די נ.י. סטעיט נייע חינוך רעגולאציעס איבערגעטייטשט אויף אידיש

אחראי: יאנאש

אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

די נ.י. סטעיט נייע חינוך רעגולאציעס איבערגעטייטשט אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

איך זע אז קיין איין צייטונג האט נישט אראפגעשריבן די נייע רעגולאציעס, האב איך איבערגעטייטשט אויף אידיש די רעגולאציעס וואס זענען רעלעוואנט פאר היימישע מוסדות.

די נייע רעגולאציעס אנבאלאנגט פאר חסידישע חדרים און ישיבות קטנות.

דער פאלגנדער סעיף טוט דעצעדירן וואס דאס איז א חסידישער חדר, אדער ווי ס'ווערט אנגערופן "קאמישענערס דעטערמינעישאן" וואס מיינט אז דער קאמישענער האט דעם לעצטן ווארט, ווי פארלאנגט פון דעם ["פעלדער געזעץ"]:

ד) "קאמישענערס דעצידירונג". לויטן ערציאונג געזעץ 3204 (2), דער קאמישענער איז פאראנטווארטליך פאר מאכן דעם לעצטן פסק איבער 'גאר ענדליך' איבערזיכט איבער די פאלגענדע טיפּן נישט-פובליק שולעס
(1)עלעמענטארע און מיטל שולעס וואס קומען נאך אלע פאלגנדע פארלאנגען:

א. ס'איז א נישט פאר פראפיט קארפאראציע.
ב. ס'האט א מולטי שפראכן פראגראם, און
ג. ס'האט אן ערציאונג פראגראם וואס ציט זיך פון נישט שפעטער פון 9 פרי ביז נישט פריער ווי 4 אווענט פאר כתות א ביז ג, און נישט פריער ווי 5:30 פאר כתות ד ביז ח אין רוב זונטאגס.

(2) הויעך שולעס (כתה ט' און העכער) וואס קומען נאך אלע פאלגנדע פארלאנגען:
א. ס'איז געגרינדעט פאר קינדער וואס קומען פון חדרים ווי ס'איז פארגעשטעלט אין [פריערדיגן פאראגראף]
ב. ס'איז א נישט פאר פראפיט קארפאראציע
ג. ס'האט א מולטי שפראכן פראגראם און
ד. ס'האט אן ערציאונג פראגראם וואס ציט זיך פון נישט שפעטער פון 9 פרי ביז נישט פריער ווי 6 אוונט אין רוב פון זונטאגס.

130.10 קרייטיריע פאר "גאר ענליך" איבערזיכט
[דער איבערקוקער] זאל נעמען אין באטראכט
(א) אויב די לימודים װערט געגעבן נאר דורך א קאמפעטענט לערער ווי פארלאנגט אינעם ערציאונג געזעץ (למשל לערערס מוזן האבן קוואליפיקאציעס אין איינקלאנג מיטן שולע'ס פאליסיס פאר לערער אויפנעמען סטאנדארטן) דער געזעץ פארלאנגט נישט אז א נישט-פובליק שולע לערער מוז זיין סערטיפיצירט)
(ב) אויב ענגליש איז די שפראך פון אינסטרוקציעס ביי [סעקולערע] לימודים
(ג) אויב קינדער מיט שוואכע ענגליש ווערן געהאלפן מיט אינסטרוקציע פראגראמען צו מאכן פראגרעס צו קענען בעסער ענגליש.

[פאר חסידישע חדרים] עלעמענטארע און מיטל שולעס מוזן [די איבערקוקער] נעמען אין באטראכט אויב דער סדר הלימודים שטעלט צו א שארפער לערנונג וואס שארפט אויס דעם מוח צו טראכטן טיף פאר די שולעס תלמידים, נעמענדיג אין באטראכט דעם גאנצן סדר הלימוד פון טאג, פאר עלעמענטארע און מיטל שולעס, אריינגערעכנט אינסטרוקציעס אין:
(1) ענגליש וואס גרייט אן קינדער צו קענען ליינען פיקציע און נישט פיקציע ווערק פאר אינפארמאציע, און צו קומען נוצן די אינפארמאציע צו שרייבן בריוון וואס שטעלט אראפ א מיינונג אדער אן ארגומענט.
(2) מאטעמאטיק וואס גרייט אן דאס קינד צו לעזן עכטע חידות און זיך אויסקענען און רעכענען פונקציעס און אפעראציעס.
(3) היסטאריע וואס וועט אנגרייטן קינדער צו דורכקוקן און אנאליזירן וויכטיגע געשעענישן אין היסטאריע, און צו קענען ארגומענטירן מיט אינפארמאציע די ראלע פון געאגראפיע און עקאנאמיע איבער די וועלט'ס ציוויליזאציע.
(4) א פארשטאנד אין סיוויקס און פאראנטווארטליכקייט אין ציוויליזאציע.
(5) סייענס, דורך לערנען וויאזוי צו נעמען, אנאליזירן דאטא צו מאכן אינפארמירטע אפמאכונגען און פותר זיין פראבלעמען…

[פאר חסידישע ישיבות קטנות] הויעך שולעס מוזן [די איבערקוקער] נעמען אין באטראכט אויב דער סדר הלימודים שטעלט צו א שארפער לערנונג וואס שארפט אויס דעם מוח צו טראכטן טיף פאר די שולעס תלמידים, נעמענדיג אין באטראכט דעם גאנצן סדר הלימוד פון טאג.

סעקשאן 130.3 גיבט פארשידענע וועגן פאר א נישט-פובליק שולע צו ווייזן אז זיי קומט נאך די "גאר ענליכע" פארלאנגען, אויב די שולע שיקט צו צום ל.ס.א. איבערווייזן אז.
* איז רעגיסטרירט מיט די באורד אוו רידזשענס
* איז אקרעדיטירט דורך א עפפראווד אקרעדיטעישן ארגאניזאציע וואס מוז נאכקומען געוויסע פארשריפטן.
* [נוצט סטעיט טעסטס]
אוועטאר
יואל פעלזן
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

Re: די פרישע חינוך רעגולאציעס איבערגעטייטשט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פעלזן »

מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: די נ.י. סטעיט נייע חינוך רעגולאציעס איבערגעטייטשט אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

אויבען אויף זעהט די רוגעלאציעס אויס נישט שלעכט (גראדע אויף קול מבשר טייטשט עס שמעון ראלנצקי אויך איבער און זאגט אז די רוגעלאציעס פאר זיך איז נישט געפרליך ווי אויך אליעזר קרויס זאגט אז בעצם זעהט עס נישט אויס שלעכט) אבער סאיז עפעס אנדערש פון וואס ''אלע'' ערליכע עסקנים האבן מורא
דאס איז די אאווערסייד.
דו רוגעלאציעס געבט שטארקע רעכטן פאר סיי וועלכע מענטש וואס האלט יא אדער נישט די קינדער און די מוסדות צו קלאגן די מוסדות אדער ארגענאזאציעס וואס געבן באשטעטיגונג פאר די מוסדות
ווי אויך איז די רוגעלאציעס א פתח. היינט קענען זיי טאקע זאגן טוה נאר דעיס און מארגן אז זיי באקומען שטערקערע דרוק קענען זיי עס פארברייטערן, און דאס איז וואס עס שטערט ערליכע אידן, דאס אז די סטעיט זאל זיין בעל הבית אויף אונזער חינוך אפילו זיי לאזן (דערווייל) אנגיין ווי נערמאל איז א שרעקליכע גזירה.

איזה חכם הרואה את הנולד
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”