שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

ביי יהי כבוד איז עס אלס שבח נישט אלס בקשה צוליב דעם קען מען עס זאגן געהעריג.
באר מים
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 7:14 am

Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר מים »

אייער_קיכל האט געשריבן:
אינעם נוסח פון אתה יצרת, ביים לעצטן שטיקל 'אלקינו ואלקי אבותינו' איז דא מקומות וואס מ'לייגט צו די געווענליכע שבת'דיגע נוסח קדשינו במצותיך וכו' ביזן סוף ברכה און מ'איז מסיים כי בעמך ישרא' בחרת וכו'

בליקנדיג אין פסקי האב איך געזען ער האלט אז דאס איז די נוסח הנכון און ס'איז פשוט א טעות אז ס'איז ארויסגעפאלן פונעם נוסח ברוב המקומות (אויב איז ער גערעכט דאן איז כדי מעורר צו זיין די מדפיסים עס צוריקצושטעלן, א שאד אזעלכע דערהויבענע בקשות וואס מ'בעט יעדן שבת ויו"ט זאל מען פונקט אום שבת ר"ח אויסלאזן)

זוכענדיג אויפן נעט האב איך געטראפן דא א שמועס: https://simla.otzar.org/viewtopic.php?t=37029

בסידור תהלות ה' של בעל התניא אכן נמצא גם בשבת ר"ח הניסוח הזה [וכמדומה גם בסידור קוידנוב]
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אין אסאך סידורים (סידור המפורש אויך) שטייט נישט ביי ברכת כהנים כן יהי רצון בזכות אברהם וכו׳
נישט איבעראל ווערט דאס געזאגט?
אין באבוב סידור שטייט ״כן״ יה״ר בזכות אברהם אבינו, ״וכן״ יה״ר בזכות יצחק אבינו, ״ובכן״ יה״ר בזכות יעקב אבינו, פון ווי קומט דער נוסח?
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

תגובה דורך חולם י יאויש »

shalsheles האט געשריבן:

ס'איז א מחלוקת הפוסקים צו מ'מעג ענטפערן אמן אויף פסוקי ברכת כהנים פון א ש"ץ ווען ס'נישטא כהן המברך. דער הייליגע חיד"א זאגט כדרכו, "כשאומר הש"ץ ברכנו בברכה המשולשת בתורה אין לענות אמן אלא כי"ר ואין למחות בעונים אמן."
כי"ר בזכות אברהם, כי"ר בזכות יצחק, כי"ר בזכות יעקב, דאכט זיך מיר ווערט שוין דערמאנט אין די נו"כ אין שו"ע.
אין מונקאטש ענטפערט מען בלויז אמן אויף יעדן פסוק.
אין בארדיטשוווער סידור תפילה ישרה שטייט, "כשהש"ץ מסיים שלום או' הקהל כי"ר אבל אין לענות אמן", זעהט אויס אז אפילו כי"ר זאגט קהל בלויז צום סוף, אבער סוף פון יעדן פסוק זאגט קהל גארנישט. כ'קלער ס'איז פאר איינס פון צוויי סיבות. אדער צוליב די קהל איז פארנומען מיט זאגן, "א"ל נא קרב תשועת מצפיך..." [ווערט האט דאס גונז/מבטל געווען???], אדער פארקערט גאר, אזוי ווי ליידער א סאך היינטיגע בעלי תפילות, מ'קען קוים זאגן א האלבע אמן און ער האלט שוין "שלום", און דאס איז מעגליך א שטיקל ביאור אויף דעם נוסח באבוב, ודו"ק.

מענין לענין, אייער שאלה דערמאנט מיר פון וואס איך זיך שוין א לענגערע צייט.
ס'איז מיר אויסגעקומען אז אין רובם ככולם פון די עלטערע סידורים מדיוקים שטייט "אדיר במרום" בלויז ביי מוסף/דוכן'ען, און נישט ביי פשוט'ע שחרית/ווען ס'נישטא קיין כהן. ווען איז דאס געווארן דער מנהג צו זאגן אדיר במרום בקביעות?
אויך איז אינטערעסאנט אז די שינויי נוסח פונעם אדיר במרום אין סידורים איז אנדערש פון די נוסחאות פונעם מקור אין גמרא.
לעצט פארראכטן דורך חולם י יאויש אום דאנערשטאג יולי 28, 2022 4:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חולם י יאויש האט געשריבן:
[
מענין לענין, אייער שאלה דערמאנט מיר פון וואס איך זיך שוין א לענגערע צייט.
ס'איז מיר אויסגעקומען אז אין רובם ככולם פון די עלטערע סידורים מדיוקים שטייט "אדיר במרום" בלויז ביי מוסף/דוכן'ען, און נישט ביי פשוט'ע שחרית/ווען ס'נישטא קיין כהן. ווען איז דאס געווארן דער מנהג צו זאגן אדיר במרום בקביעות?
אויך איז אינטערעסאנט אז די שינויי נוסח פונעם אדיר במרום אין סידורים איז אנדערש פון די נוסחאות פונעם מקור אין גמרא.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9D#p595805
חוח בין השושנים האט געשריבן:
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

אוראייניקל האט געשריבן:
חולם י יאויש האט געשריבן:
[
מענין לענין, אייער שאלה דערמאנט מיר פון וואס איך זיך שוין א לענגערע צייט.
ס'איז מיר אויסגעקומען אז אין רובם ככולם פון די עלטערע סידורים מדיוקים שטייט "אדיר במרום" בלויז ביי מוסף/דוכן'ען, און נישט ביי פשוט'ע שחרית/ווען ס'נישטא קיין כהן. ווען איז דאס געווארן דער מנהג צו זאגן אדיר במרום בקביעות?
אויך איז אינטערעסאנט אז די שינויי נוסח פונעם אדיר במרום אין סידורים איז אנדערש פון די נוסחאות פונעם מקור אין גמרא.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9D#p595805
ייש"כ א"א
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

וואס טוט זיך מיט די פארשידענע מנהגים פון די פסוקים "אל תירא מפ"פ וגו' ע"ע ותופר וגו' ועד זקנה אנ"ה וגו'"
וועלכע קרייזן זאגן דאס און וועלכע נישט?
ס'איז מיר געווען א חידוש ווען כ'האב באגעגנט די ווערטער פונעם רבן של ישראל דער ט"ז סוף סימן קל"ב, וזלש"ק, "עוד אני נוהג לומר בכל יום בשעה שאומר הש"ץ שים שלום ג' פסוקי' אלו אל תירא מפחד פתאום ומשואת רשעים כי תבא עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו אל ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול אני עשיתי ואני אשא ואני אסבול ואמלט..." ווערט דאס ערגעץ צוגעברענט למעשה ווער נאך ס'האט זיך אזוי נוהג געווען?
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

טאקע א חידוש דער טו״ז. ישר כח.
אין חבד זינגט מען עס נאך עלינו אין זיי לייגן צו דעם פסוק אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך.
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

אך צדיקים וגו' קומט צו זאגן איידער מען פארלאזט דעם בית מדרש, אל תירא וגו' באלאנגט צום סיום התפילה.
איך זעה אין סידור פון בעל התינא איז אל תירא נישט מנוקד, ווייסט מען עפעס א כוונה דערביי? ווען האט מען אנגעהויבן זינגן אל תירא? כ'שטעל זיך פאר אז ביים לעצטן רבי'ן זצו"ל, ריכטיג? איז געווען עפעס א סיבה? האט מען עס אלעמאהל געזינגען? בלויז ווען ס'געווען אן עולם קינדער? שחרית, מנחה, מעריב? שבת/יו"ט?

אויב דער מנהג דאס צו זאגן נאך עלינו/סיום התפילה האט עפעס א שייכות מיטן אויבנדערמאנטן מנהג הטו"ז, קען דאס זיין נאך א טעם נישט צו זאגן נאך מעריב ווען ס'נישטא קיין חזרת הש"ץ, בנוסף צום טעם פון נישט זאגן מקרא בלילה.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9318
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חולם י יאויש האט געשריבן:
ווען האט מען אנגעהויבן זינגן אל תירא? כ'שטעל זיך פאר אז ביים לעצטן רבי'ן זצו"ל, ריכטיג? איז געווען עפעס א סיבה? האט מען עס אלעמאהל געזינגען? בלויז ווען ס'געווען אן עולם קינדער? שחרית, מנחה, מעריב? שבת/יו"ט?
מ'זינגט עס נאר אין די חב"ד הייזער בתפיצות ווי מ'טיט עס אריינצוברענגען א געשמאק אין דאווענען פאר די וואס מ'איז מקרב.
אין 770 און אין אנדערע שולן פון אנ"ש זינגט מען נישט אל תירא.

חולם י יאויש האט געשריבן:

אויב דער מנהג דאס צו זאגן נאך עלינו/סיום התפילה האט עפעס א שייכות מיטן אויבנדערמאנטן מנהג הטו"ז, קען דאס זיין נאך א טעם נישט צו זאגן נאך מעריב ווען ס'נישטא קיין חזרת הש"ץ, בנוסף צום טעם פון נישט זאגן מקרא בלילה.
וואס מ'זאגט מסדר התפילה איז נישט דא קיין פראבלעם פון מקרא בלילה. מ'זאגט אסאך פסוקים ביי מעריב.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”