מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

פארווייטאגט האט געשריבן:
ערעב איד האט געשריבן: אבער די מחלה איז %1 פון די אלע, די כשר׳ע און טריפה גלייך.

די מחלה איז נישט נאר אויף כשר׳ע

ריכטיג.

איז לייג נישט צו א גאנצע פראצענט צום טרפה, נאר א האלבע.
יעצט שטומט שוין מיין שאלה?

יעצט כאפ איך דיין שאלה, אז טאמער חכמים האבען געזאגט אז עס איז דא רוב קען עס מיינען 49 פערצענט טריפות, יעצט אז די לייגסט צו די 1 פערצענט פון די אלע אפאראציעס בזמנינו (און חו"ל איז עס אסאך מער ווי 1 פערצענט) איז שוין נישטא קיין רוב.
טאמער די מיינט'ס דאס, פון אויבען אויך וועל איך דיר ענטפערען אזוי, לפי הנראה לענ"ד,
בזמן חז"ל איז אויך געווען אסאך טרפיות וואס זענען דא בזמנינו ד.ה. בזמן חז"ל איז געווען א ניתוח קסרי (יוצא דופן) און אויכעט אסאך זאכען זענען שוין געווען בזמן חז"ל, אבער ווען חז"ל האבען געזאגט אז רוב כשרות האבען זיי דעס אויכעט אריינגערעכנט.
(חוץ פון דעם אסאך טריפות וואס איז זענען מטריף זענען מחלוקת'ן מיט ספקות).
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

יעצט באמערקט דעם אשכול,
יישר כח, זייער שיין מסביר געווען.
תמשיך ביתר שאת ועוז!
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

כ'וויל האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
ערעב איד האט געשריבן: אבער די מחלה איז %1 פון די אלע, די כשר׳ע און טריפה גלייך.

די מחלה איז נישט נאר אויף כשר׳ע

ריכטיג.

איז לייג נישט צו א גאנצע פראצענט צום טרפה, נאר א האלבע.
יעצט שטומט שוין מיין שאלה?

יעצט כאפ איך דיין שאלה, אז טאמער חכמים האבען געזאגט אז עס איז דא רוב קען עס מיינען 49 פערצענט טריפות, יעצט אז די לייגסט צו די 1 פערצענט פון די אלע אפאראציעס בזמנינו (און חו"ל איז עס אסאך מער ווי 1 פערצענט) איז שוין נישטא קיין רוב.
טאמער די מיינט'ס דאס, פון אויבען אויך וועל איך דיר ענטפערען אזוי, לפי הנראה לענ"ד,
בזמן חז"ל איז אויך געווען אסאך טרפיות וואס זענען דא בזמנינו ד.ה. בזמן חז"ל איז געווען א ניתוח קסרי (יוצא דופן) און אויכעט אסאך זאכען זענען שוין געווען בזמן חז"ל, אבער ווען חז"ל האבען געזאגט אז רוב כשרות האבען זיי דעס אויכעט אריינגערעכנט.
(חוץ פון דעם אסאך טריפות וואס איז זענען מטריף זענען מחלוקת'ן מיט ספקות).

א יוצא דופן'ס מאמע איז געשטארבן אויפן פלאץ.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

Mezofzef האט געשריבן:

שוין איז איך צו צוריק!!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

כ'וויל האט געשריבן: שוין איז איך צו צוריק!!

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו שרייבסט.....
אויב פראבירסטו מסביר זיין, אז היינט איז דא ווייניגער טרפות ווי בימי חז"ל, ממילא איז דא פלאץ פאר נאך א פראצענט פון די וואס זענען אריבער דער פראצעדור וואס טרפה'עט.
לענ"ד דארף מען דערויף א קלאהרע מקור, און נישט אז יעדער שמויגער זאל אזוי קענען מחדש זיין.

נישט אז איהר זענט א שמויגער חלילה, נאר וואטעווער.
כ'האפ איהר פארשטייט
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

פארווייטאגט האט געשריבן: כ'האפ איהר פארשטיייט

שכוח פארען מיך מזכה זיין איבערגיין די גאנצע זאך אין ב"ה כ'האב עס ארויס, כ'האף איך שרייב עס גענוג קלאר.

לחידוד הדברים: אינזערע מילעך מיט א היימישער הכשר האט נישט די פראבלעם, וויל די השגחה מאכט זיכער אז די קיען וואס האבען עפעס פון די פראבלעמען זאל זייערע מילעך נישט אריינגיין מיט אונזערע מילעך (בדר"כ וועט מען פארקויפען פאר די גוי די קי). די שאלה איז ווען א יוד פארט ארויס און ער וויל מעלקען א קי פון א גוי אהן האבען א ידיעה פון די היסטוריה פון די קי צו ער מעג טרינקען זיין מילעך. צו ער קען זאגען אז חזקה רוב בהמות כשרות הן און ס'איז כשר, אדער ווי הרב @פארווייטאגט טענהנט אז איך האב נישט קיין רוב.

איז אזוי:

לאמיר אנהייבען מיט א קובץ שיעורים (ב"ב פ"ז) וזל"ק דרוב בהמות כשרות הן בטבע הבריאה ולא ישתנה לעולם. עכלה"ק.

דהיינו אז דאס וואס מיר זאגען בשם חז"ל אז רוב בהמות כשרות הן, מיינט נישט אז ס'קען זיין 49 פערצענט טריפות, איז ממילא ווען די וועסט טרעפען א נייע טריפה וועט עס ווערען מער ווי 49 פערצענט טריפות ממילא פארליר איך די רוב.

ניין! נאר חז"ל האבען געוויסט און קובע געווען אז אייביג 'לעולם' איז דא מער כשר'ע בהמות ווי טריפה'נע!

די אמת איז אז ס'איז טיפער ווי דעם.

די היתר פון רוב בהמות כשרות הם איז א היתר מכח רובא דליתא קמן.

דהיינו עס איז דא צווי סארטען רוב'ס. איינס הייסט רובא דאיתא קמן ד.ה. עס איז דא 12 דיינים וואס זענען מזכה די מענטש, און 11 וואס זענען מחייב די מענטש, זע איך דא אז רוב דיינים זענען מזכה, און אינז זענען מזכה די מענטש.

נאכדעם איז דא א רובא דליתא קמן, דאס איז א רוב וואס איך ווייס נישט באמת וואס רוב איז, נאר איך בוי זיך אויף די מציאות וטבע העולם.

וכלשונו הק' של החתם סופר (חולין י"א.) וכן בטריפות לא נוכל לומר מרוב בהמות פרוש, דמאן לימא לן שלא יהי' כל הבהמות אשר המה היום בעולם טריפות, ורק שאין כן בנוהג שבעולם, וזהו נקרא ליתא קמן. עכלה"ק.

און אנדערע ווערטער, ווען די האסט א בהמה קענסטו זאגען אז די בהמה איז כשר ווייל איך ווייס פאר א פאקט אז רוב בהמות כשרות הם, און די רגע וואס די פאקט ווערט מעורער איז א פראבלעם.

אדער קענסטו זאגען אז די טבע העולם איז אז בהמות זענען כשר, און ווען איך קיק אויף די בהמה זאג איך רוב זיכער אז ער איז כשר.

איז ווען חכמים ז"ל האבען געזאגט רוב בהמות כשרות הן, האבען זיי געזאגט אז די טבע העולם איז אז רוב בהמות כשרות הם. ממילא אפילו די טרעפסט א מציאות אז רוב טריפות, שטערט עס נישט די היתר פון רוב בהמות כשרות הם.

(איך האב געפרעגט א דיין מומחה בנושאים אלו, הלכה למעשה האט ער מיר געזאגט אז עס וועט זיין מותר, און ער לייגט צו אז די סירכות וואס אינז אסר'ען גייט בכלל נישט אריין אין די חשבון הטריפות, ווייל ס'איז נישט זיכער אז ס'איז טריפה ע"כ).

כ'האף מ'פארשטייט וואס כ'האב געשריבען.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

כ'וויל האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן: כ'האפ איהר פארשטיייט

לחידוד הדברים:

די שאלה איז ווען א יוד פארט ארויס ......

איז אזוי:

לאמיר ...
דהיינו ....

(איך האב .....

כ'האף מ'פארשטייט וואס כ'האב געשריבען.

לחידוד וכו':
ריכטיג, מיר רעדן נישט פון אונזערע היימישער מילך.

די שאלה וכו':
אן אינטרעסאנטער אופן ווי עס איז שייך.
לא עלה על דעתי כן. (איך האב נאר גערעדט, טיארעטיש).

לאמיר וכו'
דהיינו וכו' :
איין נקודה האסטו נישט דערמאנט, והוא, אז אלעס איז טאקע פשוט ווען דו בהמות זענען נאטורליך נישט קיין טרפות, קען אויף קיין שום פאל נישט ווערן, אז ווען אנדערע קרענק זאלן מאכן א רוב טרפה.
אבער ווען דו האסט א סטאדע שעפסן, און א וואלף בייסט אריין און רוב פון זיי, קען דען איינער זאגן אז חז"ל פסק'נען רוב איז נישט טרפה, ממילא מוז זיין דא אויך.
אודאי איז עס ריינע שטותים גערעדט.
הוא הדין הכי. ווען עס מאכט זיך אז מ'שטעכט די בהמות ווייל מ'האט זיי שלעכט געפיטערט, אדער ווייסאיךפארוואס, איז עס גענוג נישט צו קענען ניצען חז"ל במקום שלא אמרו כן.

און אפילו רובא דאיתא/דליתא, וועט נישט קענען מתיר זיין, ווען דער פארמער שטעכט ווען הונדערט פראצענט פון די בהמות, אזוי וועט עס אויך נישט העלפן ווען עס איז נאר איין פראצענט.

איך האב וכו' :
הדבר פשוט בנוגע צו אלע סירכות, כמדומה האסט שוין געשריבן בדומה לו פון אנהייב, ווייל אויב יא, אז מ'רעכנט אלע אונזער סירכות, בלייבט מען מיט אסאך מער ווי 50 פראצענט אסור.

אויב וויל ער זאגן אז אלע אונזערע איסורים איז מכח חומרא בעלמא, און מ'דארף בכלל נישט צוקומען צו דער כלל פון חז"ל אז רוב בהמות כשרות, איז עס דוקא במקום שהיה הרב המובהק וואס איהר ברענגט, ווייל ער פארלאזט זיך נישט אויף חז"ל, נאר אויף דער מציאות במקומו, דארף מען עס כסדר נאכקוקן.

בקיצור, אני על משמרתי אעמודה, און איך זעה באמת נישט ווי אזוי מ'זאל זיך קענען פארלאזן אויף געשטאכענע אפילו אויב עס איז נאר איין פראצענט.

מיין רעבע פלעגט שמייסן און זאגן "ווען דו ווילסט, וועסטו קענען"
כ'האב איהם נישט געגלייבט.
יעצט זעה איך אז דו ווילסט (כ'וויל), ממילא קענסטו.....
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

אן הערליכען ארטיקל........
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”