גייט מיר נישט אן וואס ס'שטייט... איך זעה אבער עפעס...

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע:אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

גייט מיר נישט אן וואס ס'שטייט... איך זעה אבער עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

מיט די נאסע פיאות גראד ארויס פון מקוה, די וועסטעל נאר צוויי קנעפלעך פארמאכט איילט ער זיך צום קאווע צימער פאר א ווארימע גלאז קאווע
די חברותא האט איהם שוין צוויי מאל גערופען אז ער איז 5 מינוט שפעט (געדענקט ער נישט פון נעכטען אז יעך קום שפעט וואס נודנעט ער יעצט?) ער לויפט אריין מיט איין אטעם, א רוח שאינה מצויה באגלייט פון אונטען, צוויי ליידיגע האט קאפס וואס זענען איבערגעלאזט געווארען אויף די פרעמד דורך אנדערע באנוצער פאלען צאם.

אויף די זייט איז דא צוויי האט קאפ האלטערס איין זייט שטייט אכט אונסעדיגע קאפס אין איינס איז די צענער, כאפט ער א צענער דריקט אראפ אנע חשבון אויפען קאווע האלטער וואס האלט זיך נישט ביים ברעכען ארויסלאזנדיג געציילטע ברעקלעך מיט יעדן קוועטש. ענדליך איז די קאפ פיל מיט קאווע אין דריי קאצקע צוקער, א קוועטש אראפ אויפען הייסען קעסל האט אנגעפילט דעם האט קאפ מיט פרישע הייסע ווארע.

יעצט קומט עבודת ה'מישען' טראכט זיך ברוך א שאד צו נוצען די צען אונעס פאר'ן מישען די קאווע לאמיר גיין מיט אן אכט אונעס, אומר ועושה כאפט ער א אכט אונעס קאפ אין הייבט אן גיסען מיט פארזיכטיגקייט, געדענקעט ער נאך ווי די ראש ישיבה פלעגט אלס זאגען 'מאך עס שטאט ווייל איך יאג מיך'

אזוי גיסענדיג פילט ברוך ווי זיינע דיטעקטיוו חושים הייבען אן צו קומען צום אויבערפלאך... א מינוט איך האב גענומען א צען אונעס קאפ פארען קאווע אבער ביים גיסען האט די גאנצע זאפט אריבער געהריג צום אכט אונעס קאפ הממ... ווילסט מיר זאגען אז דער שמש טרייבט דא צונער פונעם עולם?

ער וויל שוין גיין מאכען א ויצעקו א כאפצ'עם איבערן פאליש תיתכן שמש לעבען ווי טוט מען אזאוינס
איין ספליט סעקענד פאר ער לאזט זיך ארויס אויפען סוירטש טראכט ברוך לאמיר צולייגען איין האט קאפ נעבען די אנדערע אין לאמיר טאקע פעסטשטעלען אויב שני האט קאפס משתמשים בכתר אחד

אזוי מעסטענדיג וואקט אריין מעכיל נישט כאפענדיג אין וואס פארא שלאכט פעלד ער האט נארוואס אריינשפאצירט, ער זעהט ברוכ'ס איינגעקנייטעשטע שטערן מיט אויגען וואס פליען ארום אין זייער האלטער 'ברוך וואס ארבעטסו דארט אזוי שווער ס'קוים אינדערפרי ולפארטראכטקייט מה זו עושה?

'איך האלט אינמיטען זעהן אויב די צען אונעסדיגע האט קאפס זענען עכט נאר אכט'

מעיכל'ס געניטע אויגען פארען פון קאפ האלטער צום צוויי קאפס פון ברוך 'אוודאי, ביידע זענען אכט אונעסעס, זיי זענען די זעלבע הויעך אין ברייט'

אבער ברוך לאזט נישט נאך 'אבער למעשה שטייט צען אונסעס'

גייט מיר נישט אן וואס ס'שטייט איך זעה דא אז ביידע האט קאפס זענען פון די אכט אונסעס.



****************

יש כאלו וואס האבען ליידער באקומען צוגעטיילעט די ביטערע שיקזאל אז דורות קעניש אזוי שנעל קומען פון איהם, זיין תפקיד אויפען וועלט איז פון א אנדערע מין חומר.

שטייט א יונגערמאן אין בעט זיך רבוש"ע הבה לי בנים! איך וועל אויך קענען זאגען ביים סדר נאכט וכאן הבן שואל פאר מיין אייגען קינד, קענען געבן א הייסע גוטע נאכט קיש פאר זיין יונגע בעקעלע, אבער ווי ס'זעהט אויס איז נאכנישט געווען עפעס וואס זאל צולאזן דעם אייזערנעם טויער און ארויסלאזען א לעכטיגע נשמה מתחת כסא הכבוד.

אבער אט הערט זיך א קול מ'האקט מ'זעצט עס פליען שטיינער, די אייזערנע טויער דונערט מיט יעדן זעץ, די ווידער-קול סאונד אין די בעקגראונד מאכט די מצב מער ספאקי, די פמליא של מעלה האט שוין לאאאנג נישט געהערט אזוינע קולות, די מלאכים געווענליך זינגען שירה בקול דממה דקה, אבער וואס גייט דא פאהר
די קעפ הייבען זיך, די שטערנעס ווערן צוקנייטשעט, מ'פרובירט צו פארשטיין וואס אזאנס איז דא געשעהן?!

מלאך מיכאל ווערט גערופען פליז גיי זעה וואס גייט דארט פאהר

ער פליעט אהין אבער קומט שנעל צוריק ער קען זיך קוים כאפען דעם אטעם

באשעפער איינציגער, יעך קעניש מסביר זיין וואס די קולות זענען, די אליין לא ע"י מלאך ולא ע"י שליח מוזטו דאס גיין צוזעהן, דער באשפער גייט קוקען אבער וואס עס אנטפלעקט זיך איז גאר איבעראשאנדיג, מיט עקסטאז געבט ער א שריי 'מלאכים שרפים ואופנים קומט שוין אהער חזו חזו בני חביבי דמשתכחין בצערא דלהון'

דא שטייען טויזענטער יודען וואס האבען נישט קיין אהנונג ווער ר' מחר איז, אבער איין זאך יא ער האט א שרעקליכע צער אין מיר ווילען איהם העלפען בלויז ווייל ער איז א יוד בני איש אחד אנחנו

די קולות זענען שווערע סינדע"ר בלאק"ס כמעט דריי הונדרעט טויזענט אין צאל, יעדער דאלאר אויפען טשערידי קאמפיין וואס יודען האבען מנדב געווען האט אריין געשליידערעט שווערע שטיינער אויפען טויער, אלעס מיט איין ציהל עס זאל זיך עפענען און ארויסקומען א ישועה פאר דעם יונגערמאן

מלאך מיכאל נוצט אויס דעם שעת הכושר 'טאטע אבא מלך העולם דא בעט זיך א יוד פאר אן איינציק קינד, וואס זאל איהם אויך רופען טאטע'

'מיכאל געב נאר א קוק וואס ס'שטייט דא'

איך ווייס נישט וואס שטייט דא, - דונערט מלאך מיכאל'ס שטימע - איך קוק אויפן טשערידי פעידזש, איך זעה הונדרעטער יונגעלייט וואס האבען נישט קיין קצה החוט ווער דער הילייגער יונגערמאן איז אבער זיי געבן ריזיגע סכומים לזכותו ולטובתו

עד כאן מאחורי הפרגוד

עס איז מיר נישט קיין ספק אז די קידוש השם וואס האט זיך אפגעטוען אויף אונזער איי וועלט די לעצטע פאר טעג האבען געמאכט א רעש אויבען אין הימעל.

ווען וועלט וואלט געווען וועלט האט באקומען אן אנדערע משמעות, ווי פון אן אנדערע וועלט האבען יודען אין דער טריפנה אמעריקא דער פלאץ וואס אני ואפסי עוד געוועלטיגט מיט א שטארקייט, מיינ"ד יא"ר אע"ן ביזנע"ס איז א לעבענס שטייגער, די 'אמעריקען דרים' איז געלט מיט געלט און שוואויל טאג, האבען זיך היימישע יודען געגערינדעט אן אייגען איי-וועלטעל אין פראקלמירט נצח ישראל לא ישקר ותאמר למלאך המשחית הרף!

איך גיי יא מיינדע"ן יענעמס ביזנעס, איך גיי יא אועקגעבען מיין שווערע פרוטה אלעס אז נאך א יוד זאל קענען האבען דעם יודישען חלום.

אשריך ישראל מי כמוך עם נושע בשם!

לאמיר האפען אז 'ער קומט שוין באלד באלד' די ישועה זאל זיין היום אני בא

מר קאפלאווסקי
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: גייט מיר נישט אן וואס ס'שטייט... איך זעה אבער עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

געוואלדיג!

האסט מיר געברענגט טרערן
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: גייט מיר נישט אן וואס ס'שטייט... איך זעה אבער עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גאר גוט!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: גייט מיר נישט אן וואס ס'שטייט... איך זעה אבער עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

זייער שיין איך ווער נאר אביסל אומבאקוועם ווען מען מבאשרייבט אדער זינגט וואס טוט זיך און הימל מיט דיטעילס.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: גייט מיר נישט אן וואס ס'שטייט... איך זעה אבער עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

הערליך!!!

שטארק צוגעברענגט דעם געדאנק!!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: גייט מיר נישט אן וואס ס'שטייט... איך זעה אבער עפעס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן: זייער שיין איך ווער נאר אביסל אומבאקוועם ווען מען מבאשרייבט אדער זינגט וואס טוט זיך און הימל מיט דיטעילס.

אלעס איז בלויז באופן משל - זוי פארשטיי איך
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”