מעג מען אוועקשלעפן יענעמס קאר? גניבה??? מסירה???

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ותיק ניק מנרתק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:56 am

Re: מעג מען אוועקשלעפן יענעמס קאר? מסירה???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק ניק מנרתק »

ותיק ניק מנרתק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 2:15 am
וואוילע איד האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
פארוואס עפעס מסירה?

אויב עפעס גזילה, מזיק ממון ישראל
ער שרייט ווייל איך האב גערופען די טרעפיק פאליס האט ער שוין באקומען א טוקעט פאר אויסגעלאפנע registration
עס איז דא א תשובת מהרי"ק וואס איז קלאר מתיר, אויף אזא אופן.
איך וויל עס אי"ה אהערשטעלן אויף די נייער סייט...
תשובת מהרי"ק סימן קצ"א. מובא בבית יוסף סימן קנ"ו. אז מען מעג מסר'ן צו שטערן איינער פון עפענען א קאנקורירענדע געשעפט. (עיין שם היטב ליתר פרטים)
דער בית יוסף קריגט זיך טיילווייז אויף די מהרי"ק.
עיין אבני נזר או"ח סימן לו ביי די סוף, אז דער בית יוסף אסר'ט צו מסר'ן ווען די צווייטער האט א רעכט צו פרובירען זיין מזל צו עפענען א געשעפט, קומט אויס אז דער ערשטער וויל מסר'ן כדי נישט צו פארלירן ריווח.
אבער אז דער פראבלעם מאכער האט נישט קיין רעכט בכלל על פי חוק המדינה צו עפענען דארט א געשעפט, מעג ער בעהטן די רעגירונג זיך אנצונעמען פאר אים, ווייל די נייער געשעפט מאכט אים שאדן (נישט נאר מניעת ריווח).

לענייננו; דער אינגערמאן האט נישט קיין שום רעכט על פי חוקי המדינה צו שטעלן זיין קאר ביי דיין בנין, (פארשטייט זיך אז דו האסט נאכגעפאלגט זייער פארלאנגען, צו לייגן צעטלעך וכדומה). איז דיין טענה צו אים, הפסדנישט נאר מניעת ריווח,מעגסטו רופען די שטאט אוועקצושלעפן זיין קאר. אז זיין קאר האט אנדערע פראבלעמען, אפילו דו ווייסט עס פון פארדעם, איז נאר זיין פראבלעם.

שלאף זיס, און ווער נישט דערשראקן פון זיין בייזע פנים אין דיינע חלומות...
אטעטשמענטס
Screenshot_20230220-012723~2.png
Screenshot_20230220-012723~2.png (122.5 KiB) געזען 549 מאל
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: מעג מען אוועקשלעפן יענעמס קאר? גניבה??? מסירה???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

ובאותו ענין האב איך עטליכע יאר צוריק געהאט אזא מעשה.
איך האב געפארקט מיין קאר באנאכט און עס איז נישט געווען קיין שום סיינס.
איך קום אן אינדערפרי און איך זע אז ס'איז ארויפגעפארען א נאו פארקינג קאנסטראקשען סיין, און ס'איז דא דארט א ווען פון די טרעפיק פאליס און זיי האבען געבוטעד מיין מיט נאך עטליכע קארס, ס'האט מיר געקאסט 400 דעם שפיל.

איך האב פרובירט צו רעדן צום קאנטראקטער דארט א יוד ער האט געזאגט אז ס'האט גארנישט מיט עם.
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4423
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: מעג מען אוועקשלעפן יענעמס קאר? גניבה??? מסירה???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

וואס זיכט א שאלה אין הלכה אין דעת בעל הבתים אשכול?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מעג מען אוועקשלעפן יענעמס קאר? גניבה??? מסירה???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שארן בארן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:00 pm
וואס זיכט א שאלה אין הלכה אין דעת בעל הבתים אשכול?
ווען דער ראגעטשאווער האט זיך אמאל געאייסערט מיטן אור שמח איבער א גמרא אדער הלכה האט דער ראגעטשאווער מציע געווען ארויסצוגיין אויפן גאס און אפשטעלן דעם ערשטן בעה"ב וועם מען טרעפט אן און הערן וואס ער האלט, און ווי וועמען ער וועט מכריע זיין וועט מען וויסן אז דער אנדערער איז גערעכט... דאס שפילט זיך כסדר דא אויס אין דעם פארום...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ותיק ניק מנרתק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:56 am

Re: מעג מען אוועקשלעפן יענעמס קאר? גניבה??? מסירה???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק ניק מנרתק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:00 am
שארן בארן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:00 pm
וואס זיכט א שאלה אין הלכה אין דעת בעל הבתים אשכול?
ווען דער ראגעטשאווער האט זיך אמאל געאייסערט מיטן אור שמח איבער א גמרא אדער הלכה האט דער ראגעטשאווער מציע געווען ארויסצוגיין אויפן גאס און אפשטעלן דעם ערשטן בעה"ב וועם מען טרעפט אן און הערן וואס ער האלט, און ווי וועמען ער וועט מכריע זיין וועט מען וויסן אז דער אנדערער איז גערעכט... דאס שפילט זיך כסדר דא אויס אין דעם פארום...
איינמאהל האט די אנגעפרעגטער בעל הבית מיטגעשטימט מיט די ראגעטשאווער, האט די אור שמח זיך דערקלערט געווינער ביי דעם תורה'דיגע דיבאטע. דער ראגעטשאווער האט אבער נאכאלץ געהאלטן אז ער איז גערעכט (כאטש אפילו די בעל הבית האט מיטגעשטימט מיט אים).
האט דער גאון געפרעגט פון די בעל הבית, וועלכע מצווה ער האט געטוהן יענער טאג, האט ער פארציילט עפעס א געוואלדיגע גוטער טאט וואס ער האט געטוהן. האט די ראגעטשאווער געזאגט פאר די אור שמח, עס מוז זיין אז צוליב דעם מצווה האט דער בעל הבית באקומען א מתנה פון הימעל מכוון צו זיין די אמת.
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”