המברך יתברךהאט געשריבן:↑מאנטאג מאי 01, 2023 10:23 pm
3, און דווקא די זענען געהאלפן געווארן ביי אים ב"ה.
טעראפי איז נישט קיין קענדי, עס איז געצילט צו שטעלן א מענטש אויף די פיס, כדי אז שפעטער זאל אים גוט זיין בעז"ה.
ב"ה
איך מיין אז קיינער האלט נישט בשיטה אז אזוי דארף מען טון טערעפי, אפילו אויב ס'העלפט.
איך זאג נישט וואס איך האלט.
איך זאג אז איך מיין אז קיינער, און ער אליין אויך נישט, האלט בשיטה, אז די וועג פון טערעפי איז יענעם אריינשניידן מיט א שארפע מעסער.און ער אליין אויך נישט.
המברך יתברךהאט געשריבן:↑פרייטאג מארטש 10, 2023 9:28 am
איז דא מענטשן וואס זענען גרייט צו פארציילן צי און וויאזוי דער מהלך האט געארבעט פאר זיי? (איך דארף עס פאר 'רעפערענס')?
איך מיין פון מיין עקספיריענס, אז ער העלפט בעיקר צו בארואיגן און אוועקנעמען ווייטאג, דמיונות, פחדים, שווערע געפילן וכדומה אויך, נישט יעדער ווערט געהאלפן, אזויווי איך האב עס כמה וכמה פעמים אויסגעשמועסט מיט אים! ווער יא און ווער נישט? וועלכע תכונת הנפש יא און וועלכע נישט? איך ווייס נישט!
קלארערהייטהאט געשריבן:↑דינסטאג מאי 02, 2023 8:09 am

שכוח. לענ"ד האט עס נישט מיט תכונת הנפש, ס'האט צי מ'הערט באמת וואס ער זאגט, צי מ'איז ווייטעראיינגערעדטאון מ'שעפט נאך גארחיזוקפון אים אלס כאילו א רבי.
איך וויל דא אראפשרייבן וואס ר' שרגא זאגט אין די צוויי און צוואנציגסטע שיעור בנוגע טערעפי. (ער איז נישט קיין רב און א דיין, אבער איך רעד וואס ער האלט לגבי טערעפי) ס'איז דא נאך פלעצער וואו ער רעדט פון טערעפי. אבער דא אויך. און זאל מען זיך איבערצייגן צי די מעסעדש איז "איך האלט נישט פון גיין צו א טערעפיסט אפילו אויב מ'פילט אז מ'נעמט עס פון אייבערשטן".
וועל מיר רעדן פון טערעפיס. און מיר וועלן נאר קענען רעדן באופן כללי. און מיר וועלן נישט קענען רעדן פון יעדע סארט טערפי. נאר מיר וועלן רעדן פון קלאסן פון טערעפי. אזעלכע מינע, אזעלכע מינע. און וואס זיי זענען מדגיש. ....
אבער דארט וואו עס איז א געווען א טראמא, און מ'ברענגט עס ארויס לאור עולם,קען איך הערן א תועלת אין דעם.
דא גייט ער אריין אין די אופנים פון טערעפי וואס מ'דארף זיך דערווייטערן.
והשם הטוב עוזר ויעזור.
עכ"פ, מ'קען זען אז ער איז נישטקעגןטערעפי. ער איז נאר קעגן די אופן וואס איז כנגד התורה. און בעיקר ווילאנג א טערעפי ברענגט אז מ'זאל אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת, איז דאס זייער געוואונטשן.
און מ'דארף געדענקען אז איך בין נישט ר' שרגא נ"י. און ביטע איך בין דא נאר צו שרייבן די עמקות פון אויפגעבן די אייגענע יכולת, ווי ווייט דאס קען העלפן, ווי ווייט דאס טוישט אינערליך. איך בין נישט דא צו זאגן יא טערעפי, נישט טערעפי. איך ברענג נאר נאך וואס ר' שרגא נ"י זאגט.
כבוד הרב נשמה, דו ביסט ריזיג!!!!! אזא גוטע ארבעט!! א גרויסן יישר כח, און מיר ווייסן וויפיל צייט דאס נעמט, יישר כח פארן צייט און מיה . און איך האב פריער געשריבן א גאנצע תגובה, [ עיין כאןviewtopic.php?p=4275782#p4275782] אן וויסן אז דו האסט שוין אראפגעברענגט לשונו ממש. דו ביסט געוואלדיג!!!!!!
קלארערהייטהאט געשריבן:↑דינסטאג מאי 02, 2023 8:09 am
המברך יתברךהאט געשריבן:↑פרייטאג מארטש 10, 2023 9:28 am
איז דא מענטשן וואס זענען גרייט צו פארציילן צי און וויאזוי דער מהלך האט געארבעט פאר זיי? (איך דארף עס פאר 'רעפערענס')?
איך מיין פון מיין עקספיריענס, אז ער העלפט בעיקר צו בארואיגן און אוועקנעמען ווייטאג, דמיונות, פחדים, שווערע געפילן וכדומה אויך, נישט יעדער ווערט געהאלפן, אזויווי איך האב עס כמה וכמה פעמים אויסגעשמועסט מיט אים! ווער יא און ווער נישט? וועלכע תכונת הנפש יא און וועלכע נישט? איך ווייס נישט!
ב"ה
איך קלער אפשר אז ס'דא ווען מ'דארף קריכן טיפער אין זיך. דורך טיפערע טערעפי וואס קריכן אריין אין די עמאושענעל לערנונגען פון א מענטש, א שטייגער ווי קאוהירנס טערעפי. אדער סארנא מעטאד.
צום ביישפיהל לאמיר נעמען א מענטש וואס האט שטארקע פאניק. און פאניק אטאקעס. ער פילט אגאנצן צייט אז ער גייט אט אט שטארבן. זיין הארץ נעמט זיך קלאפן שנעל. און ער פרובירט צו אויפגעבן די אייגענע יכולת, אבער די פאניק ווערט מער און עס גייט נישט אוועק.
איז קען זיין אז דער מענטש זאגט "איך געב אויף אויף יכולת, און אז אלעס קומט פון אויבן" אבער ער איז נישט עכט גרייט צו לעבן רואיג, ווייל לאמיר זאגן אז אינערליך פילט ער אליין און נישט מחובר צו אנדערע און ער ווייסט נישט דערפון. איך געב נאר א היכי תמצא. ס'קען זיין אז אינערליך איז דא א בלאקעדש וואס אפילו אויב דער מענטש פרובירט אויפצוגעבן אויף אויף יכולת, גייט עס נישט. ווייל ס'איז דא דא נאך עפעס וואס מאכט אומרואיג.
דאס מיינט נישט אז אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת ארבעט נישט. דאס מיינט אז נאך עפעס אינערליך שטערט דא. דאס אז א מענטש דארף פילן מחובר צו אנדערע, און אנגענומען, דאס איז אויך א חלק פון די געזונט פון א נפש. אדער לאמיר זאגן אז א מענטש איז באמת דורכגעגאנגען טראמא, און מ'דארף דאס באזונדער באהאנדלן, און ער אליין טענה'ט אז ס'דא ווען מ'דארף דאס באהאנדלן.
וואס איך פארשטיי איז אז דער עיקר ציהל איז דוקא אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת, און וויסן אז אלעס קומט מלמעלה. נאר מ'דארף צומאל אוועקנעמען וואס שטערן פון זיין רואיג. וכו' דאס מיינט נישט אז זיין מהלך איז נישט די וועג פון לעבן. דאס מיינט נישט אז ס'דא א אנדערע וועג - פאר א יוד - פון לעבן גוט.
איך וויל דא אראפשרייבן וואס ר' שרגא זאגט אין די צוויי און צוואנציגסטע שיעור בנוגע טערעפי. (ער איז נישט קיין רב און א דיין, אבער איך רעד וואס ער האלט לגבי טערעפי) ס'איז דא נאך פלעצער וואו ער רעדט פון טערעפי. אבער דא אויך. און זאל מען זיך איבערצייגן צי די מעסעדש איז "איך האלט נישט פון גיין צו א טערעפיסט אפילו אויב מ'פילט אז מ'נעמט עס פון אייבערשטן".
וועל מיר רעדן פון טערעפיס. און מיר וועלן נאר קענען רעדן באופן כללי. און מיר וועלן נישט קענען רעדן פון יעדע סארט טערפי. נאר מיר וועלן רעדן פון קלאסן פון טערעפי. אזעלכע מינע, אזעלכע מינע. און וואס זיי זענען מדגיש. ....
אבער דארט וואו עס איז א געווען א טראמא, און מ'ברענגט עס ארויס לאור עולם,קען איך הערן א תועלת אין דעם.
דא גייט ער אריין אין די אופנים פון טערעפי וואס מ'דארף זיך דערווייטערן.
והשם הטוב עוזר ויעזור.
עכ"פ, מ'קען זען אז ער איז נישטקעגןטערעפי. ער איז נאר קעגן די אופן וואס איז כנגד התורה. און בעיקר ווילאנג א טערעפי ברענגט אז מ'זאל אויפגעבן אויף די אייגענע יכולת, איז דאס זייער געוואונטשן.
און מ'דארף געדענקען אז איך בין נישט ר' שרגא נ"י. און ביטע איך בין דא נאר צו שרייבן די עמקות פון אויפגעבן די אייגענע יכולת, ווי ווייט דאס קען העלפן, ווי ווייט דאס טוישט אינערליך. איך בין נישט דא צו זאגן יא טערעפי, נישט טערעפי. איך ברענג נאר נאך וואס ר' שרגא נ"י זאגט.
כבוד הרב נשמה, דו ביסט ריזיג!!!!! אזא גוטע ארבעט!! א גרויסן יישר כח, און מיר ווייסן וויפיל צייט דאס נעמט, יישר כח פארן צייט און מיה . און איך האב פריער געשריבן א גאנצע תגובה, [ עיין כאןviewtopic.php?p=4275782#p4275782] אן וויסן אז דו האסט שוין אראפגעברענגט לשונו ממש. דו ביסט געוואלדיג!!!!!!
אבער ביי מיר איז קלאר אז פאר טראומע העלפט ר' שרגא'ס מהלך יא בעסער ווי רוב אנדערע טעראפיעס, און לכאורה איז ר' שרגא דער בעסטער קאנדידאט עס צו טון (איך האב למעשה נאכנישט געהערט קיין פאקטישע רעפערענס לגבידעם, אבער ביי מיר ארבעט זיין מהלך גאר גוט, איז דאך לכאורה כל שכן אז ביי אים זאל עס זיכער ארבעטן). די איינציגסטע ספק וואס איך האב לגבי טראומע, איז צי EMDR איז נאכאלץ בעסער אדער נישט (אפשר קען מען עס אפילו קאמבינירן?).
המברך יתברךהאט געשריבן:↑דינסטאג מאי 02, 2023 4:21 pm
אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן.

וויאזוי העלפסטו טראמא דורך זיין מהלך. וואס טוסטו? סתם דו ביסט אים מסביר אז ער זאל אויפגעבן זיין אייגענע יכולת?
איך בין נישט קיין טערעפיסט. אבער אויב איך וואלט געווען א טערעפיסט, וואלט איך דעם קליענט געמאכטעקספיריענסןאז ער זאלעקספיריענסןוויאזוי די טראמא האט אויפגעוועקט אין אים דאס ארבעטן אינערליך און זוכן וועגן וויאזוי זיך צו באשיצן.דאס איז די אייגענע יכולת וואס מ'וויל אוועקנעמען. דאס זוכן וועגן זיך צו באשיצן קומט פון נוצן אייגענע יכולת, און האבן אוועקגעגאנגען פון פילן בטחון בה'.
סאו, איך וואלט אים געמאכט פילן וויאזוי ער האט באמת נישט פארלוירן קאנטראל. דהיינו: וויאזוי ער איז באמת געווען אגאנצן צייט ביד ה'. ער זאל עספילן! נישט וויסן. פילן! ער מוז פילן אז דאס איז דער אמת. און איך וואלט אוועקגענומען בלאקעדשעס וואס ערלויבן נישט דעם געפיל. אז ער האט גארנישט געדארפט נוצן אייגענע יכולת כדי צו זיין באשיצט. ווייל ער איז אלעמאל ביד ה'. ער זאל פילן אז אלעס אין זיין לעבן איז באופן אז ער האט נישט קיין אייגענע קאנטראל, אבער ער האט יא דאס געפינען זיך אין די הענט פון השי"ת. דאס הייסטער איז קיינמאל נישט אין קאנטראל, אבער ער איז קיינמאל נישט ארויס פון קאנטראל.
נישט אז דו מאכסט אים פילן אז ער איז אייביג פארלוירן. פארקערט, דו מאכסט אים פילן אז ער איז אייביג ביד ה'. ער דארף עס ערלויבן צו פילן. נישט וויסן, פילן! אן דארפן נוצן אייגענע יכולת, איז אים גוט!
איך שרייב יעצט נישט לויט קאוהירנס טערעפי.
אבער איך בין דאך נייגעריג וויאזוי דו נוצט זיין מהלך צו העלפן מיט טראמא?
המברך יתברךהאט געשריבן:↑דינסטאג מאי 02, 2023 4:21 pm
אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן.
אבער ביי מיר איז קלאר אז פאר טראומע העלפט ר' שרגא'ס מהלך יא בעסער ווי רוב אנדערע טעראפיעס, און לכאורה איז ר' שרגא דער בעסטער קאנדידאט עס צו טון (איך האב למעשה נאכנישט געהערט קיין פאקטישע רעפערענס לגבידעם, אבער ביי מיר ארבעט זיין מהלך גאר גוט, איז דאך לכאורה כל שכן אז ביי אים זאל עס זיכער ארבעטן). די איינציגסטע ספק וואס איך האב לגבי טראומע, איז צי EMDR איז נאכאלץ בעסער אדער נישט (אפשר קען מען עס אפילו קאמבינירן?).
ב"ה
וויאזוי העלפסטו טראמא דורך זיין מהלך. וואס טוסטו? סתם דו ביסט אים מסביר אז ער זאל אויפגעבן זיין אייגענע יכולת?
איך בין נישט קיין טערעפיסט. אבער אויב איך וואלט געווען א טערעפיסט, וואלט איך דעם קליענט געמאכטעקספיריענסןאז ער זאלעקספיריענסןוויאזוי די טראמא האט אויפגעוועקט אין אים דאס ארבעטן אינערליך און זוכן וועגן וויאזוי זיך צו באשיצן.דאס איז די אייגענע יכולת וואס מ'וויל אוועקנעמען. דאס זוכן וועגן זיך צו באשיצן קומט פון נוצן אייגענע יכולת, און האבן אוועקגעגאנגען פון פילן בטחון בה'.
סאו, איך וואלט אים געמאכט פילן וויאזוי ער האט באמת נישט פארלוירן קאנטראל, דהיינו: וויאזוי ער איז באמת געווען אגאנצן צייט ביד ה'. ער זאל עספילן! נישט וויסן. פילן! ער מוז פילן אז דאס איז דער אמת. און איך וואלט אוועקגענומען בלאקעדשעס וואס ערלויבן נישט דעם געפיל. אז ער האט גארנישט געדארפט נוצן אייגענע יכולת כדי צו זיין באשיצט. ער זאל פילן אז אלעס אין זיין לעבן איז באופן אז ער האט נישט קיין אייגענע קאנטראל, אבער האט יא דאס געפינען זיך אין די הענט פון השי"ת. דאס הייסטער איז נישט אין קאנטראל, אבער ער איז נישט ארויס פון קאנטראל.
נישט אז דו מאכסט אים פילן אז ער איז אייביג פארלוירן. פארקערט, דו מאכסט אים פילן אז ער איז אייביג ביד ה'. אן דארפן נוצן אייגענע יכולת, איז אים גוט!

והשם הטוב יעזור
איך נוץ אייביג אנדערע ווערטער, לויט וויאזוי דער קליענט רעדט און פארשטייט. אבער דער תוכן הדברים האסטו גוט ארויסגעברענגט. איך זע נישט קיין וויכטיגקייט עפעס צוצולייגן אדער טוישן.

אבער צי ארבעטסטו נישט מיט עקספיריענס? אז ער זאל עקספיריענסן? ווייל טראמא ליגט אין די עקספיריענס פון א מענטש, עס ליגט נישט אין די ידיעה. עס ליגט אין די וועג וויאזוי א מענטש עקספיריענסד זיך. Somatic. נישט אזוי?

אלע זענען מסכים, אז די הויפט סיבה פארוואס א מענטש ווערט אפעקטירט פון טראומע, איז ווייל ער קען זיך נישט ערלויבן צו מסכים זיין אז אזא זאך זאל ח"ו פאסירן צו אים. און....
איך וועל דיר זאגן נאכמער, ווען מ'קען ברענגען דעם מענטש אויסצודריקן זיין אמת'ן געפיל לגבי דעם איבערלעבעניש, וועט ער צולייגן די ווערטער:און איך האב גארנישט געקענט טון לגבי דעם!ווייל באמת,דאסאיז וואס באדערט אים.
און די איינציגסטע זאך וואס ער דארף באמת הערן (אבער ביסט גערעכט אז מ'דארף ניצן חכמה לגבי וויאזוי עס אים צו זאגן) איז, אז דו האסטטאקעגארנישט געקענט טון לגבי דעם!
קען מען הערן ביי איינע פון די שיעורים פון ר' שרגא אויפן ובחרת בחיים ליין ווי ער שמועסט אויס די אניאגראם טייפס? אויב יא וועלכע שיעור נומער איז עס? איך וואלט אויך שטארק אפרישיעט אויב איינער קען מיר געבן דא אדער אין אישי א לינק פון דעם שיעור עקסטער. יישכ
קריספי חלההאט געשריבן:↑דינסטאג מאי 02, 2023 9:58 pm
קען מען הערן ביי איינע פון די שיעורים פון ר' שרגא אויפן ובחרת בחיים ליין ווי ער שמועסט אויס די אניאגראם טייפס? אויב יא וועלכע שיעור נומער איז עס? איך וואלט אויך שטארק אפרישיעט אויב איינער קען מיר געבן דא אדער אין אישי א לינק פון דעם שיעור עקסטער. יישכ
די זאך וואס האט זיך געטון אין מיין מהלך המחשבה הערנדיג ר' שרגא נ"י איז אז איך האב דערהערט אז עפעס זאגט ער. נישט סתם וואס יעדער זאגט שוין. נאר עפעס מער, עפעס טיפער. אבער וואס זאגט ער? איך האב געפילט אז סאיז עפעס מער ווי סתם אזוי. ווייל ווען איך האב דאס געוואלט פארשטיין מיט מיין ביז דעמאלטסדיגע חכמה, האב איך פארשטאנען אז "ניין, ס'מאכט נישט אינגאנצן קיין סענס אז דאס איז וואס ער זאגט. ס'פארשטייט זיך נישט געהעריג. עפעס זאגט ער, עפעס נאך טיפער. עפעס וואס איז טיפער ווי מיין ביז יעצטיגע (דעמאלטסדיגע) פארשטאנד."
אבער וואס? וואס איז עס?
כ'האב געהערט, און געהערט. געטראכט און פרובירט צו כאפן די טיפקייט דערפון. און איך געדענק אז ווען איך האב געזען זיין ספר 'לימודים לדעת' האב איך עס אזוי ווי געוואלט אוועקשטופן פון מיר, ווי "וואס ווילסטו דא, וואס קוועטשסטו דא, וואס גייט דא פאר"
אבער איך האב דאך געפילט אז ניין. עפעס זאגט ער. עפעס וויל ער. עפעס איז דא דא א טיפערע חכמה.
איך געדענק איך האב געזען די ווערטער פון ר' שרגא נ"י סוף פון זיין ספר ווי ער זאגט אז מציאותיות מיינט Deep inner soul awareness of 'absolute existential being'. הרגשה פנימית בנפש של היותה 'מציאות' 'חיובית' ו'קיומית'.
און איך האב געטראכט צו מיר: וואס מיינט אט די ווערטער? וויאזוי דארף זיך עס פילן? וואס איז דאס? איך האב געזוכט אין מיר עפעס א פריערדיגע חכמה, א פריערדיגע השגה, וואס איך זאל האבן אויפגעכאפט וואס די ווערטער מיינען. אבער איך האב געזען אז עפעס זאגט ער, אבער איך פארשטיי עס נישט.
איך האב געטראכט, און געטראכט, און געטראכט. און איך האב געהערט, און געהערט. און שטיקלעך חכמה האבן זיך צאמגעשטעלט מער און מער אלץ א אפשריות אז אפשר אפשר מיינט ער דאס. און יא.
און ווי מער איך האב געהערט, און געליינט, און עס פרובירט נאכצוגיין, אלץ מער האב איך געזען אז ער האט א נקודה. און פון גרויס איבערגענומענקייט האב איך עס געוואלט ערגעץ ארויסגעבן. אראפשרייבן. עס האט געדרוקט אין מיר, כ'האב געמוזט האבן וואו צו שרייבן. עס האט זיך שווער איינגעהאלטן אין מיר. און ווען איך האב פרובירט צו איגנארן מיין שטופ פון שרייבן, האט עס מיר געדרוקט און געמאנט. "געב עס ארויס, שרייב עס"
און דערפאר האב איך געעפנט דעם אשכול. און אויך ווייל איך האב געוואלט אליין ארבעטן אויף מיר. (ר' שרגא זאגט אלץ אז 'ארבעטן' קומט אויך מלמעלה) און שוין. און אויך יעדע נקודה וואס איך האב געפילט אז איך בין געקומען נאך טיפער דאס צו פארשטיין, די ענין פון בחירה, די ענין פון אהבת ה', און נאך און נאך און נאך. אלץ מער האב איך עס געוואלט שרייבן, און געשריבן.
און אויך האב איך אלץ געזען אז מענטשן זאגן נאך פון אים זאכן וואס מיר האט זיך געפילט אז "נישט דאס זאגט ער". וועסטו פרעגן וויאזוי דאס קען זיין? די סיבה איז ווייל ווען א מענטש רעדט טיף, וועלן מענטשן נוצן נאר די עוועליבל חכמה וואס מ'האט שוין, כדי דאס צו פארשטיין. אבער ווען איך האב געשריבן, האב איך געהערט, און איבערגעהערט, און נאכאמאל געהערט, ווילאנג איך האב געפילט אז "יא, דאס איז וואס ער זאגט, און נישט דאס". און איך האב עס אראפגעשריבן.
יעצט, מעגליך אז ווען איינער ליינט דאס אן זיך דערגרינטעווען טיף טיף טיף דאס צו פארשטיין. קען זיין אז ס'זאל אים אויסזעהן ווי איך פארדריי עפעס. יעצט, אויב איינער פילט ביי זיך אז איך פארדריי פון וואס ער זאגט, זאל ער ביטע מיך קומען אנווייזן "די און די שטיקל ווארפט א אנדערע פנים ווי וואס ער זאגט". און איך וועל פרובירן מיך צו ערקלערן. און די קלארקייט וועט ארויסקומען.
זיינע זאכן זענען אזוי טיף, אז ס'קען האבן פלאץ פאר נישט גוט דערהערן וואס ער מיינט צו זאגן. פארפאלן, דאס איז די פרייז פאר'ן רעדן פון עמקות'דיגע דקות'דיגע זאכן. און ער זאגט אליין אז ער רעדט דקות'דיגע זאכן. דערפאר, אויב איינער פילט אז איך פארדריי, ביטע מיך אנווייזן וואו איך פארדריי. און אויב דו פילסט נאך אלץ אז איך האב פארדרייט, דארפסטו נישט קומען דא ליינען גארנישט.
אלעס וואס איך שרייב איז לויט וויאזוי איך האב פארשטאנען וואס ערמיינטצו זאגן.

והשם הטוב עוזר ויעזור
הערליך שיין, WOW! דאס איז גענוי די זעלבע הרגשה וואס איך האב געהאט בשעת'ן אים הערן.
-- א מענטש -אפילו ער אנערקענט אז אלעס איז פון אויבן-, קען נאך אלס נישט זיין באקוועם ווען טיף אינעווייניג שפירט ער ווי די לוזע’’ר פון יאר הונדערט. ווען ער זעהט זיך אן א זשא''ב, אן אויפטוען אויף די וועלט. און אן זיין אנערקענט און רעספעקטירט ביי ארומיגע.
איך האב שוין געשריבן אז ס'קען זיין אז ר' שרגא'ס מהלך איז נאר א מאדל וויאזוי די נפש פון א מענטש, אדער בעסער געזאגט, יוד, דארף לעבן אלץ זיין געזונט, און אלץ די תורה הק'.
יעצט, ס'דא ווען א מענטש דארף אריינקריכן אין זיך און זען וואס עס דרוקט אים באמת, כדי אנצוקומען צום דעם מאדל. דערפאר האלט איך אז ס'דא צומאל ווען מ'דארף טון טיפע טערעפי. אבער מ'דארף געדענקען אז די ציהל זאל זיין אנצוקומען צו די מאדל וויאזוי ר' שרגא נ"י שטעלט דאס אראפ. די ציהל זאל זיין אויפצוגעבן אויף די אייגענע יכולת דייקא. צו לעבן מיט השי"ת.
צו זאגן אז מ'קען טון טערעפי אן צוקומען צו דעם מאדל איז - פאר איינעם וואס איז שוין צוגעקומען צום דעם אמת - א פארשטענדליכקייט אז ס'וועט נישט ארבעטן. ס'גייט נישט ארבעטן! ס'גייט קראכן.
הונדערט פראצענט. דערפאר האלט איך פון טיפע טערעפי. אזא טערעפי וואס פירט אריין דעם באואוסטזיין אין זיך צו באמת פארשטיין פארוואס מ'קען נישט לעבן לויט ר' שרגא'ס וועג. די ציהל דערפון איז "פארוואס קען איך נישט לעבן אזוי ווי ר' שרגא זאגט". יא.
א טערעפי וואס פירט צו פארשטיין פארוואס עס פעלט אויס צו פילן אז מ'איז שלעכט, א דורכפאל, א נישט ערליכער. אדער אנדערע צוקלאפטקייטן. איך האלט אז מיט קאוהירנס טערעפי, אדער אנדערע טיפע טערעפי, אז מ'טוט עס ריכטיג, און מ'האט סיעתא דשמיא, קען מען צוקומען צו פארשטיין פארוואס מ'מוז אזוי זיין איבערצייגט.
אבער די ציהל דארף זיין צו טרעפן פארוואס קען איך נישט לעבן אזוי ווי ר' שרגא. וואס פיל איך ווען איך וויל אזוי לעבן. ס'דא צומאל ווען א מענטש וויל אונטערנבאוואוסטיין פילן אלץ א דורכפאל, צוליב א סיבה. און דער סיבה האט נאך א סיבה, און דער סיבה האט נאך א סיבה, און די ענדגילטיגע סיבה איז דאס אז מ'לעבט נישט אז אלעס קומט מלמעלה. דער וואס פארשטייט קאוהירנס טערעפי, קען פארשטיין וואס איך זאג.
--אויב וואלט ר' שרגא געפילט אזוי, ווי א לא לנו, וואלט ער אויך נישט געהאט די שטארקייט צו געבן שיעורים אויף טעלעפאן ליינס...
דערפאר האלט איך אז ס'דא צומאל ווען א מענטש דארף טון טערעפי, כדי צו פארשטיין די סיבה, וואס איז אנגעבינדן אין די סיבה, וואס איז אנגעבינדן אין נישט פילן אז אלעס קומט מלמעלה. דאס דארף אוועקנעמען די לא לנו געפיל. און ס'דא געפילן וואס איז נאטורליך ביי א ערליכע יוד. ס'דא צומאל ווען א ערליכע יוד וואס לעבט מיט ר' שרגא'ס מהלך, פילט ביי זיך אז יעדער איז מער ווי אים. און דאס איז נארמאל. כמובא באגרת הרמב"ן אז אזוי קומט עס. בין איך גערעכט? אדער איך בין מיט טועה? איז דאס אזוי?
זאגן אז א מענטש וואס איז טיף איבערגעצייגט נעבעך אז ער איז א ---------- (זיין רבי/טאטע/רודפים אין חדר האבן עס אריינגעבאקן אין עם...), און דאך זיין באמת פרייליך און צופרידן און לעבן פון התחברות למעלה, איז א גרויסע מדריגה.
טאקע. טאקע אזוי. דערפאר פארשטיי איך אז ס'איז כדאי יא צו טון טערעפי אויב מ'דארף. אבער די מאדל וואו מ'וויל אנקומען, דארף זיין לויט ר' שרגא נ"י. ווי דו זאגסט שפעטער:
און ר' שרגא אליין זאגט אז ער געבט יסודות, אבער ס'ארבעט נישט גענוג פאר יעדעם.
ס'איז דא וואס דארפן קודם טערעפי.
מי לנו גדול פון אונזער טייערע עמקן דא @נשמה, וואס איז א תלמיד המחכים את רבו (געהערט דאס פון ר' שרגא אליין. ר' שרגא האט שוין געליינט זיינע זאכן און זייער נתפעל געווארן.) וואס כ'מיין אז ער שפירט אויך אזוי.
און @הגוגעה אויך.
ענדערש ווי אננעמען אז איך בין א עמקן, איז כדאי צו דורכזיפן יעדעס ווארט וואס איך זאג.
מ'דארף זיך נישט יעצט טענה'ען וואס פונקטליך איז ר' שרגא'ס שיטה לגבי טערעפי. ר' שרגא אליין זאגט אז מ'זאל עם נישט מאכן פאר מנהיג הדור. נאר אננעמען וואס ס'שטימט דיר אין קאפ און ס'איז מתיישב על הלב דיר צו העלפן. יעדע מענטש איז אנדערש און א יעדע אדורכגאנג/שווערע יוגנט איז אנדערש.
כ'מיין אז -עכ''פ אין געוויסע פעלער- דארף א מענטש דארף קודם היילן זיינע טיפע ווייטאגן, און דערנאך קען ער אנהייבן לעבן ריכטיג און לעכטיג (שרג''א בטיהרא מהני).
יא. גערעכט. דאס איז וואס איך האלט. און איך ווייס נישט וואס ר' שרגא האלט דערוועגן. און איך זאג קלאר אז איך זאג עס נישט אין ר' שרגא'ס נאמען. איך זאג עס אין מיין אייגענעם וויאזוי איך וויל זאגן.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529