זונגען בר יוחאי שבת פאר ל"ג בעומר - מקורות און מנהגים

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אקדמות
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 03, 2022 3:56 pm

זונגען בר יוחאי שבת פאר ל"ג בעומר - מקורות און מנהגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקדמות »

אין מירון איז די מנהג אז מ'זונגט בר יוחאי יעדע פרייטאג צונאכטס פאר כגונא,
און צפת אויך

אין ירושלים זונגט מען א שבת פאר ל"ג בעומר פאר כגונא בר יוחאי (אזוי ווי מ'האט עס גערופן דארט שבת אויפרוף, ווייל ל"ג בעומר איז דאך א הילולא - חתונה, און אויך כל ברכאין לעילא ותתא ביומא שביעי תליא)

במשך די יארן האט זיך די מנהג ירושלים (א"י) אריבערגעכאפט אין פארשידענע קהילות וחצירות הקודש

איינער ווייסט די מקור פון דעם?

ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

און וועלעכע קהילות אין אמעריקא זונגט מען עס?

ווען האט זיך עס אריבערגעכאפט קיין אמעריקא?
טראגער
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

Re: זונגען בר יוחאי שבת פאר ל"ג בעומר - מקורות און מנהגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

ממקור קדוש יהלכון, ביי געוויסע ארצות המזרח, איז עס געווען אריינגערעכנט אין די זמירות שבת, אין פרס איז עס געווען איבערגעטיישט אויף זייער שפראך, מען זאגט אז די מנהג עס צו זינגען פאר כגוונא קומט פון האר"י הקדוש, כהיום הזה איז עס איינגעפירט אין גאנץ ארץ ישראל און אויך רוב רובו פון כלל ישראל בתפוצה אויך ביי אשכנזים.
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: זונגען בר יוחאי שבת פאר ל"ג בעומר - מקורות און מנהגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

איינער מיט די ריקארדינג פון די בר יוחאי וואס מען פלעגט זונגען אין די מערה יעדן טאג נאך די מנין ותיקין ביי די מערה פון רבי אלעזר
?
ווערים
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 4:42 pm

Re: זונגען בר יוחאי שבת פאר ל"ג בעומר - מקורות און מנהגים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערים »

טייל מענטשן זינגען עס רענדאמלי יעדע מאל זיי פילן ווי ר’ שמעון ריפט זיי
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”