Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?
ווער ס'געדענקט שבועות שנת תש"ס ביי די שרקליכע פייער בקדרותא דצפרא ווי סאיז פארברענט געווארן די טאכטער פון הגה"צ ר' דוד מייזליש אב"ד סאטמאר מאנטריאל מיט איר יונגע עופל'ע ה"י. האט ער ביי די מעמד הספידים אין ביה"מ אין קרית יואל פארציילט. אז מהאט דן געווען ביי די שבעה איבער די נוסח המצבה ווי אזוי ארויס צי ברענגען די טראגידע מהאט זיך געמוטשעט וועלכע מליצה צי ניצן. צי וכל בית ישראל יבכו את השריפה וכו. אדער א אנדערע. האט ער געפרעגט די שווער בעל ברך משה זצ"ל. האט די רבי געפרעגט צי וואס פעלט עס בכלל אויס?. (עפעס אזא לשון האט ער נאכגעזאגאט). אין מהאט טאקע גארנישט געשריבן אופן מצבה. מקען עס זען ביי לינקע זייט פונעם אוהל אין קרית יואל