ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

"די סייט איז יעצט פארשפארט, ביטע פרובירן אין עטליכע מינוטן."


ריפרעש.
ריפרעש.
ריפרעש.

Sooorry,

This site can’t be reached, please try again later.

ריפרעש.
*******

אאאאאאאההההההה!!!!!!!! ווווווווווואאאאאאאאוווווווווווהההההההההווווווווו!!!!!!!!!!
קוק וואס דא טוט זיך......!
א נייע אייוועלט!

*****

איין מינוט, די בלעטער זענען עפעס צו טונקל...
אה! דא האסטו.
"מיין אקאונט"

"בלאט אויסשטעל
"
אקעי. וואס יעצט?
_ סייז _קאליר _פאנט _לעכטיגקייט _מספר תגובות אין איין בלאט _אויסוואלן _צוריק צו דעפאולט.


דאס איז עפעס אומערווארטעט...
יאפ, וויכי ס'האט זיך געלוינט די ארבעט.

קוק! די תגובות פליסן איינס נאכן צווייטן, די פינגערס טוען נישט וויי פון ריפרעשן כסדר. די קאפ וורט נישט צודרייט פון דרייען די מייזל...

איין מינוט! מען קען אפילו מישען די בלעטער מיט עראו אויפן קיבארד.

אקעי. לאמיר אריינלאגן און אנהייבן שרייבן.
צוערשט לאמיר ווערעפייען מיטן דאבל סעקיוריטי אפשאון.
פיין, אריין די איינמאליגע זיכערהייט קאוד.
אדורך...
איך בין נישט קיין ראובאט.

ב"ה.

קוים צוויי טעג פאריבער.
היידא! לאמיר שרייבן א נאך א תגובה'לע.
דיין אומזיסטע טרייעל פון 200 תגובות האבן זיך אויסגעלאזט. שרייב זיך איין ←

נא, זאל זיין... א כפרה די פאר דאללער. דאס איז ווערד אלע געלטער.

א רגע איך מוז לויפן. א נאטאפעקאציע... וואס דאס?
נקודה'לע האט דיך געהעש־טעגט, גיי צו תגובה ←

לאמיר אהינגיין...
אוי זאגט ער גוט! לאמיר אים גיבן א גרינע...!
וואס גרינע? ווען גרינע? אלע מינים, אלע סארטן. שמייכלען, לאכן, וויינען, פויסטן און גרימאסן.

דארף מען שוין עפעס צושרייבן אויכעט.
אאאפס...
"איינס שרייבט יעצט..."
סטיטשינער שרייבט יעצט..."

אקעי, וועל איך קודם ווארטן זען וואס די חברה האבן צו זאגן.

נא, יעצט קען מען שרייבן. וואס טוט זיך דא? אלע פאנטס, אלע קאלירס, אלע סימבאלס, דאס איז דאך נעקסט לעוועל.
שיק.

שוין לאנג נישט געשריבן עפעס אין פארברענגען. לאמיר זאגן א גוטס...
דו ביזט נישט איינגעשריבן צו קאמענטירן אין דעם פארום. אפגרעיד מיין פלאן ←

פון פארברענגען קען מען זיך נישט ארויסדרייען די חברה האבן געמאכט די זשאב.
קוק נאר אן, עקסלוסיוו אין פארברענגען, דער עולם רופט זיך ווארעם:
36 גלייכן, 4 גלייכן־נישט, 16 שמייכלען, 2 וויינען, 1 שאקירט.

יאפ, עס האט זיך גע -----

******

"אנטשולדיגט!!!"
"שלאפן וועסטו אין ביהמ"ד! אייל דיך צו, ס'נאך דא א לאנגע רייע...."
אויש! איך בין איינגעשלאפן דא אין קיאסק.... בושות...
"נאר איין מינוט, איך דארף ענדיגן דא עפעס וויכטיג ערלעדיגן"...

*****


ריפרעש.

כככככחחחחחח....
די זעלבע אלטע אייוועלט.
די חברה האבן מיר סתם גענומען אויף א רייד...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

;l;p-;l;p-:lol::lol:
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

:lol:פיין פיין
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

א שיינע חלום האב איך געזעהן
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6512
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ייש"כ פאר'ן אזוי גוט ארויסברענגען מיינע געפילן.
כל הכבוד צו די הייליגער קאמפיין, מי כעמך ישראל (איך האב זיך אפילו משתתף געווען מיט א שיינע נדבה),
אבער מיין אנטוישנג איז פארט געווען אן אנטוישונג..... אזוי צו נעמען אויף א רייד פון עטליכע אנגעצויגענע טעג???

אבער נאך אלץ, כל הכבוד וויכי און לכאורה, וחפץ ה' בידכם יצליח.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4908
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

:lol:;l;p-:grin::smile::P:idea::wink:נאך עפעס? כ'לאך נאך יעצט..

האקט..
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9251
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

גוט גוט!
---
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32651
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הלוואי ווען מ'קען אלעס מאכן...

עניוועי, כ'בין גראדע געווען שאקירט אז אזוי ווייניג זענען געווען אנטוישט אדער בעסער געזאגט, מי כעמך ישראל... כ'ווייס אז אסאך זענען געווען אנטוישט, אבער האבן פארקוקט לכבוד די וויכטיגע צוועק...

כאבעס גראדע געפלאנט צו שרייבן ערגעץ אנדערש, אבער אז איינער פרעגט...

ווען מ'האט אנגעפאנגן רעדן פון די קאמפיין איז מיר אריין די געדאנק אין קאפ פון מאכן די אסיפת ה'ניקס... האט איינער געפרעגט, סיז נישט טו מאטש? האסטו נישט מורא פאר קיין דיסעפוינטמענטס? און באמת האבעך מורא געהאט, כאמעך אבער געטרייסט, איינס אז אייוועלט האט אלעמאל זיך ארויסגעשטעלט מיט איר שטארקער כאראקטער, און אפילו טייל ניקס וועלן זיין דיסעפוינטעד, וועלן רוב זיך אנשליסן... און ב"ה כ'בין כמעט געווען גערעכט, נישט רוב, נאר ממש יעדער האצעך ווארעם אנגערופן...

שנית, איך קען שוין מחר א שיינע שטיק צייט, מיטהאלטנדיג זיינע דיסעפוינטמענטס, ווי הרב טייטלבוים שרייבט אין א אשכול, די דיסעפוינטמענטס וואס אזא איד גייט אדורך, האבעך מיך אנגעקוקט, סיריעס? ווייל איינער האט בעסערע עקספעקטעישענס און גייט ווערן דיסעפוינטעד גייסטו נישט איבערדרייען די וועלט? דער איד און זיינע חברים - אחים לצרה האבן דיסעפוינטמענטס מידי יום ביומו חודש בחדשו, איך בין נארמאל אפילו צו האבן אזא קלער?!...

סיז געבליבן אז מ'גייט יא איבערדרייען, איי אייוועלט קען דערלייגן? מענטשן העלן זיין דיסעפוינטעד... אויב אייוועלט איז נישט גרייט צו נעמען אזא ריסק מחזק צו זיין אן אייגענעם, און טוהן אזא געוואלדיגע מצוה, איז אייוועלט נישט ווערט צו בלייבן שטיין!

האמער אריינגעטאנצן! און אייוועלט האט נישט אנטוישט! סיז נאכניש אדורך קיין וואך פון די ערשטע אסיפת עסקנים, און די גאול איז שוין לאנג געריעטשד!!!

פון א פיצי אסיפה מיט ארום 7 ניקס, האבן זאכן זיך שנעל צושפרייט, מאלטיטאלאנטעד חברים האבן געשריבן, געמאכט גרעפיקס, ארענדזשירט די פעידזש און וואס נישט... און קארגע צוויי טעג פון ווען די ערשטע פרי קאמפיין לינק איז ארויס, האבן זיך אנגעשלאסן ארום 50 רעיזערס, באלד 2000 נדבות און איבער 250,000 דאללער!!! (האלט שוין ביי כמעט 285,000) קיינער האט נישט באקומען באצאלט (אוי... נאך ווי! וועט דער אייבערשטער באצאלן!!) רובא דרובא ווייסן ניטאמאל פארוועם מ'מאכט דעם קאמפיין, אבער יעדער האט געטוהן כל מה שביכלתם אז די קאמפיין זאל זיין א סוקסעס!!!

איך בין עמעיזד!!

אייוועלט, דו שיינסט!!! אייוועלט, דו קענסט!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

איי עגרי 100% איך בין טיף איבעראשט פון וואס עס האט זיך דא אפגעשפילט די לעצטע צוויי טעג
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
גם כי אלך
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:32 pm

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם כי אלך »

ווכי אז מטעפט מיר זיך שוין יא איז דא עפעס א ערענסטן פלאן צי אפגרעטען די סייד?
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: הלוואי ווען מ'קען אלעס מאכן...

צום ווייניגסטנס א לייק קנעפל

ווי געשריבן
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מיים חיים! א לייק פאר דיין נתינה, און א גרעסערע לייק פאר דיין לייק קנעפל פארלאנג..סיז אויפן וועג! אבער דיינע השפעות זאלן אנקומען סאאאך שנעלער ווי די לייק קנעפל...

זעה אז לכאורה זאל נישט זיין גערעכט
לכאורה האט געשריבן: 100 מים חיים (בעט זיך פאר א לייק קנעפל - - סארי אים צו אנטוישן, אבער פון אונזער נעכטיגע שמועס מיט ארענדער קוקט נישט אויס ווי דאס איז פון די הויפט זאכן אויפ'ן אגענדע)


זעהט אויס ווי די צוויי סייט אדמינס האלטן נישט די זעלבע, אפשר קען דער עולם העלפן איבערצייגן דעם @ארענדער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32651
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ביידע עגרימער אז סיז אויף די אדזשענדע, אבער נישט קיין נאמבער וואן פריארעטי...

ארענדאר וויל קאמפליטלי איבערמאכן די סייט! און דארט לייגן א לייק קנעפל! ווען? אה, פרעגסט גוט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

די סייט איז שוין ב"ה קאמפליטלי איבער געמאכט - ממש נישט צו דערקענען. יעצט בלייבט נאר איבער עס אביסל צוצופיצן בגשמיות.
אשריכם! אשריכם! אשריכם!
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לבלר, הנאה געהאט פון דיין שריפט

וויכי, האסט געהיידזשעקט לבלר'ס אשכול...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7100
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

העמיר דאן רעדן צו ארענדאר און אים מחזק זיין צו טוהן צו דער זאך.
איינער האט אפשר זיין אינפא וואו איך קאן רעדן צו אים?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
א פינטעלע איד
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 5:23 am

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פינטעלע איד »

לבלר!:lol::lol::lol:

און יא, לאמיר שרייען: מי כעמך ישראל!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

מים חיים האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: הלוואי ווען מ'קען אלעס מאכן...

צום ווייניגסטנס א לייק קנעפל


גם כי אלך האט געשריבן: ווכי אז מטרעפט מיר זיך שוין יא איז דא עפעס א ערענסטן פלאן צי אפגרעטען די סייד?


וויכטיג מאכער האט געשריבן: ביידע עגרימער אז סיז אויף די אדזשענדע, אבער נישט קיין נאמבער וואן פריארעטי...

ארענדאר וויל קאמפליטלי איבערמאכן די סייט! און דארט לייגן א לייק קנעפל! ווען? אה, פרעגסט גוט...


צו געזונט האט געשריבן: העמיר דאן רעדן צו ארענדאר און אים מחזק זיין צו טוהן צו דער זאך.
איינער האט אפשר זיין אינפא וואו איך קאן רעדן צו אים?



עמער פרובירן מיט כח היחיד צו לייגן דרוק אויפן ארענדאר...
viewtopic.php?f=3&t=48563
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

:lol:לבלר! זיס ארויסגעברענגט...

דער אמת איז, אז אונזער ארענדער איז געבליבן סטאק ביים 06' קרעטשמע... ער באגרייפט פשוט נישט וואספארא פאסטן ער פארטרעט, און ווי ווייט דאס פלאץ קען אנקומען אויב ער וועט וועלן.

אין א וועלט וואס זאכן גייען מער און מער עלעקטעראניש און ווירטואל, איז קיין ספק אז אונזער וועלטל איז אומשטאנד אויסצושטייגן די סאמע גרעסטע אפיציעלע פלאטפארמע פון די גלאבאלע היימישע אינדטום. (ס'איז שוין. די פאטענטשל איז אבער פיל פיל מער...). כדי דאס זאל אבער קענען צושטאנדקומען דארפן די בעלי בתים דאס אנערקענען, און טון די מינימום אהערצושטעלן דאס אלטמאדיש פלאץ ווי עס פאסט פאר אזא מקום קדוש...

פעטיציע גע'חתמ'ט.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

לכאורה האט געשריבן: וויכי, האסט געהיידזשעקט לבלר'ס אשכול...

גראדע מאכט עס מיר שפירן וויכטיג...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: ריפרעש. מיין איבערלעבעניש ביים כינוס הניקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יעצט די ערשטע מאל געליינט די אשכול.

לבלר סאיז א גוטס. לאמיר דיר גיבען א פויסט.

באמת האבען מיר לכבוד די אפדעיט געטוישט פון דלאניע צו לאניע, אבער יעצט אז אלעס איז ביים אלטען דארף מען צוריק טוישן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”