דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

אויב געדענק איך גוט איז אין די בוך איך בין געבליבען לעבן פון פיינגאלד יא משמע אז זיי האבן זיך יא עטוואס גערעכענט מיט די רבנים.
לייקוס
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע:לעיקוואד

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

אויבנאויף איז נעריש צוזאגען אז די אויפשטאנד האט גורם געווען מיתה.
געב א קוק אויף די צווייט גרעסטע שטאט און פולין לודזש, דארט איז געווען א מעכטיגע יודען ראט, און א סיסטעם און דער עולם האטסיך פעסט צוגעשטעלט.
ווייסט וויפיל מענשטען זענען געווען דארט בתום המלחמה?
אויב געדענק איך גוט רעדט מען פון עטליכע צענדליגע.
די צושטעלען זיך האט געהאלפען זיי זאלען קענען גרינגער און מסודרדיג אויסשעכטען דעם עולם.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע:ערגעץ ווי

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

לייקוס האט געשריבן: אויבנאויף איז נעריש צוזאגען אז די אויפשטאנד האט גורם געווען מיתה.
געב א קוק אויף די צווייט גרעסטע שטאט און פולין לודזש, דארט איז געווען א מעכטיגע יודען ראט, און א סיסטעם און דער עולם האטסיך פעסט צוגעשטעלט.
ווייסט וויפיל מענשטען זענען געווען דארט בתום המלחמה?
אויב געדענק איך גוט רעדט מען פון עטליכע צענדליגע.
די צושטעלען זיך האט געהאלפען זיי זאלען קענען גרינגער און מסודרדיג אויסשעכטען דעם עולם.

דאס האט זיך שויו געוואנדן ווי א שטאט. עס זענען געווען גענונג און נאך גרויסע שטעט וואס עס זענען איבערגעבליבן א שיינער מספר איבערלעבער. אבער א אויפשטאנד האט בלויז פארזיכערט און פארשנעלערט די ליקווידאציע פונעם געטא און איר איינוואוינער, הי''ד.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
לייקוס
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע:לעיקוואד

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

קיין איין געטא האט שוין נישט פונקינצונירט און פולין ביי די סיום המלחמה.
און תש״ד איז אלעס שוין געווען ליקוואדירט.
רובא דרובא דרובא זענען שוין געווען און די טויט מחנה ארבעט מחנה ביי זומער תש״ג.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ווער זענען 'די ציונים' וואס האבן עס אנגעפירט? געוויס מיינסטו עטליכע ציוניסטישע יונגען וואס זענען דארט געווען. אין תש"ב האבן 'די ציונים' דאכט זיך נישט געהאט קיין עקסעס צום געטוי.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דער עולם מישט דא צווישן אן "אויפשטאנד" און א "ווידערשטאנד".

צו שטעלן א ווידערשטאנד האבן אסאך גדולי ישראל מסכים געווען אויב ס'איז געווען א ספק ספיקא אז מ'וועט זיך קענען ראטעווען, משא"כ אן אויפשטאנד וואס איז נישט געווען געשטיצט דורך קיין גדולי ישראל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דער עולם מישט דא צווישן אן "אויפשטאנד" און א "ווידערשטאנד".

צו שטעלן א ווידערשטאנד האבן אסאך גדולי ישראל מסכים געווען אויב ס'איז געווען א ספק ספיקא אז מ'וועט זיך קענען ראטעווען, משא"כ אן אויפשטאנד וואס איז נישט געווען געשטיצט דורך קיין גדולי ישראל.

;l;p-

און אויף דיין פריערדיגע פראגע ווייסעכניש, פרעגסט גוט. דארף מען פרעגן די מבינים.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע:ערגעץ ווי

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דער עולם מישט דא צווישן אן "אויפשטאנד" און א "ווידערשטאנד".

צו שטעלן א ווידערשטאנד האבן אסאך גדולי ישראל מסכים געווען אויב ס'איז געווען א ספק ספיקא אז מ'וועט זיך קענען ראטעווען, משא"כ אן אויפשטאנד וואס איז נישט געווען געשטיצט דורך קיין גדולי ישראל.

גוט! קלאר ארויסגעברענגט.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
SimpleSimon
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 11, 2018 10:02 am

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimpleSimon »

די נאציס האבן געהאט א גרויס פראבלעם מיט שחט'ן מליונען מענטשען אויף א ווילדע פארנעם, הן מצד די וועלט הן מצד די רוצחים ווייל הימלער האט איינגעזעהן (נאך וואס ער האט אפגעשטאט א באזיך מיטצוהאלטן א מאסן שחיטה פון שיסן הונדערט קדושים) אז עס קומט נישט אהן גרינג פאר אלע זיינע עס עס נפשיותדיג צו קוקן און פנים אריין אזויפיל נשים וטף ביים אומברענגן.
וועגן דעהם זענען זיי געגאנגן מוטן גאז קאמערען מהלך וואס איז עטוואס גרינגער אויפן רוצחים און לאזט ווייניגער עווידענס.
ואל תשיבינו סיפורי רציחה ואכזריות ווייל זיי האבן דאס אויכט געטוהן אבער זיי האבן געוואלט ווי ווייניגער.
חוץ מזה זיי האבן נישט געהאט אזוי פיל עס עס לייט אקעגן אזוי פיל קרבנות (זיי זענען געווען פארנימען מיט פיל מלחמה פראנטן וואס האט געגעסן זייער מענטשען,וואגאנען,געווער,געלט), אלזא האבן זיי געוואלט זיכער מאכן אז די שלאפן זענען מיד גייסטיש און פיזיש און זיי קומען כצאן לטבח.

השתא דאתינא להא, איז לכאורה פשוט אז ווען יודן וואלטן באלד געזאגט ניין און געמאכט קאפוויי דערפעל נאך דערפעל ווי אן אראבער טוהט, דאן וואלטן זיי נישט געקענט סיסטאמאטיש אזווי שנעל מעקן א פאלק פון מליונען.

אבער דאס אוז אלץ גוט צו זאגן רעטראספעקטיוו מיט א פעדער אונעם האנט אבער אויסצופורן למעשה איז עפעס אנדרעש ווייל עס אוז געקומן און א שאק און מען האט נישט געוויסט וואס עס גייט פאסירן, ווען מען האט אנגעהויבן איינזעהן איז שוין געווען צו שפעט, זיי זענען שוין געווען צאן במלא מובן המלא אויסגעקלאפטע הושענות די מח האט נאר געקענט טראכטן ביזן נעקסטן שטיקל ברויט. כבר נגזרה הגזירה. אבער פון א אינטערלעקטואלע פרספקטיבו אויב זיי וואלטן געקענט אנקלינגען דעהם עתיד וואלט דעהם עתיד געווארנט דעהם עבר זעך צו שלאגן אויפן הווה.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זיכער אזוי. היינט ווייסט מען שוין פונעם ביטערן קריג איז גרינג צו זאגן, דעמאלטס איז נאך קיינעם בייגעפאלן אז ס'קען פארקומען אזא מאסן רציחה אויף אזא נאצישע כלומר'שט שיינע אופן.
די עיקר ארבעט פון די דייטשן איז געווען פסיכאלאגיש, הן מיט'ן אנהיצן זייערע מענטשן, און הן מיט'ן בארוהיגן די צאן לטבח.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: דער רבי וואס האט געקעמפט קעגן די נאציס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

זיי האבן אנגעהויבן די ווארשעווע אויפשטאנד פסח תש"ג, צוויי אהאלב יאר נאכן אנהייב פון די קריג, צוליב דעם וואס ביז דעמאלט האט מען נישט ממש געגלייבט אז מען פירט די עולם צו די שחיטה.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”