שלמה המלך'ס שטול מיט אירע צוגעהערן

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

שלמה המלך'ס שטול מיט אירע צוגעהערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

ויהי בימי אחשורוש, הוא אחשורוש המלך מהודו ועד כוש שבע ועשרים ומאה מדינה
א לאנגע, שיינע, שרעקעדיגע, מעשה וואס יונג און אלט קען אויסעווייניג, ישר והפוך בע"פ, נו, שוין זיכט מען דאך חידושים אויך, האב איך אנגעהויבן לערנען "תרגום שני" אויף די מגילה, הייבט ער אן אראפלייגן די גדלות פון שלמה המלך, זייער זייער אינטערעסאנט, און דא קומט אריין אין בילד די שטול פון שלמה המלך, וואס די גאנצע מעשה פון פורים הייבט זיך אן מיט דעם...

נאכן לערנען אפאר מינוט האט מיין קאפ אנגעהויבן שווינדלען, כ'קענישט אליינס זיך פארשטעלן וויאזוי דאס האט אויסגעזעהן, איז לאמיר אויסרעכענען אפאר פרטים וואס כפארשטיי נישט, און ווער סקען מיר העלפן זאל די זכות ביישטיין

1) ער הייבט אן אז אויפן שטול איז געווען 12 גאלדענע לייבן און 12 גאלדענע אדלער, א מינוט שפעטער שטייט אז סאיז געווען 72 לייבן און 72 אדלער, לכאורה פארשטיי איך פלעין נישט, און ער רעדט פון צוויי אנדערע פלעצער, איינער קען דאס אפשר אויסקלארן?

2) "די הענט פון די לייב אין די פליגל פונעם אדלער, און די פליגל פונעם אדלער אין די פליגל פונעם לייב, וכו'" , איינער פארשטייט וואס דאס מיינט? איך נישט!

3) וואס איז פשט פון די אלע אנדערע סארט חיות בהמות ועופות אויפן שטול, גאלדענע קעץ, און גאלדענע הינדלעך, אא"וו, וואס איז געווען זייער מטרה? האבן זיי עפעס געטון דארט?

4) און וואו זענען די אלע בעלי חיים געשטאנען? נעבן די לייבן און אדלער? צווישן זיי?

5) די מעשה מיט די מנורה און בעקנס אויפן שטול פארשטיי איך בכלל נישט...

שוין, נאך אסאך אום קלארקייטן האב איך, אז מ'וועט מיר פראבירן אראפצילייגן א קלארע בילד דערפון וועל מיר זעהן וואס נאך ס'פעלט הבנה
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: שלמה המלך'ס שטול מיט אירע צוגעהערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

אויב ביסטו אינטרעסירט אין איינער וואס מאכט אביסעל סדר מיט'ן כסא של שלמה המלך, בין איך דיך מייעץ א קוק צו טוהן אין ספר 'פרסומי ניסא' אויף פורים, (פון רצ"ה ווייס שליט"א), ער האט א גאנצע פרק אויף דעם אליין, [פרק ד', איבער 20 עמודים נאר אויף דעם], עי"ש ותמצא נחת.
[די גאנצע ספר בכלל איז עפעס אויסערגעווענליך שיין, אראפגעלייגט די גאנצע מגילה מיט אלע דיטעיל'ס, אויף א הערליך'ן אופן].
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: שלמה המלך'ס שטול מיט אירע צוגעהערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

א שיינע אדווערטייזמענט.
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: שלמה המלך'ס שטול מיט אירע צוגעהערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 9:53 pm
אויב ביסטו אינטרעסירט אין איינער וואס מאכט אביסעל סדר מיט'ן כסא של שלמה המלך, בין איך דיך מייעץ א קוק צו טוהן אין ספר 'פרסומי ניסא' אויף פורים, (פון רצ"ה ווייס שליט"א), ער האט א גאנצע פרק אויף דעם אליין, [פרק ד', איבער 20 עמודים נאר אויף דעם], עי"ש ותמצא נחת.
[די גאנצע ספר בכלל איז עפעס אויסערגעווענליך שיין, אראפגעלייגט די גאנצע מגילה מיט אלע דיטעיל'ס, אויף א הערליך'ן אופן].
שכח וועלמיר פראבירן עס צו פארשאפן אי"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”