חק אונטער 40

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

חק אונטער 40

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אונזערע חברים די תלמידי חכמים רעדן ארום אין שכינות'דיגן אשכול וועגן חק וויל איך פרעגן א זאך וואס ווינדערט מיך שוין א שטיק צייט.

לעצטענס איז געווארן א ווינט אנצוהייבן לערנען חק, האב איך אויך געהאט חשק דערצו, פארצייל איך דאס פאר א מיטל יאריגער איד אין שול, זאגט ער מיר אז ר' הערשעלע (הרה"ק מספינקא זצוק"ל) פלעגט נישט לאזן לערנען חק פאר די פערציג, ובלשונו: "כדי מ'זאל זיך נישט רייצן מיטן בחור"

עס מאכט אפשר סענס, ווייל מ'פלעגט נישט צו זעהן אינגעלייט לערנען חק, אלס קינד האב איך מיך פארגעשטעלט אז די טעם איז משום בושה אז ס'פאסט פשוט נישט פארן עולם צו לערנען חק, כאילו חק איז נאר געמאכט פאר פשוטע פאריאגטע ארבייט'ס אידן, און תלמידי חכמים דארפן לערנען גמרא תוספות, אבער דערווייל זעה איך געהויבענע אידן לערנען חק, האב איך געקלערט אז זיי טוען עס מחמת ענוה, בין איך שוין אביסל צומישט

האט איינער געהערט פון אזא מין זאך?
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35596
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א איד וואס האט געהאט גאר א נאענטע שייכות מיט ר' הערשעל'ען ז"ל האט מיר געהאט אמאל געזאגט אז ער האט אים נישט געלאזט לערנען חק, דאס האט ער דערציילט ווען ער איז שוין געווען העכער די פערציג, זעט מיר פון דעם אויס אז עכ"פ פאר אים האט ער זיכער נישט געזאגט אט דעם טעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אפשר אלס די זוהר וואס מען לערנט נישט פאר די 40, אבער דאס שטימט אויך נישט, ווייל אין זידיטשוב (און אויף נאך פלעצער) האט מען געלערנט קבלה אפילו מיט גאר יונגע.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע:אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

די פאקט איך האב נאך נישט געהערט אזא זאך מיין טאטע אין מיינע ביידע זיידעס האבען אייביג געלערענט חק אפילו פאר די פערציג
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: חק אונטער 40

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

thefact האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 18, 2009 5:13 pm

לעצטענס איז געווארן א ווינט אנצוהייבן לערנען חק, האב איך אויך געהאט חשק דערצו, פארצייל איך דאס פאר א מיטל יאריגער איד אין שול, זאגט ער מיר אז ר' הערשעלע (הרה"ק מספינקא זצוק"ל) פלעגט נישט לאזן לערנען חק פאר די פערציג, ובלשונו: "כדי מ'זאל זיך נישט רייצן מיטן בחור"
געמיינט מיטן יצה"ר
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”