סחורה איז געווען פארדעכטיגט.

אין 12'טע טאג פון סעפטעמבער איז איין ליפערונג אנגעקומען וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט א צווייטע ליפערונג אין די 16'טע פון דעם חודש.

די סאוויעטן האבן אנגעפאנגען צו אפלאדענען די אלע סחורה צווישן וועלכע עס האבן זיך געפונען אסאך טראקס וועלכע האבן באהאלטן די ריכטיגע וואפנס אין די בעק באדעקט מיט גרויסע פלעסטיק אבער די גאר גרויסע נוקלעארע מיסילס האבן זיי נאר אפגעלאדנט שפעט ביינאכט אז קיין בייז אויג זאל נישט שאטן... און זיי האבן אנגעהויבן צו טראנספארטירן די מיסילס די ריזיג לאנגע טראקס האבן געהאט שוועריגקייטן צו מאכן די וועג און אויף עטליכע פלעצער האט מען געדארפט אויסרייסן הייזער אז די טראקס זאלן קענען אדורכפארן.

אין די צייט איז די וועטער געווען א גאר גרויסע שטער פאר די יו-2 פילאטן, וועחכע פלעגן כסדר פליען אויף אויסשפיר מיסיעס העכער קיובא, און די פארוולקנטע וועטער האט עס נישט ערלויבט, הערט אין די 14'טע טאג פון אקטאבער האט א יו-2 פליענדיג העכער קיובא געברענגט בילדער וועלכע זענען אנאליזירט געווארן א טאג שפעטער אויף וועלכע מען האט געזען וואס עס גייט דארט ריכטיג פאר...

א טאג שפעטער אינעם 16'טער איז פרעזידענט קענעדי אינפארמירט געווארן דערוועגן, פרעזידענט קענעדי האט אנגעפרעגט דעם רוסישער אמבאסאדער אין אמעריקע דערויף, אויף וועלכע ער האט מיט א בלעכענע פנים געלייקנט אז עס איז נוקלעארע מיסילס, זיין תירוץ איז געווען אז עס איז געווענליכע וואפן וועלכע ווערט געטראגן קיין קיובא (פאר קיובאנער סעלף דיפענס).

אין אמעריקע האט דער פרעזידענט און זיין קאבינעט באטראכט מיטלען וואס צו נוצן אנטקעגן קיובא, צווישן זיי אינוואדירן קיובא וועלכע אמעריקע האט שוין לאנג געוואלט טון, און אויך א בלאקאדע אז פרישע וואפנס און מיסילס זאלן נישט קענען געברענגט ווערן פון רוסלאנד, א צווייטע זאך וואס מען האט דיסקוטירט איז געווען באמבארדירן אלע ארויסשיס צענטערן, אבער דאס האט פארשטייט זיך נאר געקענט געטון ווערן ווילאנג די מיסילס זענען נאכנישט באוואפנט און ארבעטן נאכנישט.

אין אקטאבער 22 איז א בלאקאדע אריין אין אפעקט, און אין יענע נאכט אום 7 אזייגער האט דער פרעזידענט געגעבן אן אדרעס צום פאלק אין וועלכע ער האט זיי איינגעמאלדן די סיטואציע און געווארנט אז אמעריקע וועט זיך פארטיידיגן אנטקעגן מיסילס פון רוסלאנד, בשעת ווען די בלאקאדע איז אנגעגאנגען האבן 4 רוסישע סובמארינען וועלכע האבן געטראגן נורלעארע טארפידאס פרובירט צו דורכברעכן די בלאקאדע, דער קאפיטאן איז געווען גרייט צו נוצן זיינע באמבעס אנטקעגן די צאללאזע אמעריקאנע שיפן וועלכע זענען דארט געווען... אזא אקט וואלט געווען א אומפארמיידבארער מלחמה, ווייל נוקלעארע וואפן וואלט שוין גענוצט געווארן! למעשה האט זיך די שיף אויסגעדרייט און אוועקגעפארן.

די מיליטער איז געשטעלט געווארן אויף די לעוול פון דעפקאן 3 [דעפינישן קאנדישן 3].

די אמעריקאנער האבן שוין אין די איצטיגע צייט געזען אנגעחאדנטע און אפארעישענאל מיסילס אין קיובא און א באמבארדירונג איז נישט געווען קיין אפשען, אבער די פלאן פאר א אינוואזיע איז געבליבן אויפן טיש םאר די 28'טער פונעם חודש, די סאוויעטן האבן אין די איצטיגע צייט געהאט באמבעס געריכטעט קיין אמעריקע וועלכע האט געקענט צילן איבעראל רח"ל מיט אן אויסנאם פון איין עק פון אמעריקע!

אין די 24'סטער האט "כרוסטשאוו" געווארנט קענעדי אז די בלאקאדע איז "א אקט פון אגרעסיע" און אז די שיפן וועלן ווערן אינסטראקטעד נישט צו אויספאלגן די בלאקאדע.

אין דער 25'סטער פון אקטאבער האט די אמעריקאנער רעגירונג ריקוועסטעד א עמערדשענסי זיצונג אין די יו ען סעקיוריטי קאוינסיל און דער רוסישער אמבאסאדער וועלכער איז אנגעפרעגט געווארן אויב עס זענען פאראן מיסילס אין קיובא האט זיך אנטזאגט צו ענטפערן.

איין טאג שפעטער אום 10:00 אזייגער ביינאכט האט די מיליטער געהעכערט די אלערט צו דעפקאן 2 און צוגעגרייט א נומערלאזע צאל פון פארשידענע באמבארדיר פליגערס און מיסילס געריכטעט קיין רוסלאנד, די רוסן פון די אנדערע זייט האבן זיך נישט גערירט קיין טראפ, זיי האבן גארנישט געטון.

כרוסטשאוו האט געשיקט א בריוו צו קענעדי אין וועלכע ער בעט א ענדע צו די קריזיס אין און אויסטויש פון ארויסנעמען די מיסילס זאל אמעריקע אראפנעמען די בלאקאדע און נישט אינוואדירן קיובא, אבער איין טאג שפעטער איז אנגעקומען א פרישער בריוו אין וועלכער עס איז שויך פארלאנגט געווארן צו ארויסנעמען די אמעריקאנע מיסילס פון טערקיי און איטאליע, אין אנדערע ווערטער אמעריקע האט גערעדט צו כרוסטשעוו אבער נישט געוואוסט אויב זי רעדט צו רוסלאנד, ווייל ווער זיצט ביים רודער אויב עס קענען אנקומען פארשידענע אנדערע בריוון? אזא סיטואציע איז זייער שרעקעדיג.

אקטאבער 27 איז אנגעגאנגען פארהאנדלונגען צווישן רוסלאנד און אמעריקע אמעריקע האט מסכים געווען צו אראפנעמען די בלאקאדע און אויך צוגעזאגט נישט צו אינוואדירן קיובא און גאר סודות'דיג צוגעגעבן אז זי גייט אויך ארויסנעמען די מיסילס פון איטאליע און טערקיי, און אין אויסטויש זאל רוסלאנד ארויסנעמען די מיסילס פון קיובא.

אין די זעלבע טאג איז א יו-2 פליגער אויף א אויסשפיר מיסיע געווארן אראפגעשאסן, די רוסן האבן באפוילן נישט צו שיסן, אבער דער גענעראל אויפן ערד האט יא אראפגעשאסן די פליגער אין וועלכער דער פיילאט איז אומגעקומען, דאס איז שוין נאכמער געווען ווי א מלחמה אקט..... די אנגעצויגנקייט איז געווען אויף די העכסטע שטאפלען! א נוקלעארע מלחמה איז שוין "כמעט" געווען אין אפעקט.

איין טאג שפעטער 9:00 אזייגער צופרי עטליכע שעה בעפאר א מיליטערישער אינוואזיע אין קיובא וואלט אריין אין אפעקט האט כרוסטשאוו אדרעסירט די פאלק אין רוסלאנד ווי ער האט געמאלדן אז רוסלאנד נעמט ארויס די וואפנס פון קיובא, די אמעריקאנער האבן פארגעזעצט מיט די בלאקאדע און דער פרעדזידענט האט נאכנישט אפגערופן די אינוואזיע פלענער נאר עס אפגעשטיפט מיט איין טאג אויף די 29'טער.

נאכן אנאליזירן די בילדער פון די פרישע אויסשפיר מיסיעס האט מען געזען ווי די רוסן ציען צוריק די מיסילס און הערשט דאן האט קענעדי אפגערופן די אינוואזיע, און אזוי האט זיך געענדיגט איינע פון די ערגסטע קריזיסן אין די וועלטס היסטאריע.

די אמעריקאנע ארמיי איז קיינמאל פארדעם און נאכדעם נישט געווען אויף א דעפקאן 2 שטאפל!


די צוויי פריינט, פידעל קאסטרא (רעכטס מיט די בארד) און ניקיטע כרוסטשאוו (לינקס)

בילד

בילד

בילדער פון די שיפן מערקט די גרויסע טענטס מיט די סחורה

בילד

בילד

א שפיאנאזש פליגער פליט אריבער העכער די רוסישע שיפן

בילד

א יו-2 שפיאנאזש פליגער

בילד

בילד

שפיאנאזש בילדער פון די מיסילס אין קיובא

בילד

בילד

בילד

אילוסטראציע, ווי ווייט די מיסילס וואלטן ח"ו געקענט אנקומען...

בילד

די בלאקאדע

בילד

בילד

די אמעריקאנע נוקלעארע מיסילס די זעלבע וועלכע זענען געליגן אין טערקיי

בילד

פרעזידענט קענעדי אדרעסירט דעם פאלק

https://copy.com/NUy8IqhhgHQW2l4M/Cuban ... download=1
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

זייער אינטערסאנט! ישר כח!
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

איפה פייביש האט געשריבן: זייער אינטערסאנט! ישר כח!
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע:ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

איפה פייביש האט געשריבן: זייער אינטערסאנט! ישר כח!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הערליך באשריבן.

כאמיך דערשראקן פון די עקסלעמעישען פוינט ווי כאילו עס איז א פרישע דראענדע סכנה, שוין ב"ה עס איז נאר א געשיכטע פון אמאל.
נו אפשר טאקע טוישן קעפל צו 'היסטאריע: קובאנער מיסל קריזיס' און אויך רוקן צו זכור ימות עולם.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

שוועמל האט געשריבן: הערליך באשריבן.

כאמיך דערשראקן פון די עקסלעמעישען פוינט ווי כאילו עס איז א פרישע דראענדע סכנה, שוין ב"ה עס איז נאר א געשיכטע פון אמאל.
נו אפשר טאקע טוישן קעפל צו 'היסטאריע: קובאנער מיסל קריזיס' און אויך רוקן צו זכור ימות עולם.


שוין געאישיט א מנהל
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

גאר שיין אראפגעלייגט אזא שטיקל היסטאריע,
א גרויסן דאנק אויסערן מיניסטער!
הק' איש ימיני
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

דער אויסערן מיניסטער איז צוריק, דאס איז גאר גוטע נייעס, נאך נישט געליינט, אבער כשטעל זיך פאר אז סאיז גוט.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

זייער גוט באשריבן, גאר אינהאלטסרייך און אינפארמאטיוו; תודה מרובה!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דאס איז הערליך אראפגעשריבן! א הערצליכן דאנק
מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחר »

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8149
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

צווייפעל האט געשריבן: דער אויסערן מיניסטער איז צוריק, דאס איז גאר גוטע נייעס, נאך נישט געליינט, אבער כשטעל זיך פאר אז סאיז גוט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

געליינט, הנאה געהאט און א גרויסן יישר כח!

(מי יתן והיה צו האבן היינט א פירער וואס קען דערשרעקן רוסלאנד צוריקצוציען פון זייערע פלענער)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

כרם האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן: זייער אינטערסאנט! ישר כח!
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

צייטליך האט געשריבן: געליינט, הנאה געהאט און א גרויסן יישר כח!

(מי יתן והיה צו האבן היינט א פירער וואס קען דערשרעקן רוסלאנד צוריקצוציען פון זייערע פלענער)


חחח, איך האב געקלערט ס'זעלביגע די גאנצע צייט.... די פאוער מיט וועלכע ער רעדט, די שטארקייט, אנבעליוועבל!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער שיין און זאכליך אראפגעשריבן!! קלאר צום פוינט, מיט אסאך אינפא.

א שיינעם דאנק.

קוקענדיג די קליפ פון קענעדי - א עקסטערע ישר כח מיטן "באזאפטיגן" די ארטיקל מיט די קליפ - קומט ארויף אין געדאנק וואונדער וואס היסטאריקער שרייבן, אז קענעדי איז דאך געווען זיי אינג דאן, און האט באמת געציטערט אין די הויזן. דאך האט ער געמאכט זייער א "זיכערע" אנשטעל.

נאכאמאל א שיינעם דאנק פארן שרייבן. אזעלעכע ארטיקלן הייבן די אטמאספערע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מיט אזעלכע מיניסטארן אין קאבינעט איז נאך א פראגע...?!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אן אויסערן מיניסטאר איינס אין דער וועלט
א באשרייבונג הערליך שיין צוגעשטעלט
אראפגעלייגט אזוי איינס אין דער וועלט!

(וואלטן מיר היינט פארמאגט אזא מיניסטאר
און נישט א פרעזידענט אין פאלעסי אזא שוסטער
וואלט דער רוסישער בער געגעבן א ציטער)

יישר כח פאר דיין האראוואניע אריינגעלייגט
און אוועקגעגעבן פון דיין טייערע צייט
אלעס פאר אונזער הנאה און פרייד
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פשי! דער אויסערן מיניסטער אליינס גיבט איבער העכסט געהיימע אינפארמאציע איבער א העכסט געהיימע סיטואציע און אמעריקא... שיין האבן מיר דערלעבט... (ווארט נאר ווארט ביז קערי וועט אויפדעקן אינפארמאציע איבער געוויסע יעצטיגע הייסע טעמעס... יויש, כ'קען קוים ווארטן ס'זאל געשען:wink:).
שכח אויסערן פאר די געשמאקע ארטיקעל מלא תוכן און פיינע שריפט!

"Спасибо"

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:
‎כרוסטשאוו האט געשיקט א בריוו צו קענעדי אין וועלכע ער בעט א ענדע צו די קריזיס אין און אויסטויש פון ארויסנעמען די מיסילס זאל אמעריקע אראפנעמען די בלאקאדע און נישט אינוואדירן קיובא, אבער איין טאג שפעטער איז אנגעקומען א פרישער בריוו אין וועלכער עס איז שויך פארלאנגט געווארן צו ארויסנעמען די אמעריקאנע מיסילס פון טערקיי און איטאליע, אין אנדערע ווערטער אמעריקע האט גערעדט צו כרוסטשעוו אבער נישט געוואוסט אויב זי רעדט צו רוסלאנד, ווייל ווער זיצט ביים רודער אויב עס קענען אנקומען פארשידענע אנדערע בריוון? אזא סיטואציע איז זייער שרעקעדיג.

‏אקטאובער 26 האט קענעדי ערהאלטן די בריוו אין וואס כרוסטשאוו בעט אז מען זאל פארהאנדלען. און אז רוסלאנד איז גרייט צו אוועקנעמען די מיסלס אויב אמעריקא זאגט צו נישט צי אינוואדירען קובא. 

אבער איין טאג דערנאך (אקטובער 27) האט קענעדי ערהאלטן א פרישע בריוו אין וואס כרוסטשאוו באשולדיגט און דריקט זיך אויס שטרענג און פארלאנגט פון אמעריקא שטרענגערע זאכן. ‏

‏די בריוו וואס איז אנגעקומען די צווייטע קיין וואשינגטאן איז באמת געווען די ערשטע בריוו וואס רוסלאנד האט געשיקט. און ס'איז געווען שארפער און מער שטרענג. 

וואס איז דא פארגעקומען? 
אט ליינט.‏

די מעשה אינטער די צומישעניש פון די צוויי בריווען איז ווי פאלגענד.

אויף אקטאובער 25, האט א טע"ס ריפארטער (וואס איז בעצם געווען א KGB שפיאן פאר רוסלאנד) אינטערגעהערט א שמועס פון צוויי אמעריקאנע ריפארטערס אין וועלכע איין ריפארטער האט געזאגט פארן צווייטען אז ער פליעט שפעטער נאכמיטאג קיין פלארידא כדי צו זיין צוזאמען מיט די ערשטע טרופען וואס גייען מארגן (אקטאובער 26) אינוואדירען קובא. ‏

דער ריפארטער (שפיאן) הערענדיג אז אמעריקא גייט מארגן אינוואדירען קובא, האט‏ ער גלייך געמאלדן דערוועגען פאר די רוסישע אמבאסעדע אין ווואשינגטאן. די רוסישע אמבאסעדע האט גלייך געמאלדן דערוועגען פארן קרעמלין.

כרוסטשאוו האט וועלענדיג אפשטעלען די אינוואזיע באשלאסן אז אפשר לוינט זיך ענדערש צו שיקן א ווייעכערע בריוו צי קענעדי ווי איידער א שארפע באשילדיגונגס בריוו. און ער האט אפגעשיקט די בריוו אין וואס ער בעט קענעדי אויף א אפמאך נישט צי אינוואדירען קובא און אלס אויסטויש וועט רוסלאנד אוועקנעמען די מיסלס.

דערווייל האט דער רוסישער דעפיוטי אמבאסעדער אין וואשינגטאן אנגעהויבען חושד זיין אז מעגליך איז די שמועס וואס דער טע"ס ריפארטער האט אינטערגעהערט ‏איז געווען דירעקט אינטערגעשטעלט כדי צי פאר'נאר'ן די סאוויטען, און ס'הייבצעך נישט אן די גאנצע אינוואזיע.. האט ער (אין א טיפיקעל כיטרע רוסישע קאנטער שפיאנאזש מעטאד - וואס מאכט מיר לאכן יעדעס מאל כ'ליין/דערמאן מיך עס... ) אנגעקלינגען דעם רעפארט וואס האט מכלומר'שט געברויכט אפרייזען קיין פלארידע שפעטער נאכמיטאג, און אים איינגעלאדענט אויף א לאנטש 'מארגן מיטאג' (ווען די מכלומר'שטע אינוואזיע האט זיך געזאלט אנהייבען). און ווען דער ריפארטער האט אנגענומען די איינלאדענונג האט דער רוסישער אמבאסעדער יעצט קלאר געוויסט אז די גאנצע שמועס איז געווען א געזינטע אינטערגעשטעלטע שמועס כדי צו מאכן די רוסן טאנצען, אבער אמעריקא האט נישט אין פלאן צי אינוואדירען קובא.

ער האט שנעל אפגעשיקט די נייע אינפארמאציע קיין רוסלאנד, און דאס האט געמאכט אז כרוסטשאוו זאל שיקן די שטרענגע סטראשענדע בריוו וואס ער האט לכתחילה געהאט אנגעגרייט צו שיקן פאר קענעדי, נישט אינאכט נעמענדיג די צומישעניש וואס דאס גייט פאראורזאכן ביי קענעדי נאכן ערהאלטן די בעטענדע בריוו באקומען די סטראשענדע בריוו (אויך א טיפיקעל געדאנקען-גאנג פון אונזערע רוסישע קרובים...).

ברוב סיעתא דשמיא האט קענעדי באשלאסן אז ער גייט ריספאנדען נאר צי די בריוו וואס ער האט באקומען ערשט (דאס הייסט די בעטענדע בריוו) און ער גייט בכלל נישט דערמאנען די צווייטע בריוו, ווי כאילו ס'איז קיינמאל נישט אנגעקומען. 

פון דארט און ווייטער איז ווי אויסערן האט אזוי שיין אראפגעשריבן.‏
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

שכוח ביידע, אויסערן און שמאטע, זייער אינטערעסאנט
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

זייער אינטערסאנט שמאטע. שכויעך!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח אויסערן מיניסטער פאר די העכסט אינטערסאנטע אינפארמאטיווע ארטיקל!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זיסע פרט, שמאטע!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

צייטליך האט געשריבן: זייער אינטערסאנט שמאטע. שכויעך!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”