וואס באדייט די קאלירען אויף א פייער פאמפ?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

וואס באדייט די קאלירען אויף א פייער פאמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אין די סעריע פון: "זאכן וואס כ'בין היינט געוואויר געווארען"

כ'בין געוואויר געווארן אז די קאליר פון די פאמפ מיינט פאקטיש עפעס!


איינע פון די ערשטע זאכן שוועריקייטען וואס די פייערלעשער האבן ביים אנקומען צי א פייער סצענע איז צי טרעפען די ריכטיגע וואסער סופליי וואס זאל קענען צושטעלען די נויטיגע מאס וואסער זיך צי קענען ספראווענען מיטן פייער. צום ביישפיל: א קאר פייער פארלאנגט ווייניגער וואסער כדי עס צי פארלעשען ווי א ברענעדיגע בנין. די פייערלעשער האבן זיך זייערע וועגען וויאזוי צי האשטימען די קוואנטום פון וואסער וואס וועט אויספעלען צי פארלעשען סיי וועלכע פייער.

דא קומט אריין די קאליר פון די פאמפ'ס. די קאליר פון א פאמפ זאגט פארן פייערלעשער אויב די ספעציפישע פאמפ וועט קענען צישטעלען די נויטיגע פאדערונג זיך צי ספראווען מיט די ספעציפישע פייער. און דורכ'ן זעהן די קאליר קען דער פייערלעשער מאכן די נויטיגע באשלוסען אין געציילטע רגעים. אנשטאד אוועקגעבען אפאר טייערער - און צומאל קריטישע -  מינוטען מיטן אויסגעפונען וואספארא סארט פאמפ דאס איז.

ווען די פייערלעשער זוכן אויף די ריכטיגע וואסער סופליי צי ניצען אויף צי באקעמפען א פייער, וועלען זיי קוקען אויף GMP. דאס הייסט וויפיל גאלאנען וואסער קען ווערען געשיקט דורך די סארס אין איין מינוט. די ציפערען גייען פון אינטער 500 גאלאן א מינוט, ביז אזוי הויעך ווי איבער 2500 גאלאן א מינוט(!).

אין רוב שטארק באוואוינטע געגענטער (א שטייגער ווי ניו יארק סיטי) קומט די וואסער פון רעזערווארען און טייכען וואס געפינען זיך היבט ווייט פונעם געגענט. די וואסער ווערט ציגעשטעלט דורך פאמפס וואס שלעפען/שטופען די וואסער דורך א סיסטעם פון גיגאנטישע פייפס העכער און אונטער די ערד. פון דארט ווערט די וואסער ציגעשיקט צי די בנינים, דערנאך צי די פריוואטע הייזער אין די געגענט.

יעדע וואסער סיסטעם איז אינטער די אויפזיכט פון די "וואסער דיסטריקט", וואו רוב וואסער ווערט פארניצט פאר טאג טעגליכען געברויך (טרינקען, קאכן, וואשען, וכד'). ווען ס'מאכט זיך חלילה א פייער איז די וואסער דיסטריקט מחיוב צי צולאזן די פייערלעשער זיך צי באניצען מיט די וואסער פון די געגענט, וואס דאס ווערט ערמעגליכט דורך די פאמפס וואס געפונען זיך אויף די גאסן.

למעשה ווי געשריבען איז דא א געוואלד מיט פארשידענע סופליי סיסטעמען, וועלכע קענען צישטעלען פון 1 ביז איבער 2000 גאלאן א מינוט. און דעריבער כדי עס צי מאכן גרינגער פאר די פייערלעשער צי אידענטיפיצרערן וועלכע סיסטעם ס'וועט צישטעלען די נויטיגע סכום וואסער האט די "ען.עף.פי.עי" (NFPA) די "נאציאנאלע פייער פראטעקשאן עידשענסי" רעקאמענדירט אז פייער דעפארטמענטס און וואסער דיסטריקטס זאלען נאכפאלגן א אייניגע אוועקגעשטעלטע סיסטעם פאר קאלירען.

אין די רעקאמענדעשאן באקאנט אלס "ען.עף.פי.עי-291" איז פארגעשלאגען געווארען אז א פאמפ וואס נעמט די וואסער פון א "פאבליק וואסער סופליי סיטעם" זאל די פאמפ חלק געפארבט ווערען "ברוינליך-געל", און די קעפעל פונעם פאמפ זאל געפארבט ווערען לויט די מאס גאלאן וואס דאס קען צישטעלען אין א מינוט. אינטער 500 גאלאן זאל זיין 'רויט', פון 500 ביז 999 זאל זיין 'אראנדש', 1000 ביז 1499 זאל זיין 'גרין', און 1500 און העכער זאל זיין 'בלוי'.

אויב די פאמפ נעמט נישט די וואסער פון א פובליק סופליי סיסטעם, למשל א קליינע געגנט, אדער א קאנדאמיניום, זאל די פאמפ זיין א צווייטע קאליר וואס דאס זאל אנצייגען אז דאס איז נישט פון די פובליק סיסטעם, די "ען.עף.פי.עי" האט פארגעשלאגען די קאליר 'רויט'.

די "או.עס.עיטש.עי" (OSHA) אדמיניסטראציע האט פארגעשלאגן נאכמער, אז א פאמפ וואס סופלייט "אומניצבארע וואסער" (וואס איז נישט געמאכט צי טרינקען) זאל זיין גאר א דריטע קאליר. און א פאמפ וואס איז אומבאניצט זאל געפארבט ווערען שווארץ, אדער איבערציען דערויף א שווארצע בעג.

די "גאלאן פער מינוט" איז נאר איינע פון צוויי חלקים וואס שפילען א ראלע אין וואסער סופליי. די אנדערע חלק איז די "פרעשור", באקאנט מיט די נאמען  "פי.עס.איי" (PSI) "פ'ונט פער ס'קווער א'ינטש". די מינימום פרעשור וואס א פאמפ דארף פארמאגן איז 20 פונט פער סקווער אינטש (20 PSI). די "ען.עף.פי.עי" רעקאמענדירט אז אין פאל ואס די פאמפ שטעלט נישט צי 20 פונט פער סקווער אינטש זאל עס ארויסשטיין אויפן פאמפ און אויפן קעפל פונעם פאמפ.

די "ען.עף.פי.עי" באשטימטע נומערען איז נישט קיין "געזעץ" נאר א "פארשלאג" צי וואס רוב סיסטעמען שטעלן זיך צו. אין 2005 האט "Firehouse.com " דורכגעפירט א פאול וואס האט אויסגעפרעגט פייערלעשער אויב זייער דעפארטמענט ארבייט לויט די "ען.עף.פי.עי" קאלירן. 47% האבן געענטפערט אז זיי ארבייטען לויט די "ען.עף.פי.עי" קאלירן, 44% האבן געענטפערט אז זיי ארבייטען נישט לויט די ""ען.עף.פי.עי" קאלירן, און 8% האבן געזאגט אז זיי האבן נישטאמאל קיין פאמפס אין זייערע געגענטער, נאר אין פאל פון א פייער חלילה האבן זיי טראקס וואס ברענגען וואסער פון ארימיגע סארסעס און ברענגען עס צום סצענע.

די "ען.עף.פי.עי'ס" סיסטעם איז למעשה נישט די איינציגסטע. געוויסע געגענטער האבן זייער אייגענע סיסטעם פון קאלירען. א שטייגער ווי די "מארעגא-ארינדע קאליפארניע פייער דיסטריקט וואס ניצט די ""ען.עף.פי.עי" קאלירן פאר די אויבערשטע חלק פונעם פאמפ, אבער צי דערצי פארבן זיי די קעפל פונעם פאמפ לויט די סכום פון וויפיל "פרעשור" דימ פאמפ שטעלט צי.

סוי, ווען איר זיצט אויפ'ן גאס פארענט פון אייער דירה, און איר זענט לאנגווייליג, איז נישט קיין גוטע געדאנק צי אויסניצען די צייט מיטן אנפארבען די פאמפ'ס לויט אייער גיסטע..... אויב איר זענט דוקא יא אינטערסירט דערין, זאלט איר נישט זיין סורפרייזט אז איין טאג וועט מען קלאפען צי נ'ייך אויפ'ן טיר און מ'וועט אייך איינמעלדען אז על אף וואס איר האט אזוי שיין געמאלעוועט איז עס אבער נישט עפריצ'יעטעד.

#ראה היזהרנכם...
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

שמאטע!
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4244
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

Green די ביסט פין 1000 אין ווייטער,
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ס'ארא טערעסאנטע זאך!! איז דאס ביי אונז אין שטאט אויך?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

זייער אינטערעסאנט צו הערן, למעשה איז דא זייער אסאך פאמפס אן קיין קאליר א שטייגער ווי אין די סיטי.

נאך איין זאך פארוואס א פאמפ איז געמאכט געווארן, כדי צו טיילן טיקעטס גראדע פאר דעם צוועק דארף עס נישט קיין שום קאליר
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע:ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

שמאטע געוואלדיג
איין הערה, די וואסער אין סיטי ארבעט נישט מיט קיין פאמפס נאר מיט גרעוויטי
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שמאטע געוואלדיג

טענקס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן: זייער אינטערעסאנט צו הערן, למעשה איז דא זייער אסאך פאמפס אן קיין קאליר א שטייגער ווי אין די סיטי.


ווייסעכניש, רוב פאמפס האבן דא א אראנזשע קאליר, נישט ממש אויף די פאמפ באט אויף די קאר דערנעבן


----
און שמאטא געוואלדיג אווי תמיד!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אינפארמאציע וואס מיר האבן קיינמאל געוויסט. זייער אינטערעסאנט, א דאנק.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3950
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

מחותן האט געשריבן: שמאטע געוואלדיג

טענקס.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח 'שמאטע'.

דעם זומער האט מען איבערגעפארבט אלע וואסער פאמפס אין סאוט פאלסבורג, איך האב געמיינט עס איז סתם פאר שיינקייט, זענען די קאלירען טאקע בכונה?

דא האט איר בילדער:
אטעטשמענטס
fire 2.jpg
fire.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אינטערסאנטע אינפארמאציע! אבער כ'מיין אז דא אין NYC גייט עס נישט ממש אזוי, חוץ אויב 90 פראצענט פאמפס ארבייטן די זעלבע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אין נ.י. סיטי איז ארויסגעקומען קאלאר קאודינג ריקווייערמענטס אויף די סיסטעמס אין די בילדינגס אנגעהויבן ביים סייעמיז קאנעקשן א דריי פיר יאר צוריק. ביז 2008 האט די סיטי בכלל נישט אנגענומען דעם ען עף פי עי
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך בין געווען היינט אין אפסטעיט און געזען געלע-רויטע פאמפס, איך האה אריינגעטראכט צו די קאלירען מיינען עפעס, אדער איז עס סתם שרייענדיג אז מען זאל עס שנעל באמערקן, למעשה דריי איך מיר דא ארום אין די ווינקלען און איך באמערק די אשכול, איז עס נישט א סימן פון תורה לשמה?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זייער אינפארמאטיוו.


איין פיצי הערה נאר, די וועג צו מעסטן איז GPM -ג'אלאן פ'ער מ'ינוט, און נישט GMP
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע:Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פיצי קעפעלע האט געשריבן: http://www.firehydrant.org/info/hycolor.html


זייער שיין, קומט אבער נישט צו צו א שמאטע ארטיקל..
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

קודם שכח שמאטע! נישט אפי' געטראכט פין אריין טראכטן אין די קאלירן

פיצי קעפעלע האט געשריבן: http://www.firehydrant.org/info/hycolor.html

אינטרעסאנט, נישטא דארט קיין געלע טאפס
Screenshot_2016-08-19-14-50-51-1.png


בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”