איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

אחראי: אחראי

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אלעס ארום זע איך בלויז גרין און בלוי.
ווי א הערליכער גרינער טעפיך אויסגעשפרייט אונטער מיינע פיס, א סאליד-בלויער הימל אויסגעצויגן אויפ'ן האריזאנט, די זון ווארפט זיינע שטעכעדיגע שטראלן אויף מיין אפגעבראטענעם פרצוף, און א געשמאקע ליפטל צעשטרויבלט מיינע פיאות, דארט אויפ'ן שפיץ בארג וואס געבט מיר אן האריזאנטישן-אויסקוק ווערד אלע געלטער אין די וועלט.

אט דארט ליג איך אויסגעשטרעקט אויף די גראז, בשעת מיינע געדאנקען וואנדערן ארום אינעם גאנצן האריזאנט, קלוץ קלצתי ויקלוץ עד מאוד.
אה!, אויב זיך פארשטעלן בעולם הזה א תענוג רוחני, איז דאס דאס נענטסטע צו מיין מוח וואס איך קען באגרייפן. רואיג! נאטירליך! געשמאק! לופטיג! נישטא קיין ווערטער....


פון נושא צו טעמע, פון רעכל צו מעכל, וואנדערן מיינע געדאנקען, ווי א באן פארט אויף אירע רעלסן. פון דאגות צו פאנטאזיעס, פון ווייטאג צו פרייד, אבער גארנישט הייבט מיר נישט אויף פון מיין קלאץ. איך בלייב ליגן צוגעשמידט צו דער ערד, רייסנדיג צעביסלעך א גראזל נאך א גראזל, צעפליקנדיג איר אויף פיץ-פיצלעך. און אוועקטרייבנדיג דעם נוזשענדן פליג וואס האט זיך געוואגט צו שטערן מיין רו.

מיטאמאל זענען די מחשבות געווארן האסטיגער. ס'געשען?... גארנישט מורא'דיג. איך בין אריינגעפארן אין די נושא פון אייוועלט.

איך שטעל זיך אויף האסטיג, און מיינע פיס הייבן אן צו שפאנען לויט'ן ריטם פונעם געדאנקענגאנג. צווישן שאטן און זון,האב זיך אריינגעשטעלט אונטער'ן בוים, ווען די האסטיגע געדאנקען נעמען איבער מיין נפש. די לאנג-עגבערנדע פראגע נאגט און מאנט....
וואס וועט זיין מיט אן אייוועלט-ארטיקל?!...

כ'מיין, ווי קען מען לאזן די שעפעלעך כצאן בלי רועה, ווי א לייקער אנעם אגודל. ווי א בעל דרשן אנע מייק, ווי א הערינג אן קיין אייער-קיכל?

אבער אז דער מח איז טרוקן. דער שיסל איז ליידיג. די רעיונות זענען פארנוצט. וויאזוי קען מען אויפקומען מיט עפעס א גוטס?...


מיין פוס נעמט זיך קראצן... איך טו אויס מיין שוך, צו טרעפן דעם לאך. און דאן האט מיין אויער אנגעהויבן מאכן קונצן. איך פרוביר קאנצעטרירן מיינע מחשבות, און אויפקומען מיט א געדאנק.

וואס זאל איך שרייבן? פון א בחור'ל וואס מוטשעט זיך אין ישיבה? א שדכן וואס פרובירט זיין מזל?.. סתם א מאדנע אשכול, וואס ענדיגט זיך אויף אן אנדערע דירעקציע ווי אנגעהויבן? אפשר אן ערנסטער לעזונג פאר די פראבלעמען פון די בין הזמנים ניקס?
אין מיין אילוזיע הייבט זיך אן אויפבויען א קאראקטור, פון א יונג בחור'ל וואס בלאנזשעט אין עירפארט און זוכט א פליגער, ער ווערט פארכאפט צווישן די סעקיוריטי. און?... וואס זאל גיין ווייטער?.. פון דארט בין איך אריינגעפאלן אין א דיטש מיט'ן פרובירן צוטרעפן די נאמען פון די נייע עקסטענשאן. וויאזוי גייט הייסן היכל שלמה? היכל משה? ניין אייוועלט נייער דיוויזיע... המממ... איך קען ציגאנער, ער גייט אויפקומען מיט א בעסערער אייידיע. איך הייב אן טראכטן פון ניקס, ווער האט מיר אלס געטשעפעט, אויף ווען בין איך באליידיגט. ווער מאכט מיר פילן גוט.

אזוי האב איך זיך געטראפן זיצנדיג אויף די גראז. מיינע פיס פארבויגן אין פארום פון א פרעצל. און מיין קאפ אריינגעווארפן צווישן די קניען.
טראגנדיג די וועלטס דאגות. ווי א שווערע לאסט אויף א הונקעדיגן אייזל, און ווי אן אווערסייז לאוד צוגעטשעפעט צו מיין עלטער-פעטער'ס פיק-אפ טראק.

די זון שטראלן הייבן שוין אן ווערן אומעטיג, און מיינע נערוון ווערן שוין אויסגעצויגן אזש זיי האלטן זיך ביים צורייסן... ווען צו מיין מזל האב איך געפונען דעם קליינעם שטיינדל, דאס ווארפנדיג פון איין זייט צום צווייטן, על-יד פאטש-חייף זשאגל. וחזש חלילה.

און דאן עס געקומען!...

ווי א באמבע אינמיטן העלן טאג!

רעדלעך האבן זיך אנגעהויבן דרייען. איך בין ארויף אויפ'ן עקסקעלעיטאר וואס פירט מיר פון שטאפל צו שטאפל שנעלער ווי איך קען נאכניאגן, אלע פאזל שטיקלעך הייבן זיך אן צו דרייען און רוקן און שטעלן זיך פון זיך אליינס צונויף פארמירנדיג דעם פולקאמען בילד, ווי א פאנזל אויפ'ן שאך ברעטל מאכט גרייט דעם באדן צו ענדגילטיג פראקלימירן דעם שאכמאט, מיין קאפ האט זיך אנגעהויבן טומבלען ווי א וואש מאשין אויפ'ן פראנט.

און דאן האב איך געשפירט א זעץ אין קאפ.

א בליץ האט פארשיינט דעם האריזאנט!

א פארגאפטער האבן מיינע פיס געגעבן א שפרונג ארויף צוויי פיס אין די הייעך.

און ווי נישט מיט מיין קול, הער איך א געשריי.... דאס איז עס!!!

איך האב עס!!...

א רעוואלוציע!!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך קען אויך...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פיצי מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:55 am
לאקאציע:וויין גארטן

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי מוח »

לבלר'ס באטל טינט האטצעך אויסגעגאסן....
קאל מיר אויף מיין היים פאון....


אוועטאר
אויס גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:56 pm

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויס גבאי »

רעבע-לשון
האדם לא נברא אלא להתענג על ה'
🗲
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4346
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

😂😂😂😂😂😂😂
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4346
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

נישט געוואוסט דו קענסט אויך זיין א 'אינסיידער'...

ארויף אויף די אפקאמינג אחראים ליסטע
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

בלייב געזונט האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 3:48 pm
נישט געוואוסט דו קענסט אויך זיין א 'אינסיידער'...

ארויף אויף די אפקאמינג אחראים ליסטע
פליז, טו עס נישט צו מיר!!...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

כ׳מיין אז קיינער האט עס נישט אזוי גיט ארויסגעברענגט!!

#רעוועלוציע
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

🤣לבלי האט זיך צולאזט...
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

לבלר האט עס!!!
🤣🤣🤣
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווווואאאף!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אט אזוי! זאל דער עולם מיינען אז דער רעוואלוציע איז געקומען פון א בליץ אין קאפ אדער הינקעדיגע אייזלען.

וויכי איז אין די הימלען פון פרייד נאך דעם ארטיקל, יעצט קען ער ווייטער פאראויסגיין מיט'ן פלאן צו פארווירקליכן זיין חלום.

#דיעפ סטעיט
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איך האב עס!! א רעוואלוציע!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 5:35 pm
ווווואאאף!!
האסט עס!

ארויסגעברענגט אין איין ווארט,
וואס איך מוטשע זיך צו שרייבן אין 4 טויזנט קאראקטערס...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “רעוואלוציע”