"נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים
הנני מוכן ומזומן לפתוח אשכול איבער "נעמען" און "צונעמען" פון תנאים, אמוראים, ראשונים, ואחרונים, די ציל דא איז נישט בנוגע זייער לעבן און שאפן וואס אויף דעם האב איך געטראפן אנדערע אשכולות, נאר דייקא איבער זייערע נעמען וויאזוי מ'רופט זיי, |(און אויב איז אויך אויף דעם שוין דא אן אשכול ביטע ציווייזן) איך וועל אנהייבן מיט אפאר נעמען און איך האף אז די ידענים ותלמידי חכמים דא וועלן זיך ווארעם אנרופן סיי צוצולייגן נאך נעמען וואס מ'קען דן זיין איבער זיי, אבער בעיקר בארייכערן מיט ידועות אלעס ארום און ארום זייערע נעמען, וזה החלי בעזהשי"ת