א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

ביטע נישט קאמענטירן אויף דעם אשכול, נאר דא .
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

אריין טרעטענדיג בימי חודש אלול הרחמים והרצון, די טעג וואס ווערן אנגערופן ימי ''סליחות''. וויבאלד מיר זאגן יעדן אינדערפרי פאר שחרית, (עכ''פ אחינו בני ישראל הספרדים זאגן שוין פון אנהויב אלול) פיוטים וסליחות וואס אונזערע ראשונים כמאלכים האבן אונז מסדר געווען. האב איך געקלערט, אז אלץ אן אפצווייג פון דעם אנדערען אפטיילונג א בליק אריין אין סידור וועלן מיר דא צושטעלן נאך א פראגראם ''א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות'' ווי מיר וועלן בעזר השם אויסשמועסען געוויסע ענינים איבער די סליחות ופיוטים וואס מיר זאגן.

מיר וועלן דא קודם בעזר ד' אויסשמועסען, וואס איז דאס א פיוט, ווער זענען די מסדרי הפיוטים, ווען איז צושטאנד געקומען דאס זאגן פיוטים, ווער זענען די מתנגדי הפיוטים, און בכלל א בליק אריין טיפער אין די חכמת הפיוט.

און אי''ה דא אויף דעם פראגראם וועט מען eventually אויסשמועסן די פיוטים אויף דעם שטייגער ווי דער אנדערער אפטיילונג, פארשטייט זיך מיט אביסעלע שינוים, דהיינו, יא אריינגיין מער אין די פירוש המילות.


פיוט/קרובת/קרובץ/יוצרות
מיר שטויסען זיך אן כסדר אין די פיר ווערטער, וואס זענען זיי?


פיוט

פיוט איז טייטשט א געזאנג, אויף לשון קודש שיר.
דער ווארט פיוט שטאמט פון די ווארט משורר, וואס אויף גריכיש ווערט דאס גערופן, ποιητής (poiitís) און פון דעם איז עס אריבער געגאנגען אויך אויף אונזער שפראך צו ווערן גערופען פיוט. (ר''י מיגאש, ספר הערוך)

דער געדאנק פון א פיוט, איז א וועג זיך אויסדריקען די געפילן, אדער א געדאנק, אין דאס אריין לייגען אין אפאר געשריבענע שורות. דאס ווערט אויף אונזער שפראך אנגערופען POEM.

א פיוט קען געשריבן ווערן, פון אפאר פשוטע שורות, און ווי אויך קען עס זיין גאר סעפיסטעקירט.

א פיוט קען זיין אויף אן אופן פון א תפילה, הודאה, דברי ריצוי, בקשה ותחנונים, אדער סתם א שיינער געדאנק, וכו'.

בימי הגאונים, וראשוני הראשונים, איז דער סטייל פון פיוט געווען אזוי אויפגעכאפט, אז דאס פלעגט זיין ממש דער שפראך וואס מען האט גענוצט צו שרייבן, ווי מיר זעהען אין כמה וכמה שו''ת הראשונים, ווי זיי האבן זיך באנוצט מיט משלים ומליצות, און ווי אויך מיט גראמען.

ווי אויך האבן אסאך פון אונזערע ראשונים געשריבן פיוטים לאו דוקא אויפן דאווענען, נאר אויך אויף עניני דעלמא, א שטייגער ווי דער אבן עזרא און רבי יהודה הלוי וכו'.


קרובת

מיר זעהען אין אסאך ספרי הראשונים ואחרונים, ווען זיי רעדען פון פיוטים וואס מען זאגט ביים דאווענען, רופן זיי דאס אן ''קרובת''.

אין מדרש שיר השירים און ווי אויך אין מדרש ויקרא רבה, זאגט דארט דער מדרש אויף ר' אלעזר בן ר' שמעון, אז ער איז געווען, א קרוי, ותנוי, ''וקרוב'', ופייטן.

דער אבודרהם איז מסביר דער נפקה מינה פון די צוויי טיטלען ''קרוב ופייטן'' וואס דער מדרש געבט פאר ר' אלעזר. דער לשון פייטן זאגט ער, גייט ארויף אויף דעם וואס ער האט בעצם געהאט דער פאך מחבר צו זיין א פיוט. און קרוב גייט ארויף אויף דעם וואס ר' אלעזר האט מחבר געווען קרובת. און קרובת מיינט די פיוטים וואס מען זאגט ביים דאווענען.

ער געבט צו פארשטיין צוויי סיבות פארוואס א פיוט וואס מען זאגט ביים דאווענען ווערט אנגערופען קרובת.
1) מיר זעהען אז חז''ל רופן אן א בעל תפילה ''קרובה'' און דאס איז צוליב וואס תפילה איז במקום קרבן, ממילא איז כאילו דער בעל תפילה איז מקרב די קרבנות ציבור, און דערפאר ווערט ער אנגערופן, ''קרובה'' (ירושלמי ברכות פ''א ה''ה- פ''ד ה''ד)
2) קרב מיינט באמצע, אינמיטן, ממילא די פיוטים וואס מיר זאגן אינמיטן דאווענען ווערן פאר דעם אנגערופן, קרובת.

דער פרי מגדים זאגט נאך א טעם אויף דער לשון קרובת, און דאס איז וויבאלד שמקרב לבן של ישראל לאביהם שבשמים.


קרובץ

היינט ווייסען מיר פון דעם לשון ''קרובץ'' לפורים, וואס דאס מיינט פשוט יוצרות פאר פורים, די שאלה איז נאר וואס איז דער ווארט ''קרובץ''

דער תוס' יו''ט זאגט אין ברכות, און אזוי אויך דער יעב''ץ אין מור וקציעה, און אזוי אויך אין ספר התשבי, אז דער לשון קרובת איז מיט דער צייט נשתבש געווארן צו א לשון קרובץ, פון א ת' (רפוי) איז געווארן א צדי''ק.

ר' אברהם קלויזנער (רב פון וויען, און רבי פון ר' אייזיק טירנא דער בעל המנהגים) האט אויף דעם אן אינטערעסאנטע ראשי תיבות קול רינה וישועה באהלי צדיקים. און צוליב דעם שרייבט ער אז ראש השנה זאגט מען נישט קיין זולת (דאס איז דער פיוט וואס מען זאגט געווענדליך נאך ואין לנו עוד אלקים ''זלותיך'' סלה) ווייל ראש השנה איז נישט קיין זמן פון רינה.


יוצרות

ביי אונז איז אנגענומען היינט דאס אנצורופען ''יוצרות''. און דאס איז נשתרבב געווארן פון די פיוטים וואס מען זאגט ביי יוצר אור וואס דאס ווערט אנגערופן יוצר, איז עס שוין ביי אינז געווארן אנגערופן ''יוצרות''. (הגם רוב ביי אונז זאגן נישט בכלל די פיוטים ביי יוצר אור, אבער דער ניק נאמען איז געבליבן)
לעצט פארראכטן דורך גוטע נקודה אום דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 10:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

מהות הפיוט מהו

עס זענען פארהאן פארשידענע נעמען מיט וואס פיוטים ווערן אנגערופען, און יעדער פיוט ווערט גערופען מיט א נאמען וואס טוט ריפלעקטירן דער מהות פון דעם פיוט.
קינות, ווידוי, הושענות, שיר היוחד, סליחות, אזהרות, וכו'.


צו דעם עצם געדאנק פון פיוט איז צוגעקומען א שלב אחר שלב במשך הדורות ביז דאס איז געווארן א גאנצער חכמה, וואוסענשאפט, און קונץ, אהערצושטעלן א פיוט, און די פיוטים וואס מיר האבן פון די ראשונים, זענען שוין אן אוצר פון מרגליות טובות, א רייכער פארמעגן יעדער איינער פאר זיך.


די פשוטער און עלטסטער מהלך פון א פיוט, האט נישט אריין גענומען אין זיך, קיין גראמען, קיין משקולת, נאר איז געווען סתם א געזאנג שיין געשריבען, אבער כמות שהוא.

דער דוגמא אויף דעם איז דוד המלך עליו השלום מיט זיין תהילים. דאס איז געשריבען געווארן אן קיין איינער פון די שפעטערדיגע מעטאדען פון פיוט.



פיוט על הסדר

דער עצם געדאנק פון שרייבען א פיוט על סדר האל''ף בי''ת, אדער פארקערט, על סדר התשר''ק, געפונען מיר שוין אין תהילים, א שטייגער ווי פרק, ל''ד, קי''ט, קמ''ה, וכו'.
ווי אויך זעהען מיר אז זיין זוהן שלמה המלך, האט אויך געטוהן אזוי אין משלי, מיטן אשת חיל.

דאס מאכן על סדר האל''ף בי''ת, אדער על סדר תשר''ק, קען געמאכט ווערן אויף עטליכע אופנים.

1) מען קען ביים אנהויב פון יעדן בית נאך אן אות, לדוגמא, אשת חיל מי ימצא, בטח בה לב בעלה, גמלתהו טוב.

2) עס קען געמאכט ווערן אויף א מהלך פון אן אות אויף יעדעס ווארט, לדוגמא, אל ברוך גדול דעה. אדער פארקערט, תכנת שבת רצית.
3) און ווי אויך קען דאס זיין אן אות אויף יעדע ראש הצלע, לדוגמא אל אדון על כל המעשים, ברוך ומבורך.

יעדער שטעלט דאס אויס לויט זיין באגער, איינער מאכט צוויי אל''ף צוויי בי''ת צוויי גימ''ל און אזוי ווייטער, א צווייטער מאכט דאס אויף אן אנדערע אופן, אבער דער מכוון איז דער זעלבער, אז דער פיוט איז געצוימט צום סדר האלף בית.


שפעטער איז אויך צוגעקומן נאך א געדאנק, און דאס איז געווען צו מסמן זיין דעם אייגענעם נאמען אויף די ראשי התיבות, לדוגמא, דער פיוט צמאה נפשי לאלקים פונעם אבן עזרא, וואס די ראשי תיבות דערפון איז, אברהם בן עזרא.

אדער האבן די מחברים אויסגעשטעלט די ראשי תיבות פון די התחלת הבתים, כדי מרמז צו זיין סיי וואס, לדוגמא, דער פיוט יה אכסוף, וואס איז אויסגעשטעלט על סדר שם הויה. אדער האבן מיר דעם פיוט פון אקדמות, וועלכער איז אויסגעשטעלט קודם על סדר האל''ף בי''ת, און דערנאך גייט דאס ווי פאלגענד, מאיר ביר רבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמץ.



מבנה הפיוט

יעדער פיוט באשטייט פון בתים, און צלעות, דלת וסוגר.

עס קען באשטיין פון צוויי צלעות, און דאן ווערט עס גערופן, ''שניה''. עס קען אויך האבן אין זיך דריי צלעות, און דאן וועט עס ווערן אנגערופן, ''שלשיה''. און ווען עס זענען דא אין דעם פיר צלעות, ווערט דאס גערופן, שלימה, וויבאלד דאס איז שוין דער שלימות הדבר און גייט נישט מער. (צומאל קען יא זיין מער, און דאן ווערט דער בית אויך צוטיילט אויף צוויי, אבער ע''פ רוב איז דאס דער יסוד)

''בית'' איז דאס וואס ווערט גרופען אויף ענגליש א paragraph.
''צלעות'' איז וואס ווערט אנגערופן Compound Sentences.

לאמיר נעמן א דוגמא, דער פיוט פון יה ריבון עלם. דאס אנהאלט אין זיך, פינף בתים, וואס דאס זענען, 1) יה ריבון, 2) שבחין, 3) רברבין, 4) אלהא, 5) למקדשך.

יעצט לאמיר דאס צוטיילן אויף מער. יעדעס בית פאר זיך ווערט צוטיילט אויף פיר צלעות, לדוגמא דער ערשטער בית, 1) יה ריבון עלם ועלמיא 2) אנת הוא מלכא מלך מלכיא 3) עובד גבורתך ותמהיא 4) שפר קדמך להחויא. און אזוי גייען אלע בתים ווייטער, אויף א סדר פון פיר צלעות.

דערנאך איז דא וואס ווערט גערופען א ''דלת וסוגר'' דלת מיינט א טיר, וואס דאס מיינט דער ''אנהויב'', און דערנאך איז דא א סוגר, וואס דאס איז טייטשט, א שלאס, וואס דאס מיינט דער ''סוף''.

לאמיר נעמען פאר א דוגמא דעם צווייטען בית פון קה ריבון.
(צלע א') שבחין אסדר צפרא ורמשא, (דלת). לך אלהא קדישא די ברא כל נפשא. (סוגר)
(צלע ב') עירין קדישין ובני אנשא, (דלת) חיות ברא ועופי שמיא. (סוגר)

(צומאל ווערט אויך דער בית צוטיילט אויף א דלת וסוגר ווען עס באשטייט פון צו ווייניג צלעות, אדער פון צו פיל צלעות)
לעצט פארראכטן דורך גוטע נקודה אום דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 2:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

חרוז

דא קומט אריין דער חלק פון ''חרוז''. דער אפטייטשט פון חרוז איז ''גראם'' דהיינו אז דער פיוט איז אויסגעשטעלט לויט א גראם.
דאס איז א זאך וואס איז צוגעקומען שפעטער, מיר געפונען דאס נישט אין די גאר ערשטע פיוטים.

עס זענען דא צוויי מיני חרוזים.
1) ווערט גערופען שיר עובר, און דאס איז ווען דער גראם שטימט נאר די לעצטע צוויי אותיות, לדוגמא, שור חמור.
2) ווערט אנגערופען שיר משובח, אדער שיר ראוי, און דאס איז ווען די לעצטע דריי אותיות גראמען, לדוגמא, מזמור לגמור.

די מהלך ווי אזוי די שירים זאלן זיין אויסגעשטעלט אויפן גראם זענען פיל צאליג.

1) יעדעס סוף צלע זאל גראמען, לדוגמא, 1) כל מקדש שביעי כראוי לו, 2) כל שומר שבת כדת מחללו, 3) שכרו הרבו מאד על פי פעלו, 4) איש על מחנהו ואיש על דגלו.

2) יעדעס צווייטע צלע זאל גראמען, דאס הייסט אז צלע 1 מיט 3 זאלן שטימען, און צלעה 2 מיט 4 זאלן שטימען. דהיינו דלת מיט דלת, סוגר מיט סוגר. לדוגמא דער פיוט 1) מה ידידות מנוח תך, 2) את שבת המל כה, 3) בכן נרוץ לקרא תך, 4) בואי כלה נסו כה.

3) דערנאך איז דא נאך א מהלך פון מאכן אלע צלעות הדלתות גראמען צווישען זיך, און ווי אויך אלע צלעות הסוגרות גראמען צווישען זיך. לדוגמא, ברוך קל עלי ון, אשר נתן מנו חה, לנפשנו פדי ום, משאת ואנ חה, והוא ידרוש לצי ון, עיר הנד חה, (עד אנה תוגיון נפש נאנחה).

דער מחבר דא האט שוין אבער צוגעלייגט נאך א קונץ, אז אלע צלעות סיי די דלתות, און סיי די סוגרים, חוץ פון די לעצטער שטימען, און דער לעצטער וועט שטימען מיט די לעצטער צלע פון דעם נעקסטען בית. לדוגמא, עד אנה תוגיון נפש נאנ חה, במלבשי כבוד זבח משפ חה. און ווי אויך מיטן נעקסטען בית, נחלה ומנוחה כשמש לו זר חה.


חכמת הפיוט

אזוי זענען דא אן א שיעור ערליי אופנים ווי אזוי אויסצושטעלן דעם חרוז.

אבער צום באדויער האבן די ווערטער נישט קיין שום סדר אויף וואס דאס איז געבויעט, עס איז נישט באלאנצירט אויף קיין שום אופן. לדוגמא, לאמיר צוריק נעמען דעם יה ריבון עלם ועלמיא. דער ערשטער צלע באשטייט פון 4 ווערטער. אנת הוא מלכא מלך מלכיא, איז 5 ווערטער. עובד גבורתך ותמהיא, איז 3. שפר קדמך להחויא. איז אויך 3.

אודאי ווייסען מיר וואס דער חיד''א שרייבט בשם האר''י אויף ר' ישראל נ'גארא דער מחבר פון דעם פיוט, ששיריו חשובים בשמים. אבער מצד השני האט דער מחבר נאר מחבר געווען זיין פיוט אויף א מהלך אז יעדער סוף פון א צלע זאל גראמען. דהיינו, ועלמיא, מלכיא, ותמהיא, להחויא, אבער מיט קיין שום משקל אויף די איבריגע, וואס דאס מאכט א גרויסער פראבלעם מיטן דאס זינגען אז די פעלער שטימען נישט איינס אזוי ווי דער צווייטע.

פאר דעם זענען די חכמים העוסקים במלאכת הפיוט אויפגעקומען מיט א געדאנק וואס דאס הייסט משקולות. דער געדאנק איז פשוט צו אפוועגען די די syllables פון יעדן צלע, און אזוי ארום זאל דער פיוט וועגן אייניג.

עס זענען דא צוויי ערליי קולות וואס א מענטש געבט ארויס. איינס איז א שטארקע תנואה, דהיינו, אָ אַ אֵ אֶ אִ דאס זענען שטארקע תניעות. פון די אנדער זייט זענען דא שוואכערע סארט תניעות וואס א מענטש זאגט און דאס איז, אְ אֲ דאס איז א שוא (נע), און חטף פתח, און אזוי אויך א מלופאים אנהויב פון א ווארט, א דוגמא פון ''ומפני''. די אלע זענען שוואכערע סיי וויבאלד מען דריקט נישט אזוי שטארק אויף דעם ווי אויף די אנדערע נקודות, און סיי וויבאלד דאס נעמט שנעלער פאר א מענטש צו זאגן.

די שטערקערע סארט קולות ווערן גערופען ''אדון'' (מלך), די שוואכערע סארט ווערן גערופען ''עבד''. (דער שוא נח, ווערט נישט פאררעכענט בכלל, וויבאלד דאס געבט נישט ארויס קיין שום קול.)

און יעצט ווען מען וויל מאכן א פיוט, וועט מען דארפן אפוועגען וויפיל ''אדונות'' (מלכים) תנועת מען לייגט אריין. (אבער נישט קיין עבדים, דאס רעכענט מען נישט)

לדוגמא, לאמיר צוריק נעמען דעם פיוט ברוך קל עֶליון, ווען מיר וועלן אריין קוקן אין דעם, וועלן מיר זעהן, אז יעדער צלע האט אין זיך 5 תנועות.

בָּ-רוּךְ-קֵל-עֶלְ-יוֹן.

אֲשֶׁר-נָ-תַן-מְנוּ-חָה.

לְנַפְ-שֵׁ-נוּ-פִדְ-יוֹם.

מִ-שֵׁאת-וַאֲ-נָ-חָה.

וְהוּא-יִדְ-רוֹש-לְצִ-יוֹן.

עִיר-הַ-נִ-דָ-חָה.

עַד-אָ-נָה-תּוּגְ-יוֹן.

נֶ-פֶשׁ-נֶאֱ-נֶָ-חָה.

עס זענען דא פארשידענע ערליי אופנים, ווי אזוי די פייטנים תאבן זיך אן עצה געגעבן מיט משקולות, דאס איז אבער דער מערסט אנגענומענער און פשוטסטער מהלך.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

יתדות ותנועות

מיר האבן ארום גערעדט פון דעם ענין פון משקל הפיוט. און עס איז טאקע זייער א שיינער געדאנק צו מאכען א פיוט אויף א משקל, עס איז אבער נאכאלץ נישט בתכלית השלימות.

וואס איז? דער פראבלעם איז אזוי. האסט געמאכט א שיינער פיוט, גערעכנט ווי פיל תנועות די ווילסט אריינלייגן אין יעדן צלע, אבער וואס טוט מען מיט די שוה (נע) און מיט די חטף פתח וכדו', די דאזיגע שוואכע תנועות מאכן דאך אויך א קול, און עס ווערט א פראבלעם פאר די משקל התנועות.
דהיינו, אז אפילו דו ווילסט זיי נישט רעכענען, קענסטו אבער דאס נישט אויסלאזען און אוועקוקן דערפון, ווייל סוף כל סוף איז ער דאך א חלק פון די תנועות, און עס שטערט אטעמאטיש דער גענויער משקל התנועות.
ווייל ווי געזאגט, רעכענט מען נישט ביי ברוך קל עליון, אֲ-שֶר נתן מנוחה, נאר אֲשֶר, ווייל דער אל'ף איז א חט''ף. און ווי אויך ביי ואנחה, איז עס נישט וַ-אֲ-נָ-חָה, נאר וַאֲ-נָ-חָה, אבער דאס אז מען רעכענט דאס נישט, מאכט נישט אז עס זאל זיך נישט הערן. ממילא איז דער משקל התנועות נאכאלץ נישט אינגאנצען מסודר.


זענען די מומחים אין פיוט אויפגעקומען מיט א פרישער מהלך, וואס דער מהלך וועט טוישען דער ביז יעצטיגער מהלך פון פונעם משקל הפיוט, און מען וועט דאס ריפארמירן אויף אינגאנצען א נייער אופן, און דער מהלך פון פיוטים האט דאן באקומען א מוראדיגער גלאנץ, און רייכקייט, און דער מהלך הייסט ''יתדות ותנועות''.


לויט די פיוטים פארשער איז דער חידוש אנגעקומען צו די אידן דורך די אראבער, ווי מיר זעהען טאקע אז נאר די אידן וואס האבן געוואוינט אין זייערע געגענטער האבן זיך באנוצט מיט דעם, ווי דונש בן לברט, ר' יהודה הלוי, דער אבן עזרא, וכדו'. אבער אזוי איך קען נישט קיין אראביש, איז מיר נישט מעגליך דאס צו דערגיין.

(עס איז אפי' דא א בריוו וואס דער אבן עזרא האט געשיקט צום רבינו תם, וואונדערענדיג זיך אויף אים אז אפילו ער וואוינט אין צרפת, דאך מאכט ער אויך פיוטים על משקל)


ווי אזוי ארבעט יתידות ותנועות?
דער מהלך פון יתידות ותנועות בקיצור איז ווי פאלגענד.

מען נעמט אן עבד, א שוואכערע קול, און מען האקט דאס צוזאמען מיט אן אדון, און דאן הייסט דאס א יתד, א נאגל.
לדוגמא דער ווארט כְ-מוֹ, האט אין זיך א שוא (עבד) מיט א חולם (אדון) אקעי האב איך שוין א יתד.
יעצט נאכדעם וואס איך האב שוין א יתד, שטעלט איך אריין א קול תניעה (אדון) וואס איז פון די שטארקערע סארט, לדוגמא אֶ, און דערנאך לייגט מען צו נאך א תנועה (אדון) לדוגמא ליִ וואס דאס איז שוין יעצט יתד ושתי תנועות.
יעצט לאמיר דאס אפליינען, כְמוֹ אֶליִ , יא? שטימט?
און אזוי ארום באשאפט זיך דער פיוט.
(דער סיבה פארוואס דאס הייסט א יתד איז וויבאלד דאס איז צוזאמען געהאקט. און ווי אויך נאגעלט דאס דער גאנצער פיוט)

יעצט לאמיר נעמען א דוגמא א פיוט, דרור יקרא פון דונש בן לבראט, און דאס צוטיילן אפען משקל, און מיר וועלן זעהן אז ער האט עס געמאכט על סדר, יתד ושתי תנועות, יתד ושתי תנועות.

דְ-רוֹר (יתד) יִקְ (תנועה) רָא (תנועה) לְ-בֵן (יתד) עִם (תנועה) בַת (תנועה)

וְ-יִנְ (יתד) צָרְ (תנועה) כֶם (תנועה) כְ-מוֹ (יתד) בָ (תנועה) בַת (תנועה)

נְ-עִים (יתד) שִמְ (תנועה) כֶם (תנועה) וְ-לֹא (יתד) יֻשְ (תנועה) בַּת (תנועה)

שְ-בוּ (יתד) (וְ?) נוּ (תנועה) חוּ (תנועה) בְ-ּיוֹם (יתד) שַ (תנועה) בָּת (תנועה)

און אזוי פארט עס ווייטער צלע נאך צלע, בית נאך בית, דער גאנצער פיוט.

דער מעלה פון דעם מהלך איז ווי געזאגט, אז דער גאנצער פיוט שטימט אקוראט דער זעלבער, יעדער צלע איז פינקטלעך אייניג אין syllables, סיי מיט די אדונים (קמץ, פתח, צירי, וכדו') און אפי' אויך דער עבדים (שוא, חטף, מלואפם) און אזוי אויך יעדער בית, און דער גאנצער זאך לויפט גלייך אויף גלייך. און דורך דעם קומט אויך אויס אז דער ניגון וואס מען לייגט אויף דעם ארויף פארט אויף א פינקליכער טרעק, אנדעם וואס מען זאל דארפן טוישען וויפול ווערטער אדער syllables עס גייט אריין אין א פאל. און מען טרעפט זיך קיינמאל נישט מיט דעם פראבלעם אז מען דארף צוזאמען כאפן אפאר ווערטער.
(און אויב יא איז דער חסרון אין דעם ניגון, און נישט אין די ווערטער. דהיינו א ניגון קען אויך געמאכט ווערן אויף א שטייגער פון, פינף פיר, פינף פיר, אז דער קשיא פונעם ניגון, איז לענגער ווי דער תירוץ)

אפי' אויב צומאל זענען די ווערטער פון איין צלע מיט די ווערטער פון א צווייטער צלע נישט אייניג אין צאל, דאך וועט עס אבער אייביג שטימען מכח די syllables. און אזוי פארט דער פיוט גאר געשמאק.

ווי פיל יתדות צו וויפיל תניעות מען לייגט אריין דאס ווענדט זיך אינעם מחבר הפיוט, איינער מאכט יתד ותנועה א צווייטער מאכט צוויי תנועות ליתד, יעדער טוט דאס ווי אזוי אים געפעלט.

לדוגמא דער פיוט כי אשמרה שבת וואס איז געדריקט אין די זמירות פון שבת צופרי, דאס איז א עפעס אן אויסער-געווענליכער שיינער פיוט, ממש מבהיל'דיג, וואס דאס האט געמאכט דער ''מלך'' הפייטים דער ''הייליגער אבן עזרא'', און ער האט זיך ארום געשפילט מיט די יתדות ותניעות, (און ווי אויך מיט נאך אסאך כללים אין פייט) ממש כחומר ביד היוצר.
ער גייט דארט על סדר פון שתי תנועות ויתד ושתי תנועות, שתי תנועות ויתד ותנועה.
(דאס איז חוץ פון דעם וואס די טייטש פון די ווערטער וואס דער אבן עזרא מיט זיין צחות הלשון געבט זיך דארט אויס זיינע געפילן איבער דעם שבת, וואס דאס איז דאך ממש להפליא.)
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

ר' אלעזר הקליר חלק א'

רבי אלעזר הקליר, ווער איז דאס, א תנא, אמורא, גאון, ראשון?

ווען מען הויבט אן אריינגיין אין די תולדות פון די מחברי הפיוטים, איז אן א ספק דארף מען רעדן די ערשטע פון ר' אלעזר הקליר.
1) וויבאלד ער איז (לכאורה) געווען דער ערשטער פייטן פון וועמענס פיוטים מיר זאגן היינט.
2) וויבאלד א רובא דמינקרא פון אונזערע פיוטים קומען פון אים.


איז אזוי.
תוס' אין מסכת חגיגה דף יג. אויף דעם וואס די גמרא זאגט, אז דער מרחק פון דער ערד ביזן הימעל און ווי אויך די רגלי החיות זענען א מהלך ת''ק שנה. ברענגט דארט תוס' דעם פיוט פון ר' אלעזר הקליר, וואו ר' אלעזר זאגט דארט, אז די רגלי החיות זענען נישט קיין מהלך ת''ק שנה, נאר א מהלך ת''ק וט''ו שנה.

תוס' זאגט דארט אז עס זענען דא אזעלכע וואס ווילן טוישען דעם לשון הפיוט כדי אז עס זאל שטימען מיט די גמרא, און אויף דעם זאגט תוס' אז עס פעלט זיך נישט אויס צו טוישן דעם לשון, וויבאלד דער ר' אלעזר הקליר איז גאר געווען, התנא ר' ''אלעזר בן ר' שמעון'',און ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל, און תוס' ברענגט אויך א ירושלמי וואו מיר זעהען טאקע אז די תנאים פון ירושלים האבן געלערנט אז די רגלי החיות זענען יא ת''ק ו''טו אמות.

תוס' ברענגט זיך א ראיה אז ער איז טאקע געווען פון ארץ ישראל, פון דעם וואס מיר זעהען אז ער האט נאר מחבר געווען פיוטים פאר די ערשטע טעג יו''ט, און דאס איז צוליב דעם וואס ער האט נאך געלעבט אין די זמנים וואס מען האט מקדיש געווען דעם חודש ע''פ ראיה, ממילא איז נאר געווען איין טאג יו''ט.

תוס' ברענגט אויך צו דער מדרש וואס מיר האבן אויבען געברענגט, אז דער תנא ר' אלעזר בן ר' שמעון איז געווען א פייטן, (מדרש שיר השירים ג' ו', מדרש ויקרא רבה ל' א') ווי די מדרש זאגט דער לשון, קרוי, ותנוי, וקרוב, ''ופייטן''.



דער רא''ש ברענגט אויך אראפ דעם שיטת התוס' אין ברכות (ל''ד). און אזוי איז אויך ברענגט אראפ ר' שמחה מויטרי (תלמיד רש''י) אין מחזור ויטרי (שכ''ה) און ער זאגט דארט אז אפילו אויב ער איז נישט געווען ר' אלעזר בן ר' שמעון, איז ער אבער זיכער געווען א תנא. אזוי אויך אין תוס' ר' יהודה החסיד (ר''י מסירילאון, ברכות יא.). און אזוי אויך ברענגט דער אור זרוע. (הל' ק''ש ס' י''ט) אזוי אויך אין שבולי הלקט (שבולת כ''ח) ברענגט ער א תשובה פון רבינו תם, וואס רבינו תם זאגט קלאר אז ר' אלעזר הקליר איז דער תנא ר' אלעזר בן ר' שמעון. אזוי אויך אין הגהות מיימוניות (תפילה פרק ו' ג') און אזוי אויך זעהען מיר, אז ווען ר' אייזיק טירנא דער בעל המנהגים שטעלט אויס די סדר היוצרות געבט ער כבוד פאר די פיוטי הקליר ווייל ער איז א תנא. (מנהגי ר' אייזיק טירנא שחרית לשביעי של פסח) און אזוי ברענגט דער ב''ח אורח חיים (סימן ס''ח) און אזוי ברענגט דער אליה רבה (קי''ג א') און אזוי אויך איז משמע אין שער הכוונות פון ר' חיים וויטאל.

עכ''פ דאס איז וואס רוב ראשונים ברענגן אז דאס איז דער תנא ראב''ש, און אפילו אויב נישט איז ער אבער פארט א תנא.



אין תשובות הרשב''א (חלק א' סימן תס''ט) און ווי אויך אין ספר יוחסין בשם יש אומרים, ברענגען זיי אז ר' אלעזר הקליר איז דער תנא ר' אלעזר בן ערך, מתלמידי ר' יוחנן בן זכאי, און דער רשב''א ברענגט זיך א ראיה פון דעם מדרש וואס מיר פריער האבן געברענגט. און ער האט געהאט דער לשון דארט אויף ר' אלעזר בן ערך. (אדער איז ערגעץ ווי נשתבש געווארן דער לשון הרשב''א, ווי באלד מיר זעהען דאך אז ממש אלע ראשונים שרייבן דאס צו צו ר' אלעזר בן ר' שמעון)

אין ספר שו''ת תשובה מאהבה, הגם וואס ער נעמט אן אזוי ווי תוס' אז ר' אלעזר הקליר איז געווען ר' שמעון בן אלעזר. ברענגט ער אבער א סמך לדברי הרשב''א וואס זאגט אז ער איז געווען ר' אלעזר בן ערך. און די ראיה איז, וויבאלד אין שבולי הלקט ברענגט ער אז בשעת ווען ר' אלעזר הקליר האט מחבר געווען דעם פיוט, והחיות אשר הנה מרובעות, האט א פייער געברענט ארום אים. און מיר געפונען דאך קלאר אין די גמרא חגיגה, אז ווען ר' אלעזר בן ערך האט עוסק געווען אין מעשי מרכבה האט א פייער געברענט ארום אים, ממילא איז מסתבר צו זאגן אז היינו ר' אלעזר הקליר, והיינו ר' אלעזר בן ערך.



די שיטות החולקים

מצד אחר איז געקומען ר' וואלף היידענהיים, און אין זיין הקדמה אין מחזור שרייבט ער אז ר' אלעזר הקליר איז נישט קיין תנא, און אפי' נישט קיין אמורא, נאר ער איז געווען גאר בימי ''הראשונים''. און ער ברענגט זיך דארט ראיות לשיטתו. און ווי אויך ברענגט אזוי זיין רבי יוסף שטיינהארט, אין שו''ת זכרון יוסף (אורח חיים י''ג).

פאלגענד וועלן מיר אראפ ברענגען זייערע טענות.

1) אין קינות לתשעה באב זעהט מען ווי אין איינער פון זיינע קינות שרייבט ר' אלעזר הקליר קלאר אז מען שטייט שוין איבער ניין הונדערט יאר נאכן חרבן הבית.

2) אויב איז אמת אז ר' אלעזר זאל זיין א תנא, פארוואס זעהען מיר נישט אז קיין איינער פון די אמוראים זאלן אויפברענגען זיינע ווערטער.

3) און פירוש פון ר' משה בוטריל אויפן ספר יצירה, ברענגט ער אראפ א לשון פון ר' אלעזר הקליר ווי ער דעמאנט צווישען אנדערע ווערטער פון ר' האי גאון, וואס פון דעם זעהט מען אז ער איז שוין געווען לאחר ר' האי גאון.

4) מען זעהט קלאר אויף געוויסע ימים טובים זענען יא דא פיוטים פון הקליר אויפן צווייטען טאג יו''ט, א שטייגער ווי, דעם צווייטען טאג פסח דער פיוט אז על כל חיות יער. און אזוי אויך דעם צווייטען טאג סוכות דער פיוט אלים כהשעין אב.

5) אויף דער ראיה פון תוס', אז ר' אלעזר איז געווען א תנא, ווייל מען זעהט נישט פון אים קיין פיוטים אויפן צווייטען טאג יו''ט, איז שווער אז אפ' בזמן הזה איז דאך יו''ט בארץ ישראל נאר איין טאג.



ואידך

די שיטות הסוברים אז דאס איז יא התנא ר' אלעזר בן ר' שמעון, האבן זיך אבער נישט דערשראקען, און האבן אלעס אפגענטפערט.

1) שרייבט דער נודה ביהודה אין צל''ח (ברכות לד.) אז דאס איז א צוגעלייגטע שטיקעל וואס דאס האבן צוגעלייגט די שפטערדיגע, כדי צו מאכן די צער החרבן גרעסער. (דאס איז אמאל געווען א נארמאלע ערשיינונג, אז ווער עס האט געוואלט האט צוגעלייגט, אזוי ווי דער מגן אברהם שרייבט, אורח חיים תרכ''א ס''ק ד')

2) אויף דעם ענטפערט דער בן הצל''ח אין הגהות אויף זיין פאטערס שאלות ותשובות. (לשיטתו) יוסי בן יוסי איז דאך געווען א כהן גדול, און פארוואס ברענגט מען נישט זיינע ווערטער, הגם ער זאגט אויך אין זיין פיוט דברים שלא אליבא דהילכתא. אלא מאי האט מען בשעתם נישט געלייגט קיין גרויס געוויכט אויף פיוטים, נאר יעדער האט זיך געמאכט זיינע פיוטים, און הערשט דורות שפעטער האט מען אריינגערוקט ר' אלעזר'ס אלץ דער אפציעלער פייטן.

(אבער לעניות דעתי דארף מען בכלל נישט צוקומען צו דעם, ווייל דאס איז דאך זיכער אז ר' אלעזר בן רשב''י איז געווען א פייטן, טא פארוואס שמועסן די אמוראים דאס נישט אויס אין די גמרא? דער תירוץ וואס דו וועסט נוצן אויף דעם קענסטו אויך נוצן אויף פיוטי הקליר)

3) אויף דעם שרייבט ר' אפרים זלמן מרגליות, אז עס איז געווען נאך א ר' אלעזר הקליר בזמן הרמב''ן. און דער איז וועמען ר' משה ברוטיל ברענגט.

4) זאגט דער נודע ביהודה, אז דאס וואס מען זעהט אז ער האט פיוטים אויפן צווייטען טאג, איז לאו דוקא אז ער האט דאס אזוי געמאכט, נאר ר' אברהם קלויזנער, און ר' אייזיק טירנא, ווען זיי האבן מסדר געווען די מנהגי אשכנז, האבן זיי דאס אויסגעשטעלט צו זאגן אזוי, אבער נישט אז צו זאגן אז ר' אלעזר הקליר האט דאס אזוי אויסעשטעלט.

דער תוס' יו''ט ענטפערט אויף דעם, אז לאו דוקא האט ר' אלעזר געמאכט נאר איין פיוט פאר יעדן יום טוב, נאר ער האט געמאכט עטליכע, און האט געזאגט וועלכע עס איז אים מער געפאלן, און מיר האבן געטראפען צוויי פון זיינע פיוטים, ממילא זאגן מיר ביידע, איינס ערשטען טאג, און איינס צווייטען טאג.

5) אויף דעם זאגט דער נודה ביהודה, אז אז דאס וואס תוס' און די רא''ש ברענגען א ראיה פון דעם וואס ער האט נישט געמאכט אויפן צווייטען טאג, רעדן זיי טאקע נאר פון ראש השנה, וואס בזמן שבית המקדש היה קיים איז נאר געווען איין טאג ראש השנה אין ארץ ישראל. (עס איז א גרויסער מחלוקת הראשונים אין דעם, ואכמ''ל)


לעניית דעתי איז סיי וויי נישט שייך צו זאגן אז ער איז געווען בימי הראשונים, און ווי אויך איז מען געצווינגען צו זאגן אז דאס וואס שטייט אין קינות לתשעה באב אז מיר שטייען שוין ניין הונדערט יאר נאכן חורבן, האט איינער שפעטער צוגעלייגט. ווייל דער חורבן הבית איז געווען אין שנת ג' אלפים תתכ''ח (תתכ''ב לשיטת הרמב''ם) און ניין הונדערט יאר שפעטער איז ד' אלפים תשכ''ח (תשכ''ב לרמב''ם) וואס דאס איז שוין באלד הונדערט יאר נאך ר' נטרונאי גאון, און ר' נטרונאי ברענגט שוין די פיוטי הקליר. און ווי אויך ברענגט דער שבולי הלקט א תשובה פון רבינו גרשם מאור הגולה, ווי ער זאגט דארט בלשון אויף ר' אלעזר הקליר, מן החכמים הראשונים. און רבינו גרשון האט געלעבט ניין הונדערט יאר נאכן חורבן, איז נישט שייך צו זאגן אז ער האט אזוי גערעדט אויף איינער וואס האט געלעבט בימיו.



פשרה?

אין ספר מור וקציעה, ברענגט דער יעב''ץ בשם האר''י ז''ל, אז ר' אלעזר הקליר איז געווען בימי הגאונים, און דאס וואס תוס' זאגט אז ער איז געווען התנא ר' אלעזר בן ר' שמעון, איז צוליב דעם וואס ער האט געהאט אין זיך נשמת ר' אלעזר. און דער חיד''א ברענגט עס נאך משמו. (עס ליגט מיר אין קאפ צו האבן געזעהן א חיד''א דוקא להיפך, אבער איך קען עס נישט געפונען כעת)

למעשה איז דאס גאר אפפאלענד, וויבאלד עס איז נישטא אזא מאמר געדריקט פון אר''י הקדוש, און ווי אויך זעהען מיר קלאר אז ר' חיים וויטאל שרייבט אז ער האט געהערט בשם רבו וז''ל. ושמעתי בשם מורי ז"ל כי הקליר שסדר קרוב"ץ במחזור האשכנזים הוא רבי אלעזר בר' שמעון כנז' במדרש ע"פ מכל אבקת רוכל זה ר"א בר"ש דהוה קראי ותנאי ופייטן וקרוב"ץ ''אבל אני לא שמעתי ממורי'' ז"ל"

(זאלט איר זיך נישט וואונדערען אויב איך האב טאקע דורך געקוקט אלע כתבי האר''י, נאר דאס האב איך געלאזט פארן קאמארנער, און פארן מנחת אלעזר, וואס זיי שרייבן אזוי.)


(היינט אין די מאדערענע וועלט איז אנגענומען אז ר' אלעזר הקליר איז יא געווען בזמן הגאונים. פארוואס?
דאס איז צוליב דעם וואס א גרופע יונגען מיט גוט אויסגעקעמטע האר אויף צוריק, מיט די שיינע נעק טיי און רינדעכיגע ברילען, מיטן בלויען העמד, און חלילה נישט קיין קאפעל. האבן שטודירט אין יונעווירסעטעטן, און צווישען זייערע שטודירונגען איז אויך געווען דער ענין פון ''פיוט''. און זיי זענען געקומען צום החלטה, אז רבותינו הראשונים כמלאכים בעלי התוס' ומרי דשמעתתה, זענען נישט גערעכט געווען מיט זייערע השערות... און זיי איז אויסגעקומען זעסער צו זאגן אז ער איז געווען בימי הגאונים. איך דער שרייבער וואלט זיי געראטען זיך צו זוכען אנדערע בעלי פלוגתות.)
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

ר' אלעזר הקליר חלק ב'.


אזוי ווי מיר האבן שוין אויבען געברענגט, זענען דא פארשידענע שיטות בנוגע ווער דער קליר איז געווען. דארף מען אבער פארשטיין וואס דער נאמען קליר איז.

מיר ווייסען שוין טאקע דעם שיטות התוס' אז דא האנדעלט מען מיטן תנא ר' אלעזר בן ר' שמעון. די שאלה איז נאר, אויב רעדט מען דא פון התנא ר' אלעזר בן רשב''י, אדער גאר א צווייטער תנא וואס האט אויך געהייסען ראב''ש?

איז אזוי, די ערשטער זאך איז דאס וואס אסאך ברענגען, אז ביי די פיוטים לראש השנה מוסף שרייבט ער זיך אונטער, אלעזר בריבי הקליר מקרית ספר (בספר יוחסין הוסיף, מארץ ישראל)

איז דער שאלה, וואס מיינט דאס בריבי, און וואס מיינט דאס קליר?

אין מדעני המלך (ברכות פ''ה כ''א) ברענגט דער תוס' יו''ט פון הגהות מיימניות, אז דער הגהות מיימוניות האלט אז דא רעדט מען פון התנא אלקי ר' אלעזר בן רשב''י. אבער דער תוס' יו''ט זעלבסט איז מחולק מיט דעם, און ער האלט אז ניין, דא רעדט מען פון א צווייטע תנא ר' אלעזר בן ר' שמעון, אבער נישט דעם אלעמען באקאנטען רשב''י, נאר אן אנדערע ר' שמעון.

ווער יא ווייס איך נישט, אבער ער שרייבט אז דער תנא האט געהייסען ר''א בן ר' שמעון בן ר' קליר, און וויבאלד דער קליר איז געווען פון די גדולי הדור, און מצד השני זיין טאטען ר' שמעון איז נישט געווען אזא באקאנטער פערזענדליכקייט, צוליב דעם רופט ער אים אן, ''בריבי'' וואס דאס טייטשט רש''י כמה פעמים אז דאס מיינט ''גדול הדור''.
און ווי אויך רופט ער אים הקליר, וואס איז משמע אז מען רעדט דא פון א באקאנטען קליר.

דער זכרון יוסף וואס האלט אז ער איז גאר געווען שפעטער בימי הגאונים, שרייבט אז זיין טאטעס נאמען איז געווען קליר דהיינו ר' אלעזר בן ר' קליר. אדער זאגט ער אז קליר מיינט א משפחה חשובה.

און ווי אויך זענען דא אנדערע וואס זאגן אז לשיטתו וואס ער איז געווען בימי הראשונים, איז גאר מעגליך צו זאגן אז ער איז געקומען פון שטאט קאליר שבאיטליא, ווי מען זעהט קלאר אין תשובות הריב''ש (קע''א) אז עס איז געווען אזא שטאט מיטן נאמען קאליר.

די שאלה איז נאר ווען ער שרייבט זיך אונטער מקרית ספר וואס מיינט ער מיט דעם.
עכ''פ, אין דעם זענען דא אסאך השערות, לדוגמא דאס אז קאליר איז א שטאט לחוף הים, און דערפאר רופט ער עס אן קרית ספר, ספר איז א לשון פון א פארט.
אין זכרון יוסף שרייבט ער אז דאס איז עפעס א שטאט וואס ווערט גערופן קרית ספר, וויבאלד עס איז געווען מלא תלמידי חכמים.

מצד אחר איז אבער באקאנט דאס וואס שטייט אין ספר הערוך. אז קליר אין לשון יוני, מיינט א קיכעל (קוקי) אין דאס איז צוליב דעם וואס ר' אלעזר האט אמאל געגעסן א קיכעל וואס האט געהאט א קמיעה אויף זיך, און פון דעם האט זיך זיין מוח ג'עפענט.
אנדערע זאגן (געדענק איך נישט לעת עתה ווער עס זאגט אזוי) אז דער ר' אלעזר איז געווען אן ארבעטער, און נאכן ארבעט פלעגט ער זיך קויפן קיכעלעך, און ווען ער האט זיך בארואיגט פון זיין ארבעט עסענדיג די קיכעלעך פלעגט ער שרייבען זיינע פיוטים.

אין תשובה מאהבה שרייבט ער אז קליר איז א לשון פון אן אוצר.

עכ''פ זענען דא נאך אסאך השערות, ותן לחכם ויחכם עוד.

נאר לענין דאס אויב קרית ספר איז מארץ ישראל אדער נישט, איז אינטערעסאנט צוצולייגן דאס וואס מיר זעהען אז אין קרובץ לפורים, און אזוי אויך ביי אנדערע קרובץ וואס ר' אלעזר הקליר האט מחבר געווען, זעהען מיר אז ער האט גערעכנט את צמח דוד א ברכה אינאיינעם מיט ולירושלים עירך, כנוסח הירושלמי. וואס דאס איז א ראיה אז ער איז יא געווען מארץ ישראל. (פארשטייט זיך אז מיר רעדן נאר לשיטת הזכרון יוסף ודעימיה, ווייל לשיטת התוס' איז סיי ווי קלאר אז ער איז געווען בארץ ישראל)
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: א בליק אריין אין פיוטים ויוצרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

ר' אלעזר הקליר חלק ג'


דעם שארפען אטאקע פונעם אבן עזרא

דער אבן עזרא, וואס האט א מורא'דיגע דגוש געלייגט אויף דקדוק, ווי מיר זעהען אין זיין פירוש על התורה ווי ער מעסט יעדעס ווארט, כדי אז דאס זאל שטימען ע''פ דקדוק, און ווי אויך פילע חיבורים וואס ער האט געשריבען נאר אויף דעם איינער נושא. (מיר וועלן אי''ה נאך אמאל אויסשמועסען דער אייגענארטיגען מהלך פונעם אבן עזרא בעניני דקדוק)

ווי אויך זעהען מיר שטארק זיין צחות הלשון מיט וואס ער באנוצט זיך כסדר אין זיינע ספרים, זייענדיג א מבין ארויסצוברענגען זיינע רעיונות, אין גאר קורצע אבער גאר קלארע ווערטער. ווי אויך האט ער פארמאגט א זעלטן רייכער און היומעריסטישען שפראך. און מיט זיין גאר שפיציגע און שפייסיגע פעדער האט ער זיך באנוצט ווען ער האט כסדר לוחם געווען קעגען די קראים.

דעריבער, ווען עס איז געקומען צום ענין פון פיוט, איז עס ממש געווען זיין טבע ראשון. די ווערטער זיינע, דער שפראך, דער משקל, דער חרוז, דער באדייט, דער טיפקייט, דער צחות הלשון, דער געשמאקייט, דער אפטייטשט, דער המשך, דער דקדוק, און ועל כולם דאס וואס עס איז ממש ממש אין מקרא יוצא מידי פשוטו, דאס זיך נישט דארפן באנוצען מיט געבארגטע לשונות, אדער מיט ארום געטוישטע ווערטער, און ווי דער פשטות וואס מען זעהט ביי זיינע שיעורים, איז לכאורה נישטא צו טרעפן ביי קיין שום אנדערע פייטן. ער איז פון א גשמיותדיגער שטאנדפונקט אן קיין ספק געווען דער ''מלך'' הפייטנים וואס כלל ישראל האט נאר אמאל פארמאגט.



עס ווערט פארציילט אין סדר הדורות, אז דער אבן עזרא איז געווען אן איידעם ביי דעם גרויסען ר' יהודה הלוי. וואס ער איז אויך געווען גאר גרויס אין דעם ענין הפיוט, ווי דער חיד''א דריקט זיך אויס אויף אים אין שם הגדולים, משורר עצום והיה אומר שירותיו נוכח פני ד' בדביקות גמור. און דער שידוך איז צושטאנד געקומען דורך דעם וואס ר' יהודה הלוי האט משום איזה סיבה שהו, נישט געקענט צו ענדיגען איינער פון זיינע פיוטים, און ווי נאר דער אבן עזרא האט דאס געזעהן, האט ער עס תיכף צו גענדיגט, און ווי אויך האט ער ארום געטוישט אפאר שורות אינעם פיוט, און ר' יהודה הלוי האט פאר גרויס שמחה אים גענומען פאר אן איידעם.

דעריבער ווען דער אבן עזרא האט געזעהן די פיוטי הקליר, איז אים דאס זייער נישט געפאלן, משום כמה סיבות, ווי מיר וועלן די ציטירן זיינע טענות.



דער אבן עזרא איז אויפן פסוק אין קהלת (ה' א') אל תבהל על פיך,.

דער אבן עזרא איז באקאנט פאר זיין קורצען און שארפען לשון, דא האט ער אבער שלא כהרגילו געמאכט א לאנגער אריכות הדברים איבער דעם, און האט גאר שארף אריינגעשניטען אין דעם קליר.

קודם מאכט ער אן הקדמה, אז מען זאל פארשטיין וואס עס באדערט אים אזוי. און דאס איז, אז בעצם וואלט א מענטש געדארפט שטיין לפני מלך מלכי המלכים הקב''ה, אגאנצען טאג, און פשוט דאנקען און לויבען על כל החסד. נאר וואס דען, א מענטש איז דאס נישט ביכולות צו טוהן, סיי וויבאלד ער איז געצווינגען צו זיינע גשמיותדיגע עסקים, און ווי אויך איז עס פשוט נישט מעגליך פאר א בשר ודם, זיך צו קענען קאנצעטרירן ווי עס באדארף צו זיין ווען מען רעדט צום מלך מלכי המלכים.
צוליב דעם האבן אונז חז''ל אוועקגעשטעלט דריי זמנים אין טאג, וואס דאס זאל דינען פאר בלויז דעם איינעם צוועק, זיך צו אוועקשטעלן פארן אויבערשטען, און אים דאנקען על כל הטוב. און ממילא ווען מען נעמט שוין ענדליך די צייט זיך צו שטעלען דאווענען לפני הקב''ה, טאר מען נישט ארויסזאגן קיין פיוטים פון מויל וואס מען פארשטייט נישט זייער אינהאלט.


טענה א'

זיין ערשטען טענה אויפן קליר, איז דאס וואס ער באנוצט זיך מיט מליצות ומשלים, דהיינו, אז ער זאגט נישט דירעקט ארויס דאס וואס ער וויל זאגן, נאר ער זאגט דאס על דרך משל. לדומא, אידן רופט ער אן בני מלכים, דעם שטן רופט ער אן צורר, אברהם רופט ער אן אזרח, יצחק נעקד....

פרעגט דער אבן עזרא, וואס וועט זיין אויב וועט פאר איינעם בייפאלן צו שרייבן אין א פיוט, אשרי העם עובדי אש ומשתחוים לשמש, און ער וועט זיך מסביר זיין, אז אש מיינט דעם אויבערשטען, אזוי ווי עס שטייט אים פסוק, כי ד' אלוקיך אש אוכלה הוא, און שמש איז אויך דעם אויבערשטען, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כי שמש ומגן ד'. אדער זאל איינער מאכן א ברכה, ברוך אתה אריה, און ער וועט זאגן אז דאס איז מלשון הפסוק, כאריה ישאג. הייטב בעיני הד' ?? אודאי אז נישט!

ממילא ווי שטעלט זיך עס אפ ? ווען מען רעדט צום אויבערשטען רעדט מען נישט אויף אזא אופן, פאר א פיוט איז עס א שיינער געדאנק, אבער נישט אינמיטן שמונה עשרה.
און ער ברענגט זיך א ראיה, פון שלמה המלך ודניאל, וואס זייערע תפילות זענען געווען זייער פארשטענדליך, און פארוואס האט אויסגעפלט פארן קליר אוועקצוגיין פון דעם וועג?

ווי אויך ברענגט ער אראפ א שטיקעל פונעם פיוט לראש השנה, ווי ר' אלעזר זרגט דארט, ל(י)ראי יקפיל וחדשים יכפיל ''ליום זה הפיל פור'' מציון ימלוך.
ער האט צוויי טענות אויף דעם אויסדריק ליום זה הפיל פור.
איינס אז ער האט בכלל נישט געהאט וואס צו נוצען אזא אויסדריק וואס קומט מיסודו פון המן הרשע.
צוויי, וואס מיינט דאס בכלל ''ליום'' זה הפיל פור ? ווי אזוי פארפט מען גורל אויף א געוויסער טאג? א גורל ווארפט מען, און דערנאך זעהט מען וועלכער טאג איז אויסגעקומען, אבער נישט פארקערט.

און אויב איז דער סיבה פארוואס ער האט עס נא אריין געלייגט איז ווייל ער האט געזוכט עפעס וואס זאל גראמען, זאגט ער אז ערשטענס ווי געזאגט, האבן אונזערע גדולים נישט גענוצט קיין גראמען ביים דאווענען, ממילא וואלט ער כאטש יעצט געמעגט אויפגעבן אויף זיין גראם, ענדערש ווי ניצען ווערטער וואס הויבן נישט אן צו שטימען. און אפי' אויב ר' אלעזר, האט געהאט א בייזען חלום אז ער מוז יא אויף דעם מאכן א גראם אויף דעם פיל, האט ער דאס געקענט מאכן אויף א צווייטען אופן, לדוגמא, לוחץ יעפיל למתנשא יפיל ורמי לב ישפיל ומציון ימלוך. און נישט א גראם וואס פארדעם דארף מען טוישען דעם פירוש התיבה.

ווי אויך זאגט ער, אז כמה פיוטי הקליר זענען אפי' די גראמען אויך זייער ארעם, און פארמאגט אין זיך נישט קיין שום לעבן, און ממילא קען מען נישט זאגן אז ער האט עס געטוהן צוליב דעם גראם, ווייל ער איז בכלל נישט געווען דער גרויסער מומחה אין גראמען. אזוי ברענגט ער דארט נאך פארשידענע טענות אויף דעם חלק.




טענה ב'

זיין צווייטער טענה איז, אויף דאס וואס ער באנוצט זיך כסדר מיט לשונות חז''ל, וואס כידוע איז דאס פיל געמישט מיט אנדערע שפראכען, און תפילה דארף זיין דוקא בלשון הקודש.



טענה ג'

זיין דריטער טענה איז, דאס וואס עס איז משמע פון זיינע פיוטים, אז ער האט פשוט נישט געקענט קיין דקדוק בלשון קודש, ווי ער ברענגט זיך דארט אן א צאל ראיות ווי מיר זעהען אז ר' אלעזר האט געטוישט מלשון זכר לנקיבה, בנין קל לבנין כבוד, און ווי אויך נאך גאר אסאך כללים בדקדוק.



טענה ד'

זיין פערטער טענה איז, אז ער גייט כסדר על דעת המדרש, און מיר האבן א כלל פון אין המקרא יוצה מידי פשוטו.

עכ''פ עס איז א לאנגער שטיקעל, לטובת הענין וועל איך עס דא ציטירן, און ער ענדיגט צו, אז פארדעם, זאל מען זיך אינגאנצען אפהאלטען פון זאגן פיוטים ביים דאווענען.


אבן עזרא האט געשריבן:
אמר אברהם המחבר: הנה נא הואלתי לדבר, כי בעבור היות כבוד המקום מלא כל מקום, ולא יוכל האדם להשמר בכל מקום, הוכן לו מקום שיהיה לו קבוע לתפילתו, והוא חייב לכבדו. גם חייב הוא האדם להודות ולשבח לאלהיו בכל רגע, כי חסדו עמו בכל חלקי הרגע, שיחיינו ויתענג בהרגשות. רק בעבור היות האדם מתעסק בעסקי העולם, הושם לו זמן שיתפלל בו, והם עתים ידועים: ערב ובקר וצהרים; כי כל מי שיש לו עינים ידע עת צאת השמש ועת נטותו ועת בואו. על כן חייב אדם שיתפלל, שישמור פתחי פיו ויחשוב בלבו שהוא עומד לפני מלך, בידו להחיות ולהמית. על כן אסור שיתפלל אדם ויכניס בתוך תפילתו פיוטין לא ידע עיקר פירושם, ולא יסמוך על המחבר ברצונו הראשון, כי אין אדם אשר לא יחטא, או המעתיקים חטאו.

וכלל אומר: יש בפיוטי רבי אליעזר הקליר, מנוחתו כבוד, ארבעה דברים קשים. הדבר האחד, כי רובי פיוטיו חידות ומשלים. ואזכיר מפיוטיו אחד, והוא: "ליראי יקפיל, וחדשים יכפיל, ליום זה פור הפיל, ומציון ימלוך". יש מפרשים כי "ליראי" הוא ביו"ד, וענינו הוא: המשיח יקפיל הארץ לפניו וחדשים יכפיל, שיכפול חדשי השנים וימהר ביאתו. ויש אומרים כי הוא בלא יו"ד, וענינו יעביר, כמלת "ראי דרכך בגי" (ירמיהו ב, כג). "וחדשים יכפיל", יסתיר. והם העצבים החדשים מקרוב באו.

וחכמי הדור יפרשו: "ליראי יקפיל", שיעביר אלה השמים הנמשלים לראי מוצק. "וחדשים יכפיל", הם השמים החדשים. גם זה איננו נכון, כי אין משמע לשונו כי אם – יעביר ראי ויכפיל חדשים; אולי עבותים הם ויכפילם, כדי שתהיה המכה בהם קשה? היתכן שיאמר אדם: "אין בכל החיים חכם כעַיִר", ויאמר כי ענינו אדם, שנאמר: "ועיר פרא אדם יולד" (איוב יא, יב)? או יאמר: "אשרי העם עובדי אש ומשתחוים לשמש", ויאמר כי "אש" הוא השם הנכבד והנורא, שנאמר: "כי ה' אלהיך אש אוכלה הוא אל קנא" (דברים ד, כד); גם הוא "שמש", שנאמר: "כי שמש ומגן ה'"? אף כי אלה בלי כ"ף דמות, כראי חזקים. ולא דמה הכתוב השחקים לראי כי אם בחוזק; היתפלל אדם: "ברוך אתה אריה", בעבור שנמצא על המקום "כאריה ישאג" (הושע יא, י)? הייטיב בעיני ה'? ולמה לא נלמד משלמה, שלא היה חכם אחריו כמוהו; והנה תפילתו שהתפלל – מודעת, וכל יודע לשון הקדש יבין אותה, ואיננה חידות ומשלים. וכן תפילתו של דניאל, שהיה משרא קטרין. והנה אלה לא התפללו כי אם בדברים מבוארים, שהיו חכמים. אף כי המתפלל על אנשים רבים, וכולם אינימו חכמים. וכן כל תפילה לחול ולקודש שתיקנו הראשונים – אין בה חידות ומשלים. ומה ענין יש שיכפיל השמים החדשים? היהיו שנַיִם ויכפילם?

ולאמר על המקום: "ליום זה פור הפיל" – איננו נכון; כי המשליך גורל לא ידע מה יהיה. והיה ראוי שיברח ממלת "פור הפיל", כי לא תמצא כי אם במקום הצורר. ועוד, אחר שיעביר אלה השמים והארץ, איך ימלוך מציון? והיא חלק מהארץ.

ענה אחד מחכמי הדור ואמר, כי חרוז "יקפיל" הצריכו שיאמר "פור הפיל". השיבותיו, כי לא מצאנו הנביאים בכל תפילתם שיעסקו בחרוז. ועוד, כי היה לו לעשות על חרוז אחר; ולמה רכב על פיל? ואותו לארץ יפיל! ואם ראה בחלום שיעשה חרוז על פיל, והוצרך בהקיץ לפתור חלומו – יהיה אומר: "לוחץ יעפיל, להתנשא יפיל, ורמי לב ישפיל, ומציון ימלוך".

והדבר השני, שפיוטיו מעורבים בלשון תלמוד. וידוע כי יש כמה לשונות בתלמוד, ואינימו לשון הקודש. וכן אמרו: "לשון מקרא לחוד ולשון תלמוד לחוד" (עבודה זרה נח, ב). ומי הביאנו בצרה הזאת, להתפלל בלשונות נכריות? הלא נחמיה הוכיח המדברים לשון אשדודית! ואף כי בעת התפילה. ולמה לא נלמד מן התפילה הקבועה, שהיא כולה דברי צחות בלשון הקודש? ולמה נתפלל בלשון מדי ופרס ואדום וישמעאל?

והדבר השלישי, אפילו המלות שהם בלשון הקדש – יש בהם טעויות גדולות, כמו "אנסיכה מלכי לפניו". והנמצא מזה הענין: "ואני נסכתי מלכי" (תהלים ב, ו), והוא מן הבנין הקל, על משקל "נפלתי" ו"נדרתי", והעתיד "אסוך" או "אנסוך", כמו "אפול" ו"אדור". ומן הבנין הכבד יאמר "הפיל", והעתיד "אפיל"; וכן מן "הסיך" יאמר "אסיך", או "אנסיך" בהראות הנו"ן, כמו "ולנפיל ירך" (במדבר ה, כב). והנה יהיה פירוש "אנסיכה מלכי" – "אעשה ממנו נסוך", כמו: "בל אסיך נסכיהם מדם" (תהלים טז, ד). ויש מפרשים "נסכתי מלכי" כמו "משחתי". ואם היה הפירוש אמת, תהיה טעות. שנית, ולמה לא אמר "ארומם מלכי" או "אשבח ואודה", או "אקדש"? רק בקש מלה להראות חכמתו לשומעים.

ואנחנו חייבים לדעת דקדוק הלשון היטב שלא נטעה, כמו המברכים ברכת המזון, שיאמרו "זְננו", ולא ידעו כי "זננו" היא מן "זנה" כמו "עננו" מן "ענה"; ולא יאמר מן "זן" כי אם "זוּננו", כמו "שובנו אלהי ישענו" (תהלים פה, ה).

ופעם יאמר "צו" לשון עבר, והוא לשון ציווי, כאשר יאמרו רבים בתענית: "שֶחָל עניו פניך". וידוע שהשי"ן במקום "אשר", כמו "מה שהיה הוא שיהיה"; ו"חל" הוא לשון ציווי לעתיד, כמו: "חל נא את פני ה'". והנכון לומר "שֶחִלָּה", כמו "ובהכנעו חלה את פני ה'".

ועוד, כי לשון הקודש ביד רבי אליעזר נ"ע עיר פרוצה אין חומה, שיעשה מן הזכרים נקבות והפך הדבר. ואמר: "שושן עמק אויימה". וידוע כי ה"א "שושנה" לשון נקבה, וישוב הה"א תי"ו כשיהיה סמוך: "שושנת העמקים". ובסור הה"א או התי"ו – יהיה לשון זכר, כמו "צדקה" ו"צדק". ואיך יאמר על "שושן" "אויימה"? ולמה ברח מן הפסוק ולא אמר: "שושנת עמק אויימה"? ועוד, מה ענין לשושנה שיתארנה באימה? התפחד השושנה? ואין תואר השושנה כי אם קטופה או רעננה או יבשה.

אמר אחד מחכמי הדור: הוצרך לומר "אויימה", בעבור שתהיה חרוזתו עשירה. השיבותי: אם זאת חרוזה עשירה, הנה יש בפיוטיו חרוזים עניים ואביונים מחזרים על הפתחים; שחיבר "הר" עם "נבחר". אם בעבור היות שניהם מאותיות הגרון, אם כן יחבר עמה אל"ף ועי"ן. ועם הבי"ת והוי"ו, שהוא גם מחבר "לוי" עם "נביא", יחבר עמם מ"ם ופ"ה, ויהיו כל החרוזים חמשה כמספר מוצאי האותיות. ואם סיבת חיבור ה"א עם חי"ת בעבור היות דמותם קרובות במכתב, אם כן יחבר רי"ש עם דל"ת. ואף כי מצאנו "דעואל" "רעואל", "דודנים" "רודנים". וכן יחבר "משפטים" עם "פתים", כי הם ממוצא אחד, ונמצא הטי"ת תמורת תי"ו במלת "נצטדק", "הצטיידנו", "ויצטירו". וכן חבר "ויום" עם "פדיון" ו"עליון", גם זה איננו נכון, אע"פ שנמצא מ"ם במקום נו"ן, כמו "חיין" ו"חטין", איך יחליף מ"ם "יום" שהוא שורש עם נו"ן "עליון" "פדיון", שהוא מן "עלה" ו"פדה", והוא איננו שורש? ועוד, מה ענין החרוז? רק שיהיה ערב לאוזן, ותרגיש כי סוף זה כסוף זה. ואולי היתה לו הרגשה ששית שירגיש בה כי המ"ם כמו הנו"ן, ואינימו ממוצא אחד. ועוד חיבר "עושר" עם "עשר תעשר"; גם זה איננו נכון, רק אם היה המתפלל אפרתי.

יש אומרים: אין משיבין את הארי אחר מותו. התשובה: רוח אל עשתנו כולנו, ומחומר קורצו הקדמונים כמונו, ואוזן מלים תבחן. וכולנו נדע כי דניאל היה נביא ורב על כל חרטומי בבל וחכמיה; והנה אמרו חכמים ז"ל: טעה דניאל בחשבונו; והחשבון הוא דבר קל. ועוד, כי ירמיה הנביא בזמן דניאל היה. ואחר שהראו חכמינו הראיה על טעותו, האמור יאמר להם: אילו היה דניאל חי היה מטעה המטעים אותו? ואחרים אמרו: רחמנא ליבא בעי. אם כן, למה נצטרך לדבר? כי הוא יודע תעלומות לב. והלא תיקנו הקדמונים לאמר בצום כיפור: "היה עם פיפיות שלוחי עמך בית ישראל ואל יכשלו בלשונם".

והדבר הרביעי, שכל פיוטיו מלאים מדרשות ואגדות; וחכמינו אמרו: "אין מקרא יוצא מידי פשוטו", אם כן אין ראוי להתפלל אלא על דרך פשט, ולא על דרך שיש לו סוד, או הוא על דרך משל, או הוא כעניין שאין הלכה כמותו, או שיתפרש לעניינים רבים. הלא ידענו ממדרש שיר השירים שכל "שלמה" האמור שם הוא קודש, ועניינו – המלך שהשלום שלו. הנכון שיאמר אדם בתפילתו: "הושיעני המלך שלמה"?

והנה מצאנו במקרא האומרים: "מה משא ה'", וידעו כי יש משא כמו נבואה, והמדברים לירמיה הנביא "מה משא ה'" לא ידע הנביא סודם, שלא היו אומרים כי אם מעניין "איש איש על משאו". ואמר היודע הנסתרות לנביא שיאמר להם, כי המשא יהיה לאיש דברו, והפכתם את דברי וגו', "אכן תאמרו מה דבר ה' ומה ענה ה'", שאין במלה ספק בעניין. וכן "לא תקראו לי עוד בעלי", והלא הוא "בעל נעורים" כמו "אישי". לכן בעבור היות שם בעל ספק עם הבעל, שהוא צלם, אמר הנביא: אפילו מלה שיש בה ספק כעניין צלם לא תאמרי לי, כי אם "אישי".

והגאון רב סעדיה נשמר מאלה הארבעה דברים בבקשותיו השתים, שלא חיבר מחבר כמו הם, והם על לשון המקרא ודקדוק הלשון באין חידות ומשלים ולא דרש. וחכם היה בצרפת, גם הוא חיבר בקשה תחילתה "אמרי האזינה ה'", ויש בה דברים אינימו נכונים. מהם שאמר: "הרחבת עולמות אין להם גבול", ומה שאין לו גבול איננו נברא. ואמר: "כי שמך בך ובך שמך"; ואילו ידע מה פירוש "שֵם", לא היה זה הדיבור עולה על לבו. ועוד, אחר שאמר "כי שמך בך", הלא הוא בעצמו "בך שמך", כי מה הפרש בין "שלום עליך" או "עליך שלום", "ראובן אתה" או "אתה ראובן", "תפשום חיים" או "חיים תפשום", "יברכך ה' וישמרך" "ה' ישמרך מכל רע"? ואין זה דרך תפילה אלא דרך שחוק. וחכם אחד שחיבר שתי מלות והיו לאחדים בפיו, כמו "אברמל" – פירוש: "אבאר מלה" או "אברר מלה". והנה עשה הפך מה שאמר, כי לא באר המלה ולא דבר ברור, רק בלל בשפתו שפת הקודש.

ולא אוכל לבאר אחד מני אלף מטעות הפייטנים. והטוב בעיני שלא יתפלל אדם בהם, כי אם התפילה הקבועה, ויהי דברינו מעטים ולא נענש בדין:
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”