קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Life's a peach
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 1:29 pm

קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Life's a peach »

קען איינער פאראויס זאגען אויב מ'קען יעצט פלאנען א טריפ קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

כ'וויל נישט באשטעלען טיקעטס אין האטעלס אין פארלירען די דיפאסיט נאכדעם...
להתחבר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחבר »

גם אני מצטרף.. הלוואי זאל איינער וויסן א תשובה
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

רוב האטעלס האבן היינט צוטאגס פרי קענסילעשאן. אזוי אויך רוב עירליינס געבן פרי טזשענזשעס (אויב זענט איר א אפטע פארער קענט איר עס נוצן א אנדערע מאל און אויב נישט וועלן רוב טרעוול עידזשענדס אייך געבן א ריפאנד פאר א מינימאלע אפצאל אויב טיר שמועסט זיך אפ פון פארדעם)
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

למעשה היצט איז שוין עפעס גרינגער ווי אין די לעצטע פאר חדשים?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

בכלל נישט גרינגער געווארן. די גרעניץ איז הערמאטיש פארשלאסן פאר חוץ לארץ’דיגע.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9251
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זעהער האט געשריבן: רוב האטעלס האבן היינט צוטאגס פרי קענסילעשאן. אזוי אויך רוב עירליינס געבן פרי טזשענזשעס (אויב זענט איר א אפטע פארער קענט איר עס נוצן א אנדערע מאל און אויב נישט וועלן רוב טרעוול עידזשענדס אייך געבן א ריפאנד פאר א מינימאלע אפצאל אויב טיר שמועסט זיך אפ פון פארדעם)

פרי טשענדזשעס יא! אבער אומזיסטע ריפאנדס ווענדט זיך אין די עירליין, און אסאך עירליינס זענען יעצט געווארן נאך ערגער דערמיט, אז אפילו ביי גאנץ טייערע טיקעטס געבן זיי נישט קיין ריפאנד אויב מ'קענסעלד די טיקעטס, נאר א קרעדיט אויף שפעטערע פלייטס
---
צפנת פענח
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 14, 2018 10:49 pm

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפנת פענח »

בשבילי נברא האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן: רוב האטעלס האבן היינט צוטאגס פרי קענסילעשאן. אזוי אויך רוב עירליינס געבן פרי טזשענזשעס (אויב זענט איר א אפטע פארער קענט איר עס נוצן א אנדערע מאל און אויב נישט וועלן רוב טרעוול עידזשענדס אייך געבן א ריפאנד פאר א מינימאלע אפצאל אויב טיר שמועסט זיך אפ פון פארדעם)

פרי טשענדזשעס יא! אבער אומזיסטע ריפאנדס ווענדט זיך אין די עירליין, און אסאך עירליינס זענען יעצט געווארן נאך ערגער דערמיט, אז אפילו ביי גאנץ טייערע טיקעטס געבן זיי נישט קיין ריפאנד אויב מ'קענסעלד די טיקעטס, נאר א קרעדיט אויף שפעטערע פלייטס

לוינט זיך איינצושטעלן טיקעטס אויף סוכות? לכאורה דעמאלץ וועט שוין זיין רובא דרובא וואקסינירט
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9251
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

צפנת פענח האט געשריבן:
לוינט זיך איינצושטעלן טיקעטס אויף סוכות? לכאורה דעמאלץ וועט שוין זיין רובא דרובא וואקסינירט

קיינער קען דיר באמת נישט זאגן יעצט וואס ס'גייט זיין סוכות, אבער איך וואלט נאר געקויפט טיקעטס אויב וועל איך מילא פארן אן אנדערע מאל אין די קומענדיגע יאר צוויי, אויב קען מען למעשה נאכנישט פארן אויף סוכות.

און אויך וואלט איך נישט צוגערירט צו אל על טיקעטס אין די צייט, סיי ווייל מ'קען זיי נישט טראסטן אויפן ווארט, און אויך ווייל זייער עקזיסטענץ איז בכלל אויף הינערנע פיס, נאר ענדערש געקויפט דעלטא אדער יונייטעד.
---
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

בשבילי נברא האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן: רוב האטעלס האבן היינט צוטאגס פרי קענסילעשאן. אזוי אויך רוב עירליינס געבן פרי טזשענזשעס (אויב זענט איר א אפטע פארער קענט איר עס נוצן א אנדערע מאל און אויב נישט וועלן רוב טרעוול עידזשענדס אייך געבן א ריפאנד פאר א מינימאלע אפצאל אויב טיר שמועסט זיך אפ פון פארדעם)

פרי טשענדזשעס יא! אבער אומזיסטע ריפאנדס ווענדט זיך אין די עירליין, און אסאך עירליינס זענען יעצט געווארן נאך ערגער דערמיט, אז אפילו ביי גאנץ טייערע טיקעטס געבן זיי נישט קיין ריפאנד אויב מ'קענסעלד די טיקעטס, נאר א קרעדיט אויף שפעטערע פלייטס

דעריבער שרייב איך אז איר זאלט אייך אפשמועסן פון פארדעם מיט אייער טרעוול עידזשענט אז איר וועט אים צאלן נאך א פיפציגער ער זאל זיכער מאכן אז מ’קען עס קענסלען.
עוד הם מדברים
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:21 am

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד הם מדברים »

וואס איז די הלכה מיט איינער וואס וואוינט אין אמעריקע אבער איז א ארץ ישראל'דיגע בירגער?
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

עוד הם מדברים האט געשריבן: וואס איז די הלכה מיט איינער וואס וואוינט אין אמעריקע אבער איז א ארץ ישראל'דיגע בירגער?

אויב האט ער א תו ירוק (ד.ה. ער איז וואקסינירט אדער ער האט אנטיבאדיס מיט ישראלישע דאקומענטען) קען ער געהעריג פארן. אויב נישט, דארף ער האבן א אישור פון וועד חריגים צו אריינקומען.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זעהער האט געשריבן:

ניין! נישט אמת, די וועדת חריגים איז אינגאנצן בטל געווארן אין יעדע ישראלי קען אריין און ארויס אן קיין פראבלעם, נאר וואזשע דען? אויב האסטו נישט קיין תו ירוק ד.ה. אז דו ביסט נישט וואקסינירט ברויכסטו גיין אין קוואראנטין.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסיעה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נסיעה שרייבט מען מיט א יו"ד נישט מיט א ו'
א גוטן מועד
להתחבר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחבר »

איינער וואס איז נישט קיין בירגער, נישט קיין סטודענט, איז דא עני וועג צו פארן פאר א קורצע וויזיט?
אויב האט ער זיך וואקסינירט העלפט עפעס?
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: קען מען פלאנירען יעצט א נסועה קיין ארץ ישראל פאר די זימער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

קענסט פרובירן צו באקומען א פערמיט מיט די טענה אז דו גייסט באקומען א וויזע ווי נאר דו קומסט אן. דארפסט נאר האבן א מוסד וואס איז גרייט עס צו טון. פאריגע אנפאנג זמן זענען געווען מוסדות (און אויך פריוואטע מענטשען וואס ריפן זיך א מוסדות ודי) וואס האבן עס געטון פאר געלט. זיי פלעגן עס טון ביז די גרעניץ איז פארשפארט געווארן (חנוכה צייט)
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”