חמישים פסוקים של יציאת מצרים - וסגולת אמירתה בליל פסח

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

חמישים פסוקים של יציאת מצרים - וסגולת אמירתה בליל פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איך האב געזען אן אינטערסאנטער מנהג - סגולה פון זאגען פסח ביינאכט די פופציג פסוקים וואס ווערט דערמאנט אין זיי יציאת מצרים, עס שטייט אין סוף א הגדה פון שנת תקפ"ד וואס געפינט זיך דא און דא , קען מאן אראפנלאודען די פסוקים גענומען פון יענע הגדה. די פסוקים אין יענע הגדה זענען עפ"י שיטת הרמ"ע מפאנו (מאה קשיטה, סי' ז').

חמישים-פסוקי-יציאת-מצרים_Page_01.jpg




דער רמ"ק רעדט אויך וועגן די נ' פסוקים, ער פרעגט נאר אז ווען מ'ציילט איז דא מער, אבער ער ענטפערט אז עס שטייט טאקע מער מאל אבער נישט לגבי זכירת הנס, און נאר די פסוקים וואס יציאת מצרים ווערט אין זיי דערמאנט אלס א שבח דאס רעכענט מען במנין הנ', אויך ער האט אן אנדערע חשבון פון דער רמ"ע מפאנו:

חמישים הפסוקים
חמישים הפסוקים


א הערליכער טייטש בענין זה זאגט דער מאדזשיצער רבי בעל "ישא ברכה":

הגדה-של-פסח-_אשי-ישראל__-רבותינו-לבית-מודז'יץ-וקוזמיר-(1){4}--עמוד-44.jpg
לעצט פארראכטן דורך נא_שכל אום פרייטאג מארטש 27, 2015 5:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
purple knish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך purple knish »

פליז רייסט מיר נישט אראפ...

אבער צו וואס איז עס א סגולה?

(ouch.... איך בייג מיר איין די קאפ ווייל איך גיי כאפן יעצט...)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

סגולה ווייס איך נישט, אבער א ענין נשגב איז עס בוודאי.

לאמיר נאר אריינקלערן פארוואס האט גאט ברוך הוא עס איבערגעזאגט פופציג מאל (?) - אפשר פאר די נ' שערים, עס האט אוודאי א אויסטערלישן חשבון און זאגן אלע פופציג איז נישטא מער פאסיג ווי פסח ביינאכט.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נאטרוליסט האט געשריבן: סגולה ווייס איך נישט, אבער א ענין נשגב איז עס בוודאי.

לאמיר נאר אריינקלערן פארוואס האט גאט ברוך הוא עס איבערגעזאגט פופציג מאל (?) - אפשר פאר די נ' שערים, עס האט אוודאי א אויסטערלישן חשבון און זאגן אלע פופציג איז נישטא מער פאסיג ווי פסח ביינאכט.


נישט "אפשר" נאר טאקע דאס איז דער טעם, אזוי ווי עס שטייט אין זהר הק', אז וועגן דעם שטייט יציאת מצרים פופציג מאל אין די תורה אונז צו לערנען אז די עיקר "יציאה" פון מצרים איז געווען דער חלק הרוחני, און אזוי ווי מען איז געווען פארזינקען אין די מ"ט שערי טומאה, און ביי דער יציאה האט השי"ת געפענט די חמשים שערי בינה און אזוי אונז אויסגעלייזט, און די מקובלים ובראשם דער הייליגער רמ"ק און דער "שפע טל" זענען מסביר אז די פופציג מאל איז קעגן די נ' שערים, און אין יעדער פסוק ליגט אן אור און דאס עפענט אויף אן עקסטערן שער אין בינה וואס איז נישט דא אינעם אנדערן פסוק, און וועגן דעם זאגט די תורה פופציג מאל, אונז צו לערנען אז פסח ביינאכט בשעת דער יציאה פון מצרים האט מען געדארפט אויפמאכן אלע פופציג שערים, און אדורך יעדער פסוק איז געשען אן עקסטערע יציאה פון אן אנדערן שער אין די טומאה, און אויב וואלט השי"ת נישט געפענט אלע נ' וואלט מען ווען נישט געקענט ארויסגיין פון מצרים בשלימות.

און עס איז דאך באקאנט עס שטייט אין אלע ספה"ק אז דורך זאגען און לערנען די פסוקי ופרשיות התורה ובפרט אין דער צייט וואס עס איז געווען דער נס ברענגט דאס אראפ דער זעלבער השפעה, "כל העוסק בתורת עולה כאילו הקריב עולה", קומט דאך אויס אז מען זאגט אלע נ' פסוקים ובפרט פסח ביינאכט בעת היציאה ממצרים, האט דאס א כוח צו דערהייבן דעם מענטש און עם ארויסשלעפן פון אלע נ' שער טומאה דמצרים (ואמעריקא) אריינברענגן און די נ' שערי קדושה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

האמיר יעצט געטראפן אן אריכות גדול פון דעם ענין בס' נחלת יעקב מאת ר' יעקב חיים אמסל אין חלק ב' לחג המצות, ער האט 2 סימנים בענין זה סי' י"ז און י"ח, אונעם ערשטען ברענג ער קודם אראפ אלע דעות במספר הנ' און וויפל מאל עס שטייט באמת, און ער בלייבט מיטן מספר פון רמ"ק.
נאכדעם ברענגט ער א חידוש גדול פון ר' חיים פלאגי אין זיין הגדה אז אין די הגדה של פסח איז דא 50 פסקאות כנגד די 50 פסוקים פון יציאת מצרים, און זיין צווייטן סימן איז ער מבאר די קשר פון יעדע פסקא פון די הגדה צו די פסוק אין די תורה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

נאטרוליסט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2015 2:18 pm
סגולה ווייס איך נישט, אבער א ענין נשגב איז עס בוודאי.

לאמיר נאר אריינקלערן פארוואס האט גאט ברוך הוא עס איבערגעזאגט פופציג מאל (?) - אפשר פאר די נ' שערים, עס האט אוודאי א אויסטערלישן חשבון און זאגן אלע פופציג איז נישטא מער פאסיג ווי פסח ביינאכט.
דארף שטיין אין די קעפל וענין אמירתה בליל פסח
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”