דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מיר, די לאגער געפאנגענע פון די ''פערדע שטאק'', ווייסן גאנץ גוט דעם דאטום פונעם אידישן לוח, און טאקע צוליב דעם גרייטן מיר זיך שוין א לענגערע צייט אין גרויסן, צום פייערדן דעם ''שמחת פורים'' – טראץ דעם וואס דער פארשאלטענער המן הרשע פון אונזער צייט הערשט נאך אין פולן מאכט, און די קאלך אויוונס פונעם בוכנוואלד לאגער ארבעט נאך אין גרויסן.

ווער און וואס זענען מיר? זעלבסט פארשטענדליך אז דער ''פערדער שטאק'' איז די ''העכסטע מדריגה'' פון יענע האלצערנע בעטן וואס זענען געווען אין לאגער, וואס מיר רופן אין פשוט'ע ווערטער ''טהרה ברעטער''. די דאזיגע בעטן זענען געשטעלט איינע אויף די אנדערע, ווי שטאקן, יעדער שטאק האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, עס איז זעלבסטפארשטענדליך, אז ווי נידעריגער די שטאק איז – איז גרינגער ארויפצוקריכן אויף איר, און ווי העכער די שטאקן זענען איז זיך גרינגער מתבודד צו זיין אין תורה, און אביסל זיך אויסליפטערן פונעם דריקענדן לופט וואס גייט אויס פאר אונזערע אויגן.

אבער מיר, די חסיד'ישע חבריא, וועלכע איז שוין דורך אלע שבעה מדורי גהינום און האט זיך צוזאמענגעטראפן אין בוכנוואלד, האבן דירעקט אויסגעוועהלט זיך צו געפינען צוזאמען אויפן ''פערטן שטאק'', אונזער ציל איז געווען, אז מיר זאן זיך קענען אין די שפעטע נאכט שעות אביל רוחניות'דיגקייט איינשאפן צווישן אונז, עס איז קלאר אז עס איז נישט געווען א גרינגע זאך ארויפצוקריכן ווידער און ווידער ביז צום העכסטן שטאק, דאס פאר זיך איז געווען א סכנה, נעמענדיג אין באטראכט די שוואכקייט וואס האט אונז באהערשט, אבער דער גאר שטארקער ווילן האט זיך אויף אלץ מתגבר געווען, ממש מסירות נפש.

און אט איין נאכט, ווען מיר האבן זיך דערמאנט אן דעם מאמר חז''ל, ''משנכנס אדר מרבין בשמחה'' און ווי באקאנט וואס די חסיד'ישע ספרים טטייטשן על הניסים. . . שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה, אז אין די זעלבע טעג קומט יעדעס יאר אראפ א השפעה, און עס דערוועקט זיך דער כח, האבן מיר באשלאסן, אז מען דארף מיטן גאנצן ברען זיך נעמען צום אנגרייטן א ''מסיבת פורים'' אן דער באהעלטעניש ביי אונז אויפן ''פערטן שטאק''.

''איך בין גרייט מוותר צו זיין אויף די המן טאשן, און אויך דער פארציע משלוח מנות. אבער לכל הפחות זאלן מיר קענען הערן ליינען די מגילה''! האט זיך אנגערופן איינער פון די חבריא.

''זארגט זיך נישט! וואס איז שייך צו ''קריאת המגילה'', איז שוין דא אן עצה''! האט איך געענטפערט.

''אזוי ווי איך האב מודיע געווען, אז איך האב אן עצה, איז דאך זעלבסט פארשטענדליך אז דער פלאן איז שוין איבערגעקלערט ביי מיר. דער פלאן איז געווען גאנץ פשוט, שוין א גוטע פאר טעג וואס איך האב מיר אנגעשטרענגט ממש מיט אלע מיינע כוחות צוזאמענצונעמען יעדעס שטיקל פאפיר, וואס האט זיך ארומגעוואלגערט אינעם הויף פון לאנגער, זאל דאס זיין א צעריסענע צעטל פונעם אפיס פון די נאציס, זאל עס זיין א שטיק הארטע פאפיר פון א זאק, אדער א בלאט פון א נאצישע צייטונג, וואס האט געהאט אביסל פלאץ אין די עקן, דאס אלץ האב איך צוזאמענגענומען מיט גרויס פארזיכטיגקייט, ווייל איך האב געהאט באשלאסן, אז אויף די אלע שטיקלעך פאפיר וועלן מיר קענען אויפשרייבן פונעם זכרון די ''מגילת אסתר''.

…און עס איז פארשטענדליך אז אויב מען האט נישט קיין פארמעט, קען מען בדוחק שרייבן אויף פאפיר''.

אבער, פון גרויס האפענונג און בענקעניש וואס האט געהערשט ביי אונז און האט אונז אויפגעלעבט, איז אבער גבליבן א דריקנדע פראגע: ''נו מילא, קריאת המגילה.. . און וואס וועט זיין וועגן א תפילין? וועלן מיר זוכה זיין, אז כאטש לכבוד פורים מקיים צו זיין די מצוה פון לייגן תפילין?''

זעלבסט פארשטענדליך אז די פראגע איז געווען א פיל ערנסטערע, ווייל דא האט מען זיך נישט געקענט מסדר זיין מיט א בייט אדער א פלאן. תפילין איז תפילין!! מיר זענען דאך דא אהערגעקומען דורך אוישוויץ, און אין אוישוויץ זענען מיר שוין אדורך די סאטירונג צו די אויוונס, מען האט פון אונז אלעס צוגענומען, אפילו אונזערע קליידער און העמעדער. אין אזא פאל איז געועון אוממעגליך צו באהאלטן א פאר תפילין.

''איך האב א וועג! אבער דאס איז זייער טייער! מיין ''קאפא'', יענער אוקריינישער רוצח, האט מיר אנגעטראגן צו פארקויפן א פאר תפילין, אבער. . .

דאס איז געווען דער שטילער איבערגערעכנטער קול פון אברהם אלי', דער חסיד'ישער בחור פון לאדזש, וועלכער איז געווען פון אונזער חברותא.

''וואס בעט ער''? האבן זיך דערהערט קולות ארום.

''ער בעט פון מיר נישט ווייניגער ווי פיר פארציעס ברויט! דער אוקריינער האט ארויסגעצויגן דעם תפילין פון גרויסן קאמער פון די עס. עס. לייט, און אויב מיר וועלן אים נישט געבן די אלע ברויט פארציעס וואס ער פאלאנגט, וועט ער צורייסן און מחלל זיין דעם תפילין!''

דאס איז געווען א תשובה וואס האט גלייך געעגבערט אין מיינע אויערן. איך האב טאקע געפילט, אז פיר פארציעס ברויט מיינט, א הונגער טויט און נאך א וואך אדער העכסטנס אין צוויי וואכן. . . טראץ דעם האב איך נישט געקענט צוריקהאלטן.

''איך בין גרייט צו גיין צו א שותפות! האב איך אויסגערופן, איך ווען איבעגעבן צוויי פארציעס פון מיין ברויט, און מיר וועלן ביידע אפקויפן דעם פאר תפילין''!

''איך בין מסכים''! האט געענטפערט דעם בחור אברהם אלי'.

עס זענען אריבער עטליכע טעג, ביז עס איז פאר מיר מיטן שותף געלונגען אפצושפארן פון מויל די פארציעס ברויט, ווי עס איז אפגעשמועסט געווארן, און דעם ''קאפא'' האט אויך געהאלטן ווארט. מיר האבן אים איבערגעגעבן דאס ברויט און ער האט אונז איבערגעגעבן אין א פעקל ארומגענומען מיט א פאפיר א תפילין באטל מיט תפילין, וועלכע זענען גוט אפגעהיטן געווארן אינעם קאמער פון די רוצחים.

''אזוי ווי מיר זענען גלייכע שותפים אין די הייליגע זאך, האב איך דיר איצט א נייעם עסק'' – האט צו מיר גערעדט אברהם אלי', האלטנדיג אין זיינע ציטערדיגע הענט די תפילין.

''וואס פאר אן עסק?'' האב איך מיך געוואונדערט.

''איך ווען דיר צוריקגעבן איין פארציע ברויט, ווייל דו וועסט זיך צוזאמענפאלן אויב דו וועס נאך הונגערן א גאנצע וואך'', האט ער געזאגט.

''איך זארג זיך נישט'', האב איך אויסגעשריגן, אן מסירת נפש קען מען גארנישט דערגרייכן, ווער איז דען דא פארזיכערט אז ער וועט נישט צוזאמענפאלן, אפילו אויב ער זאל זיך האלטן ביי די פארציע ברויט? אלס איז דאך בידי שמים – האב איך אים געענטפערט.

''איך וויל דאך נישט געבן די פארציע פאר א מתנה, אך וויל דיר דאך פארלייגן א געשעפט1'' האט ער פארגעזעצט.
''א געשעפט? אדרבה, לאממיר הערן!''

''דאס געשעפט איז, אז פאר דעם ברויט וועסטו מיר לערנען א שיעור גמרא אויסעווייניג! מיין זכרון איז אפגעשוואכט, און איך געדענק נישט צופיל און דו ווידער חזר'סט זיך אלץ פאר דיר אליין גמרא און משניות, וויל איך אז דו זאלסט עס זאגן הויך, איך זאל אויך הערן און לערנען מיט דיר צוזאמען!'' האט ער פונקטליך אויסגערעכנט דעם געשעפט.

און אפשר זאלן מיר שוין אנגעהויבן אונזער ערשטער שיעור? האב איך פאר אים געזאגט די גמרא פרעגט דאך: ''מה חזיץ דרמא דידך סומק טפי?'' ווי אזוי האלטסטו אז דיין בלוט איז רויטער? און איך דארף דיך פרעגן דאס פארקערטע, פון וואו נעמסטו, אז מיין בלוט איז רויטער חשוב'ער און פארוואס דאגה'סטו קודם פאר מיר? אפשר בוסטו אליין אנגעוויזן צו די פארציע ברויט, ווייל ווען נישט דעמאלט. . .

אויף די פראגע איז דא א ריכטיגע ענטפער, האט ער געשפרינגען פון זיין פלאץ.

איך קוק אין דיין פנים און זעה, אז די פארציע ברויט איז פאר דיר ממש בחזקת דבר, אז דאס חיות איז אפהענגיק דערינען! און איך ברוך השם, האב נאך גאנץ גוטע כוחות, און די ראי' דערצו, אז אך זארג מיך איצט ענדערש צום שיעור גמרא!

און טאקע די דאזיגע לעצטע דערקלערונגען זיינע האט מיך באוואויגן, אזוי ווי אברהם אלי' האט דירעקט געוואלט שליסן אזא מין געשעפט, איז טאקע א סימן אז ער קען זיך אפזאגן פון דער פארציע ברויט.

און אזוי האבן זיך אנגעהויבן די הכנות לכבוד פורים אויפ'ן פערטן שטאק.

ערשטנס האבן מיר צוטיילט דאס בינטל פאפיר צווישן עטליכע פון אונזערע חברותא. מיר האבן אינגאנצן נאר געהאט איין בליי, אין אמת'ן נישט קיין בליי, נאר אזא שווארצער שטיקל פון א צובראכענעם בליי וואס די בעלי מלאכה און טישלער באנוצן זיך דערמיט. דער בליי איז דורך צווישן אונז פון האנט צו האנט, און יעדער האט פארשריבן פון זיין זכרון א פאר פסוקים פון די מגילה. די ארבעט איז איינגעטיילט געווארן צווישן אונז, ווייל יעדער פון אונז האט געוואלט נעמען א חלק אין די מצו-ה פון כתיבת המגילה.

אינצווישן האבן מיר איינגעפירט אין די אוונטן א שיעור גמרא אויף אויסנווייניק, טראץ דעם ואוס פאר דעם ''שיעור'' האט געצאלט אברהם אלי' מיט זיין אייגן ברויט – האט ער אבער איינגעלאדנט די גאנצע חבריא זיך משתתף צו זייך, ''לכבוד פורים'' האבן איך מוציע געווען אנצוהויבן דעם שיעור אין משניות מסכת מגילה. או ןאזוי איז דורך אין דער שטיל אינעפ שטיקנדיגן לופט פונעם לאגער באראק די קלאנגען:

מגילה נקראת בי''א, בי''ב בי''ג, בי''ד, בט''ו, לא פתוח ולא יותר. . .

דאס אלץ איז זעלבט פארשטענדליך איז געווען די הכנות, ביז מיר האבן זוכה געווען צו יענעם אוונט פונעם פארצטן טאג אין אדר, נאך ''תענית אסתר'' האבן מיר זיך צוזאמענגעטראפן צו דער באשטימטער צייט אויפן העכסטן שטאק פון באראק, מיט פרייליכע אויפרעגונג וואס האט זיך ארויסגעוויזן אויף אונז, עס האבן אויך דאס באמערקט אויף אונז נאך עטליכע פון די לאגער געפאנגע וועלכע האבן זיך געפילט באליידיקט, די וועלכע האבן געוואוינט אין די אונטערשטע שטאקן.

מיר ווילן זיך אויך מתנקם זיין אין המן הרשע – האבן אויפגעלאכטן די פארלאשענע אויגן מיטן לעצטן בליץ פון אמונה און האפענונג.

מיר וועלן אנהויבן ליינען די מגליה שפעט ביינאכט, אפשר צען אזייגער אדער נאך בעסער עלף אזייגער – האב איך פארגעשלאגן צו אונזער חברותא אויס מורא, אז זייערע גרויסע הכנות זאלן נישט זיין אויפפאלנד אין די אויגן פון די מערדערישע שומרים.

עלף אזייגער ביינאכט איז שוין שא שטיל אינעם גאנצן באראק. מיר, אויפן ''פערטן שטאק'' האבן זיך געמאכט ווי מיר וואלטן געשלאפן. איינצוגווייז האבן מיר זיך אויפגעוועקט און עס זענען נאך צו אונז צוגעקומען אין דער שטיל נאך איינצלנע אידן פון די אנדערע שטאקן.

מיר האבן געוואוסט אז על פי דין וועלן מיר נישט קענען מאכן א ברכה אויף מגילה ליינען, ווייל אונזער ''מגילה'' איז דורך אונזערע אייגענע הענט געשריבן געווארן אויף פארשידענע שטיקלעך פאפיר. אבער דאס לייענן איז אדורך מיט גרויס התלהבות און דערהויבנקייט, און דער עיקר, ווען מיר האב געענדיקט די מגילה ליינען און אנגעהויבן צו זינגען ''שושנת יעקב צהלה ושמחה'' האט דאס געזאנג זיך ארויסגעלאזט פון אונזערע מיילער מיט אזא ברען, אז עס האט זיך אונז געדאכט אז די גאנצע בוכנוואלד לאגער האלט צוריק זיין אטעם און הערט זיך צו מיט ציטערניש.

ארור המן, אשר בקש לאבדי, ברוך מרדכי, מרדכי היהודי!

דער אמת איז, אז דער פזמון פון ''שושנת יעקב'' וואס איז יענעם פורים נאכט געזונגען געווארן אין באראק 62 פון בוכנוואלד לאגער – לויטן ניגון פון דעם נוסח פון גערער ''מארש'' האט צוגעשפילט ווי א מלחמה מארש. אפילו עס איז דאס מאל געזונגען געווארן דורך א הייפל צובראכענע שוואכע שארבן, האט זיך אבער דווקא דארט אינעם לאגער אריינגעדרינגען אין דעם ''מארש'' די גרויסע כוחות פון אמונה און בטחון: ארור המן אשר בקש לאבדי. . .

צומארגנס אינדערפרי זענען מיר אויפגעשטאנען און זיך געשלעפט די שוואכע פיס ווי עס וואלט גארנישט פאסירט, אבער דאך האט עפעס אזוי ווי זיך געענדערט אינעם לאגער, דורך דעם ואוס מיר האבן זיך געטרויט אויסצוריפן הויך אויפן קול ''ארור המן, און די כוונה דערפון איז געווען פאר יעדן באקאנט, וועלכען ''המן'' מען האט געמיינט – האט זיך עטוואס פארלייכטערט די שווערע שרעקליכע לאסט וואס האט אונז אזוי געדריקט.

און טאקע דעם זעלבן טאג האבן מיר זוכה געווען צו נאך א גרעסערן ''שמחת פורים'' – ווען דער געשיקטער בחור פון אונזער חבריא אברהם אלי' איז געקומען צו אונז און אנטפלעקט דעם גרויסן סוד: ''דער אוקריינישער קאפא, דער רשע מרושע, האט מיר אנפארטרויט היינט, ''היטלער קאפוט'', דאס ווארט איז זעט אויס געווען צווישן די עס. עס. לייט פון לאגער, ארור המן! היטלער קאפוט! דאס איז דאס פאסנדסטע ווארט, און דאס האט אנגעצונדן א נייע האפענונג אין אונז. טראץ דעם, וואס איך בין אדורך א שווערע לאנגע ליידנן וועג, ביז איך האב מיט מיינע אייגענע אויגן געזען די מפלה פון היטלער הרשע ימח שמו, און פון יענעם לאנגן וועג, איז מיין טייערער חבר אברהם אלי' פארלוירן געווארן, אבער זיין לעצטער וואונטש איז דערפילט געווארן, אז ער האט צוריקגעקערט זיין נשמה צום פון אויבן אין דער צייט ווען די תפילין זענען געווען צוגעבינדן צו זיין הארץ.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15627
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך וויין און איך בין שטאלץ צו זיין א איד.

איר זענט א גרויסער בר מזל, פון וואנעט האט איר דאס געשאפט?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

רירנד, אריין צום שרייבער!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ר’ מזל וואה עמעזינג זייער רירענד
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

Wow
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יאנאש האט געשריבן: איך וויין און איך בין שטאלץ צו זיין א איד.

איר זענט א גרויסער בר מזל, פון וואנעט האט איר דאס געשאפט?

https://zachor.michlala.edu/inquiry/arc ... 53&sortT=1

א טייל פון דעם ארטיקל אין עברית.

בן מזל, די אידישע איז אייגנס? גאר שיין באשריבן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זייער שיין. היטלער האט זיך געשאסן 4/30 קוקט נישט אויס וואו פורים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

שאינו יודע האט געשריבן: זייער שיין. היטלער האט זיך געשאסן 4/30 קוקט נישט אויס וואו פורים

מיינט לכאורה צוזאגן די מצב ארום און די סוף פון קריג
מיני בשמים
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:31 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיני בשמים »

שיין! הארציג! הערליכע שריפט!
בשמים טייטש געווירצן
איך שעם זיך נישט מיט מיין עכטער נאמען: זעליג וואגשאל
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3293
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע:Command Center

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

Pdf please
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

הערליך שיין
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

unit 13 האט געשריבן:
Pdf please
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אין די שרייבער פון פורים
לעכטל האט געשריבן:
unit 13 האט געשריבן:
Pdf please
טשאנסן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 1:53 pm

Re: דער לעצטער פורים אין בוכנוואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאנסן »

wow
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”