פרנס היום האט געשריבן: פאר די וואס רעדן זיך אפ אז עס נישט דא קיין ביליגע רענטאל דירות פאר נידריגע פארדינערס
דא האט איר ריזיגע דירות שוין עדווערטייזד וואכן לאנג אן קיין רענטערס
דער פארלאנג פאר ביליגע דירות איז נישדא ,יעדער וויל וואינען אינטערן מאמעס פארטוך פאר ביליג רענט , דער מעין סטרים עולם איז נאכנישט רעדי צו גיין פאר ביליג
פאלטער נישט איין אז ס'דא וואס ווילן נישט גיין קיין דזשורסי סיטי?
דאס אנרופן מענטשן וואס ווילן מופן אבער האבן אישוס גארניש צו טוהן מיטן מאמען'ס פארטוך "מאמעס פארטוך פראבלעם", פראווד נאכאמאל און נאכאמאל וואס איך האב געשריבן...
קוק אן הערליך, זיינע פוינטס זענען ארויסגעברענגט נארמאל, קיינעם נישט אראפגעריסן אדער נעמען געגעבן... א מחי' צו ליינען!
און די זעלבע דיסעגרי איך מיטן אנרופן מענטשן נעבעך'ס מיט אומבאהאלפענע... הגם אומבאהאלפן זענען זיי אין א געוויסן זי"ן, זיי זוכן הילף פון אנדערע, אבער פארוואס נעבעכס? אפשר ביסטו די נעבעך ווייל דו קענסט נישט עפארדן רענט אדער קויפן אין וויליאמסבורג? און די גרעסטע ראי איז אז זעלטן וואס רייכע אידן מופן אוועק... ס'טייטש יעדער וויל וואוינען אין וויליאמסבורג, דער וואס קענעס עפארדן בלייבט דא, און די נעבעכס מוזן נעבעך אוועקמופן...
אקעי, יעצט גייט מען אנהייבן דיבעיטן ווער סיז די נעבעך...
מיין פוינט איז, ברענג ארויס דיין קאנסעפט אן אראפרייסן אדער סטעריאוטייפן אנדערע, ווייל געווענליך די וואס זענען ביזי מיט אנדערע ווערן אנגעקוקט אומצופרידן פון זיך...