שחוטי חוץ בזמן הזה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

Re: שחוטי חוץ בזמן הזה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

Mendy Handy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 12:38 pm
קלוגע ר' איד האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 10:16 am
איטשע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2023 9:12 am
משועמם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 7:21 pm
פרעגט אין אנטווערפן דארטן ויל מען זייער שטארק מ'זאל מקפיד זיין אויף דעם
די קהלה פארפירט, אבער זיי קענען ארויפצווינגן זייערע תקנה בלויז אויף חברי הקהלה.
אימיצער וואס איז נישט קיין מיטגליד אין די קהלה, און אסאך זענען נישט - און טאקע צוליב דעם, קענען טוען וואס זיי ווילן.
סתם פאר נייגעריקייט, אין אנטווערפען קען מען נישט קויפן אין גראסעריס די אמעריקאנע אויפשניט?
איז אזוי נישט דא קיין איין נארמאלע חסידישע איד וואס עסט שחוטי חוץ, (חוץ.........ודי)
דאס וואס די פרעגסט וועגן אמעריקאנער אויפשניט איז די תירוץ זייער פשוט
די איסור איז נאר אויף ראיע פלייש
געקאכטע פלייש קען מען אריין ברענגען וויפיל מען וויל
ויאכלו ענוים וישבעו
נ''ב אלע היימישע אידן אפילו נישט קיין חברי קהלה עסן נישט קיין שחוטי חוץ!!!!
פינטל!
פארשטאנטעם????
וואס איז פשט אז די איסור איז נישט אויף געקאכטע? און וואס איז דאס אמעריקאנער אויפשניט?
יעצט געלעזט אין דרכי תשובה אז אין מונקאטש איז אזוי אויך געווען דער מנהג
דארט איז אבער משמע אז דאס איז צוליב די געסט וואס פלעגן מיטברענגן פלייש (בד"כ פריש געקאכט, אדער גערייכעט וואס איז האלטבאר אן א פרידזש) אבער פארקויפן בקביעות אויפשניט פון דער פרעמד, בלייבט א צ"ע וואס איז טאקע דער נפקא מינא…

930CD282-562C-4BB6-AD8A-414A321089EF.jpeg
930CD282-562C-4BB6-AD8A-414A321089EF.jpeg (114.11 KiB) געזען 223 מאל
Mendy Handy
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 26, 2022 2:03 pm

Re: שחוטי חוץ בזמן הזה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mendy Handy »

טודרוס האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:22 pm
Mendy Handy האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:08 pm
איך וואונדער מיר שוין לאנג, איז דא א מקור בהלכה צום שם המושאל'דיגן איסור שחוטי חוץ בזמן הזה? אינדערהיים פלעגט מען אזוי רופן פלייש פון אן אנדערן שטאט, וכהיום האט מיר א איד פון שיכון סקווירא אויך געזאגט אז דארט רופט מען עס אזוי.
יישר כחכם למפרע
ערשטענס יא, דער אזוי געריפענער איסור "שחוטי חוץ" וואס איז געווען איינגעפירט אין דער היים האט גאר שטארקע מקורות אין הלכה (דער עיקר שמועס דערפין איז אין די תשובה ספרים פון די אחרונים, עי' פתחי תשובה שו"ע יו"ד סוף סימן ס"ה און אין דרכ"ת פאר נאך מראי מקומות).

איז דאס היינט רעלעוואנט?
אויף דעם דארף מען פארשטיין דער פשט פון דער "איסור". ( דיסקלעימער : היות דאס איז נישט קיין איסור דאורייתא אין אויך נישט אן איסור דרבנן, נאר בלויז א חלק פון יידישע היסטאריע, קען מען זיך ערלויבן צו זאגן אויסגהאלטנע פשטים, וואס איך גיי שרייבן שטייט מבואר אין תשובות חתם סופר סימן ה').

"שחוטי חוץ" האבן די קהילות גע'אסר'ט בד"כ צוליב צוויי סיבות:
א. פארמיידן כשרות מכשולות, בזמן וואס אין דארף איז עפי"ר נישט געווען א רב אדער ת"ח וואס האט קאנטראלירט דער שוחט אדער בודק
ב. נישט צו דערלייגן דער 'גובעלנע' (פלייש שטייער) וואס האט אריינגעברענגט א שיינע הכנסה פארן קהלה

דער ערשטער סיבה איז בפשטות היינט נישטא, אדרבא אמאל קען גאר זיין אז פלייש פון אויסלאנד איז מער מהודר וד"ל. דאס צו דער צווייטע טעם איז היינט בתוקף בלייבט לכאורה א חושן משפט שאלה, פאדרייט אין הלכות תקנות קהלות, השגת גבול, פאליטיק (אכ"מ כמובן) והמסתעף.

דאס איז אמאל זיכער אז א קהלה האט דאס פאלל'סטע רעכט אויך היינט צו אסרן שחיטה חוץ
אגב, דער נפק"מ ציווישן פרישע פלייש צו געקאכטע האט איך לע"ע נישט געטראפן אין די פוסקים, נאר אז דער קהילה האט אזוי געזאגט, איז אט דאס דער מקור…
זייער קלאר ר' טודרוס, יישר כח פאר דיין צייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”