Re: שעראן ספרינגס
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
בן ר' יקותיאל יהודה.פילאָזאָף האט געשריבן:דער ישיבה האט זיך געפנט ווען אין יאר תשכ"ב האבן די צוויי שוואגערס, דער משמש הרה"ח ר' נפתלי אינדיג ע"ה און דער מקוה איד הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן ע"ה איבערגעלאזט זייערע פאזיציעס, און האבן אינאיינעם געגרינדעט א ישיבה פאר בחורים מחוץ לעיר צוערשט אין לאק שעלדיק און דערנאך אין שעראן ספרינגס.
קען איינער אנווייזען וועגען די געזינטהייט פין טרינקען די "אייער וואסער"? אין בכלל וואס פארא נאמען האט די וואסער אין די אלגעמיינע וועלט? (איך גלייב אז נישט EGG WATER...)
נאך בילדער, די שול איז געבויעט געווארן 1940 למספרם.
זיכער נישט אין באנוץ געווען עטליכע יאר צוריק…
נא די משפחה פלעגט גיין פון צייט צו צייט.נעם אין אכט האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 28, 2023 11:58 amזיכער נישט אין באנוץ געווען עטליכע יאר צוריק…
נאר ווען אוינער פון די אינדיגטס פלעגן דארט גיין פאר א שבת האט מען עס געניצט.
דאכצעך אז איינער פון די אינדיג ברידער האבן עס גענומען אויף זיעער נאמען.
זיי פחעגן מיט נעמען קבוצות בעיקר פון די סעוואליעווע קהילה אין מאנראו.הארזים האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 28, 2023 12:00 pmנא די משפחה פלעגט גיין פון צייט צו צייט.נעם אין אכט האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 28, 2023 11:58 amזיכער נישט אין באנוץ געווען עטליכע יאר צוריק…
נאר ווען אוינער פון די אינדיגטס פלעגן דארט גיין פאר א שבת האט מען עס געניצט.
דאכצעך אז איינער פון די אינדיג ברידער האבן עס גענומען אויף זיעער נאמען.
דאס איז דאך א "טעם פרי" גרעיפ דזשוס, נאסטאלגיע.
דארט איז דא אגב גאר אסאך פארלאזטע בנינים, בצירוף מיט די אייער וואסער גרוך...
דאס וועסטו מיזען אנפרעגן די תלמידים, עטליכע נעמען קען איך דיר געבן אין אישי.
א דאנק פאר דיינע קלארע אינפארמעישאןהארזים האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 28, 2023 4:05 pmאיך האב געכאפט א שמועס מיט אן אייניקעל פון רבי נפתלי ז"ל, זאגט ער מיר אזוי:
עטליכע פון די אינפערמאציע וואס אנדערע ברענגען איבער די בנינים וואס האט באלאנגט פאר רבי נפתלי איז נישט ריכטיג.
ר' נפתלי האט קיינמאל גארנישט פארמאגט דארט אויף זיין נאמען ווי ווייט ער ווייסט,
די אלטע בילדינג וואס מ'פלעגט ניצן די לעצטע 30 יאר האט מען געהאט אפגעקויפט ערגעץ אין די תש"מ יארן אויב ער געדענק גוט, אפאר יאר שפעטער האט מען אפגעקויפט די פראפערטי ארום פאר גאנצע $100...
דארט איז געווען א מעיאר'קע וואס איז געווען אין אמט פאר יארן לאנג און מ'האט קיינמאל נישט געצאלט קיין טעקסעס, ווייל זיי האבן זיך זייער געפרייט אז א גרויס עולם קומט דארט כסדר ארויס,
למעשה האט איר א צווייטער איבערגענומען, און דער נייער מעיאר האט פארלאנגט די טעקס'עס פון די אלע יארן, האט מען געמאכט א חשבון עס ענדערש זאל מען עס אויפגעבן, און עס זאל גיין פאר קלאוזשער און מ'וועט עס דערנאך צוריק אפקויפן, למעשה האט עס א צווייטער אפגעקויפט, און יענער האט עס נישט געוואלט פארקויפן ווייטער...
דעם רבין'ס מקוה האט א גוי אפגעקויפט, און מ'איז אים גרייט געווען צו געבן א שיינע מטבע עס אפצוקויפן, אבער יענער גוי האט עס נישט געוואלט פארקויפן.