מעג מען בעטן טייערע פרייזן אין די וועלט אריין? ..

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

מעג מען בעטן טייערע פרייזן אין די וועלט אריין? ..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

מעג מען בעטן טייערע פרייזן אין די וועלט אריין? להלכה

אזויווי איך האב באמערקט א שטרענגל איבער בעטן ביליגער ווי די מארקעט פרייז "להלכה", וויל איך אויך הערן פון די בעלי תריסין וואס טוט זיך מיט בעטן טייערער ווי די מארקעט, צום ביישפיל גראסעריס אדער האלסעילערס וואס בעטן פאר געוויסע פראדוקטן אין דער וועלט אריין..

א קורצע תקופה ווען די ווייץ שניט איז געווען מאגער און אויסגעשלאגן, איז די פרייז פון מעל ארויף, צו דער זעלבער צייט האבן אונזערע חטאים גורם געווען אז אויך די צוקער שטאנגען האבן געהאט א שווערן ווינטער, איז די צוקער אויך ארויף, מיט די כוח פון ביידע פאקטארן זענען די בעקערייען ארויפגעשאסן מיט די פרייזן ווי מיט א שאטל, אן קיין גבול, נישט לאנג נאכדעם איז צוקער אראפ, און אויך די מעל האט גענומען טראסקענען ווי אן אוואלאנש, אבער די בעקערייען און גראסערייען זענען געבליבן שטאל פעסט מיט די הויכע פרייזן, אזוי אויך זענען דא פיל געשעפטן פון אלע סארטן וואס בעטן פרייזן לויט ווי די די גוסטע שלאגט זיי פאר, ולית מאן דימחי בידייהו, וויל איך וויסן אויב איז טאקע נאר א פראבלעם ווען איינער ברענגט אראפ די פרייזן, אדער אפשר איז כדאי אויך מעיין צו זיין צו איז דער ענין פון זיין "מייקר את השער" אויך עפעס אן עולה..
שנהי' ל ראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

הרב מעיאר, אט דאס הייסט גענוצט דעם קאפ!!! (ווייל איך טענה דאס שוין פון לאנג...)
למשל קדם, וואס קען פארקויפן פאר שאפרייט פאר אזוי ביליג אז זיי קענען עס פארקויפן פאר $1.99 , ווער זאגט אז זיי האבן א רעכט צו בעטן פון שמשים און היימישע סטארס איבער פיר דאלער? איז עס נישט בגדר מייקרי שער?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

ביי די פלייש קומט עס אויך פאר, מקומות ווי אידן האבן א אויסוואל נישט צו ניצען די היימישע פלייש ריקט מען אראפ די פרייז
און ביי אינז מיז מען צאלן טייערער ווייל די מיזט דאך ממילא דעס קויפן בלית ברירה

די פלייש יאטקע טענה'ט אז נאר אזוי באלאנסירען זיי זייער אינקאם, אז ביי אינז איז עס טייער און אין די פרעמד ביליגער.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

לענ"ד איז נישטא מער אזא זאך ווי מייקר השער. היינטיגע צייטן איז א גלאבעל אקאנאמי און קיינער קען נישט קאנטראלן די מארקעט. טאמער איז קדם צו טייער האסטי א ברירה צו קויפן טרויבן און אליינס אויסקוועטשן און מאכן גרעיפ זשוס. איי ס'האט נישט אזא גוטע טעם ווי קדם? האסטי א ברירה צו צאלן און קדם איז בארעכטיגט צו טשארזשען די מערסטע וואס זיי קענען. זייער גרעיפ זשוס איז גוט ווייל זיי האבן אסאך אינוועסטעט דערין און זיי מעגן פארדינען אויף זייער ארבעט וויפול זיי ווילן.
די זעלבע איז מיט אלע מינים עסן. פלייש איז טייער? לערן דיך הלכות שחיטה, קויף א טשיקען און מאך עס אליין כשר. ס'מאכט א שמוץ? פארפאלן, טאמער ווילסטי זיין באקוועם זאלסטי צאלן. קיינער איז נישט מחיוב צו לייגן א פינגער אין קאלט וואסער פאר אומזיסט.
קליידער, היטן און שיך זענען טייער? קענסט גיין צו טארגעט, וואלמארט און נאך און קויפן ביליגע קליידער. טאמער ווילסטי דוקא א געוויסע סטייל וואס איז פאפיולער און וומ"ס, ב.פ. קענסטי צאלן אבער פארלאנג נישט אז א צווייטער זאל דיר עס צושטעלן און די וועסט אפמאכן וויפול ער מעג פארדינען.

א באנדע ספאילד חברה. גייטס ארבעטן וועט איר פארשטיין וואס מיינט בזיעת אפיך תאכל לחם/בנפשו יביא לחמו. רוסלאנד האט פראבירו צו קאנטראלירן די פרייזן און קיינער איז נישט געווען אינטערעסירט צו ארבעטן. טאמער וועט מען נישט אויפהערן מיט די שטיק וועט די עסן אינדארסטרי אויסקוקן ווי דירות ווי אסאך אידן ווילן נישט בויען / פארדינגן פאר אידן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

דו פסקנסט מיט סברא?
און בכלל מען קען דיין סברא אפפרעגען
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן: דו פסקנסט מיט סברא?
און בכלל מען קען דיין סברא אפפרעגען


נו אדרבה, לאמיר הערן וואס די האסט צו זאגן און מיט א משא ומתן אין דעם ענין עמיר ארויסקומען מיט א ברירות וואס מ'האט צו טון הלכה למעשה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך בין אביסל באקאנט אין די היימישע ריטעיל אינדוסטרי. די וואס זענען באקאנט ווייסן, אז אויב למשל דער גראסערי בעט בטעות 5 טאללער פאר א באטעל מילך, וועלן עס 90 פראצענט ציבור עקסעפטן. איז מה יעשה הבן שלא יחטא.

דער פראבלעם איז, אז רוב ציבור קוקט קיינמאל אויף פרייזן. מען קוקט אויף קאנוויניענס און קאסטומער סערוויס.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

דריידל, איך האב א בעסערע עצה ווי אויסקוועטשן א הענגעל טרויבן, איך גיי צו בינגא און איך צאל 30 פערצענט ביליגער ווי מיין געווענדליכע גראסערי, דו זאגסט ס'איז היינט א אופען מארקעט? איך נעם טאקע גוט עדווענטידש פון עס,
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”