וועד ארבע ארצות

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

וועד ארבע ארצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך מאך אויף דער אשכל, נישט ווייל איך האב וואס צו פארקויפן אין דער נושא, נאר ווייל איך האב אסאך שאלות אין דער נושא. איך האב לעצטענס באמערקט אז אלעס וואס איך ווייס איבער די וועד ארבע ארצות איז דמיונות און זאכן וואס איך בין נישט זיכער צו עס איז ריכטיג. אשר על כן מאך איך אויף דער אשכל און איך בעט ביי מיינע ידידים חברי הקרעטשמע זאל באשרייבן דא.

וועלעכע תקופה איז עס געווען?
וועלכער געגנטער זענען געווען אונטער די וועד?
ווער און פארוואס האט מען עס געגרינדעט?
וועלכע רבנים זענען געווען חברים אין די וועד?
ווי אזוי איז מען אויפגענומען געווארן צו דינען אויף די וועד?
וואס איז געווען די וועד'ס אויפגאבע?
וואס זענען געווען זייערע אויפטוענגען?
איז געווען התנגדות צום וועד?
ווען און פארוואס איז עס צופאלן געווארן?

און נאך. . .

התכבדו!

.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך בין נישט באקאנט מיט די ענטפערס אויף אייערע שאלות הרב לעווי, אבער גוגל מיין חבר האט מיר צוגעוויזען אויף די פאלגענדע לינקס.

וויקיפידיה העברית
אינציקלופידיה דעת
מאמר תעודת היהודים בספר דעת לנבונים.
פנקס ועד ד' ארצות למכירה
אטעטשמענטס
Pinkas.jpg
Pinkas.jpg (122.5 KiB) געזען 5752 מאל
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

די וויקיפידי' און די אינצקלופדי' ווארפן גאר א שוואכע ליכט אויף די גאנצע נושא, און עס פארענטפערט ווייניג פון מיינע שאלות.

לויט ווי עס זעהט מיך אויס איז די וועד ארבע ארצות צום ערשט געשאפן געווארן אלץ א פאליטישע ארגעניזאציע, ארויס צו העלפן די אידשע קהלות און אנצוקנופען באצואינגען מיט די דעמאלטס'דיגע מלוכות און פריצים וכדומה. שפעטער איז עס געווארן אויך א רבנישע ארגעניזאציע. בין איך גערעכט? אויב יא דאן ווען און ווי אזוי איז דער טויש צושטאנד געקומען, און פארוואס?

ווי אויך דאס אפטיילונג פון די ליטווישע קהלות פון די וועד זעהט מיר אוסי צו האבן געווען א גרויסע געשעעניש אבער עס ווערט נישט ברייט באריכטעט דארט. ווער וויייסט וואס איז פארגעקומען דארט און פארוואס עס איז געשעהן?

.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
books

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך books »

ליין איבער דעם אביסל אין דער JewishEncyclopedia מער באריכות.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

עס איז גאר אינטרעסאנט אבער עס האט אויך זייער זייער ווייניג אינפארמאציע. איך זעה אז אויב עס וועט זיך קיינער נישט אנרופען וועט מען מוזן גיין צו א לייברערי אדער ערגעץ אנדערש.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שוועמל,
דא האט איר אן אשכול איבער אייער שאלה דא .

שוועמל האט געשריבן: אזויווי אונזער פריינט הרב ביקסאד שליט"א האט געפרעגט איבער א תקנה פון די וועד ארבע ארצות (התגלחות בנשים נשואות), האב איך געקלערט עפענען א באזונדער נושא איבער די אויפקום פון די וועד, אירע מיטגלידער, אויפטוען און אויפלעזונג.

לויט וויפיל איך האב גענאשט איז די וועד אויפגעקומען פאר בערך 430 יאר צוריק בתקופת המהרש"א אין די מזרח אייראפעאישע ארצות ווי פוזנה, רייסן, ליטא, לובלין, ווילנה, וואהלין. אין די שפעטערע יארן האט זיך ליטא אפגעטיילט פונעם וועד דערפאר האבן זיי נישט אנגענומען די תקנות וואס זענען געמאכט געווארן דורכן וועד.

בהמשך פון די יארן האבן זיך אנגעשלאסן אינעם וועד מער אדער ווייניגער ארצות און די נאמען האט זיך געטוישט לויט וויפיל לענדער ס'יז געווען, אנהויב 3 ארצות, דערנאך 5, דערנאך 4 וככה הוסיף או פוחת ביז ביי איין פונקט האט מען געלאזט דעם נאמען 'וועד ארבע ארצות' אפגעזען פון וויפיל ארצות זענען פאקטיש געווען אנגעשלאסן אינעם וועד.

די סיבה פאר איר צושטאנדקום איז אנגעגעבן כדי צו צוזאמהאלטן די אידישע רעכטן כלפי רעגירונגס אנגעלעגענהייטן וכדומה. ווי אויך האבן זיי באקומען די אידישע אויטאריטעט צו שאפן תקנות, אויפנעמען רבנים וכדומה מיט א לעגאלע שטאנדפונקט.

עס האט אנגעהאלטן בערך 200 יאר ביז עס איז אויפגעלעזט געווארן.

המשך יבא אי"ה
ווער עס וויל קען אנטייל נעמען.
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

שוין צייט iוועלט זאל האבן אן אריכות בנידון. פארוואס און וויזוי איז עס צושטאנד געקומען, ווער איז געשטאנען דערונטער, איזה תקנות תיקנו, ווען איז עס בטל געווארן, התחשבות הפוסקים לתקנותיהם, וכו' וכו'
ווער נעמט דאס ווארט? דער עולם וויל הערן. ואו זענען אונזערע חשובע היסטאריקער? פתח פיך ויאירו דבריך
איר ברויכט נישט וויסן אלס, וואס איר ווייס, שרייבט
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2440
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ווי קען מען טרעפן די 'תקונת וועד ארבע הארצות'?

(איך וויל עפעס נאכקוקן דארט)

ייש"כ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

אינמיטען א געוויסע פארש ארבעט איז מיר אויסגעקומען צו ליינען עפעס פרטים אויף דעם ואלו הן:

- וועד ארבע ארצות האט געהאט גאר א שטארקע און זעלטענע כח און פיר לענדער, פוילן גדול, פולין קטן, רוסלאנד, וואהלין (אוקריינא)
- אויף געוויסע זאכן האבן זיי אויך געהאט א כח אין מדינת ליטא.
- ס'איז געגרינדעט געווארן סוף ר' יארן אין דער תקופה פון הגאון ר' יעקב פולק זצ"ל (נפטר שנת ר"צ) ער האט מייסד געווען אסאך ישיבות אין פוילן.
- עס איז אנגעגאנגען בערך 250 יאר ביז דער ממשלה האט עס מבטל געווען אין שנת תק"ל בערך.
- זיי האבן געמאכט אסאך תקנות, ס'איז אנגענומען אויפן וועלט אז זיי זענען דער וואס האבן מתקן געווען תקנת "הכשר" כדי צו פארקויפן א פראדוקט דארף עס האבן א הכשר פונעם רב - בעל מכשיר.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2440
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן: ווי קען מען טרעפן די 'תקונת וועד ארבע הארצות'?

(איך וויל עפעס נאכקוקן דארט)

ייש"כ

איז דא ערגעץ ווי מ'קען טרעפן די תקנות געשריבן/געטייפט,
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

פאר'מוח'ט האט געשריבן: - זיי האבן געמאכט אסאך תקנות, ס'איז אנגענומען אויפן וועלט אז זיי זענען דער וואס האבן מתקן געווען תקנת "הכשר" כדי צו פארקויפן א פראדוקט דארף עס האבן א הכשר פונעם רב - בעל מכשיר.

מנין לך זאת?
הגשרים האט זיך אנגעהויבן הערשט אין די ת״ר יארן.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

איטשע האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן: - זיי האבן געמאכט אסאך תקנות, ס'איז אנגענומען אויפן וועלט אז זיי זענען דער וואס האבן מתקן געווען תקנת "הכשר" כדי צו פארקויפן א פראדוקט דארף עס האבן א הכשר פונעם רב - בעל מכשיר.

מנין לך זאת?
הגשרים האט זיך אנגעהויבן הערשט אין די ת״ר יארן.

ס'איז נישט פארהאנען קיין קלארע מקור עכ"פ ווי ווייט איך ווייס, אבער אזוי איז משמע בספרים, ועיין בספר בית ועד לחכמים (עמוד שצב) פרק א' הכשר והשגחה ושם בהערה אות ו'
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כ׳האב נישט דעם ספר, לייגט ביטע ארויף א קאפי
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

די וועד ארבע ארצות נעמט ארום א ריזן חלק פון די היסטאריע פון כלל ישראל ישראל בארצות אייראפע.
די סוף פון יענע תקופה האט זיך אנגעהויבן מעהר ווייניגער בתחלת תקופת התפשטות החסידות.
די נשיאי הוועד האבן געהאט א מורא'דיגע כח סיי תורה'דיג, און אזוי אויך מצד די קעניגרייך וואס האט זיי געגעבען א פרייען האנט להורות ולדון כפי דת תורתינו הקדושה.
איך וואלט געקלערט צו אנהייבן מיט די נעמען פון די ראשי גולת אריא-ל, די גדולי ישראל וואס זענען געשטאנען בראש פונעם וועד.
פון די גאהר בארימטע נשיאים פונעם וועד איז געווען ר' איציקל האמבורגער, (חותנו של הרה"ק ר' מנחם מענדיל מלינסק זי"ע, אביו של הרה"ק מראפשיץ זי"ע), וואס איז געשטאנען בראש הוועד פאר א לענגערע תקופה.

***
ובכניסתו מה הוא אומר..
איך וויל אויסדרוקן א הערצליכן יישר כח פאר די הנהלה מנהלים אחראים ולכל הקהל פאר זייער כסדרד'יגען הפלא'דיגן ארבעט ליהנות את הציבור.
איך האף במשך הזמן צו קענען מהנה זיין דער גאנצער 'עולם' דא מיט 'ידיעות שונות' ומשונות, כמה דמטי לידן, בעזר הבורא יתב' ויתע'. ויה"ר שלא יצא שום טעות ומכשול מתחת ידינו.
ה' ישמור צאתנו ובואינו מעתה ועד עולם אכיה"ר.
שפרינגער
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגער »

איין תקנה וואס איך ווייס זיכער אז ס'איז פון דארט איז אז פרויען זאלן זיך שערן, איך געדענק נישט קיין מקור.

בנוגע וואס איינער פרעגט דא אז מיר וואוינען אין אמעריקע, דו שטאמסט אבער פון דארט, און דאס אלעס גייט אן אויף אלע יוצאים אויך עד סוף כל הדורות.
שפרינגער
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגער »

ידיעות שונות האט געשריבן: ובכניסתו בניק החדש מה הוא אומר..
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2440
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ידיעות שונות האט געשריבן: ובכניסתו מה הוא אומר..
איך וויל אויסדרוקן א הערצליכן יישר כח פאר די הנהלה מנהלים אחראים ולכל הקהל פאר זייער כסדרד'יגען הפלא'דיגן ארבעט ליהנות את הציבור.
איך האף במשך הזמן צו קענען מהנה זיין דער גאנצער 'עולם' דא מיט 'ידיעות שונות' ומשונות, כמה דמטי לידן, בעזר הבורא יתב' ויתע'. ויה"ר שלא יצא שום טעות ומכשול מתחת ידינו.
ה' ישמור צאתנו ובואינו מעתה ועד עולם אכיה"ר.

שלום עליכם

מיר האפן צו הנאה האבן פון אייך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

שפרינגער האט געשריבן: איין תקנה וואס איך ווייס זיכער אז ס'איז פון דארט איז אז פרויען זאלן זיך שערן, איך געדענק נישט קיין מקור.

כ"כ בספר שפע חיים מכתבים ח"ה.
אגב דארף מען אויסקלארן אז למעשה מאכט דאס נישט קיין גרויס חילוק, ווי באלד דאס איז א תקנה קדומה שנתפשטה בארצות אשכנז, ויש בזה משום אל תטוש, ובכל אופן אין כאן מקומו להאריך, ובאתי רק להעיר.
אגב איז כדאי צו וויסן, איז דא אן אשכול אויף דעם ?

שפרינגער האט געשריבן:
בנוגע וואס איינער פרעגט דא אז מיר וואוינען אין אמעריקע, דו שטאמסט אבער פון דארט, און דאס אלעס גייט אן אויף אלע יוצאים אויך עד סוף כל הדורות.

די נושא איז לכאורה היבש פארנעפלט ביי רוב ציבור, און למעשה איז עס דבר הנצרך לכל אחד צו פארשטיין ווי אזוי די מסורת התורה ארבעט, און וויאזוי ס'איז איבער געגעבן מדור לדור, און דאס נעמט אויך אריין דאס אויבנדערמאנטע ערשיינונג ווען אידן ציען זיך אריבער ממקום למקום, כמבואר בש"ס פסחים פ' מקום שנהגו, ועוד.
בסייעתא דשמיא האפט מען אמאל צו צוקומען צו דעם.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אגב די תקנה פון שערן ווערט דערמאנט בשו"ת חת"ס יו"ד סי' קצ"ה אלס א מנהג ישראל קדמון, אהן א מקור.
לעצט פארראכטן דורך ידיעות שונות אום מיטוואך מארטש 07, 2018 5:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7130
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שפרינגער האט געשריבן: איין תקנה וואס איך ווייס זיכער אז ס'איז פון דארט איז אז פרויען זאלן זיך שערן, איך געדענק נישט קיין מקור.

בנוגע וואס איינער פרעגט דא אז מיר וואוינען אין אמעריקע, דו שטאמסט אבער פון דארט, און דאס אלעס גייט אן אויף אלע יוצאים אויך עד סוף כל הדורות.

און די זעלבע איז פאר די תימנע/ספרדישע/יעקישע וואס האבען זיך איינגעגלידערט אין סאטמאר איז זיי אויך פעליג אז זיי זאלען זיך פירען אזויווי פון וואו זיי קומען?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

צו געזונט האט געשריבן:

די שאלה גייט אהן ביי אלע עניני מנהגים והנהגות נישט בלויז אויף די אויבענדערמאנטע.
ס'איז א נושא לאנג און ברייט, און אויף למעשה דארף מען פרעגן אויף יעדע זאך באזונדער, אבער בשורש הדברים האט עס זיכער א שטארקע מקום, ווי די אויבענדערמאנט גמ' אין פסחים, וואס מרעדט דארט אויך ארום איבער מקבל זיין די חומרי המקום. און די לעצטיגע פוסקים זענען דן איבער דעם ענין אז די קהלות אין אמעריקע האבן א דין ווי א זעלבסט שטענדיגע שטאט בימים הקדמונים.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אין שו"ת מנחת יצחק ח"ד סי' פ"ג איז ער מאריך בענין מנהגים, און איך מיין אז ער פירט אזוי אויס למסקנא אז א קהלה האט א דין ווי א שטאט און ס'דא א חיוב צו מקבל זיין די מנהגים, ולא ישנה מפני המחלוקת.
כמדומה לי אז אין שו"ת אגרו"מ אויך דא א שמועס איבער די איסור פון לא תתגודדו, לא תעשו אגודות אגודות (עי' בשו"ע סי' תצ"ג), אז אין צוויי קהלות אין איין שטאט איז נישטא קיין איסור, און דארט קומט אויך אריין די נושא וואס איז די הלכה בימינו במדינת אמעריקע ווי ס'איז געווארן איין גרויסע מיש מאש פון אלע סארט קהלות מנהגים וכו'.
די נושא ווערט לכאורה דערמאנט אין נאך פיהל ספרים, צוליב וואס די שאלה איז שטארק נוגע כנ"ל, ומאפס הפנאי האב איך נישט יעצט די צייט צו אפיר זוכן.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7130
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שטעלט זיך עס אויס, אז אויב איינער וואס דארט פלעגט מע זיך שערן און ער ציהט זיך, לאמיר זאגען קיין וואשינגטאן הייטס, דאן איז ער פריי פון די תקנה, אדער נאר וויאזוי אנדערע שרייבען עס פאר... אז ביי מיר ברויך מען זיך שערן, ווייל דאס איז דא די תקנה, אבער אויב ציהט מען זיך אוועק דאן ברויך מען אויך צוליב וואס יענעמס עלטערן פירען זיך אזוי...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ס'איז נישט ממש פארשטענדליך, אבער אויב מען וויל זיך זוכען היתרים איז נישט דא דער פלאץ, דא טוהט מען דורך די נושאים, ודי.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

צו געזונט האט געשריבן: שטעלט זיך עס אויס, אז אויב איינער וואס דארט פלעגט מע זיך שערן און ער ציהט זיך, לאמיר זאגען קיין וואשינגטאן הייטס, דאן איז ער פריי פון די תקנה, אדער נאר וויאזוי אנדערע שרייבען עס פאר... אז ביי מיר ברויך מען זיך שערן, ווייל דאס איז דא די תקנה, אבער אויב ציהט מען זיך אוועק דאן ברויך מען אויך צוליב וואס יענעמס עלטערן פירען זיך אזוי...

כ'מיין ס'וואלט כדאי געווען איר זאלט איינמאל פאר אלעמאל קלאר דורכלערנען די הלכות ביי מנהגים ממקום שיצא משם, למקום שהלך לשם, און איר וועט מער נישט דארפן דאס איבערפרעגן אין יעדן אשכול וואס רעדט פון מנהגים שקבלו אבותינו עליהם ועל זרעם עד עולם.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”