הלכות נקימה ונטירה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: הלכות נקימה ונטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

Flash light האט געשריבן: סאיז דא תשובה אין מהרש"ג איבער דעם
א שרייבט אז אז א מענטש איז נישט כאבן שאין לו הפכין
אוואדע איז דא גרויסע מדריגות

דענק נישט פינקטלעך די תשובה , נאר א מראה מקום


ער שרייבט נישט דאס. דאס שרייבט דאכט זיך מיר דער חפץ חיים אין שער התבונה פרק ו' (נישט איבערגעקוקט), אז תיכף ומיד ווען יענער טוט אים דאס שלעכטס מעג ער אים צוריקטוהן, די שיעור פון מיד איז נישט קלאר ס'איז דא וואס האלטן יענעם טאג צו יענעם נאכט.

די לשון כאבן שאין לו הופכין זאגט דער חינוך (דאכט זיך.. איך דארף ווען נאכקוקן פארן שרייבן) ביי די לאו פון לא תונו איש את עמיתו, אז תיכף ווען יענער זאגט עפעס מעג מען צוריק זאגן, עס איז נאר א מעלה אז מ'האלט זיך דאן אויך איין וע"ז נאמר ואוהביו כצאת השמש בגבורתו.

דער מהרש"ג'ס עיקר חידוש איז אז נאר ווען יענער האט מונע געווען א טובה פון מיר, ווי דער משל פון דער האמער אז יענער האט עס מיר נישט געוואלט בארגן, אבער טאמער יענער טוט א מעשה רע מעג מען יא צוריקהאלטן א טובה פון יענעם, אבער ער זאגט אליין אז פון חינוך איז נישט אזוי משמע.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: הלכות נקימה ונטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

דייקן האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן: איך געב נישט צוליב'ן מאכן א ראבאקאל, גייט דאס אויך אריין אין כלל?


ער טוט עס דאך [אויך] פאר א מטרה, אז זיי זאלען אויפהערען צו רופען, און נישט [נאר] סתם ווייל זיי האבען עם געטאן עפעס שלעכט.
איך פסק'ן נישט, איך בין נאר מסביר די חילוק.


יעצט זע איך אז אזוי שרייבט די מהרש"ג (ח"ב סי' נ"ג) וואס אנדערע האבען צוגעצייכענט, אז אויב טוט ער עס מיט א מטרה אז יענער זאל אויפהערען עם צו טאן שלעכט איז עס מותר (אויך לויט די חינוך).
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: הלכות נקימה ונטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

מחשב האט געשריבן:
Flash light האט געשריבן: סאיז דא תשובה אין מהרש"ג איבער דעם
א שרייבט אז אז א מענטש איז נישט כאבן שאין לו הפכין
אוואדע איז דא גרויסע מדריגות

דענק נישט פינקטלעך די תשובה , נאר א מראה מקום


ער שרייבט נישט דאס. דאס שרייבט דאכט זיך מיר דער חפץ חיים אין שער התבונה פרק ו' (נישט איבערגעקוקט), אז תיכף ומיד ווען יענער טוט אים דאס שלעכטס מעג ער אים צוריקטוהן, די שיעור פון מיד איז נישט קלאר ס'איז דא וואס האלטן יענעם טאג צו יענעם נאכט.

די לשון כאבן שאין לו הופכין זאגט דער חינוך (דאכט זיך.. איך דארף ווען נאכקוקן פארן שרייבן) ביי די לאו פון לא תונו איש את עמיתו, אז תיכף ווען יענער זאגט עפעס מעג מען צוריק זאגן, עס איז נאר א מעלה אז מ'האלט זיך דאן אויך איין וע"ז נאמר ואוהביו כצאת השמש בגבורתו.

דער מהרש"ג'ס עיקר חידוש איז אז נאר ווען יענער האט מונע געווען א טובה פון מיר, ווי דער משל פון דער האמער אז יענער האט עס מיר נישט געוואלט בארגן, אבער טאמער יענער טוט א מעשה רע מעג מען יא צוריקהאלטן א טובה פון יענעם, אבער ער זאגט אליין אז פון חינוך איז נישט אזוי משמע.


נאר אויף צו מדייק זיין, אין חינוך שטייט אפען נישט אזוי, אבער די מהרש"ג זאגט אז אין די אנדערע פוסקים זעט אויס אז זיי האלטען יא ווי זיין חידוש.
מעיין2
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2011 8:00 am

Re: הלכות נקימה ונטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעיין2 »

דאכט זיך מיר אז סאיז דא א חילוק פון צוריק זאגן עפעס מיט צוריק טוהן עפעס וואס דאס איז א מעשה.
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”