אייוועלט ראסיזם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מתמודד האט געשריבן: א גרויסן דאנק פאר ידיד נפשי און אומאפיציעלער אייוועלט-פאעזיע-פרעימער מיניסטער...מיין פריינט און רבי @סטראקעס פארן איינצאלן 15 דאללער, דיינע פאעזיעס זענען א לייכט טורעם פאר מתחילים, מבקשים, זקנים ונערים ובפרט פאר מתמודדים....דיינע שרייבווערק איינמאל א יובל זעטיגן צענדליגע נגינה ליבהאבער...קום אריין מער, ווייניג שרי החמישים מיט אזאנע רעפוטאציעס....זאל דער אויבערשטע דיר שענקען ברכה והצלחה ברוחנית ובגשמיות, בני חיי ומזוני און עניטינג עלס....

איי עגרי מיט יעדע ווארט!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מתמודד האט געשריבן: א גרויסן דאנק פאר "ידידי" וידיד כל אייוועלט ה"ה מורינו המכונה @נאר מיט שמחה, מיין אלטער בר פלוגתא און גוטער פריינט גלייכצייטיג, מיר קענען זיך נישט פון דערנאנט אבער סאיז דא ווייניג אידן איבער דער וועלט וואס קענען זיך נישט און האבן זיך שוין אזוי סאך ארומגעריסן און האבן זיך גלייכצייטיג ליב אהבת נפש [לכל הפחות פון מיין פרעספעקטיוו], גרייט צו געבן הילף און א גוט ווארט סיי ווען, ווער רעדט נאך פון דיינע לעגענדארע פראיעקטן ווי די סידי סעריע און נאך וועלכע זענען מחי הונדערטער אידן, פשוט ריזיג....זאל דיר דער אויבערשטער באגיסן מיט כל מילי דמיטב ביז די וועסט וויינען פון גליק....

:?;l;p-
המברך יתברך, אמן!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א גרויסן דאנק פאר הניק הידעה @פויליש פארווע פארן צוטשעפענען זיין פופצן דאללער צו אונזער פעידזש, ווייסיך נישט וואס כהאב זוכה געווען....זאל דיר דער אויבערשטער פארבענטשן מיט וואס די ווילסט נאר בזכות זה....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א גרויסן דאנק פאר @כינור פארן שנאדערן צום צווייטן מאל....הרוצה שיהיו בניו זכרים יחזור וישנה [ע"ש]....באגראמט האב איך דיר שוין פאריגע מאל אבער סאיז ווייט נישט געווען גענוג אבער לאמיר עס לאזן ביי דעם כדי שלא יאמרו זה כל שבחו ותו לא...זאל דער אייבערשטער העלפן בזכות זה זאלסטו זוכה זיין אז אין געלט זאכן זאל עס זיין אזוי גרינג מטעם עבר ושנה נעשה לו כהיתר....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אדאנק פאר @זאג א גוטס פארן צוטשעעפענען זיין צווייערל צו מיין נאמען, זאל דער אויבערשטער דיך באוואשן בכפלי כפלים....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אדאנק פאר @היכי תמצי ומשפחתו פארן איינצאלן צען דאללער, כל מקום שאתה מוצא גדולתו שם אתה מוצא ענוותנותו....א פרישער פאעזיע שטערן אין אונזער וועלטל מיט א בליציגן קעפל אבער גללייכצייטיג מיט אן ענוות חן וואס מטרעפט ווייניג...זאל דער אייבערשטער העלפן זאלסט גיין מעלה מעלה "במחשבה" ובמעשה, זאל דיר קיינמאל גארנישט פעלן....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אדאנק פאר @פארשעי חסיד פארן צוטשעפענען זיין איין און דרייסיג דאלער צו מיין פעידזש, זאל דער אויבערשטער אויסרייסן אלע שלעכטס פון ארום אייך בזכות זה איר זאלט ווייטער קענען מהנה זיין אידישע קינדער מיט אייער געוואלדיגע ארבעט...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א ריזן דאנק פאר ידיד "נפשי" י. לעבאוויטש פארן זיך אנרופן אזוי ווארעם מיט 10 טאללער...ווי זאל איך אנהויבן?...אין אשוי אדער ביי הערמאן...אדער אפשר ביי אונזערע שיעורים אין שבת, נדרים, און חסידות ותורת הנפש....כמיין כהעל עס לאזן ביי מארסי קארנער פלאשינג....א אמתער נאנטער פריינט אפילו פונדערווייטנס, כמיין אבער אז כהעל לאזן דעם פריינדשאפט אינדרויסן פון אייוועלט....זאל דער אויבערשטער דיך בענטשן מיט גוטע ערליכע זיסע קינדערלעך בקרוב ממש....והמבין יבין....
לעצט פארראכטן דורך מתמודד אום פרייטאג יולי 02, 2021 10:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מתמודד האט געשריבן: אדאנק פאר @היכי תמצי ומשפחתו פארן איינצאלן צען דאללער, כל מקום שאתה מוצא גדולתו שם אתה מוצא ענוותנותו....א פרישער פאעזיע שטערן אין אונזער וועלטל מיט א בליציגן קעפל אבער גללייכצייטיג מיט אן ענוות חן וואס מטרעפט ווייניג...זאל דער אייבערשטער העלפן זאלסט גיין מעלה מעלה "במחשבה" ובמעשה, זאל דיר קיינמאל גארנישט פעלן....

מתמודד! אמן ואמן! איך האב הערשט באמערקט דיין תגובה. איך ווייס נישט וויאזוי זיך אויסצודרוקן אויף דיינע קאמפלימענטן און רימען. איך בין איבעראשט. איך וואלט ווען געשריבן "אז ס'קומט זיך מיר נישט אזוינע רימען", אבער איך האב דאך איצט באקומען א קאמפלימענט פאר עניוות, וואלט דאך עס אויסגעזעהן ווי פאלשע עניוות וואס איז באמת גאווה (איי, איך האב עס אט אזוי אריינגעשטופט, א קשיא אויף א תגובה...).

איצטערט גיי מיר רעדן פון דיין ארטיקל. באשריבן א מענטשנ'ס כאראקטער אהן אויסלאזן א חלק פון זיין לעבנסשטייגער, אט אזוי אז מיר קענען שוין דעם זעבי, איך האב זיך מיט אים באגעגענט אין דיין ארטיקל, אין איין באגעגעניש האב איך אים שוין אינגאנצן ארויס. שריפטליך גערעדט איז דאס נישט פשוט. זאגן אז די ארטיקל איז רייך מיט הויכע אידיש איז אן אינטערשאצונג (אפאר ווערטער האב איך נישט געוואוסט, כ'ברויך זיך לערנען...). אהה, די אויסדרוקן. וואו הייב איך אן? יעדע שורה האט א פרישער אויסדרוק, וועל איך ברענגען א פאראגראף וואס האט מיר געגעבן דער ברייטסטע שמייכל:
מתמודד האט געשריבן: א ספעציעלע מערכה האט ער געהאט מיט אלע קנאים פון שטאט, ווער רעדט נאך פון די שומרים קארטלעך וועלכע האבן אים אויפגעברענגט בייז בלוט אזש ער מוז נעמען טראנקולייזערס איעדעס מאל ווען ער זעט סיי וועלכן קארטל אפילו א בלויזער ביזנעס קארטל פונעם גויאישן קלינערס, די לאקאלע קנאים האבן געוואוסט אז זעבין גייט מען נישט אריבער אנע מאסק און בולעט פרוף וועסט אויס מורא פון פילן זעביס פליישיגע ידים אויף זייערע מאגערע ביינדלעך, א לעגענדע גייט ארום אז ווען סאיז פארגעקומען דער גאלאווענציץ מערכה האט זעבי באמקלט דעם דבר יום ביומו פארטיילער נישט כאפנדיג קיין חילוק פון א שמחה בלעטל צו א פאשקעוויל.

אין די נמשל האסטו ממש באגנאדן גאנץ אייוועלט קיין חילוק פון כאראקטער אדער מעשים. וועל איך ברענגען מיין ליבסטע פאראגראף פונעם נמשל וואו דו האסט אנגעוויזן ווי שווארץ, ווייס, און גרוי זענען געווארן גאלד:
מתמודד האט געשריבן: ביני לביני האב איך מיר אנגעטראפן אין דעם דרעפט און דער קעפל האט מיר אויפגעשוידערט, נשמות פון רעפובליקאנער און דעמאקראטן, אנטי און פרא, אלטערנאטיווע און אלגעמיינע, פאעזיסטן און עמך אידן, ותיקין אידן און פרישטיג עסער, פאנדרעיזערס מיט מלמדים, שרייבער און קאמענטירער, אלטגעזעסענע און קוים געבורענע זענען פארהאלזט אינעם הייליגן פייער פון אהבת ישראל, אלעס צום פארדאנקען אייוועלט, געלטער גיסן זיך ווי ברוינפן, קארטלעך ווערן אויסגעריבן פון סווייפן, און בלוט גיסט זיך פון טשעק רייסענישן, און איך שרייב "אייוועלט ראסיזם?"


און א זייטיגן נאטיץ: אין דעם אשכול כינוס ארטיקלען נעמט @הרבטייטעלבוים צוזאם אלע כינוס\קאמפיין ארטיקלען כדי צו מאכן א פי.די.עף. אויסגאבע דערפון. ער בעט יעדער זאל לייגן א לינק פון זייער ארטיקל. איך האב באמערקט אז דיינס איז נאך נישט דארט האב איך דיר געוואלט לאזן וויסן.

די אייבערשטער זאל דיר באצאלן כפל כפלים פאר אלעס וואס דו האסט געטאן פאר חברינו 'מחר', דו זאלסט מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות עד בלי די. זאל דיין פעדער קיינמאל אויסטרוקן, זאל דיין בייפעלער קיינמאל אויסלויפן, זאל דיין ארטיקלען אייביג גלאנצן. כן יהי רצון.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א גרויסן דאנק @היכי תמצא פאר די גרונטליכע פידבעק און קאמפלימענטן, אויב ווילט איר וויסן וואס א שרייבער ווארט צו הערן נאך א ארבעט, נעמט דעם תגובה פאר א סעמפל..מיט אזעלכע פידבעק וואלט זיך געגאסן שרייבווערק אויף די גאסן....

אויב איז דא עפעס א שווערע ווארט זייט מיר מודיע און כוועל עס קלאר מאכן, אפטמאל איז עס דער שולד פונעם שרייבער נישט פונעם ליינער....

אגב פון דיין תגובה זעהט מען א שרייבערישע טאלאנט אויך, קום אריין קלאר און פראווע נישט קיין עניוות....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ווען איך האב ארויפגעלייגט מיין ערשטע פאעזיע אויף אייוועלט האסטו מיט אסאך אנדערע דיכטער (כ'האב נאכגעקוקט, און דאס איז דער אפציעלער טיטל אין אידיש פאר א פאעט) און שרייבער מיר באגאסן מיט פידבעק און עצה טובים ווי אזוי צו שרייבן און שרייבן בעסער (אין אישי אויך, ווען איך האב געבעטן), און דאס האט מיר געגעבן די מוט מער צו שרייבן.

דעריבער, טו איך דאס זעלבע כדי יעדער זאל מער שרייבן, אזוי ווי דו זאגסט. ווי אויך, די וואס ווייסן נישט אז זיי האבן די טאלאנט זאלן אויך פרובירן און כאטשיג געבן א שאנס. יעדער פארדינט.

איך וועל פרובירן נישט צו פראווען קיין עניוות... (אוי, די קאמפלימענטן אויף מיין עניוות וועלן זיך אויפהערן... ס'וועט זיין שווער) שוין איצט געפראוועט אפענע גאות...

אגב, איך האב ארויפגעלייגט דיין ארטיקל אויף @הרבטייטעלבוים כינוס אשכול.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14252
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: אייוועלט ראסיזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

מתמודד האט געשריבן: אדאנק פארן ניק המפורסם @שיטראק פארן צוטשטעפען מיין נאמען צו זיין פופציגער, ווייסיך נישט וואס כהאב זוכה געווען אז אזא חשובער ניק זאל מיר אינזינען האבן, דיין ווארעמקייט אייביג ובפרט אינעם יעצטיגן קאמפיין שטארט ארויס, זאל דער אויבערשטער זיך באגיין מיט דיר מיטן זעלבן ווארעמקייט אין אלע דיינע וועגן....

אמן
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”