חזנות שטיקלעך אויף חשוף

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

חזנות שטיקלעך אויף חשוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

פארגאנגענעם דאנערשטאג, האב איך געהערט אויף קול סאטמאר ווי איינער לייגט ארויף דערויף ר"ח בענטשן פון יאסעלע, און צום סוף טל יעסיס.
ס'איז גאנץ שיין געווען, ס'נאר א שאד אז ער האט עס נישט געהעריג געזעצט, און ער האט זיך נישט געהעריג אפגעשמועס מיט זיינע באגלייטער.
(טל יעסיס צום סוף איז שוין גראדע אן אלטע איידיע).

אני הקטן פיר זיך שוין עטליכע יאר כולם שוין לטובה, צו אהערשטעלן א פרישער חשוף אויף חנוכה.
אמאל זעץ איך ארויף עפעס א שטיקל, און צומאל קאמפאזיר איך אן אייגענע.

היי יאר האב איך ארויף געלייגט דעם "טיהר ר' ישמעאל" דערויף. וואס לדעתי שטימט עס אויף דעם נאך בעסער ווי אויפן ארגינעלן שטיקל אליינס. (ווייל דארט הערט זיך עס אביסל טרויעריג און ווייטאגליך, אבער דא איז עס הארציג און בעטעדיג).
[איך באנוץ זיך גראדע היבש אסאך מיט די שיינע תנועות פון דעם שטיקל בפרט, און פון קווארטין בכלל. למשל אויף "בקדושה ובטהרה" פון יוצר שבת אינדערפרי, פאסט זייער גוט ארויף דער "וצוה". ס'איז אייזן מיט דעם נוסח. אבל אין כאן מקומו].

וויבאלד די שטימע איז מיר נאכנישט געהעריג אויסקורירט, און איך וועל עס מסתמא נישט קענען געהעריג זינגען. וועל איך עס דא אהערשטעלן.
און אויב איינער וועט עס ערגעץ זינגען (איך וואלט פארגעשלאגן ר' משה לוי ברוין, אבער כ'האב מורא אז ס'איז שוין צו שפעט יעצט) והי' זה שכרי).


חשוף זרוע קדשך = טהר ר' ישמעאל עצמו
חשוף = והזכיר
חשוף זרוע קדשיך = והזכיר את ה' בסילודין

וקרב = ועלה למרום
וקרב = ועלה למרום
וקרב = ושאל ושאל
וקרב קץ הישועה = ושאל מאת האיש לבוש הבדים

עשה נא = ונם לו
למען = קבלו
עשה נא למען למען שמיך = קבלו עליכם צדיקים וידידים
למען שמיך = כי שמעתי מאחורי הפרגוד

עשה נא למען שמיך = כי שמעתי מאחורי הפרגוד
להיות = כי בזאת
להיות לנו תשועה = כי בזאת אתם נלכדים

ואין קץ = אוי וויי ירד והגיד
ואין קץ לימי = ירד והגיד לחבריו אוי יו יו יו
ואין קץ לימי הרעה = ירד והגיד לחבריו מאמר קל

מחה פשע = וצוה
וגם רשע = וצוה
מחה פשע וגם רשע = וצוה הבליעל אוי וויי אוי יו וויי
אוי וויי וגם רשע = להרגם בכח ולאל

מחה פשע = ושנים מהם
אוי וויי אוי וויי אוי וויי = אוי וויי אוי וויי אוי וויי
מחה פשע = ושנים מהם
וגם רשע = הציאו תחילה
אוי וויי וגם רשע = שהם גדולי ישראל


איך קען נישט אצינד ממשיך זיין, ווייל איך דארף לויפן. אבער פון דא און ווייטער איז שוין גרינג (מ'מוז נישט איבערזאגן אזוי סאך מאל אוי וויי).
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

היי יאר האמער ארויפגעלייגט אויף חשוף די 'שמע ישראל' פון לייב גלאנץ
לעצט פארראכטן דורך bailout אום דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2010 10:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

קרן שמואל ישעי' האט היי יאר ארויסגעלייגט א סידי מיט אסאך שטיקלעך אויף חשוף.
אבער אן קיין טראפ מענטשליכקייט, האבן זיי נישט געשריבן ווער וואס ווי און ווען.
אזוי אז איך ווייס נישט ווער עס איז ליפא לויאש, ווער נפתלי אינדיג, יושע ווידער אדער משה יוסף שווארץ.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ווער האט געזינגען פארגאנגענעם מוצ"ק יונים און חשוף אין הופער?
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ר' משה לוי ברוין האט אקארשט געענדיגט זינגען חשוף אויף צור ישראל פון יאסעלע.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

פארשריבן האט געשריבן: ווער האט געזינגען פארגאנגענעם מוצ"ק יונים און חשוף אין הופער?


יונים האט געזינגען קלעצקין פון א"י, און חשוף שמעון לייטנער.
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

איך האב געלייענט די וואך אין דעם יזרעאלי צייטונג "המבשר" (וואס ער האט וועכנטליך אן ערליכן ארטיקל וועגן נגינה) אז אין בעלזא זענען דא צוויי ניגונים אויף מעוז צור וואס זענען צוזאם געשטעלט פון חזנות שטיקלעך, איינע פון זיי איז נאר די שטיקלעך מעוז און יוונים און די אינדערע אינצווישן האט ר' יוסף צבי ברייער פארפאסט על דרך זה
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

טאבאקא האט געשריבן:
פארשריבן האט געשריבן: ווער האט געזינגען פארגאנגענעם מוצש"ק חשוף אין הופער?


שמעון לייטנער.

http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp? ... m_id=16386
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

איינער קען אפשר דא ארויפשטעלן עפעס שיינע שטיקלעך אויף חשוף?

ייש"כ למפרע
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכןאדער טוחן= מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

בימים ההם, אין ראדני תש"מ-נ יאר, געדענק איך א חשוף מיט יאסעלע'ס "אלקי נשמה" (כי ארכה "לנו" ארויף געקוויטשעט אזוי הויך).

אויך אמאל געהערט חשוף מיט יאסעלע'ס "והוא רחום," איי איז דאס א שיינס. ביידע זענען.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
א פרייליך אידל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2016 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פרייליך אידל »

פריילעך אידל האט געשריבן: איינער קען אפשר דא ארויפשטעלן עפעס שיינע שטיקלעך אויף חשוף?

ייש"כ למפרע

רחם בחסדך פון משה גאלדמאן שטימט זייער שיין אויף חשוף
בנצי
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנצי »

ביי אונז איז יונים אויף די רחם פון וויזניץ, און חשוף איז די המשך פון יבנה המקדש
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

סי' דא די באוואוסטע חשוף פון יוסלה, א מורא'דיגע ניגון...

זאגט'ס מיר נישט אז די עוילעם דא קען עס נישט!...

(ר' יואלי רוט האט ארויסגעגעבן א קליפ מיט ווערטער אויף דעם ניגון: "געוואלד טאטעס און מאמעס"..., אויף די פגעי הטכנלוגיה...).
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”