פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: קומט אויס לענ''ד לויט די פסק דין פוינעם דיין שליט''א טוט בינגא אן איסור. און ס'דא א איסור אויף די קונים אויכט אזוי ווי ער איז מבאר אוינעם שיער.

ער האט קלאר געזאגט ביים שיעור אז עס איז נישט דא קיין שום איסור להלכה אויף די קונים צו קויפן אפילו אין א פלאץ וואס איז אפן באיסור. כמבואר בכנסת הגדולה.
פון דיין אוסגעזויגנע איסור פון מסייע ידי עוברי עבירה האט ער אפילו נישט גערעדט.
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: א סעילסמען וואס פארקופט פאר מערערע גראסעריס דא אין ב''פ פאר א געוויסע קאמפעני. לאמיר זאגן למשל אז ס'איז פאר מהדרין, ווייסט בערך וויפעל סעילס די גראסעריס האבן. און לפי חשבונו מיט די סעילס וואס בינגא נעמט יעצט אוועק פון די ביז יעצטיגע גראסעריס. מיינט עס אז אפאר חברה גיין נעבעך מיזען פארשפארען זייערע געשעפטען און פארלירן זייערע ביז יעצטיגע פרנסות. און ער ווייסט אויכעט פון געוויסע וואס סטראגלען שוין יעצט. און פון וועלכע גראסעריס קענען נישט באצאלן פאר די ארדערס. קומט אויס לענ''ד לויט די פסק דין פוינעם דיין שליט''א טוט בינגא אן איסור. און ס'דא א איסור אויף די קונים אויכט אזוי ווי ער איז מבאר אוינעם שיער.

כ'האף אז יעצט איז די עולם שוין קלאר אין וואס איך האב געמיינט. א גוטע נאכט

איך פארשטיי לגמרי נישט וואס איר רעדט.

איעדע מענטש וואס עפענט א געשעפט, גייט זיין קאמפעטישאן אביסל דערלייגן, נישט מעגליך במציאות אנדערש, חוץ אויב קיינער טרעט נישט אריבער די שוועל פונעם נייעם געשעפט.

אוודאי גייט למשל krm פארקויפן ווייניגער מהדרין פראדוקטן, די מציאות קען פשוט נישט זיין אנדערש! מיינט נאך נישט וועגן דעם אז די געשעפט גייט זיך פארמאכן!

און בכלל האסטו אפגעוואנדן דיין עיקר טענה אז די סעילסמאן האט נישט קיין נגיעות, מיט דעם וואס האסט געזאגט אז די סעילסמאן מיט וועט דו האסט גערעדט פארקויפט נישט אין בינגאו. נו, וודאי האט ער א אינטערעסע אונטערצוברענגען בינגאו, ווייל בינגאו איז זכור לטוב מיט דעם וואס ער מאכט אז די אויבערדערמאנטע סעילסמאן זאל דערלייגן געלט און דורכדעם צוברענגען צו אראפלאזן די פרייז פון די דיסטריביוטאר, ליין: סעילסמאן....
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

און בכלל, דעם נביאות אז געשעפטן גייען זיך פארמאכן מוז איך נישט גלייבן.

געשעפטן קענען מאכן בעסער סערוויס (וויכי@, יא?), אדער גאר אויפהערן אויפשרייבן מיט דעליוועריס. ביז פארמאכן א געשעפט איז נאך דא א שיינע פאר עצות.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שטאלצער יוד האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן: קומט אויס לענ''ד לויט די פסק דין פוינעם דיין שליט''א טוט בינגא אן איסור. און ס'דא א איסור אויף די קונים אויכט אזוי ווי ער איז מבאר אוינעם שיער.

ער האט קלאר געזאגט ביים שיעור אז עס איז נישט דא קיין שום איסור להלכה אויף די קונים צו קויפן אפילו אין א פלאץ וואס איז אפן באיסור. כמבואר בכנסת הגדולה.
פון דיין אוסגעזויגנע איסור פון מסייע ידי עוברי עבירה האט ער אפילו נישט גערעדט.

שטאלצער, הער אויס ביי 42 מינוט אריין אין דעם שיער, דערמאנט ער אז ס'איז דא פוסקים וואס אסר'ען אויכט די לוקחים (רוב פוסקים זענען טאקע מתיר) אבער ס'ליגט אויף די רבנים פון שטאט צו גוזר זיין און לייגן א איסור אויף די לוקחים, באופן וואס די געשעפט טיט א איסור. אזוי וואו ס'האבן געטוהן די רבנים אין אלע דורות!

און געדענקט מיר ביטע אפצושיקען מיין צוויי הונדערט דאלער יש''כ!
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

און דעריבער, וויבאלד די רבנים האבן עס נישט גוזר געווען, איז נישט פארהאן קיין שום איסור אויף די לוקחים.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איסר, פליז.. קוק אן ווי כאלו צו שרייבן א תגובה קאסט געלט..

#עצה טובה..
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

זאל יעדער איינער דא אליין הערן וואס ער האט געזאגט.

אזוי ווי איך האב שוין געשריבן און מיין העתקה פון די שיעור

שטאלצער יוד האט געשריבן: ה. אפילו באופן וואס די געשעפט האט זיך געפענט באיסור איז נישטא קיין איסור מצד הלכה צו גיין קויפן דארט, אבער עס איז דא פעלער במשך הדורות וואס מ'האט גוזר געווען אז מ'זאל נישט קויפן דארט.

און איך בין דיר שוין מוחל אויף די $200 וואס דו קומסט מיר.:grin:

א גוטע נאכט. נעקסט קעיס.
לעצט פארראכטן דורך שטאלצער יוד אום פרייטאג אפריל 28, 2017 12:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

גוט געזאגט יעדער זאל עס אליינס הערן! גוטע נאכט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

קודם ב״ה אז די טעמפעראטר האט זיך שוין גענידרט און העכסטנס צום ערגסטענס א צוויי הונדערט דאלערטיגן דין תורה (איך בין גרייט צו זיין שליש עז לאנג עס איז דא פסק געלט)
גאואינג בעק: א גרויס חלק איז תלוי אויב בינגוי נידערט אזוי פיל אז ער דערלייגט געלט אדער נישט.
אויב דערלייגט ער נאר אויף אפאר פראדוקטען לשם עדוערטייזמענט הייט עס אויך אז ער דערלייגט?
אויסערדעם בכלל ״להלכה״ וואס הייסט דערלייגן געלט? אינעם תשובות חת״ס איז משמע אז מען רעדט נאר פון קרן דייקא. איז קרן אויפן פראדוקט אדער אויפן געשעפט? דהיינו לאמיר נעמען דריי פראדוקטן. עדה פאטעיטא סטארטש, יאמטי זשעלי פיש און קמח מאשין מצות אלעס פאר 0.79 א פעקל און יעדע איינס הונדרט טויזענט פעקלעך (אגב איז דאס געווען זיין פרייז אויף די סטארטש) יעצט אויב לעטס סעי ער האט באצאלט האלסעיל 0.69 א פעקל סטארטש 0.49 אויף מצות און 0.59 אויף די זשעלי פיש.אבער כדי צו באקומען די פרייזן מוז ער האבן א ווערהויז לעטס סעי פאר עקזעקטלי די זעלבע צייט לדוגמא דריי חדשים
די דריי חדשים קאסט אף סטארעדזש קאסט פופציג טויזנט דאלער.
די קאסט אף פראדאקטס איז $177,000.
טאטעל קאסט איז $227,000
סעילס טאטעל 300,000 אייטעמס פאר 0.79 איז $237,000
טאטעל קאסט פער פראדוקט קומט אבער אויס א גרויסען חילוק. .50,000 / 300,000 = 16.6 סענטס א פעקל
לפי זה איז א לאסס פון כמעט 7 סענט אויפן סטארטש, ריוח פון 3 סענט אויף די זשעליס און 13 צענט אויף די מצות. מה ההלכה ???
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

Re: פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: הרב צווייפעל, האלט אייך פעסט! און גייט'ס אן מיט אייערע אויפקלערונג מערכה!

ישר כח הרב כ''ץ!
הרב צווייפעל, ממש ווי אייערע דבורים האט הרב כ''ץ גערעדט און זיין דרשה און ס'קומט זיך פארן רב א שטארקע קרעדיט אז ער האט זיך געוואגט צו רעדן א קעגן דעם ריז אן קיין מורא און בושה פון די גאס אשרי חלקו!

א בינגא הצלחה, מיינט אז אנדערע מוזען פארשפארען.

פאר ווער ס'וויל זיך נישט פאפען: ס'איז קלאר ווי די טאג אז בינגא זאל מצליח זיין מיינט אז אנדערע וועלען מיזען פארשפארען. (רעדט צי סיי וועלעכע סיעלסמאן וואס ווייסט וואס טיצעך, וועט איר עס גיט פארשטיין.) און מען הערט שוין טאקע שמועות פון עטליכע געשעפטען און בארא פארק אז זיי גייען בקרוב פארמאכען.

פאר דיין ברודער וואלסטו עס נישט געטאן!

איך וויל דא פרעגן פון די אלע וואס מאכען בינגא גערעכט: ווען אייערע ברודער טאטע אדער שווער האט ווען א גראסערי, קופט איר דען ביי בינגא, און איר לאזט אייערע משפחה מיטגליד זיך מיטשענען? אוואדע אז נישט! ריכטיג?!! אויב אזוי אונז זעמער "כולנו אחים בני איש אחד אנחנו!" יודישע קינדער זענען ברודער, טארען מיר נישט לאזען אז אונזערע ברידער זאלען פארלירען זייערע פרנסות!

בינגא איז נישט דא בלויז אויף צי זיין ביליג ער איז דא צי באזייטיגען אנדערע!

ווען בינגא איז ווען דא בלויז אויף זיין ביליג החרשתי! אבער זיין ציל איז קלאר אינטער צי האקן די פרייזען. און אויף טייל זאכען איז ער גרייט נישט נאר אויף נישט צי מאכען געלט נאר אפי' אויף צידערלייגעןן..! און אזוי נאך א יאר צוויי וואס ער וועט שוין האבען פארמאכט אפאר געשעפטען וועט ער סעטלען זיינע פרייזען און איבער נעמען די קלייענטען פון די געשעפטען. און יא נאכדעם וועלען א טייל יודישע קינדער שוין האבען פארלירען זייערע פרנסות.. השם ירחם.

איז בינגא אויסגעהאלטען על פי הלכה ?

איך קלער אז ס'קען אפי' זיין אז בינגא איז נישט אויסגעהאלטען על פי הלכה! קוקט נאך און ב''מ און די לעצטע משנה פון פרק הזהב, איז דא א הלכה פון "לא יפחת את השער" אה''נ די חכמים דינגען זיך טאקע אז מען מעג יא. אבער כ'האב נאכגעקיקט און שו''ע און ח''מ, אמת טאקע מען פאסקענט טאקע ווי די די חכמים אז מען מעג, אבער קיק און דער "פתחי תשובה" שרייבט ער קלאר אז די היתר איז נאר אויף צי פארקויפען "תבואה און פירות!" וויבאלד די גאנצע היתר פון די חכמים איז נאר, כדי אז די בעלי שדות פון די פירות און תבואה זאלן פארקופען פאר די מוכרים פאר ביליגער!

קימט אויס על פי דעם "פתחי תשובה" אז אויב איינער ברענגט אראפ די מארקעט פרייז, און ס'ברענגט נישט צי אז די קאמפעניס זאלען אראפ לאזען זייערע פרייזען איז קלאר נישט מותר על פי הלכה. און אויב איינער קופט דארט איז ער א מסייע לדבר עבירה!!

קימט מיר לכאורה אויס אז אויב איינער קופט און בינגא איז מען לכאורה א מסייע לדבר עבירה.. וואס זאגען די לומדים דערצו?

פשוט אריינגעפאלן אין דעם אשכול, איך וואלט געוואלט איר זאלט מיר אנווייזען וועליכע געשעפט האט זיך פארמאכט וועגן בינגא.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

רבי יוד איר קומט דא ווי א שטורעם נאכן רעגן...

ס׳איז ביי דעם סגיא געווען עטליכע מורא הוראה, וואס האבן געפוהלט וויכטיג צי רעדן פון דעם נושא ברבים, און האבן געבעהטן זייערע מענשטן נישט צי קויפען ביי בינגא, ווייל אנדערע גראסעריס בליטיגען. צווישען אנדערע האט הרב שטיינמעץ און הרב שטיין און נאך רבנים, געפוהלט פאר וויכטיג אדרוך צי טוהן דעם נושא האבן מיר דא געמאכט א אשכול איבער דעם עס אויס צי שמיעסן... די קומטס יעצט אפאר יאר שפעטער פרעגן? יעצט איז שוין נישט נוגע די שאלה. ווען יא וואלטן ווען די רבנים לכאורה גערעדט וועגן דעם. כנלע״ד על נכון.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

Re: פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: רבי יוד איר קומט דא ווי א שטורעם נאכן רעגן...

איך האב עס נישט ארויפגעברענגט ווייל איך וויל נאכאמאל דורך טוהן די נושא.
איך האב פשוט געוואלט אנווייזן אז בשעת מעשה ווען מאנכע האבן געשריגען אז זיי גייען זיכער פארמאכן אנדערע געשעפטן, קען מען יעצט זעהן אז ס'איז נישט ממש אזוי געשעהן.
דער כלל איז זאג נישט קיינע עתידות מיט א וודאות ווען די ווייסט נישט.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:

איך ווייס גרדי פון כאטש איין גראסערי וואס האט פארמאכט דעמאלטס און געזאגט ס'איז וועגן בינגא. סיי ווי סיי לאמיר זאגן אז ס'נישט געווען קיין איין גראסערי וואס האט פארמאכט, די פאקט איז ס'איז דעמאלט'ס אין יענע תקופה געווען וואס צי מורא האבן, והא רייע, גראסערי'ס האבן מורא געהאט, און אפי' רבנים האבן געפוהלט פאר וויכטיג צי בעהטן זייערע מתפללים נישט צי קויפען דארט. מען קען אפשר זאגן אז וועגן די רבנים האבן גערעדט דערפין און מענטשן האבן געמאכט awareness איבער דעם האט עס ב''ה נישט געשאדט אזוי שטארק.
either way איז די אשכול געווען זייער אין פלאץ פאר יענע תקופה. און ווי געשמיעסט לענ''ד איז שוין יעצט נישט נוגע די נושא.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

Re: פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: א בינגא הצלחה, מיינט אז אנדערע מוזען פארשפארען.

פאר ווער ס'וויל זיך נישט פאפען: ס'איז קלאר ווי די טאג אז בינגא זאל מצליח זיין מיינט אז אנדערע וועלען מיזען פארשפארען. (רעדט צי סיי וועלעכע סיעלסמאן וואס ווייסט וואס טיצעך, וועט איר עס גיט פארשטיין.) און מען הערט שוין טאקע שמועות פון עטליכע געשעפטען און בארא פארק אז זיי גייען בקרוב פארמאכען.

[/b]

איך האב זייער הנאה פון אייערע ארטיקלען און איך דאנק אייך דערפאר, איך פיל נאר אז עס איז וויכטיג איר זאלט זיין אביסל מער מעסיג, זייט נישט אזוי זיכער מיט איירע השערות, מאכט זיי נישט קלאר ווי די טאג ווען זיי זענען בעצם נישט קלאר ווי די טאג....

קוקט אויף וואס איר האט געשריבן און קוק וואס טוט זיך היינט אפאר יאר שפעטער....

איך האף איך טוה אייך נישט וויי, איך האב אייך פראבירט מרמז צו זיין....
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: פארקויפן ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז ע"פ הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך פארשטיי נישט, וואס האט איר געמיינט?

איך האב געפענט א אשכול וועגן די נושא, אויף צי טוהן איך מאכן awareness? אדער צי הייבן הענט און זאגן מען קען גארנישט טוהן? נוי אוודאי ס'געווען אזא scare עד כדי כך אז די מערסט אנגעזעהנע רבנים אין בארא פארק האבן גערעדט דערפין. און איר שטייט און טענה'ט זיך ווייטער... יא ב'ה די עולם האט געהערט די געשריי פון די גראסערי לייט און מען האט פארמיטן די פראבלעם מער ווייניגער.
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”