מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חזקי'ס ברודער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:59 pm

מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי'ס ברודער »

שלום עליכם מיינע טייערע חברים.

ווילט איר וויסן ווער איך בין? איך וועל אייך זאגן: "איך בין חזקי'ס ברודער"...

ווער חזקי איז, דאס דארף איך אייך מסתם נישט זאגן... חזקי איז די העכסטע אינגל פון די גאנצע חדר, ער טראגט מיט זיך אן ערנסטער כאראקטער, וואו ער גייט דרייען זיך אלעמאל ארום אים אינגלעך וואס האפן צו ארויסבאקומען א שמייכל פון אים צו זייער ריכטונג, דאן וועלן זיי זיך שפירן די גליקליכסטע פאר די קומענדיגע פאר וואכן...

מיינט איר אוודאי אז ער איז די קעניג פון די קלאס, וואס טשעפעט און בוליעט אנדערע קינדער וואס זענען שוואכער אדער נידריגער פון אים? נאופס, נישט חזקי! חזקי האט א גוט הארץ, ער האט אלעמאל פלאץ פאר א צווייטן, און אדרבא, ער וועט זיך אננעמען פאר די געטשעפעטע קינדער, און ווען ער זעט א פייט ווער ער דאס צוגיין און שלום מאכן צווישן די צדדים.

איך אלס ברודער, קען יא צומאל שפירן ווי חזקי שטייט מיר אין וועג, ווי-נישט-ווי בין איך פיל קלענער פון אים, צומאל קען זיך מיר דוכטן אז אין בין א אומבערקבארע שעפעלע. אבער למעשה דארף אפילו מיין גרויסער חזקי אסאך מאל צוקומען צו מיר, ער גייט מיר אלעמאל בעטן איך זאל חזר'ן מיט אים פאר א פארהער, און ווען ער וויל עפעס וויסן פרעגט ער פון מיר.

איבער מיט אלע מיינע מעלות, שפיר איך אלעמאל ווי איך בין נישט איך, נאר איך בין חזקי'ס ברודער. למשל ווען חזקי'ס רבי האט חתונה געמאכט האט ער מיך געבעטן איך זאל אים מאלן א שיינע מזל טוב סיין, פארשטייט זיך אז איך האב געפאלגט, און יעדער האט באוואונדערט וואסערע שיינע סיין 'חזקי' האט געברענגט. צוויי וואכן שפעטער ווען מיין רבי האט חתונה געמאכט האב איך אויפגעהאנגען די זעלבע סיין אין מיין חדר, און יעדער איז מיך געקומען זאגן ווי שיין חזקי'ס סיין איז...

די זעלבע זאך ווען איך האב געהאט די זכי' צו זינגען ביים רבי'נס הנרות, און נישט חזקי מיט זיין בערישע שטימע, האט אבער יעדער גערעדט ווי שיין חזקי'ס ברודער זינגט...

וועגן דעם קום איך דא אויף אייוועלט, דא קען איך זיין מיך, איך מוז נישט זיין חזקי'ס ברודער.

איך האב נאך אסאך צו פארציילן וועגן חזקי און מיך, אבער מאמי זאגט מען דארף שוין גיין ליינען קריאת שמע, צום ווידערזען!
איך בין נישט חזקי, איך בין זיין ברודער.
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4462
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

וואס איז חזקי'ס ניק?
אוועטאר
פימזען האלץ
רב הצעיר תשפ"ג
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2022 2:29 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימזען האלץ »

געבטס א האנט פאר מיין קליינע ברודער.

קוים געפענט א ניק און שוין שרייבט ער גוט





אזוי זאגט לכאורה חזקי...
מיין חברותא איז דא, איך דארף אנטלויפן...
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4462
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

חזקי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:44 pm
געבטס א האנט פאר מיין קליינע ברודער.

קוים געפענט א ניק און שוין שרייבט ער גוט





אזוי זאגט לכאורה חזקי...
לייק
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

דעס דערמאנט דאך פון א טיפיקל מעשה פון @קינדער דערציילן

פעלט נאר די העפי ענד און די לאנגע מעשה אינדערמיט וואס דער אלטער איד האט אים דערציילט ביי די ל''ג בעומר הדלקה
חזקי'ס ברודער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:59 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי'ס ברודער »

שארן בארן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:13 pm
וואס איז חזקי'ס ניק?
קענסט נישט חזקי, ער קען יעדעמ'ס ניק אויסער זיין אייגענע...
איך בין נישט חזקי, איך בין זיין ברודער.
חזקי'ס ברודער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:59 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי'ס ברודער »

פימזען האלץ האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:44 pm
דער רב הצעיר איז מיין ברודער גאר?....




אזוי זאגט לכאורה פימזען'ס ברודער...
איך בין נישט חזקי, איך בין זיין ברודער.
חזקי'ס ברודער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:59 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי'ס ברודער »

היינט איז געווען זייער א גוטער טאג!

די רבי לאזט שוין רעדן פון די פורים שפיל!...

אבער נישט דאס איז די נייעס.
די נייעס איז אז חזקי איז געווארן אויסגעקליבן פאר ראש הקהל.
און דאס מיינט פארשטייט זיך אז איך גיי אים דארפן העלפן אנגרייטן א דרשה... פארשטייט זיך ער גייט מיר בלויז געבן א איידעלע פרעג אויב איך קען אים העלפן אביסל, ווייל ער איז ממש סטאק. און נאכדעם גייט ער מיר זאגן, וואה! דו מאכסט עס אזוי איזי שמיזי, קענסט דאך עס שוין געבן אן ענדיג צו...

אבער יעצט גיי איך זיך נישט לאזן פון אים (ווי-נישט-ווי זייט איך שרייב אויף אייוועלט האב איך אסאך גאטס...), נישט ווייל איך בין א שלעכטער, נאר ווייל דענצמאל האב איך א פעסטער תירוץ... איך בין ביזי...

יאפ, צוגעטראפן. איך בין דער פורים רב פון דער כיתה!!

איך וועל שוין געבן פאר חזקי אלע קארני אויסגעדראשענע דזשאוקס, "פארוואס האט מען אויפגעהאנגען המן? ווייל ער האט זיך געדארפט טרוקענען..." און "בגתן איז געווען עלטער ווייל ער איז געווען א ביג סאן..." חחח... און איך גיי מיר זיין ביזי מיט מיינע פורים תורות און געפלאכטענער קידוש.

און איך וויל טאקע נוצן די הילף פון מיינע טאטישע און זיידישע חברים, זאלן מיך העלפן אנגרייטן די פורים תורה...
איך בין נישט חזקי, איך בין זיין ברודער.
חזקי'ס ברודער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:59 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי'ס ברודער »

איך האב געקלערט א שטיקל תורה.

אפשר קען עס איינער אפפרעגן, אזוי וועט עס ווערן לענגער.

אקעי, מען קען שוין אנהייבן?... איין מינוט. לאמיר קודם קוקן אויף די נעגל, ווייל באלד גיי איך אויספלאצן.

איז אזוי.

עס שטייט אין די מגילה: הִנֵּה בֵית הָמָן נָתַתִּי לְאֶסְתֵּר, וְאֹתוֹ תָּלוּ עַל הָעֵץ.
לכאורה איז שווער, דער כלל איז דאך אינו לוקה ומשלם, ווייל מ'זאגט קם ליה בדרבה מיניה, אויב אזוי וויאזוי האט מען דא געקענט זיך אפרעכענען מיט המנ'ן אויף אלע פראנטן?

נאר די תירוץ קען אפשר זיין,
ווייל עס איז דאך ידוע אז די כלל פון אין לוקה ומשלם איז נאר ווען דער חיוב איז געווען 'בבת אחת', אבער אויב איז עס נישט 'בבת אחת' דאן זאגט מען נישט קיין קם ליה בדרבה מיניה.

המן ווייסט דאך יעדער איינער אז ער האט געהאט 10 בנים, און ער האט בכלל נישט געהאט קיין 'בת אחת'... ממילא אז ס'איז נישט בבת אחת זאגט מען דאך נישט קיין קם-ליה, און מען האט געקענט אריינפראקן אין אים אויף אלע פראנטן.

לויט דעם ווערט דאך זייער געשמאק דאס וואס די גמרא זאגט 'קם רבה ושחטיה'. וויבאלד מען האט דאך יעצט געשמועסט אז דא ביים נס פורים זאגט מען "נישט" קיין 'קם ליה בדרבה', ממילא איז טאקע 'קם רבה ושחטיה'...

שטימט?
איך בין נישט חזקי, איך בין זיין ברודער.
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

מיר זענען אלע חזקי'ס ברידער

אבער וואו צילט דער אשכול
חזקי'ס ברודער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:59 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי'ס ברודער »

די תורה ווערט נאר לענגער און לענגער:
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 0#p4160710
איך בין נישט חזקי, איך בין זיין ברודער.
חזקי'ס ברודער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:59 pm

Re: מיין גרויסער ברודער חזקי...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי'ס ברודער »

סבר פנים יפות האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 5:07 pm
מיר זענען אלע חזקי'ס ברידער

אבער וואו צילט דער אשכול
אן אשכול אנע ציל.... ס'איז בכלל מעגליך אזאנס?

מיין פריוואטער טאג-בוך, לאמיר עס רופן דעם וועג.
איך בין נישט חזקי, איך בין זיין ברודער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”