עובר אורח האט געשריבן:אלף בית האט געשריבן:מיללער האט געשריבן: דער קאסאניער רבי האט געלערנט אין סיגוט אין די ישיבה פון הייליגן ייטב לב,
אגב, איז אינטערסאנט אנצוגעבן אז דער טאהש'ער רבי זי"ע האט געהאט 3 איידימ'ער אלע זענען געווען תלמידים פונעם ייטב לב'ס ישיבה, ה"ה, הרה"ק רבי יהוסף ראטטענבערג מקאסאן, הרה"ק רבי מנחם בראדי פון קאלוב און הרה"ק רבי דוד מנשה ראטטענשטיין, זי"ע.
איך מיין אז ער האט געהאט א פערטע איידעם אויך, ער האט געהייסן כהנא.
און כפי ידיעתי האט דער קאסאניער נישט געלערנט אין סיגוט, נאר געפארן צו אים אלס חסיד, אזוי ווי אנדערע שרייבן שוין דא.
עס דארף זיך שוין גארנישט דאכטן...
מען קען נאכקוקן אין דעם נייעם ספר לתולדות חייו. עס איז א וואונדערליכע ארבייט.