א זֵכר אויף דער וועלט!

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

עס איז מיטוואך נאכט פרשת ויגש, ד' טבת תשפ"ב.

צוויי טעג צוריק האט מען געצינדן דעם לעצטן לעכטל פון די נירות חנוכה, די אויל איז שוין אויפגערוימט, די מנורה שוין געפוצט, און דאס עלנד לעבן איז צוריקגעקומען. די איינזאמקייט פון דאס פאָרל איז ווידעראמאל דא.

וואס טוט מען יעצט? וואו גייט מען יעצט?

לעצטע וואך איז מען ארומגעפארן צו חנוכה מסיבות נאר צו זען ווי אלע קינדער האקן מיט פושקעס, און יענקל שושקעט פונדערווייטנס פאר זיין ברוך'ל ער זאל נישט קומען מיט די פושקע צו מיר... ער מיינט איך האב נישט באמערקט, אבער איך האב אויך באמערקט ווי מוישי קרומט מיט די נאז ווען איך האב געגעבן א בלויזן קוואדער פאר זיין מיילעך.

יעצט איז נישט די צייט פאר ווייטאג, יעצט דארף מען ערגעץ ארויספארן אינאיינעם מיט די בני בית צו הייבן אביסל די גיסטע אין שטוב, און זיך גרייטן צום לאנגן ווינטער סעזאן מיט צוויי אדר'ס.

איך ברעך דעם שטילקייט און איך רוף זיך אן צו איר קום, לאמיר זיך אריינזעצן אין קאר. מ'גייט פארן ערגעץ. איך ווייס וואו, אבער איך וויל איר סורפרייזן.

אונז זיץ מיר אין קאר, אונז פאר מיר אראפ די גאסן פון וויליאמסבורג, אונז קומער שוין אן צום וויליאמסבורג בריק, אונז גיימער קיין מאנהעטן? ניין. וועסט באלד זען. אונז מאך דעם וועג צום אידישן ישוב וואס זי האט נישט דערקענט באלד ביים אנקומען.

מיר קוקן ארויס פון פענסטער און מען זעט שוין אידישע פנימ'ער. צוויי-דריי אידן לויפן אריין צום צענטראלן בית המדרש כאפן א מנין מעריב און אנדערע זענען אויפן וועג אהיים פון גראסערי, דער ישוב ווירבלט.

איך פאר אבער ווייטער. צום קאנסטראקציע ארט א גאס אוועק פון בית המדרש.

איך פארק מיין קאר, און מיין ווייב כאפט שוין וואו זי איז. דא ווערט געבויעט אונזער מקוה! דא גייט הענגען די סיין "לזכות משה נחמן בן פערל, וזוגתו יוטא איידל בת נחמה, שיזכו לזרע של קימא"

מיר שטייען ביידע אויפ'ן גאס און קענען נישט אראפנעמען קיין אויג פון דעם איין-שטאקיגן געביידע. נאך א מזל אז קיין איד גייט פונקט נישט דא אדורך, ווייל מיר קוקן אויס שרעקליך אויפפאלנד.

מיר קלאצן אויפ'ן בנין. און אונזערע מחשבות לויפן.

אט אט גייט שוין ארויפגיין די לעצטע דעטאלן צו פארשנערן דעם דרויסנדיגער טייל פון די געביידע. נאך אביסל וועט די מקוה זיין פארטיג און וועט אריינגיין אין באנוץ פאר צענדליגער אידישע משפחות.

דא גייען זיך טובל'ן הונדערטער אידן. אלעס וועט זיין פאר אונזער זכות. דא גייט פאראייביגט ווערן אונזערע נעמען.

מיר לאזן דאס איבער אויף דער וועלט. די סגולה פון בויען א מקוה וועט טאקע זיכער אויפטון, אבער ביז'ן קרעטשמע, ביז עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט אז די תפילות פון אזויפיל אידישע קינדער וועלן געענטפערט ווערן, איז דאס אונזער זכר.

מיר האבן שוין עפעס אויף דער וועלט! ביז היינט האבן מיר געהאט א ליידיגע דירה. אן קיין איבריגע בעט אדער קריב. אן קיין קערידזש אדער א דריטע לעכטל שבת. יעצט האבן מיר א הויז. א קדיש וואס וועט אונז אויף אייביג געדענקן, אונזער זכר וואס מיר לאזן איבער, אונזער בית מקדש מעט.

פון דעם מקוה גייען ארויסקומען אומצאליגע דורות ישרים, אידישע לעכטיגע קינדער וואס וועלן ווייטער אויפשטעלן לעכטיגע דורות און שפינען דעם קייט עד סוף כל הדורות.

דאס זענען אונזערע דורות, אונזער נחת, אונזער חיות און אונזער לעבן.

דאס איז אונזער!

דער וועג אהיים איז זיך אנדערש געפארן, און אויך דער שלאף נאכדעם איז אנדערש געווען.

זינט יענעם מיטוואך ויגש, באזוכן מיר דארט איינמאל א וואך, מיר קוקן זיך אום אויף די מקוה און דאס געבט אונז חיות אנצוגיין פאר נאך א וואך.

טייערע אידן, מיר האבן ברוך ה' פולע דירות, לעכטיגע קינדער וואס מיר לאזן איבער.

אין די צייטונגען וועט שטיין נאך אונזער הונדערט-און-צוואנציג "ער האט איבערגעלאזט נאך זיך 7 קינדער, בנין וחתנין רבנן... און צענדליגער אייניקלעך."

ער האט דאס (נאכ)נישט! ער האט גארנישט אויף דער וועלט און לאזט נישט איבער קיין זכר!
חוץ דער מקוה וואס דאס איז זיין זכר, זיין שם ושארית וואס ער לאזט אויף דער וועלט.

ער גייט טאקע געהאלפן ווערן מיט זרע של קימא, אבער ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א גלעזל בראנפן. דעם גוטן געפיל פון זען דעם אויפגעבויעטן בנין וועט לינדערן זיינע שמערצן און וועט אים פארזיכערן אז אויך קינדער וועט ער נאך זוכה זיין צו האלזן.

יעצט האט ער גארנישט, אבער מיר וועלן אים פארזיכערן אז דאס וועט ער האבן. זיין נאמען וועט פארזיגלט ווערן לעד ולנצח אויף די ווענט פון די מקוה.

צום שלוס: האט איר נאכנישט געגעבן? לאזט איבער א שיינע נתינה אינעם לינק אין מיין חתימה.

האט איר שוין געגעבן? שטרענגט אייך אביסל איבער, און געט נאך אביסל אז אונזער חבר זאל איבערלאזן א שם ושארית בארץ, א מקוה און אויך אן אייגן קינד!
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4937
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

;l;p-;l;p-אסדר!
געמאכט א פיינעם סיום אויפן היינטיגן גרויסארטיגן טאג!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אסדר, האסט מיר קיינמאל נישט געזאגט אז דו קענסט דאס אויך...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

דער עולם זאל ווייטער געבן פאר אסדר און אזוי ארויס ברענגען נאך אזאנע ארטיקלען!...

און ווי קלאצי זאגט, כ’האב געמיינט דו קענסט נאר יומער...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אלטער האט געשריבן: דער עולם זאל ווייטערגעבן פאר אסדר און אזוי ארויס ברענגען נאך אזאנע ארטיקלען!...

און ווי קלאצי זאגט, כ’האב געמיינט דו קענסט נאר יומער...

ווייטער מיינסטו דער וואס האט שוין געגעבן איינמאל יא?... און ווער נישט... שוין.

קלאצי מיינט לכאורה אז ער האט נישט געוואוסט אז איך קען אויך לייגן נקודות, ווי למשל די צירי אין די קעפל.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

ביז יעצט האסטו נאך געהאט טשאנסן אז איך זאל עפעס אריין ווארפן צו דיר. למעשה זעה איך אז דו דארפסט נאר די וואס האבן שוין איינמאל געגעבן...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אלטער האט געשריבן: ביז יעצט האסטו נאך געהאט טשאנסן אז איך זאל עפעס אריין ווארפן צו דיר.

:roll::roll::roll:
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן: דער עולם זאל ווייטערגעבן פאר אסדר און אזוי ארויס ברענגען נאך אזאנע ארטיקלען!...

און ווי קלאצי זאגט, כ’האב געמיינט דו קענסט נאר יומער...

ווייטער מיינסטו דער וואס האט שוין געגעבן איינמאל יא?... און ווער נישט... שוין.

קלאצי מיינט לכאורה אז ער האט נישט געוואוסט אז איך קען אויך לייגן נקודות, ווי למשל די צירי אין די קעפל.

:smile:
גראדע געמיינט דאס עצם שרייבן לאנגע ארטיקלען, כ'געדענק עס נישט זען פון דיר פריער אויף אייוועלט.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן: :smile:
גראדע געמיינט דאס עצם שרייבן לאנגע ארטיקלען, כ'געדענק עס נישט זען פון דיר פריער אויף אייוועלט.

וואס רעדטסטו?

viewtopic.php?f=3&t=47154

viewtopic.php?f=3&t=47201

viewtopic.php?f=3&t=47114

און נאך פילע!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

טאקע מכוון געווען בשעת'ן שרייבן אז איך רעד אויסער די לעצטערע צוויבל סטייל ארטיקלען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29665
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הערליכע ארטיקל, אבער ניין! איך ביניש מסכים אז דאס זאל זיין די זאך, אפשר איז עס גוט ווי דו זאגסט אלס גלעזל ביז די קרעטשמע. נישט איך ווייס, און נישט איך וויל וויסן..

אבער דער ציל איז דא איז איבערצודרייען ביידע וועלטן אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט לעכטיגע אידישע דורות.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן: הערליכע ארטיקל, אבער ניין! איך ביניש מסכים אז דאס זאל זיין די זאך, אפשר איז עס גוט ווי דו זאגסט אלס גלעזל ביז די קרעטשמע. נישט איך ווייס, און נישט איך וויל וויסן..

אבער דער ציל איז דא איז איבערצודרייען ביידע וועלטן אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט לעכטיגע אידישע דורות.

אמת ויציב!!! מיר דארפן דאס נישט האבן, דאס האב איך געשריבן פאר די געציילטע סקעפטישע צווישן אונז...

די מקוה איז נישט נאר א סגולה, נאר אויך א זכר אויף די וועלט פאר ביזן קרעטשמע.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אסדר איז דא וואויל גערעכט סאיז מער פון וואס ער שרייבט, סאיז נישט נאר די זכר נאר על פי צדיקים קינדער וואס ווערען געבורן פון די מקוה האבען א שייכות מיט אים ואכמ"ל.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

ווי נעמט מען אזא שפראך?

סדרל;l;p-;l;p-
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן: אסדר איז דא וואויל גערעכט סאיז מער פון וואס ער שרייבט, סאיז נישט נאר די זכר נאר על פי צדיקים קינדער וואס ווערען געבורן פון די מקוה האבען א שייכות מיט אים ואכמ"ל.

דיין הסכמה איז ווערד זייער אסאך.
דער קאמפיין איז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלען זענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8825
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הערליכע ארטיקל! איך ברענג עס ארויף פאר די וואס האבן נישט געהאט קיין צייט עס צו לייענען בשעתן זיין פארנומען מיט די קאמפיין
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א זֵכר אויף דער וועלט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

tarmab האט געשריבן: הערליכע ארטיקל! איך ברענג עס ארויף פאר די וואס האבן נישט געהאט קיין צייט עס צו לייענען בשעתן זיין פארנומען מיט די קאמפיין

יישר כח
יעצט געליינט
שטארק!
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”