שיעור אין מוזיק, ע"י "תו השמיני"...

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32712
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

שיעור אין מוזיק, ע"י "תו השמיני"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די מצב ווערט בעסער און בעסער...

אונז האמער דא איינע פון אונזערע חברה, וואס האצעך אריינגעגליטשט אזוי שטילערהייט דא, אבער צוביסלעך האט מען געקענט זעהן אז ער איז זייער א טאלאנטפולער מוזיקאנט, צו א שפילער צו א זינגער, אבער דער עיקר איז, פארשטייט צו א ניגון..

כדי נישט נייגעריג צו מאכן דעם עולם, וועל איך גראד זאגן זיין ניק, איך רעד דא פון "תו השמיני".. נאך א לענגערע שמועס מיט עם, בינעך געוואור געווארן אז ער קען גאר אסאך.. ער פארשטייט צו מוזיק זייער זייער גוט.. סאו זעמער אויפגעקומען מיט א מורא'דיגן פלאן..

"תו השמיני" גייט געבן לעקציעס אין מוזיק, און דער עולם וועט קענען פרעגן פראגן, און ער וועט ענטפערן...

איך וואלט געקענט באשטיין, אז אויך אנדערע וואס קענען גוט די ליין, זאלן אריינווארפן זייערע קענטעניסן, סאו גיי איך מאכן צוויי אשכולות, איין פאר די שיעורים, און איינס פאר קאמענטארן, הערות און פראגעס אויף די שיעור..

די שיעור וועט זיך אנהייבן אי"ה זינטאג, און פון דאר און ווייטער, ווען ער וועט וועלן...

און איך מיך באדאנקן פאר הרב "תמים" פארן ארויסהעלפן מיט די פלאן.. ער האט שוין אסאאך געהאלפן פאר די היכל, אבער ספעציעל אין דעם פראיעקט האט ער א גרויס חלק.. ותשחח"ל..

און יעצט וועל איך איבערגעבן ס'ווארט פאר ידידינו הרב "תו השמיני"..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

מורי ורבותי!
ברשות כל הקהל הקרעטשמע הזה, ברוכים הבאים בשם השם!


מיר אלע ווייסן דאך אז במקום גדולים אל תעמוד, און לויט ווי איך זעה, בין איך דא ארומגענומען מיט שטארקע לייבן און טיגערס בעולם הנגינה, איז בעצם וואלט איך געדארפט שטיין פון אונטען און צוהערן זייערע שיעורים, אבער ווען לייבן אטאקירן שטעלט מען זיך נישט אנטקעגן... ממילא ווען אזעלכע חשובע קרעטשמע מעמבערס לייגן פאר א פלאן, זאגט מען נישט אפ..

צום ערשט קומט זיך א גרויסע יישר כח פאר דער קאפשטיק פון די אשכול הרב "תמים" וואס כשמו כן הוא: גאנץ אן א פעלער!.

דערנאך לאמיר געבן א ראנד אוו אפלאס צו די אלעמען באקאנטע "וויכטיג מאכער" פארן ברענגען דעם אשכול מכח אל הפועל, וויכי, די מאכסטיך נישט וויכטיג, די ביסט טאקע וויכטיג!..

אחרון אחרון חביב! וויל איך באדאנקען און באעהרן קהלה קדישא הדין כל אחד ואחד בניקו הטוב יבורך..

ברוך אתה... שהכל נהיה בדברו... אהההההה..

אקעי חברה הערטס מיר אויס, מיר הייבן בעזהשי"ת אן צו לערנען הלכות מוזיק "למתחילים"... דער וואס פארשטייט נישט עפעס, אדער האט עפעס א הערה, קען עס איבערלאזן אין די דערנעבענדיגע אשכול, און איך וועל אי"ה אלעס ענטפערן כפי אשר ידי-יד כהה מגעת..

וזה החלי בעז"ה..

אלס קליין קינד (א מעשה פון בערך 43 יאר צוריק...) בינעך אמאל צוגעגאנגען צו א מוזיקאנט ביי א חתונה און כ'האב אים א זאג געטוהן הויכגעשעצטער שפילער, איך וויל אייך פרעגן צוויי זאכן;

1) ווי אזוי ווייסט איר וועלכע קנעפל צו דריקן אויפ'ן פיאנא?..

2) און ווי אזוי ווייסט איר ווי לאנג צו האלטן די קנעפל אראפגעדריקט?..

די שפילער גיבט א שמייכעל און ענטפערט, "גאנץ הלכות מוזיק איז געבויט אויף די צוויי קשיות.. יונגעלע, תורה על רגל אחת קען איך דיר נישט אויסלערנען".. ואידך פרישא זיל גמור...

למעשה, זעמיר זיך צוזאמגעקומען דא, צו דערגיין די תירוץ אויף די צוויי שטארקע פראגעס.. איז כדאי צו פארשטיין אביסעלע, לאמיר אנהייבן פון בראשית און פארשטיין וואס איז א ניגון..

א ניגון איז צאמגעשטעלט פון צוויי הויפט זאכען:

1) טאן=TONE..

2) רידעם=RHYTHM..

טאן מיינט די הויכקייט אדער נידריגקייט פון די קנפעל וואס מען דריקט, אדער נאט וואס מען זינגט, רידעם מיינט ווי שנעל אדער שטייט מען זינגט אדער שפילט, און ווי לאנג צו האלטן יעדע נאט וכדומה, היינט וועלן מיר אביסל דורכשמוסען די נושא פון טאן..

קוקטס אן דעם בילד פונ'עם פיאנא און באטראכטס עס וועט עטס זעהן אז עס איז פארהאן צוויי חלקים, קודם שלענגט זיך א לאנגע שורה פון ווייסע קנעפלעך, כמים שאין להם סוף, דערנאך וועט עטס זעהן שווארצע קנעפלעך אנגעטיילט אין גרופעס פון צוויי דריי צוויי דריי אא"וו..

אויף דערווייל גייען מיר נאר דורך טוען די ווייסע קנעפלעך (פארוואס? כ'ווייס אויך נישט), און די שווארצע קנעפלעך גייען מיר נאר נוצן אלץ א key locator, דהיינו מיר גייען יעצט אפיר זוכען די A קנעפל אויפן פיאנא... נא, ווי אזוי טוט מען דאס?.. לאמיר נעמן א גרופע פון דריי שווארצע קנעפלעך, די ווייסע קנעפל וואס ליגט צווישן די צווייטע און דריטע שווארצע קנעפל (אין א שווארצע גרופע פון דריי, זעה עטעטשמענט) דיזע קנעפל הייסט A. ווען מען דריקט די קנעפל וועט עטס הערן די A טאן..

וואס איז דאס א A טאן?..

לעת עתה ביז משיח'ס טאג איז נאר פארהאן זיבן טאן'ס, (מיין ניק איז נאר על שם העתיד!) יעדע טאן ווערט גערופען נאך איינע פון די ערשטע זיבן ענגלישע בוכשטאבן, A, B, C, D, E, F, G... די זיבן טאן'ס קען מען אבער זינגען אויף אפאר שטאקן אדער אקטעוו'ס (octave), דרוקט דעם A קנעפל און אנאלאזיר דעם קול, יעצט זוך אפיר די נעקסטע גרופע פון דריי שווארצע קנעפלעך, און דרוק די ווייסע קנעפל וואס ליגט צווישן די צווייטע און דריטע שווארצע (וואס פערצופאל הייסט דאס אויך A, נאר דאס מאל איז עס די העכערע A), וועט עטס הערן א אינטרעסאנטע זאך, עס איז די זעלבע טאן ווי די נידריגע A, נאר עס איז מיט א גאנצע שטאק/אקטעוו העכער... און אזוי חזר'ט זיך איבער די 7 נאטס נאכאמאל און נאכאמאל יעדס מאל אויף א העכערע אקטעוו..

ששששש... איין מינוט, איך מוז מיך אפשטעלן.. זרח האט געהויבן זיין האנט מיט א דרך ארץ, לאמיר הערן וואס ער האט צו פרעגן..

זרח: רבי וואס איז דאס אן אקטעוו?.. און ווי אזוי קען זאן אז ס'נאר דא זיבן נאטס, מיין חבר שמילא'ס קיעבארד איז אזוי לאנג ווי די גלות מיט א באנטש קנעפלעך דערויף?.. רבי לעבן זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ..

די תירוץ איז זייער פשוט, און איך וועל דירעס מסביר זיין מיט א משל..

איך געפין מיר יעצט אין א צען שטאקידיגע געביידע, צווישען איין שטאק און די צווייטע איז דא זיבן טרעפ, די ערשטע טרעפ אויף די ערשטע שטאק הייסט, סטעפ נומער 1 איא?.. די צווייטע הייסט 2, שטומט?.. די דריטע דריי, א.א.וו.. יעצט ווען מען ענדיגט זיך ארויפדראפווען די אלע זיבן טרעפ, דארף מען אודך קריכען נאך זיבן טרעפ אנצוקומען צום נעקסטע שטאק, די ערשטע טרעפ פון די צווייטע שטאק הייסט אויך סטעפ נומבער 1, איי, געוואלד!.. ווי קומט דאס אז צוויי טרעפ אויף אנדערע שטאקן זאלן געריפען ווערן אויפ'ן זעלביגע נאמען?.. די תירוץ איז פשוט, ווייל ביידע זענען טאקע סטעפ נומער 1, עס איז נאר דא איין נ"מ צווישען ביידע טרעפ, אז איינס איז סטעפ נומער 1 פונעם ערשטע שטאק, און דער צווייטע איז סטעפ נומער 1 פונעם צווייטען שטאק..

הנוגע לקרעטשמערינו, א סקעיל איז געבויעט פון 7 נאטס ווי אויבן דערמאנט, יעצט ווען מען הייבט אן פון די A און מען לאנדעד בשלום אויף דעם G האט מען געענדיגט שפילען א גאנצע סקעיל, וואס טוט זיך אבער אויב וויל מען ארויף קריכען נאך א שטאק?.. און אויף אונזער שפראך, א סקעיל?.. גיבט מען א אטעם אריין און מען הייבט אן קריכען אודך נאך 7 טרעפ, (נאוט'ס..) דהיינו נאך די G דריקט מען די נעקסטע A, וואס די נאוט, הגם עס האט די זעלבע נאמען ווי די A וואס מען האט שוין געדריקט, עכ"ז איז עס פארט אנדערש ווייל עס איז א שטאק העכער, אין לשון נגינה: די צוויי קיעס (די נידריגע A און הויכע A זענען די זעלבע נאט אבער נישט די זעלבע פיטש..

אקעי ריסעס טיים...

--
אטעטשמענטס
ABCDEFG נאכאמאהל און נאכאמאהל
ABCDEFG נאכאמאהל און נאכאמאהל
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

An article a day keeps the babies away
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

שיעור נומבער ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

אקעי מהייב מיר אן היינט ביי די צווייטע פון די ברייטע שורות, יא יא פונף שורות פון אונטען...טאקע דארט ביי די צוויי פינטלעך.


גופא מיר האבן אויבן געלערענט....אז די לאנגע שלאנג פון ווייסע קנעפלעך אויפ'ן פיאנא זענען גארנישט אזוי קאמפלאציערט, און מ'ברויך זיך בכלל נישט שרעקן פון זיי, נאר עס איז פשוט 7 טאנס וואס האלטן זיך אין איין איבערחזר'ן. ד.ה. ווען מען הייבט אן דריקן די A און מען פארט ווייטער BCDE וכו' ווערן די טענער העכער און העכער ביז מ'דערגרייכט אזא הויכע טאן און מ'חזר'ט שוין איבער די A נאכאמאהל, נאר דאס מאל אויף א העכערע אקטעוו.

איצטער לאמיר זיך אריינלייגען און פארשטיין וויאזוי קען דער רוסקי מיט די גרויסע רויטע פלעסטיק גלעזער פון גדי בן וופסי'ס צייטן, שפילן קה אכסוף מיט אזא ווארעמקייט....צו האט ער דען געהערט דעם ניגון אין רוסלאנד ביים רבי'ס טיש? אפשר אין פדן ארם? ווי האט ער זיך אויסגעלערענט דעם ניגון פאר א גוט יאר.....?

די תירוץ איז....עבדים היינו....אופס....סארי...

די תירוץ איז אזוי, דער רוסקי הייבט נישט אן צו קענען רוב ניגונים וואס די זעסט אים שפילן, אויב קען ער שוין יא אידישע ניגונים איז עס אפשר הופ קאזאק וכדומה....נאר וואס דען? די ניגונים וואס ער און רוב מוזיקאנטען שפילן ביי חתונות קאנצערטן אלבום ריקארדינגס וכו' זענען פשוט אפגעליינט און איבערגעשפילט פון א שטיקל פאפיר וואס ריפט זיך music notation אדער sheet music, אצינד לאמיר א בליק טאן אויף sheet music און פארשטיין אביסעלע אויפ'ן שפיץ גאפל וואס דארט גייט פאר.
מוזיק ווערט געשריבן אויף א סטעף.
דאס איז א ליידיגע סטעף
דאס איז א ליידיגע סטעף
blank staff.jpg (9.54 KiB) געזען 3945 מאל


א סטעף איז געבויעט פון 5 שווארצע שורות און 4 ווייסע spaces צווישען די שווארצע שורות.

ווען מ'קוקט אויף א סטעף מיט ליכטיגע אויגן ברויך מען זעהן דארט די פיאנא.

וואס.....??????????

יא האסט גוט געהערט און איך וועל עס גערן מסביר זיין.
פון אונטען ביז אויבן, יעדע שורה סיי ווייסע און סיי שווארצע טראגט א נאמען פון א טאן. דהיינו, די ערשטע (געדענק, פון אונטען) שווארצע שורה איז די E

די נעקסטע ווייסע שורה איז די F די נעקסטע שווארצע שורה איז די G און אזוי ווייטער.
זעה די בילד ווי אזוי די סטעף איז געבויעט, און וויאזוי יעדע שורה שווארץ און ווייס טראגט א נאמען פון איינער פון די 7 טענער.
נאטס אויף די סטעף
נאטס אויף די סטעף
note names.jpg (20.75 KiB) געזען 3889 מאל


למאי נ"מ?

ווייל איך וויל דאך אראפשרייבן א ניגון אז די רוסקי זאל עס קענען ליינען, ממילא נעם איך א שטיקל פאפיר וואס האט אויף זיך א ליידיגע סטעף, און לאמיר זאגן איך האב א ניגון וואס צו שפילן דעם ניגון דארף מען דריקן א A B C און D נאט (פראביר עס נישט אויס ווייל די ניגון איז נאר גוט אין די ניין טעג, ודי!) גיי איך נעמען א פענע און אנצייכענען דעם ניגון פאר די שפילער דורך ארויפלייגן א סימן (note בלע"ז) אויף די צווייטע ווייסע שורה וואס דאס איז א A , דערנאך לייג איך א סימן אויף די דריטע שווארצע שורה וואס דאס איז די B, דערנאך אויף די דריטע ווייסע שורה וואס דאס איז די C ואחרון חביב א סימן אויף די פערטע שווארצע וואס דאס איז די D. און דער שפילער גייט קוקען אויף די פאפיר און מיט א שטארקייט דריקן די ABC און D, אהה! א הערליכע ניגון!

איי, געוואלד און געשריגן... ווי אזוי איז בכלל מעגליך צו געדענקען יעדע שורה וואסארא נאמען עס טראגט און וואסארא קנעפל מען דארף דרוקן ווען מען זעט די נאט אויף די שורה?

קודם כל, די עכטע וועג איז צו פראקטאצירן, דהיינו קוקן אויף א ליידיגע סטעף און זאגן די נעמען, שרייבן די נעמן אויף אליידיגע סטעף,וכו'
אבער איך וועל ענק געבן היינט סימנים וויאזוי דאס איינצוחזר'ן (ליידער זענען די סמנים אויף ענגליש, וואס זאל איך טאן די נאטס הייסן דאך נישט אבגדהוז....!):

די סימן צו געדענקען די סדר און די נעמן פון די ווייסע שורות איז די ווארט FACE:


FACE די ווייסע שורות
FACE די ווייסע שורות


די סימן צו געדענקען די סדר און די נעמן פון די שווארצע שורות EGBDF איז פארהאן אפאר:
Every Good Boy Does Fine
Every Good Boy Deserves Favor
Every Good Bird Does Fly
EGBDF די שווארצע שורות
EGBDF די שווארצע שורות
egbdf.jpg (10.06 KiB) געזען 3940 מאל


האסט א בעסערע סימן? אדרבה! ריף דיך אן און לאז די עולם הנאה האבן....

ררררררררררררררררררררר
אקעי! ריסעס טיים.
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

שיעור נומער ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

ב"ה מיר האלטן שוין ביים דריטן שיעור, וואס דאס מאכט עס שוין פאר א חזקה, איך וויל מיך באדאנקען פאר אלע משתתפים פאר'ן אויסהערן און פרעגן וואס דאס איז די עצם קיום פונעם שיעור.

(אקעי, היות מיר שטייען איצטער אין די ניין טעג וועט מען פראבירן צו ממעט זיין בדברי לייטסאנעס און נאר רעדן אין לערנען....)

ביז היצט האט מען געזעהן אז אויף א סטעף איז פארהאן 9 נאטס, די ערשטע שווארצע שורה איז א E און די לעצטע שווארצע שורה איז א F . האבן מיר אפאר חברה גיפרעגט ילמדנו רבנו, וואס וועט זיין אויב איך שרייב אפ א ניגון וואס אינהאלט אין זיך אסאך מער ווי די ניין נאטס, און ס'קריכט ארויף גאר הויך אדער נידריג, אזא ניגון קען מען דען נישט אפשרייבן אויף נאטס?

טאקע דערפאר האט מען באשאפען אזאך וואס רופט זיך ledger lines, דהיינו אז מקען צולייגן שורות העכער די סטעף אדער אונטער די סטעף כדי צו אקאמאדירן אזאלכע ניגונים וואס מען ברויך ארויף אדער אראפ צוען.

דא קען מען זעהן ווי אזוי עס זעהט אויס די נידריגע ledger lines
לעדזשער ליינס פון אונטען
לעדזשער ליינס פון אונטען
low%20ledger%20lines.jpg (12.67 KiB) געזען 3702 מאל

דא קען מען זעהן ווי אזוי עס זעהט אויס די העכערע ledger lines
לעדזשער ליינס פון אויבן
לעדזשער ליינס פון אויבן
ledger%20lines%20high.jpg (12.49 KiB) געזען 3699 מאל




הלכות קלעף


דאס אלעס וואס מיר האבן גילערנט ביז אהער איז נאר געזאגט געווארן אויב זעהט מען די ערשטע זאך אויפ'ן סטעף א טרעבל קלעף סימבאל (treble clef).
זאג איבער נאכנאמאל פליז......כהאב נישט קיין אנונג פון וואס דו רעדטסט!
אקעי, לייג צו קאפ איך גיי עס פראבירן מסביר צו זיין "באריכות"...
מיר האבן געשמועסט אז מוזיק ווערט געשריבן אויף א סטעף. מיר האבן געשמועסט אז אפצושרייבן א ניגון ברויך מען פשוט ארויף לייגן א סימן (שפעטער וועט מען רעדן וועגן די סימנים....) אויף די שורה מיט די נאמען פון די נאט וואס מען וויל די שפילער זאל שפילן, אזוי אויך האבן מיר געשמועסט אז די סדר פון די שווארצע שורות זענען: EGBDF, און די סדר פון די ווייסע שורות זענען: FACE.
וויל איך דא יעצט מוסר און מודיע זיין אז די ספעציפישע סדר איז נאר געזאגט געווארן אויף די סטעף וואס האט אויף זיך א טרעבל קלעף.
ווען מען שרייבט sheet music, נאך פאר מען הייבט אן שרייבן די עצם ניגון, צייכנט מען אן אפאר וויכטיגע שטיקלעך אינפארמאציע, ווי למשל די שנעלקייט פון די ניגון, די סטייל פון די ניגון וכהנה וכהנה עוד רבות ואכמ"ל. וואס איז יא וויכטיג פאר יעצט איז די ערשטע שטיקעל אינפארמאציע וואס געפינט זיך אויף די סטעף, וואס דאס איז די אלעמען באקאנטע (טאקע?) קלעף.
וואס איז די אויפגאבע פון די קלעף? וויאזוי זעהט דאס אויס? איז פארהאן מער ווי איין קלעף? וואס זענען זייערע נעמען? האסט נאך עפעס צו פרעגן?
די ווארט קלעף נעמט זיך פון די פראנצויזישע אפטייטשונג צו די ווארט key. די קלעף איז א מוזיקאלישע סימבאל מיט א אויפגאבע צו לאזן וויסען פאר די ליינער/שפילער וועלכע נאט געפינט זוך אויף וועלכע שורה, ד.ה. וועלכע שורה אויפ'ן סטעף ווייזט אויף וועלכע קנעפל אויפ'ן קיבארד.
די צוויי קלעפס וואס מיר גיין דורך טוען זענען די טרעבל קלעף און די בעס (bass) קלעף.
איך בין זיכער אז רוב ליינער האבן שוין אמאל געלייגט די ידים אויף א קיבארד, האט עטס אמאל באמערקט אז די קנעפלעך וואס מען שפילט מיט די רעכטע האנט איז אסאך העכערע נאטס ווי די קנעפלעך וואס מען שפילט מיט די לינקע האנט? האט עטס אמאל באמערקט אז א cello אדער א trombone שפילען אסאך מערצ נידריגע טענער ווי א trumpet?
אויב אזוי ווי אזוי קען מען שרייבן מוזיק אויף די זעלבע סטעף פאר א נידריגע אינסרומענט און פאר א הויכע אינסטרומעט?
איי וואס איז די פראבלעם, אונז האמיר דאך אויבן גילערנט אז מ'קען צו לייגן ledger lines צו א סטעף, איז אויב שרייבט מען מוזיק פאר א הויכע אינסטרומעט זאל מען צולייגן פון אויבן אפאר שורות, און אויב שרייבט מען מוזיק פאר א נידריגע אינסטרומענט זאל מען צולייגן פון אונטען אפאר שורות? די סיבה איז פשוט, אויב וואלט מען צו געלייגט ledger lines אבי אין די וועלט אריין וואלט געווען זייער שווער צו ליינען די מוזיק, און עס וואלט שטארק צומישט די ליינער, ממילא איז מען אויפגעקומען מיט א בעסערע איידיע וואס רופט זיך קלעפס.
די אויפטוה פון קלעפס איז אז פאר יעדע גרופע פון אינסטרומענטס איז דא א צוגעפאסטע סיסטעם פון נאטס לויט די הויכקייט און נידריגקייט פונעם אינסטרומענט גרופע.
עס זענען פארהאן אסאך סארטן קלעפס אבער אזוי ווי אויבן דערמאנט וועלן מיר בעיקר רעדן וועגן די צוויי גאר וויכטיגע דהיינו די טרעבל קלעף (וואס מ'ניצט על פי רוב פאר אינסטרומענטס וואס זענען העכער אין טאן) און די בעס קלעף (וואס מ'ניצט על פי רוב פאר אינסטרומענטס וואס זענען נידריג אין טאן).
די סדר פון שורות אויף די טרעבל קלעף איז (אזוי ווי פריער דערמאנט):
טרעבל קלעף נאטס
טרעבל קלעף נאטס
treble clef.jpg (7.92 KiB) געזען 3700 מאל

די סדר פון שורות אויף די בעס קלעף איז:
בעס קלעף נאטס
בעס קלעף נאטס
BassClef.jpg (5.79 KiB) געזען 3697 מאל

השתא דאתינן להכי:
ווען מען שרייבט מוזיק פאר א הכערע אינסטרומענט לייגט מען אין אנהייב א טרעבל קלעף וואס דאס צייגט אן אז מ'ניצט די סיסטעם פון FACE און EGBDF. און ווען מ'שרייבט מוזיק פאר א נידריגע אינסטרומענט לייגט מען פון אנהייב א בעס קלעף וואס דאס צייגט אן אז מ'ניצט די סיסטעם פון ACEG פאר די ווייסע שורות און פאר די שווארצע שורות ניצט מען די GBDFA, און פארשטייט זיך צו ביידע קלעפס קען מען צולייגן ledger lines אויב וויל מען צולייגן נאטס, וכנ"ל.
בעס און טרעבל מיט לעדזשער ליינס
בעס און טרעבל מיט לעדזשער ליינס
StaffGuide.gif (4.63 KiB) געזען 3695 מאל
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

שיעור ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

ביז אהער האבין מיר גילערנט אלעס איבער די מוזיקאלישע נאטס ווי אזוי זיי הייסען און וויאזוי זיי ווערן פרעזענטירט אויפ'ן סטעף. אצינד גייען מיר נעמן א טריט פאראויס און זעהן וויאזוי נאטס גייען ארויף און אראפ, און וויאזוי מקען מסביר זיין די חילוק צווישן נאטס בנוגע צו אינטערוואלן (interval).

א אינטערוואל איז די מרחק צווישן צוויי פיטשעס/נאטס/טאנס, די קלענסטע אינטערוואל אין אונזער מוזיק וועלט איז א האלבע סטעפ, ווען מ'רעכנט אויס א אינטרעוואל, ציילט מען גיווענדליך וויפיל האלבע סטעפס איז צווישען די צוויי נאטס.

צו מאכן זאכן די גרינגסטע וואס קען זיין, וועלן מיר דורך טון די נאטס און אינטערוואלן און די C Major Scale, דאס מיינט די נאטס וואס געפינען זיך צווישען איין סי אויף די פיאנא ביז די נעקסטע סי אן אקטעוו העכער דעם סי. הגם די ענינים וועלן שייך זיין צו סיי וועלכע סקעיל אזוי מ'וועט שפעטער זעהן, אבער צו מאכען גרינגער וועלן מיר זיך האלטן אויף דעם סקעיל (די סי מעידז'ר סקעיל). און א חוץ פון דעם, ווען מען שפילט א ניגון אויף די פיאנא און די סי מעידז'ר סקעיל ניצט מען נאר ווייסע קנעפלעך (נישט קיין איין שווארצע) ממילא איז דאס די גרינגסטע סקעיל.


שארף אדער פלאך...

שארף אדער פלאך?
שארף אדער פלאך?

מיר אלע ווייסען שוין אז די שווארצע און ווייסע שורות אויפ'ן סטעף צייגען אן אויף וועלכע ווייסע קנעפל פונעם פיאנא צו דריקן, אבער וואס טוט זיך מיט די שווארצע קנעפלעך? ווי זענען זיי מרומז אויפ'ן סטעף?

ווען איך האב געזאגט אז אין א סקעל געפינט זיך 7 נאטס, איז עס בעצם געווען א שטיקל שקר, באמת איז דא 12 נאטס וואס קענען זיך געפינען אין אן אקטעוו.
גלייב מיר נישט אויפ'ן ווארט, צייל אפ די קנעפלעך צווישען איין סי אויף די פיאנא ביז די נעקסטע סי אן אקטעוו העכער דעם סי, צייל אויכט אפ די שווארצע קנעפלעך אבער נישט די צווייטע סי. אויב האסטו גוט געציילט, האסטו געציילט 12 קנעפלעך, 12 פיטשעס וואס יעדער פיטש/קנעפל איז די זעלבע אינטערוואל אוועק געריקט פון די פריערדיגע פיטש/קנעפל.

די שווארצע קנעפלעך אויפ'ן פיאנא הייסן 'שארפע' און 'פלאכע' (sharps & flats). 'שארפע' און 'פלאכע' נאטס זענען האלבע סטעפס צווישען ווייסע קנעפלעך, א שארפע איז א האלבע סטעפ "העכער" א ווייסע קנעפל, און א פלאכע איז א האלבע סטעפ אונטער א ווייסע קנעפל.

אין אנדערע ווערטער, א שארפ הייבט אויף א נאטירליכע (ווייסע) נאט מיט א האלבע סטעפ, א פלעט ברענגט אראפ א נאטירליכע (ווייסע) נאט מיט א האלבע סטעפ.
שארף און פלאך
שארף און פלאך
03_sharps_flats.jpg (4.28 KiB) געזען 3521 מאל


לאמיר נעמן די שווארצע קנעפל העכער די סי, מ'קען עס ריפן סי-שארף, ווייל עס הייבט אויף די סי פיטש מיט א האלבע סטעפ. אזוי אויך קען מען עס ריפן די-פלעט, ווייל עס נידערט אראפ די נעקסטע ווייסע D קנעפל מיט א האלבע סטעפ.

עס קען אפשר מאכן א צמישעניש, אבער ס'איז פארט אמת, סי-שארפ איז די זעלבע נאט ווי די-פלעט.

זעה די בילד פון אלע דאפעלטע נעמען פון די פיאנא'ס שווארצע קנעפלעך:
די נעמן פון די שווארצע קנעפלעך
די נעמן פון די שווארצע קנעפלעך
keyboardsharpsflats_Full.jpg (32.9 KiB) געזען 3520 מאל


שארפס און פלעטס ווערן געשריבן אויף די סטעף מיט א ספעציעלע סימן וואס מ'לייגט ביפאר די פלאכע אדער שארפע נאט, די סימנים הייסן accidentals, און אזוי זעהן זיי אויס:
פלאך שארפ און נאטירלעך
פלאך שארפ און נאטירלעך
flatsharp.png (2.66 KiB) געזען 3520 מאל


די מיטילסטע סימן אויף די בילד הייסט א natural, ווען מ'זעט א נאטירליכע סימן ביפאר א נאט, מיינט דאס אז די נאט ברויך מען שפילן נאטירלעך, דאס הייסט שפילן די ווייסע קנעפל. ווען איז דאס נוגע? למשל, מ'שפילט א ניגון וואס האט אין זיך צוויי D נאטס איינס נאכן צווייטען, אבער די ערשטע איז א די-שארפ (דאס הייסט די שווארצע קנעפל נאך די D) און די צווייטע איז סתם א D, ווי אזוי שרייבט מען דאס? ביפאר די ערשטע D צייכענט מען צו א שארפ סימבאל, און ביפאר די צווייטע D צייכענט מען צו א נאטירליכע סימבאל, צו צייגן פארן שפילער אז די צווייטע די איז שוין נישט א שארפע נאר א נאטירליכע ווייסע קנעפל.

סאיז וויכטיג צו זאגן, אז מ'קען לייגן שארפס און פלעטס צו סיי וועלכע נאט, אפילו אויף די קנעפלעך וואס אויפ'ן פיאנא איז נישט פארהאן קיין שווארצע קנעפלעך צווישן זיי ווי למשל צווישן די B און C אדער צווישן די E און F. איז אויב לייגט מען א פלעט ביפאר א C דארף מען אראפ גיין א האלבע סטעפ, איי סאיז נישט דא דארט א שווארצע קנעפל? אז ס'נישט דא קיין שווארצע דאן דריק די ווייסע ווייל אזוי ווי פריער דערמאנט איז דאס א האלבע סטעפ אראפ פון די C. איז למעשה א סי-פלעט איז די ווייסע B קנעפל.
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32712
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”